חכם-לב האט געשריבן:ומצווה ליישב.
קשיא מעיקרא ליתא , ר חכם לב פארשטייט נישט די בעלזא רב , באמת א פירכא אויפן בעלזא רב?? , סאיז זיכער געוועהן יודן וואס האבן געוויסט פון דעם מ'האט נישט געהאלטן די פאקטן
מ'דארף האבן א גרויסע מאס איגנארינס און גאוה צו איגנארירן די פאקט אז אלע גדולי ישראל האבן עם מחשיב געוועהן און געהאלטן הייליג
אבער איך בון קלוגער פון יעדעם און ביי מיר איז ער אפגעפרעגט ווילאנג איך טרעף נישט קיין תשובה אין אלעס ווייל מען האט געליינט פון עפעס א פרייע שרייבער..
די גמרא זאגט שוין ת"ח שעבר עבירה בלילה אל תהרהר אחריו ביום
ווער האט געוואוסט און געהאלטן פון אים?
היסטאריע איז היסטאריע. ווילסט פארענטפערן? אדרבה, מצווה ליישב, האט ער עס געזעהן אין הימל? שטייט אין הלכה? א בעלזא מנהג? א טשערנאבילע קפידה?
אין פערציג יאר ארום גייט מען האלטן פון דער ************** בורו פארק פאר א צדיק וקדוש, היסטאריע איז אז ער האט פארברענט ספרי קודש פון א גדול וואס האט געשריבן א ספר לשם שמים. ווער וועט אים האלטן פאר א קדוש? די אלע וואס לערנען אין זיין מוסד, און הערן וואס דער יושב ראש ביי כינוסים שרייט צום עולם אין הויכהילכער, און זענען איגנארעמאס צו די היסטאריע. די וואס ווייסן די היסטאריע (ליין: די מיעוט) וועלן נישט קענען פון אים האלטן.
איר האט נישט פארענפערט די גמרא ת"ח ..אל תהרהר אחריו ,
איר באציט זיך צו היסטאריע אבער איר פארגעסט אז דאס איז איין פארנעפעלטע פאקט וואס איז געוועהן אונטער אויסטערלישע שווערע אומשטענדען און נישט קלאר פונקטליך אלע פאקטן, און ווי ליטוואק האט שוין געשריבן אז מ'זעהט נישט נישט קיין פראבלעם מיט דעם, און מיט דעם ווילסטו אפפאסקענען די מענטש אז אויב האסטו נישט קיין תירוץ איז ער פראבלעמאטיש,
אבער אינדערצייט איגנארירסטו די גרעסערע חלק פון היסטאריע פון א יוד וואס האט געדיענט די באשעפער מיט מסירות נפש כל ימיו און נאכן קריג איז געוועהן רעספעקטירט ביי אלע גדולי ישראל אלס צדיק וקדוש און מ'האט זיך גערעכנט מיט זיין דעה און השקפה
און די מאכסט אוועק די גאנצע היסטאריע מיט אזא כעין תמימותדיגע שאלה "ווער האט געהאלטן פוןעם??" , און אלטץ כדי זיך צו שפירן פון די מיעוט וואס קענען היסטאריע און זענען קליגער פון אלע ערליכע יודן און גדולי ישראל
עס זעהט נישט אויס ווי איר זיכט דא די אמת.