הרב יעקב ב. פרידמן - נפשי יצאה בדברו (נייע ספר)

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4920
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

הרב יעקב ב. פרידמן - נפשי יצאה בדברו (נייע ספר)

שליחה דורך יידל »

א נייער ספר מיטן נאמען "נפשי יצה בדברו" איז ערשינען אויפן אידישן ספרים-מארק. דער ספר איז געשריבן געווארן אין א רייכער לשה"ק, דורך דעם באקאנטען טאטלאנטפולען שרייבער און תלמיד-חכם הרב יעקב ב. פריעדמאן. הרב פריעדמאן איז בארימט מיט זיינע אנדערע ספרים "שטייגען", "האיש מקדש – נישואין ברוח בית הישיבה", "נפש הישיבה" און נאך. מיט זיין באגאבטער פענע און טיפע רעיונות האט זיך הרב פריעדמאן באקאנט געמאכט אלס איינער פון די בעסטע שרייבער אין אירץ ישראל. די וואס לייענען אויך די "בקהילה" אויסגאבע פון א"י, זענען אויך באקאנט מיר הרב פריעדמאן'ס וועכענטליכער קאלום ווי ער שרייבט איבער ענינים העומדים על הפרק.

די חידוש פון הרב פרידמאן איז אז כאטשיג ער איז א פרי פון די ליטווישע ישיבה סיסטעם און ארץ ישראל און איז א תלמיד מובהק פון הג"ר שמואל אויערבאך, האט ער די יכולת צו טראכטן "אינדרויסן פון די באקס", און האלט זיך נישט צוריק פון קריטיקירן די חרד'ישע לעבנסשטייגער ווען ער האלט אז זי שפאנט אין א נישט ריכטיגער ריכטונג.

זיין נייע ספר נפשי יצאה בדברו איז א קאלעקציע פון שמועסן וואס ער האט געהאט מיט מענטשן איבער גדולי ישראל פון אמאל און היינט און מיט גדולי ישראל, און ווי נאר הרב פרידמאן קען, זענען די שמועסן איינס ביי איינס מייסטערהאפטיגע ארטיקלן ווי ער מאלט אראפ די גדולים מיט לעבעדיגע קאלירן און מיט א טיפזיניגער השתפכות הנפש. הרב פרידמאן, זייענדיג דער אידיאסינקראט, האלט זיך נישט צוריק פון פרעגן שווערע שאלות. ווי צום ביישפיל, און די פרק אויף דעם ראגאטשאווער, פרעגט הרב פרידמאן:

"הרוגו'צובי, שאלתי את הרב בורוכוב, לא קיבל שום מוסכמה. לא קיבל מרות מאף אחד מחכמי דורו. גם תורת הראשונים לא התקבלה אצלו כאבן יסוד. האם ניתן לומר שהיה לו בכל זאת 'רב', 'רבי' במובן כלשהו?"

אין די פרק אין וועלכע ער באשרייבט הג"ר צבי פסח פראנק, פרעגט ער הגרצ"פ'ס זון:

"אבא, שאלתי אותו את רבי אברהם [פראנק], היה אבא חם? העניק לך זמן איכות בסבך הטרדות העצומות שלו? אבא הרי ניצב על ההגאים של היהדות החרדית ברגעים המכוננים ביותר בארץ הקודש..."

קובעת ברכה לעצמה, איז די צווייטע חלק פונעם ספר וועלכע האט דעם קעפל "קשיים כסולם עליה", ווי ער באשרייבט די שוועריקייטן פון גדולי ישראל און וויאזוי זי האבן זיך מתגבר געווען אויף די שוועריקייטן. פאר מיר איז די אינטערסאנטסטע פרק פון דעם חלק געווען די פרק איבער הגרנ"צ פינקל, ווייל איך האב נאך געהאט די זכיה צו קענען דעם איד וועלכער האט זיך ממית געווען באהלה של תורה במלוא מובן המילה כפשוטו.

די גדולים וועלכע ווערן באשריבן אין ספר זענען: חלק א' – בחזרה אל הסטנדר של אבא: הג"ר צבי פסח פראנק, דער ראגאטשאווער, הג"ר ברוך בער לייבאוויץ, פאניעוויזשער רב, הג"ר שמואל ראזאווסקי, הגרי"ש אלישיב און הגר"ע יוסף. חלק ב' – קשיים כסולם עלי: הג"ר אבא בערמאן, הג"ר חיים שטיין, הג"ר דוד פוברסקי, הג"ר יששכר מאיר, אדמו"ר הנתיבות שלום פון סלאנים, הגרי"ז גוסטמאן, הג"ר נתן צבי פינקל, הג"ר משה יהודה שלעזינגער. חלק ג' – הביאני המלך חדריו: הג"ר יצחק אורלנסקי, הג"ר יעקב גאלינסקי, אדמו"ר מקלויזענבורג זצ"ל, הג"ר ברוך שמעון שניאורסון און הג"ר יוסף בוקסבוים, הג"ר זלמן רוטבערג, הגר"י סרנא הגר"י קוליץ און הגר"י גאלדשמידט, הג"ר צבי רוטבערג איבער דעם חזו"א און הגר"ח קנייבסקי און דער סטייפלער, אדמו"ר פני מנחם מגור, און א שמועס מיט הגרז"נ גאלבערג און הגר"א נבנצל איבער הגרש"ז אויערבאך. חלק ד' – על ימין שהוא ימין: א שמועס מיט הגר"ש אויערבאך איבער זיין טאטען הגרש"ז אויערבאך, א שמועס מיט הגר"ח קנייבסקי, א שמועס מיט הגרח"פ שיינבערג, א שמועס מיט הג"ר ברוך מרדכי אזרחי, א שמועס מיט הג"ר יצחק דוד קופלמאן, א שמועס מיט הג"ר מלכיאל קוטלר, און א שמועס מיט האדמו"ר מסקווירא.

526 עמודים, $21.00
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

Re: הרב יעקב ב. פרידמן - נפשי יצאה בדברו (נייע ספר)

שליחה דורך קאווע טרינקער »

דורך געליינט!!
ער האט עפעס א אינטערסאנטע מהלך פון טראגן דעם מענטש אהער און אהין........
כ'האב הנאה געהאט פון סלאנימער רבי שליט"א'ס ברודער.
ער טענהט אז נתיבות שלום איז בכלל נישט קיין חסידיש ספר, ס'איז גוט פאר יעדעם!
ר' מלכיאל קוטלור פארט אים גוט אריין אינעם צווייטען פאראגראף.
Under influence
על המחיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 341
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

שליחה דורך על המחיה »

גראדע א'ן אינטרעסאנטע ספר

צוויי הערות

א' ער חזר'ט אסאך מאל איבער זאכען וואס ער האט שוין געשריבען, דאס קומט ווייל עס איז נישט געשריבען געווארען אלץ א ספר, עס איז געשריבען געווארען במשך השנים און פארשידענע צייטונגען

ב' מען קען צופלאצט ווערען פון זיינע איבערגעטריבענע לשונות (גדול עמקני דורינו, חניך כור ההיתוך הקלמאי, --- הבזיק הרעם, הבזק הסכמה ניצת בין המאורות לממשלת התורה, רבי אהרן מניף את זרועו כמצביא על בימת הנצחון, ופורץ בצחוק מאושר --- וכהנה רבות מספור)
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

וועגן דעם הייסט ער יעקב ב. פרידמאן.
וואס איז דער ב.?
קיינער ווייסט נישט
Under influence
באניצער אוואטאר
שמיטה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 14, 2012 4:57 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

שליחה דורך שמיטה »

יידל האט געשריבן:די חידוש פון הרב פרידמאן איז אז כאטשיג ער איז א פרי פון די ליטווישע ישיבה סיסטעם

אויב איך מאך נישט קיין טעות איז זיין פאטער געווען א חסידישע איד. איך מיין א ברסלב'ער. זיין ברודער איז אויך א חסיד. נאר ער האט אוועקגענויגט צום ליטווישן דרך.

אגב, ער האט אסאך געשמאקע ידיעות. אבער זיין סטיל פון שרייבן און ציען, און אריינפאקן זיינע געפילישע אויסדריקן אין יעדע צווייטע שורה, איז מיר קיינמאל נישט געפאלן. דעם ספר האב איך נישט געזעהן, איך רעד פון זיינע ארטיקלען אין בקהילה (און בעפאר דעם אין שעה טובה, אויב איך געדענק גוט).
פארשפארט