שרעק פון פליען אויף אן עראפלאן; איז עס באגרינדעט?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שרעק פון פליען אויף אן עראפלאן; איז עס באגרינדעט?

שליחה דורך זר זהב »

איך האב מורא פון א פליגער, דו אויך? איך פארשטיי נישט די מענטשן וואס האבן נישט מורא און גייען גלייכגילטיג ארויף כאילו זיי גייען דא אריין אין א קאר, און כאילו צו פליען 30,000 פיס הויעך איז עפעס נאטורליך. -- יעצט וועסטע מיר זאגן אז ס'דא מער קאר עקסידענטס... וועלעך דיר זאגן אז ס'דא מער פארוואונדעטע אין קאר עקסידענטס ווי אין עראפלאן קאטאסטראפעס... יו געט די הינט? פון א פליגער קומסטע ארויס אדער לעבעדיג אדער נישט, פון א קאר האסטע מער טשאנסן צו זיין אינדרויסן לעבעדיג.

און איך בין נישט אליין, איך האב 25 מיליאן אמעריקאנער אויף מיין זייט.
40% אמעריקאנער האבן עפעס א מורא צו פארן מיט א פליגער.

סטאטיסטיקס ווייזט (ליין דעם לינק, ס'אינטערעסאנט) אז איין זיץ פון יעדע 3- זיצן-רייע אויף א קאמערציאלע עראפלאן פארמאגט איין פאסאדזשיר וואס ציטערט אין
די הויזן... און וואלט זיך בעסער נישט געוואלט געפינען אויפ'ן פליגער!

פון די וואס האבן מורא פון א פליגער נעמט אויך אריין מענטשן וואס האבן מורא צו זיין איינגעשפארט א לאנגע צייט
אויף איין פלאץ. (קלאסטערפאביע)

פראפעסאר ראבערט באר לאכט אונדז אלע אויס, ער זאגט אין זיין ביך אז מיר זענען אלע אומראציאנאל מיט אונזער שרעק, דער פראפעסאר איז אליינס א פילאט. ער זאגט אז מיר האבן א גרעסערן טשאנס געשטויסן צו ווערן צום טויט דורך אן אייזעל ווי עפעס שלעכט זאל אונז געשען פון אן עראפלאן. די שאלה איז צי ער רעדט פון איינער וואס דרייט זיך ארום אין אן אייזל שטאל אדער מיינט ער סתם רענדאמלי אויף די גאסן.

מיר וועט דער פראפעסער נישט אפשרעקן, איך וועל ווייטער נישט פליען. און אויב איך וועל מוזן פליען וועט עס זיין מיט'ן זעלבן צוגאנג ווי מיין פאריגע נסיעה וואו איך האב זיך פשוט רעזיגנירט און זיך געגרייט פאר דאס ארגסטע.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

מ'בעט פונעם דזשענעראל דאקטער אביסעלע וואליום און אלעס גייט אריבער רואיג.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
שטערן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:04 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך שטערן »

פארוואס דארף מען מורא האבן, רוב מאל טרעפט מען דעם שווארצן קעסטעל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ווי אלע פאביעס, איז דאס א קאנפליקט פונעם שכל מיטן געפיל.

דער שכל זאגט קלאר, אז די זיכערסטע וועג פון טראנספארטאציע איז א פליגער. עס פליען יעדן טאג טויזענטער פליגער, און קאטאסטראפעס (פון קאמערציאלע עראפלאנען) עקזיסטירט כמעט נישט. איינמאל אין 3-4 יאר איז ווייניגער ווי א דזשאוק.
דער געפיל, ווידעראום, שרייט חי וקים, ס'איז שרעקעדיג צו זיין אזוי הויך. נישט דוקא פון 30,000 פיס, נאר פון 50 פוס וואלסטו אויך מורא געהאט. (דיין בעבי, וען דו ווארפסט אים אין דער לופטן צו מאכן א ווערטל ציטערט ער אויך אין די פעמפערס.)

נישט פאר יעדן איז גרינג צו זיין מח שליט על הלב. איך ציטער אויך אביסעלע צו פליען, געווענליך איז ער בעיקר אנהויב ביז דער פליגער דערגרייכט דעם באשטימטן הויכן עלטיטוד, וואס דאן זענען פאראן נאך ווינציגער שאנסן פון א מעכאנישער עקסידענט (כ'רעד נישט פון באמבעס ח"ו).
און דא קען מען אריינשווערצן בטחון. מער ווי געווענליך. אז הקב"ה וויל דיר אומברענגען, קען ער דאס טון בשעת דו זיצט אויפן פאטעל אין דיין דיינונג רום. און אז ער וויל, קען ער דיר ראטעווען אונטער די שווערסטע אומשטענדן.
אודאי איז עולם כמנהגו נוהג, און השטן מקטרג בשעת הסכנה (וואס לכאורה איז פליען שוין נישט קיין סכנה היינט ע"פ רוב פוסקים), אבער מיט בטחון קען מען זיכער איבערקומען די שוועריגקייטן.
אויב גייסטו צו א מצוה, באזוכן עלטערן אדער זיידעס, פארט צו א רבי'ן אדער א חתונה, איז דאך שלוחי מצוה אינם ניזוקין ושומר מצוה לא ידע דבר רע; און אויב זענען פאראן מערערע אידן אויפן פליגער בינעך רואיגער אלס דעם רבים.
אבער אפילו סתם אזוי, ווי אפטער מען פליהט אלס מער צוגעלאזן ווערט עס. איך גראדע גלייך היינט די "טריל" פון פליען..

פארשטייט זיך אז די מענטשן וועלכע ליידן אויף די פאביעס וועט נישט העלפן די אלע זאכן. זיי דארפן פראפעשאנעל הילף.

אגב וואלט כדאי געווען אז א געהאלפענער זאל שרייבן ווי אזוי ער איז געהאלפן געווארן.
וירח ה' את ריח הניחוח
שטערן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:04 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך שטערן »

איך האב געהערט אז עס האט שוין געמאכט אז א פליגער איז שוין געפארען אויפן ראנוועי,אין איינער האט אנגעהויבען צו מאכען קולות אז ער מיז אראפגיין ער האלט עס נישט אויס, און מען האט אים טאקע געלאזט אראפגיין.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

זר זהב האט געשריבן:איך האב מורא פון א פליגער,

ווען א צוויטער זאל עפענען די אשכול וואלט איך נאך געקענט טראכטען פון פארשטיין אבער פון יעדער איינער פנקט דו וואס פארט אזוי סאך זאל מורא האבען?? איך קען עס נישט גלייבען אויף מיי זערעלע איך מיין מיין זרלע :lol:
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

געהערט פון א בדחן, (עפעס אזוי), אמאל איז ער געפארן אויף א פליגער, די פליגער האט זיך אביסל געשאקעלט, און ער האט מורא געהאט, פרעגט אים זיין שכן, וואס האסטו אזוי מורא? ס'דען דיין פליגער?

איך פאר מיר קען נישט דערליידן די פארשטינקענע טי עס עי מאלעסטערער'ס וואס מאלעסטען די מענטשהייט פארן ארויפגיין אויפן פליגער, דאס פליען אליינס מילא, ס'גאנץ אינטערעסאנט.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פראפעסאר שפירא האט געשריבן:געהערט פון א בדחן, (עפעס אזוי), אמאל איז ער געפארן אויף א פליגער, די פליגער האט זיך אביסל געשאקעלט, און ער האט מורא געהאט, פרעגט אים זיין שכן, וואס האסטו אזוי מורא? ס'דען דיין פליגער?

כ'האב געהערט פונעם בדחן אז ער האט בארואיגט דעם איד, האב נישט קיין מורא, סיי וואס עס זאל נאר נישט געשעהן, דא אויבן וועלן מיר נישט בלייבן 8-)


פראפעסאר שפירא האט געשריבן:איך פאר מיר קען נישט דערליידן די פארשטינקענע טי עס עי מאלעסטערער'ס וואס מאלעסטען די מענטשהייט פארן ארויפגיין אויפן פליגער, דאס פליען אליינס מילא, ס'גאנץ אינטערעסאנט.

הא הא. א גוטן אויסדרוק אויף די רשעים. א מין געפייניגעכץ פון די מענטשהייט.
אלעס צוליב די טעראריסטן ימח שמם.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ס'דא אסאך פליגער דזשאוקס.
איינע פון די ענדזשינס האבן זיך פארלאשן, האט דער פילאט אויסגערופן אז מ'האט נאך 3 גוטע ענדזשינס, אלעס וועט זיין פיין, נאר אנשטאט 7 שעה וועט דער וועג נעמען 9 שעה. נאך אביסל איז נאך אן ענדזשין געגאנגן פייפן, רופט דער פילאט אויס ס'אלעס פיין מ'האמיר 2 גוטע ענדזשינס נאר אנשטאט 9 שעה וועט דער וועג נעמען 12 שעה. נאך אביסל נאך איינס גייט א גאנג, דער פילאט רופט אויס מ'האמיר נאך איין גוטן ענדזשין, ס'וועט זיין גוט, נאר אנשטאט 12 שעה וועט דער וועג נעמען 17 שעה.
רופט זיך איינער אן: "זאל בעסער דער איין איבערגעבליבענע ענדשין נישט קאליע גיין ווייל אויב יא בלייבט מען אין די לופטן פאר אייביג.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
א גרויסע טאטע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 9:09 am

שליחה דורך א גרויסע טאטע »

סאו די מוזט נעבעך בלייבן אין אמעריקע :D סאיז א מעכטיגע פאביע!
פארשפארט