ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען איך ברענג עפעס וואס רעגט מיר אויף, לייקט מען און רעאגירט מען. ווען איך ברענג עפעס וואס מאכט מיר צופרידען, מאכט מען זיך נישט וויסענדיג
כדי צו ענפערען דיין קלאץ קשיא דארף מען טיפער אריין קריכען און זען וואס זענען די צדדים דא.
איז אזוי. מ'דארף קודם פארשטיין צו דיין קשיא איז מצד דיין צופרידענקייט און רעגעניש אדער מצד די לייענערס אינטערעסע אדער העדר אינטערעסע.
את"ל מצד די לייענער דארף מען קלערען אזוי. פארוואס אינטערסירט מען זעך אין רעגענישען בכלל? קען זיין איינס פון צוויי, אדער ווייל יענער האט איידענטיפייד ביי זיך אויך די רעגעניש, קומט אויס אז ס'איז שלי שלך און שלך שלי, אדער ווייל ער פרייט זיך אז די רעגסט זיך און ער נישט קומט אויס שלך שלך און שלי שלי. ועכשיו נחזור לדין בדין מרובה מידה טובה, ווען מ'אינטערסירט זיך נישט ווען די ביסט ציפרידען קען ווידער זיין אן אדער אדער. אדער קיינער קערט נישט ממילא איז דאס שלי שלי שלך שלך, אדער איז דאס ווייל א יעדער האט ביי זיך די זעלבע ציפרידענקייט און ס'איז גארנישט מוסיף קומט אויס שלי שלך און שלך שלי. קומט אויס אז מ'האט א גזירה שוה אז סיי ביי די רעגעניש און סיי ביי די ציפרידענקייט איז דא שלך שלך שלי שלי און שלך שלי שלי שלך, והשתא דאתית להכא איז היינו הך מצד די לייענערס ווייל ס'דא ביידע דינים ביי ביידע צדדים צוגלייך.
מוז זיין אז די אז די קשיא איז מצד דיין צופרידענקיייט און רעגעניש. איז דיין רעגעניש די זעלבע ווי דיין ציפרידענקייט? קען זיין אז פשוט פשט איז אזוי. פארוואס רעגט מען זיך? אדער זענען זאכען וואס באדערען נארמאל כסדרן און רעגעניש שלא כסדרן, אדער ווייל וואס מער אפטער ס'באדערט אלס מער רעגט מען זיך קומט אויס אז רעגעניש איז גאר שטארק כסדרן. יעצט ווייטער ביי ציפרידענקייט וואס איז די סברא? אדער ווייל מ'איז ציפרידען אז אלעס איז נארמאל כסדרן אדער קען זיין ווייל אז וואס מער ס'גלאנגט שוין יא עפעס איז דאס נאך מער שלא כסדרן. איז דער מקבל חוזר ומלמד פאר'ן משפיע אויכעט א מה מצינו פון היינו הך, אז מצדך קען זיין סיי רעגעניש מחמת כסדרן און שלא כסדרן און סיי ציפרידענקייט קען זיין סיי מחמת כסדרן און שלא כסדרן, קומט אויס אז אלעס איז אייניג, וחובשנא הדין כחושבנא הדין.
ס'דיר נאך אלס עפעס שווער?