מלכת אנגליה
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
איך וועל דן זיין לכף זכות אז איר ווייסט באמת נישט פארוואס אייערע אשכולות ווערן פארשפארט, ליינט דאס דורך וועט איר האפענטלעך פארשטיין און אויב נישט וועט דארפן געשעהן דאס וואס שטייט צום סוף.
יד) וויאזוי אן אשכול דארף געעפנט ווערן
1) דער פותח פון א נייעם אשכול מוז שרייבן עטליכע שורות און ערקלערן פון וואס ער וויל רעדן, און זאל פאקטיש רעדן דערפון. בלויז א לינק איז נישט גענוג. לכתחילה זאל דער פותח עפעס מחדש זיין, צולייגן א ידיעה וכדומה.
2) קאפירן טעקסט פון אן אנדערן וועבסייט איז נישט ערלויבט, נאר אויב 1) מ'גיט אן דעם מקור, און 2) מ'לייגט אליין עפעס צו.
3) א נייער אשכול דארף פלאצירט ווערן אין דעם ריכטיגן פארום.
4) א נייער אשכול דארף זיין קלאר געשריבן. אן אשכול וואס עס איז נישט קלאר וואס דער פותח וויל דערמיט האט שאנסן אפגעשפארט צו ווערן.
סוף דבר: עפענען אן אשכול פארלאנגט כאטש עטליכע מינוט מחשבה. טראכט וואס איר גייט שרייבן, צי פעלט טאקע אויס נאך אן אשכול, אדער קען דאס אריינגיין ערגעץ אנדערש? סתם אריינפעיסטן אן ארטיקל פון ערגעץ אנדערש אן נעמען די מי צוצולייגן עטליכע ווערטער האט נישט קיין פשט. אויב לייגט מען גארנישט צו האט מען דאך געקענט לייגן בלויז א לינק צו דעם ארטיקל אין דעם "אינטערעסאנטע לינקס" אשכול. צום ביישפיל, אן אשכול וואס קוקט אויס אזוי וועט אפגעשפארט ווערן: "ראמני האט פארלוירן די וואלן, נאכ'ן זיין פארנומען מיט זיין קאמפיין פאר זעקס יאר. וואס מיינט איר וועט ער יעצט טון?"
איינער וואס וועט אנגיין מיט כסדר עפענען אומפאסיגע אשכולות וועט פארלירן די רעכטן צו עפענען אשכולות.

דוד בן ישי עבדך משיחך
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
בן ישי: ווי ס'זעהט אויס איז דער אברם נאך פון די צייטן פון אור כשדים, ווען מ'האט נאך געשריבן אויף קלעי טאבלעטס. (נישט אויף טאבלעטס פון עפל.)...! ער דערמאנט מיך א ביסל פון דעם פארשטארבענעם (אויף קאווע שטיבל) גרויסן שרייבער דיףף. זיכרונו ליבראכעה. וואס האט געשריבן צוויי אדער דריי מיסטעריעזע ווערטער אלס פתיחת אשכול. און דער עולם האטציך געדארפט ברעכן קאפ כדי צו פארשטיין אט די פארהוילענע ווערטער אדער רמזים. האמיר נייעס פאר אט די אלע גדולי ישראל. קיינער וועטציך נישט ברעכן קאפ אויף ענקערע שטותים. אז עטץ וועטץ נישט אריינקומען קלאר, וועט מען אייך איגנארירן.
דאס באציעט זיך אויך אויף איינעם פון די אמת'ע חשוב'ע שרייבערס ותיקין פן קאווע שטיבל. ער איז אבער לעצטנס געווארן א גרויסער בעל מקובל און א מיסטעריעזער גאוניש'ער מענטש. ער האט מכח איזה סיבה שהיא אויפגעהערט צו שרייבן אויף א קביעות'דיגן אופן. אבער ער פאלט אמאל אריין מיט א פאר מיסטעריעזע ווערטער. האביך נייעס פאר איהם. עם כל הכבוד. איך וועלל מיר קיינמאל נישט ברעכן דעם קאפ אויף באהאלטענע דברי חכמה. סיי ווי גרויס און ואונדערבאר זיי זאללן נישט זיין. אויב ס'איז נישט קלאר בסקירה אחת, פאר איך ווייטער... און איך בין זיכער אז אנדערע טוען די זעלבע...!