א שעה אויפן פראנט קעגן דעם שונא

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

א שעה אויפן פראנט קעגן דעם שונא

שליחה דורך איש את רעהו »

א מיליאן דאלאר קאמפיין פאר די ארגעניזאציע 'מרכז הצלה' האט זיך היינט אנגעהויבן און וועט זיך ציען פאר 4 טאג, ביז זונטאג חוקת ביינאכט, ווי כלל ישראל וועט זיך אנשליסן מיט 'א שעה אויפן פראנט' אין די הייליגע ארבעט וואס די עסקני מרכז הצלה טוען א גאנץ יאר פארנט פינעם לשכת הגיוס, צו ראטעווען אידן פון שמד.

די ציהל איז צו שאפן פונעם ציבור לכה''פ א האלב מיליאן דאלאר, דאס איבעריגע ווערט צוגעשטעלט דורך נדיבים בעם
גייט אריין דא
https://www.mercazhatsola.com/hour-campaign/
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איש את רעהו: איך האב נאר איין שאלה צו פרעגן. ווען די שונאי ישראל, די פארשאלטענע (אדער וואוילע) אראבערס, צוזאמען מיט אנדערע שונאי ישראל וועללן זיך צו ווילדעווען. און זיי וועללן, ח"ו אריינקומען קיין מאה שערים אין ירושלים און אויס שח'טן די אידן און טון אנדערע תועבות און רציחות צו דיין מאמע, שוועסטער, באבע און אנדערע נשים צדקניות, היל"ת. צו וועם וועסטו דיך ווענדן (חוץ פון ארויסנעמען דאס תהילמ'ל, פארשטייצעך) צו וועלכע ארגאניזאציע וועסטו דיך ווענדן, ..? צו די יו. ען. אדער די פאלעסטינער מיליטערישע קרעפטן. אדער אפשר גאר צו די מיליטער פון דעם מלך של חסד אבודללאה, פון ירדן. אדער על סיסי (ורוכבו) פון מצרים...?!...!

היינט. גערעכט אדער נישט. שיטה אדער נישט. די מדינת ישראל מיליטער שטייט און באשיצט (בעזהשי"ת) די גרעניצן. מוז זיך א יעדער אייינוואוינער צו שטעללן. א יעדער אויף זיין אייגנארטיגן וועג. אונז (ערליכע אידן) דארפן נאר זעהן אז די אידישע בחורים און יונגעלייט אויף וועם מ'האט ארויפגעלייגט דעם עול פון באשיצן די גרעניצן, זאלל אנקומען צו א מיליטערישע איינהייט פון ערליכע אידן. אז זיינע באדערפענישן אלס ערליכער איד זאללן אנגעהאלטן ווערן. און ער זאלל זיין אין א סביבה פון אנדערע ערליכע אידישע סאלדאטן...!

וויאזוי שטייט אין פסוק, אז משה רבנו האט גערעדט צו די בני גד ובני ראובן, ווען זיי האבן געואלט האבן א חלק אין ארץ ישראל אין עבר הירדן. יא. וואס עטץ רופטס (דו און די אנדערע שונאי ישראל) די אקופירטע שטחים פון דעם מערב ברעג/וועסט בענק. ..."האחיכם יצאו למלחמה ואתם תשבו פה"?...!

נו, וואס זאגסטו צו דעים...?! איך לאז איבער א פאון (י) נאמבער. דו קענסט מיך רופן ווען דו האסט אן ענטפער אויף מיין שאלה... ייש"כ...)467( 1865(...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

הרב בעל-עגלה:

https://youtu.be/vJWPB2NnH-Q?t=102
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

כ'האב מיך שוין געוואלט אנשליסן אינעם גרויסארטיגן הצלה קאמפיין. ס'הייסט? ראטעווען בחורים פונעם ציוניסטישען מיליטער? כ'וואלט אפילו געהאלפן בחורים זיך ארויסצודרייען פונעם אמעריקאנער מיליטער אויב ס'וואלט ווען געווען איינגעשטעלט א דרעפט....א בחור דארף זיך נישט דרייען מיט קיין אנגעלאדענטער מאשין ביקס. א שאכטעל צוגארעטליך און א קליינישיגע ראדיא אפאראט מיטצוהאלטן די דראמיטשע באל געווארפכס שפילערייען איז פולשטענדיג גענוג...

אלענפאלס, כ'האב אבער געזוכט עטליכע אחריות'דיגע אונטערגעשריבענע אויפן הצלה קאמפיין, כ'האב באשיינפערליך נישט געוואלט מיין געלט זאל גיין פאר די מיסטיריעזע אונטערערדישע וויליאמסבורגער אונטערוועלט, וועלכע איז באוויסט אלס די קלאר ענד שטערן קא. דארט ווי די געלט פון אזעלכע ערליי קאמפיינס גייען אין אלגעמיין. באמערק איך אזוי אז דער לעגעדארער ים חזיר און צווישן-פוס-טאפער המפורסם לשם ולתפלות, החסיד האמיתי עמרם טייטלבוים זעלבסט איז פון די אונטערגעשריבענע אחראים ה''י , ס'איז מיר באלד שווארץ געווארן פאר די אויגן....

פארבונד איך מיך מיט מיינס א ידיד א הייסער תו''א חסיד און איך פרעג אים צו כ'זאל אריין ווארפן עטליכע גרייצער צום קאמפיין. חלילה חלילה! נעמט ער זיך שרייען מיט א האסטיגער געשריי... א זאך וואס האט צו טאן מיט ע.ט. שטייט מען צום ווייניגסטנס טויזענט מיילן אוועק. די ווילסט פילייכט נישט וויסן וואס פאר א ווארע די ירושלמער משמרת הצניעות האט אויף דעם בר נש...

שוין כ'בין ב''ה געבליבן מיט עטליכע גרייצער איבריג אין די קעשענע. באשעפער בענטש אמערישקע...
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

@קאך לעפל ווערט מיר א זאלי....... רעדט זייער שפראך

עמרם טייטלבוים איז א ליגנער א פאקטן פארדרייער ווי אלע סיקריקים און דעטס איט
אבו עלא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2018 10:15 pm
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך אבו עלא »

גאנצל האט געשריבן:@קאך לעפל ווערט מיר א זאלי....... רעדט זייער שפראך

עמרם טייטלבוים איז א ליגנער א פאקטן פארדרייער ווי אלע סיקריקים און דעטס איט

א ליגנער און פאקטען פארדרייער פונקט וי אלע סיקריקים, און הונגערישע סאקמוירים.
און פונקט וי די ספרים וואס פארמאגט ליגענט און פארדרייטע פאקטען.
ויואל משה, ועל הגאולה.
חאמדיללה אללה הוא עכבר.
תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:49 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 280 מאל

שליחה דורך תמים »

קאך_לעפל האט געשריבן:כ'האב מיך שוין געוואלט אנשליסן אינעם גרויסארטיגן הצלה קאמפיין. ס'הייסט? ראטעווען בחורים פונעם ציוניסטישען מיליטער? כ'וואלט אפילו געהאלפן בחורים זיך ארויסצודרייען פונעם אמעריקאנער מיליטער אויב ס'וואלט ווען געווען איינגעשטעלט א דרעפט....א בחור דארף זיך נישט דרייען מיט קיין אנגעלאדענטער מאשין ביקס. א שאכטעל צוגארעטליך און א קליינישיגע ראדיא אפאראט מיטצוהאלטן די דראמיטשע באל געווארפכס שפילערייען איז פולשטענדיג גענוג...

אלענפאלס, כ'האב אבער געזוכט עטליכע אחריות'דיגע אונטערגעשריבענע אויפן הצלה קאמפיין, כ'האב באשיינפערליך נישט געוואלט מיין געלט זאל גיין פאר די מיסטיריעזע אונטערערדישע וויליאמסבורגער אונטערוועלט, וועלכע איז באוויסט אלס די קלאר ענד שטערן קא. דארט ווי די געלט פון אזעלכע ערליי קאמפיינס גייען אין אלגעמיין. באמערק איך אזוי אז דער לעגעדארער ים חזיר און צווישן-פוס-טאפער המפורסם לשם ולתפלות, החסיד האמיתי עמרם טייטלבוים זעלבסט איז פון די אונטערגעשריבענע אחראים ה''י , ס'איז מיר באלד שווארץ געווארן פאר די אויגן....

פארבונד איך מיך מיט מיינס א ידיד א הייסער תו''א חסיד און איך פרעג אים צו כ'זאל אריין ווארפן עטליכע גרייצער צום קאמפיין. חלילה חלילה! נעמט ער זיך שרייען מיט א האסטיגער געשריי... א זאך וואס האט צו טאן מיט ע.ט. שטייט מען צום ווייניגסטנס טויזענט מיילן אוועק. די ווילסט פילייכט נישט וויסן וואס פאר א ווארע די ירושלמער משמרת הצניעות האט אויף דעם בר נש...

שוין כ'בין ב''ה געבליבן מיט עטליכע גרייצער איבריג אין די קעשענע. באשעפער בענטש אמערישקע...

וויאזוי האט נאר יענער געזאגט? אז די וועסט זאגן ליגענט אויף מיר וועל איך נישט האבן קיין ברירה ווי צי זאגן די אמת אויף דיר

עכ"ז גיי איך דעליטען מיינע מעסדזשעס אין ביטע נעם עס אראפ פון די ציטיר תגובות.. איך פרוביר מיך נוהג צי זיין נישט צי באשמירן מענטשען אויף קיין פריוואטע זאכן אפילו אויב סאיז אמת און אפילו אויף פובליק פיגורן..

ב"ה איך דריי מיך נישט אין דיין ענווייראמענט די לעצטע 20 יאר ווי באשמירן פערזענליכע מענטשען מיט רשעותדיגע פערזענליכע אטאקעס איז א לכתחילה פאר פארטיי..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תמים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

תמים האט געשריבן:

קאך_לעפל, איך קען דיר ערלעדיגען א סיגניטשער פונעם אמסטערדאם-אנטווערפענער פוס-טאפער... צי גאר פונעם פאטער, המקוה-קוקער הנודע מקרית יואל -סיגעט וומ"ס (ביז מהאט אים פארשפארט אין זיין אייגענע מקוה.. כידוע ליודעי חן..) וועט עס עפעס העלפן?

סאיז נישט קיין גרינגע ארבעט.. נאכן שווערן היסטארישע נעססא 20 טויזענט דורכפאל.. אין מיר עקספעקטען אסאך פאן ווען דער פי האתון וועט זיך עפענען נאכען זיך בארואיגען..

אבער איך קען פרובירן אז שמואל שלמה זאל אים קאנוויסען אז היות דריי חדשים ארום גייט שוין זיין א גיוס פראבלעם.. און מוועט קענען זאגן אז מאזעס העלפט שוין נישט... אין אז דער רבי איז יא דער ערשטער צי פירן די מערכה אין דערווישען זיין סיגניטשער.. אין אטאמאטיש וועט מען אויך פארדינען די אנדערע חתימות פון מרן מספינקא אין בויאם'ר רב..

לאז מיר נאר וויסן צי נאכדעם העמיר דערווישען די אויסגעגארטע פינעווער פון דיין קעשענע..

פיסטע דעמאגאגיע...

האסט עפעס צו זאגן איבער די הצלה קאמפיין? ניין? דאן געט אין גיהינום אויט אוו הער... קאפערענדא?

גוטע טאגע... א מין תמים דאס...
תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:49 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 280 מאל

שליחה דורך תמים »

וויאזוי האט נאר יענער געזאגט? אז די וועסט זאגן ליגענט אויף מיר וועל איך נישט האבן קיין ברירה ווי צי זאגן די אמת אויף דיר

עכ"ז גיי איך דעליטען מיינע מעסדזשעס אין ביטע נעם עס אראפ פון די ציטיר תגובות.. איך פרוביר מיך נוהג צי זיין נישט צי באשמירן מענטשען אויף קיין פריוואטע זאכן אפילו אויב סאיז אמת און אפילו אויף פובליק פיגורן..

ב"ה איך דריי מיך נישט אין דיין ענווייראמענט די לעצטע 20 יאר ווי באשמירן פערזענליכע מענטשען מיט רשעותדיגע פערזענליכע אטאקעס איז א לכתחילה פאר פארטיי..
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

תמים האט געשריבן:וויאזוי האט נאר יענער געזאגט? אז די וועסט זאגן ליגענט אויף מיר וועל איך נישט האבן קיין ברירה ווי צי זאגן די אמת אויף דיר

עכ"ז גיי איך דעליטען מיינע מעסדזשעס אין ביטע נעם עס אראפ פון די ציטיר תגובות.. איך פרוביר מיך נוהג צי זיין נישט צי באשמירן מענטשען אויף קיין פריוואטע זאכן אפילו אויב סאיז אמת און אפילו אויף פובליק פיגורן..

ב"ה איך דריי מיך נישט אין דיין ענווייראמענט די לעצטע 20 יאר ווי באשמירן פערזענליכע מענטשען מיט רשעותדיגע פערזענליכע אטאקעס איז א לכתחילה פאר פארטיי..

אנטשולדיגט איך ארבייט נישט פאר די סענעטאציע דיפארטמענט... אויב די הנהלה געפונט פאר וויכטיג צו מעקן זאלן זיי עס טאן געזונטערהייט....

ואתכם הסליחה...
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

אין וועלכע ערוויימענט דרייסטו זיך נישט... בה...... ?????? וואס האט מען ניט געטון דארט ????.......... :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

Re: א שעה אויפן פראנט קעגן דעם שונא

שליחה דורך קפה נמס »

@איש את רעהו
איך מוז מודה זיין אז דאס מאל איז די "אמת" אויף ענקער זייט. כ'האב געליינט שבת די קאמפיין בראשור און ס'ווערט דארט געברענגט אמת'ע ערשטהאנטיגע עדות'ן פון עסקנים פון לאנדאן, מאנסי און קרית יואל וואס מ'האט זיי אליינס געוויזן ווי מ'ראטעוועט נפשות פון שמד נעבן די "לשכת הגיוס".

אויך איז 'באמת' דא א קאמפיין ווי מ'האפט אריינצוברענגען הונדערטע טויזנטע דאלארן להרבות כבוד שמים....
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:הרב בעל-עגלה:

https://youtu.be/vJWPB2NnH-Q?t=102

רביה"ק זי"ע: דער ח"כ פייגלין הי"ו זאגט מורא'דיגע ווערטער. צווישן אנדערע זאגט ער אז..."דער רמטכ"ל וועט ארויסשפרינגען פון פענצטער ווען מ'וועט ארייננעמען די חרדים אין מיליטער"...! דער פרייער ח"כ איז מודה אז זיי וויללן די חרדים אין מילטער נאר אלס כור ההיתוך. אז די חרדים זאללן זיך אריינשמעלצן אין די איזראעלי (פרייע) סאסייעטי.

אבער אין מקרא יוצא מידי פשוטו. וויאזוי ס'זאלל נישט זיין. אין דעם היינטיגן סיסטעם דארפן די ערליכע אידן (רוף זיי וויאזוי דו ווילסט.) נעמען א טייל אין די פיזישע פארטיידיגונג און באשיצונג פון די גרעניצן...!

איך האב געזעהן בילדער ווי אין די מלחמה פון 1948 האבן ישיבה בחורים מיט זייער ישבה'שן לבוש אנטייל גענומען אין די שלאכטן. זיי האבן געקעמפט מיט מאשין געווער אין זייערע הענט...! ווייל סוכ"ס, מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף די חסדים פון די בני קטורה וישמעאל...!

דער קליפ איז בערך פון יאר 2013. איז טאקע א וואונדער פארוואס הרב שמואל אויערבאך ז"ל ופלגתו הירושלמי האבן נישט גענוצט דעם ח"כ פייגלין ני"ו אלס זייער פיהרשפרעכער/רעפ. אפשר מהרז"ל אליינס קען איהם אויכעט נוצן. כאטש ער איז א רעליגיעז-ציוניס'טישער איד. אבער א איד א ת"ח וואס לערנט שיעורים בקביעות...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ער זאגט דארט צווישן אנדערן אז די מיליטער האט אן איבערפלוס פון סאלדאטן וואס מ'דארף נישט האבן און זיי קאסטן סתם געלט פאר די שטייער צאלער, לויט דעם קומט אויס אז איינער וואס דרייט זיך ארויס פון גיין, נישט נאר וואס ער טוט נישט קיין עולה נאר ער טוט גאר אויף פאר אידישקייט, ער שפארט הייליגע אידיש געלט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נאך א שטיקל הוספה צום פריער'דיגן מאמר: אויב מ'זאלל וויסן אז די אראבישע חיילות למינהם וועללן ח"ו נישט שעדיגן קיין שום אידישן נפש, ביניך מסכים אז מ'זאלל פארמאכן די מדינה. נישט מארגן. נאר נאך היינט. פאר צאת הכוכבים. און מזאלל ארויפלייגן א גרויסן שלאס אויף די כנסת בילדינג...! מ'קען עס אויכעט איבערגעבן פאר די וואוילע פאלעסטינער אויטאריטעט מיט זייער פרעזידענט אבאס יר"ר (ירום ראשו) . דער באוואוסטער אוהב (אויב) ישראל בראש...!

אונז ווייסן מיר דאך אבער ליידער דעם ווירקליכן מציאות. אז די בלוט דארשטיגע אראבישע מערדערס שארפן שוין זייערע מעסערס ח"ו אויסצושעכטן אלע אידן אן אויסנאם. אדער אפגעזעהן פון זייער רעליגיעזן שטאנד, היל"ת...! אזוי ווי זיי האלטן אין איין שרייען די לאזונג..."איטבח על יאהוד"...!

נאר די רישעות'דיגע און בייזווייליגע נטורי חרתא און די נארישע נאכשלעפערס וועלכע שרייען קנאות. זיי קוקן נישט די מציאות אין פנים אריין...!

אזוי ווי הרב אמנון יצחק שליט"א (אה. כ'האב פארגעסן ער איז דאך שוין פסול. ר'איז א ציוני.) האט געזאגט במתק לשונו פאר א פאררוקטן נטורי חרתא'ניק...אז זיינע פריינט די אראבערס, ימ"ש וועללן זיי אליינס פוגע זיין. נאר דערווייל נוצן זיי די בייזוויליגע טיפשים פאר זייער פראפאגאנדע. ווייל די בהמות געבן חיזוק פאר די רוצחים פון אידן...!
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

פעולות הצלה אויפן פראנט

שליחה דורך איש את רעהו »

https://drive.google.com/file/d/14a_Ok8 ... JvK0l/view

קחו חבל בהצלת נפשות.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איש את רעהו: וואס זעהט מען סך הכול אויף דעים קליפ.....? אז דער אזוי גערופענער ישיבה בחור /כולל יונגערמאן גייט אן א קאפל. און אז מ'שלאגט זיך מיט די סאלדאטן און די פאליציי. און אז דער עסקן רעדט עיברית/העברעאיש...!
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

berlbalaguleh האט געשריבן:איש את רעהו: וואס זעהט מען סך הכול אויף דעים קליפ.....? אז דער אזוי גערופענער ישיבה בחור /כולל יונגערמאן גייט אן א קאפל. און אז מ'שלאגט זיך מיט די סאלדאטן און די פאליציי. און אז דער עסקן רעדט עיברית/העברעאיש...!

נאופ
מען זעהט א איד וואס דארף פאלן לצבא הציוני באקומט הילף
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

ב"ה

שליחה דורך איש את רעהו »

1,153 שעות שוין פארקויפט
בס"ה אריינגעקומען $43.814.00
נאך 12,023 פארבליבן
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

פוי, אינטערנעט קאמפיין. וואו זענט עטץ ארונים ווען מ'דארף ענק האבן...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

berlbalaguleh האט געשריבן:איש את רעהו: איך האב נאר איין שאלה צו פרעגן. ווען די שונאי ישראל, די פארשאלטענע (אדער וואוילע) אראבערס, צוזאמען מיט אנדערע שונאי ישראל וועללן זיך צו ווילדעווען. און זיי וועללן, ח"ו אריינקומען קיין מאה שערים אין ירושלים און אויס שח'טן די אידן און טון אנדערע תועבות און רציחות צו דיין מאמע, שוועסטער, באבע און אנדערע נשים צדקניות, היל"ת. צו וועם וועסטו דיך ווענדן (חוץ פון ארויסנעמען דאס תהילמ'ל, פארשטייצעך) צו וועלכע ארגאניזאציע וועסטו דיך ווענדן, ..? צו די יו. ען. אדער די פאלעסטינער מיליטערישע קרעפטן. אדער אפשר גאר צו די מיליטער פון דעם מלך של חסד אבודללאה, פון ירדן. אדער על סיסי (ורוכבו) פון מצרים...?!...!

היינט. גערעכט אדער נישט. שיטה אדער נישט. די מדינת ישראל מיליטער שטייט און באשיצט (בעזהשי"ת) די גרעניצן. מוז זיך א יעדער אייינוואוינער צו שטעללן. א יעדער אויף זיין אייגנארטיגן וועג. אונז (ערליכע אידן) דארפן נאר זעהן אז די אידישע בחורים און יונגעלייט אויף וועם מ'האט ארויפגעלייגט דעם עול פון באשיצן די גרעניצן, זאלל אנקומען צו א מיליטערישע איינהייט פון ערליכע אידן. אז זיינע באדערפענישן אלס ערליכער איד זאללן אנגעהאלטן ווערן. און ער זאלל זיין אין א סביבה פון אנדערע ערליכע אידישע סאלדאטן...!

וויאזוי שטייט אין פסוק, אז משה רבנו האט גערעדט צו די בני גד ובני ראובן, ווען זיי האבן געואלט האבן א חלק אין ארץ ישראל אין עבר הירדן. יא. וואס עטץ רופטס (דו און די אנדערע שונאי ישראל) די אקופירטע שטחים פון דעם מערב ברעג/וועסט בענק. ..."האחיכם יצאו למלחמה ואתם תשבו פה"?...!

נו, וואס זאגסטו צו דעים...?! איך לאז איבער א פאון (י) נאמבער. דו קענסט מיך רופן ווען דו האסט אן ענטפער אויף מיין שאלה... ייש"כ...)467( 1865(...!

הערסט א גערעדעכץ. זיצט מיר ר' בערל אין אמעריקא אויף אן עירקאנדישאנד באס און שרייט אז די ישראלישע יונגווארג דארף גיין אין מיליטער. קען זיין דיינע טענות זענען גערעכט אבער ס'גייט זיך נישט אזוי גרינג אין מיליטער ועאכו"כ פאר א פרומע איד. וואלסטי געוואלט דיינע קינדער זאלן אהין גיין, און איך רעדט וועגן די א. ג."פרומע אפטיילונג"?
אלע חרד'ישע קרייזן האלטן אז פאר א פרומע בחור צו גיין אין מיליטער איז א געפערליכע זאך און יעדער פראבירט דאס אפצושטעלן. די קרייזן וואס זענען א טייל פון די מדינה קומען דערווייל נישט ארויס מיט א מלחמה דערקעגן ווייל זיי האלטן אז מיט פארהאנדלונגן וועט מען מער אויפטון. די סאטמערע האלטן אז מ'דארף עס שוין פייטן. אבער קיינער זאגט נישט ווי דיר אז מ'זאל גיין אין מיליטער
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שמעון וואלף האט געשריבן:אבער קיינער זאגט נישט ווי דיר אז מ'זאל גיין אין מיליטער

כ'האב גרויס נייעס פאר דיר.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:אבער קיינער זאגט נישט ווי דיר אז מ'זאל גיין אין מיליטער

כ'האב גרויס נייעס פאר דיר.

איך בין גרייט צו הערן נייעס
פארשפארט