תורה ומדע האט געשריבן:R ליטוואק, זיער קלאר און ריכטיג. אבער איין פראבלעם איז דא. עס זענען פארהאן 80% פון אינגעלייט און בחורים וואס זענען נישט ביכולת אליין צו לערנען די ספרים אדער מחמת חסרון אין כשרון אדער מחמת חסרון אין צייט. די ספרים זענען געשריבען נישט פאר די המון עם. דער טשעלענדש איז וויאזוי צו בארירן דער פשוטער עמך אידץ
ס'איז מיר שווער צו גלויבען אז א מענטש וואס טראכט נישט און לעבט א גולם סארט לעבען וועט האבען פראבלעמען מיט תומ"צ ווייל ער ווייסט נישט פארוואס ער טוט עס. דאס איז לכתחלה מער פאר דענקער'ס און בעלי דעת. דיין עמך איד ווערט אפשר צודרייט פון זיין תאוות, און זיין פארשטאנד איז אפשר נישט גענוג קלאר איהם צוריק צו האלטען פון זינדיגען, אבער לעומת זה האט ער א תמימות וואס וועט איהם נישט לאזען זינדיגען. און אפילו טאמער ער זינדיגט יא, מיין איך אז די חברה זענען נישט די וואס קנאקען דער טיר אונטער זיך און ווערען פולקאמער אויסגערופענער אפיקורסים. עפ"י רוב, עכ"פ צווישען חסידים, זענען די אוועק לויפער'ס מער אנדערע סארט דענקער'ס וואס ווייסען נישט וויאזוי זיך צו ספראווען מיט די ספקות, וכמו"ש דא.
איך מיין אויך אז מ'איז צו שנעל מוותר אויף א מענטש'ס שכל. ווען דער סביבה פאדערט נישט קיין טראכטען און מ'אנטוויקעלט נישט א מענטש'ס שכל, דארף א מענטש זיך דערהויבען צו ווערען עפעס. די אלע 'עמך אידען' זענען נאר א קרבן פון דאס נישט אנטוויקעלען דער שכל. וידועים דברי התנדב"א וועגען די חכם וואס האט געטראפען אן ארבעטארער, וואס צו זיין ארבעט האט ער אלס פארשטאנען, אבער צו תורה האט ער געטענה'ט אז ער טויג נישט. אזוי פיל חכמים בעלי מדע אין ביזנעס, מיט א מרץ און א שטופ צו שטייגען אין ביזנעס, ווייסען גארנ ישט פון לערנען ווייל זייער כשרונות זענען נישט אהין געווידמעט געווארען בנעוריהם. איך האב יעצט אנגעהויבען א חברותא'שאפט מיט איינעם וואס לפי הודאתו איז דער מאקסימום לערנען וואס ער האט געטוהן אין לעצטע יארען געווען פרקי אבות. וואס קען איך אייך זאגען? א בעל כשרון, וואס פארשטייט צו א סברא און כאפט דער סוגיא שנעל. נאר מסתמא אלס בחור האט ער זיך נישט צוגעשטעלט צום לערנען אין ישיבה ווי א מתמיד, און ער איז געבליבען מיט א טעם אין מויל כאילו לערנען איז נישט פאר איהם. ער איז היינט א גרויסע עושר, אסער א שאד אויף אזא קאפ אז ס'ליגט אין געלט און פעלט איהם דער עיקר אויסארבעטונג וואס א מענטש קען האבען, וואס דאס איז לערנען תורה.