היסטארישע אנעקסעישאן פון 507 אקער לאנד אין קרית יואל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

קאסטנער האט געשריבן:
signout האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:שעפטל, מ'טאנצט נישט אויף קיין שום חתונה. די אלייענס האט נישט גענומען קיין שום אקטיווע שריט לטובת אדער קעגן די אנעקסעישאן.

דער פאלשערבריוו, מעשי ידי סעגעדין אדער שש"ק, איז קיינמאל נישט געווארן פארארדנט דורך מענדל שווימער אדער די אלייענס , סטיקנדיג צו זייער פאליסי ביז איצט זיך נישט אריין צו מישן.

וועלכע קאליר ווערסטו ווען די זאגסט ליגענט? מהרז''ל האט זיך ציקריגט מיט אייגענע מענטשן, ובתוכם נארמאל באזעסענע מענטשן נגידים אין תומכים, ביים וואוטען אין געבן שטיצע פאר יונייטעד מאנרוי וועלכע איז געווען נאך א שטופ קעגן ענעקסעישאן,


אלס ליגנט?
ענדליך צי דיין קאליר בשעתן שרייבן די תגובה...

עטס מעגטס ענק שוין נישט אויסלערנען וויאזוי מען עסט א דוירכפאל, סגארנישט דורך די יארן האט עטס שוין געהאט ערגערס,


גראדע ביסטו נישט גערכט אז"א דורכפאל האבן מיר שוין לאנג נישט געהאט ס'איז עפעס אזא מין פרייליכע דורכפאל
די וויליזש האט צובאקומען לאנד וואס דארט אליין קען מען אויפבויען א שיינע פאר שיכון ברך משה'ס און ר' שמואל שלמה מיט אברהם בער יאקאבאוויטש וועלן שטיין און ווארטן ביז די נייע דורכפאל וועט אנקומען און זייערע ברודערלעך וועלן זיך נאכאמאל פרייען מיט די דורכפאל וואס זיי האבן גארנישט באמת קעגן דעם ........... (שלשלת נוסח זאלי)
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ק/פ....

‎מאסיווער זיג פאר תושבי קרית יואל ווען מאנרא טאון באורד שטימט "יא" פאר 164 אנעקסעישאן פעטיציע

די זאלן פון בית רחל פאראדייס איז געווען איבערגעפילט מקצה אל הקצה, אזש די קרית יואל פאבליק סעיפטי איז געצווינגען געווען אפצושליסן די אריינגאנג צוליב זיכערהייטס סיבות, איבערלאזנדיג א ריזיגע מאסע מענטשן אינדרויסן.עס האט געהערשט אן אנגעצויגענקייט אין זאל ווען מען האט זיך געגרייט צו זעהן וויאזוי די מאנרא טאון באורד וועט שטימען איבער דער היסטארישער קרית יואל אנעקסעישאן.

די ציושעטע-מאסן פון די יונייטעד מאנרא אפאזיציע גרופ האבן ווי שטענדיג זיך געלאזט הערן יעדע עטליכע מינוט מיט הייזעריגע אויסבראכן, פאכנדיג אמעריקאנער פענער און אנדערע פלאקאטן מיט גרייזיגע לש"ק-אויפשריפטן צו פראטעסטירן די אנעקסעישאן, בעת פון די אנדערע זייט איז געווען א געוואלדיגער קידוש שם שמים ווען תושבי קרית יואל זענען געשטאנען איידל, און געדולדיג געווארט צו הערן די אויסגאנג אן קיין צווישנרופן, אדער געשרייען און דאס האט קענטליך איבערגעלאזט א געוואלדיגער פאזעטיווע רושם און קענטליך אויסגענומען אויף די אנדערע נישט-אידישע באטייליגטע, ווי רעפארטער, פאליציי אפיצירן, און אנדערע פאליטישע באאמטע א.א.וו.

די באורד מיטגלידער האבן גענומען זייער צייט צו רעדן און אראפגעבן אן ערקלערונג פארוואס זיי שטימען, "יא" אדער "ניין" פאר די אנעקסעישאן, וואס ווי פארשטענדליך זענען זיי כסדר איבערגעהאקט געווארן יעדעס מאל וואס ס'האט אויסגעזעהן אז זיי דרוקן אין פינטל... אבער ס"איז קענטליך געווען אז די באורד מעמבערס זענען שוין געוואוינט צו די גרויליגע אויפפירונג פון די טרויעריג-בארימטע גרופע וועלכע זייען אן כאאס און אנארכיע ביי יעדן טאון באורד מיטונג, און ס'איז געווען צום שטוינען וויאזוי דער טאון סופערווייזער און די איבעריגע מיטגלידער זענען געזיצן מיט די גרעסטע מאס רויאיגקייט און גענצליך איגנארירט די וואנזיניגע געשרייען פון די רויטע מאסן, נאר פארגעזעצט מיט זייערע רעדעס.

עס האט נישט לאנג גענומען, און מען האט באלד געזעהן - ווי פאראויסגעשאצט - אז די באורד וועט לכאורה בלויז שטימען "יא" פאר די קלענערע 164 עיקער פאטיציע, און "ניין" פאר די 507 עיקער פאטיציע.

ס'האט נישט לאנג גענומען, און א מערהייט פון די שטייפע העלדישע באורד מיטגלידער, האבן געשטימט "יא" פאר די קלענערע פאטיציע, די 164 עיקער, און "ניין" פאר די 507 פאטיציע מיטן אויסנאם פון איין מיטגליד, דעניס מאקוואוטערס, א געוועזענע גלח, וועלכע האט געשטימט "ניין" פאר ביידע פעטיציעס ווערנדיג אריינגעוועלט דורך די יונייטעד מאנרא פון איין זייט, און זייענדיג א גלח, וועלכע פרובירט צו ארבעטן מיט ביידע זייטן, און פרובירט זיך אהערצושטעלן אלס א מער אויפריכטיגער מאן, האט זיך געטראפן אין א "סענדוויטש", און באשלאסן צו גיין " ניין" פאר ביידע. דא וויל ער צופרידן שטעלן די וויילער וואס אדאנק זיי זיצט ער אויפן בענקל, אבער פון די אנדערע פארשטייט ער אויך אז קרית יואל דארף דרינגנד די אנעקסעישאן. האט ער גענומען א מהלך פון שטימען "ניין" פאר ביידע פעטיציעס, וואוסנדיג ביי זיך אז זיין שטימע וועט שוין נישט אפעקטירן די 164 פעטיציע זינט די איבעריגע וועלן שטימען דערפאר.

למעשה איז טאקע דער 164 באשטעטיגט געווארן דורך אן איבערוויגנדע מערהייט צו די פרייד און פארגעניגען פון תושבי קרית יואל, און אויפברויז און אנטריסונג פון די וויסטע י"מ נאכשלעפער.

ווי נעכטן געשריבן, וועט די ק"י ווילעדזש אריינגיין אין געריכט צו קעמפן פאר די איבעריגע עיקערס וועלכע געפינט זיך אין די אנדערע חלק פון די 507 עיקערס. און אין די זעלבע צייט פלאנט י"מ צו לויפן אין געריכט אפצושטעלן די 164-עיקערס וועלכע איז נעכטן באשטעטיגט געווארן, און ווי דזשאן עלעגראו, איינע פון די י"מ פירער האט נעכטן אין א שמועס געזאגט, "נאו-קאמפרימייס", מען וועט נישט נאכגעבן קיין אינטש...

ס'איז יעדנס האפענונג אז בקרוב זאל מען קען מיטטיילן די גינסטיגע נייעס אז סיי די קעיס פון י"מ קעגן די 164-פעטיציע ארויסגעשליידערט געווארן, און אז די געריכט האט אנגענומען די ארגומענטן פון די ווילעדזש איבער די איבעריגע עיקער וועלכע זענען נעכטן אנידערגעשטימט געווארן.

אין דער זעלבער צייט איז ווייטאגליך און טייל מאל האר-אויפשטעלנד צו זעהן וואספארא נידעריגע קאמפיין די קעגנער פירן, מיטן פארשפרייטן פרעכע שקרים אן אפילו צושטעלן די מינדעסטע באווייזן, און די פוסטע נאכפאלגער וועלן בלינדערהייט אלעס גלויבן און אפקויפן.

צווישן די פילצאליגע בילבולים וואס זיי האבן פארשפרייט איז געווען, אז ס'איז נישט פארהאן קיין איין פארפאלק אין קרית יואל וועלכע זענען לעגאל חתונה געהאט, און קיינער האט נישט קיין "מעריטש-לייסענס", אזוי ארום קען מען ארויסדערווישן פארשידענע פראגראמען פון די רעגירונג. מיר אלע ווייסן אז יעדע פארפאלק פארמאגט "מעריטש-לייסענס ", א מציאות וועלכע קען זייער גרינג אויפגעוויזן ווערן פאר איינער וואס זוכט באמת צו וויסן דעם ריינעם אמת. אבער אזוי לאנג ווי עס שפילט מיט זייער אגענדע, איז ווער דארף באווייזן?...

אבער נעכטן אויפדערנאכט האבן מיר געהאט א געלעגנהייט אויפצואווייזן פאר עטליכע תמימי לב וועלכע האבן בטוב טעם נאכגעזאגט דעם לופטיגן פאבריקאציע מיט טרערן אין די אויגן, פאר עטליכע אינגעלייט. און דא האט זיך ארויפגעשטעלט א געוואלדיגע זאך, ווען איין אינגערמאן האט געהאט ס'קעפל אויפן פלאץ און ספעציעל מיטגעברענגט זיינע דאקומענטן, ער האט זיי ארויסגעצויגען פון בוזעם-קעשענע, אויפגעוויקלט די פאפירן און געלאזט די דאקומענטן טוען דאס זייעריגע...

ס'איז געווען אומגלויבליך און שאקירנד די רעאקציע וואס די 3 מענטשן האבן געהאט אויפן געזיכט. זיי האבן נישט געגלויבט וואס זייערע אויגן זעהן. "די חסידים זענען יא לעגאל חתונה געהאט און רעגיסטרירט ביי די סטעיט"... ס'איז געווען אומגלויבליך וויאזוי זייער גאנצע טאן האט זיך מיטאמאל געטוישט, און זיי האבן פארשפראכן דאס צו גיין ווייטער דערציילן... די 3 פארגאפטע י" מ נאכשלעפער זענען פארבעטן געווארן דורך די אינגעלייט צו טוהן דאס מינדעסטע, און נאכגיין די פאקטן דורכ'ן זיך ווענדן צו די נויטיגע אגענטורן וועלכע וועלן זיי קענען צושטעלן די פאקטן.

אבער מיר אלע ווייסן דאך יא, אז רוב פון די אנהענגער זענען בכלל נישט אינטערעסירט צו טרעפן באווייזן אז די חסידים זענען אומשולדיג, און רוב פון די אפענע פאנטאזיעס זענען אויסגעזויגען פון פינגער, אבער ס'זענען יא דא צווישן זיי א מאגערע צאל וועלכע זענען נאכנישט אזוי פארהאסט און אביסעלע אויפקלערונג אין א ווייעכע שפראך, מיט א שפיי באווייזן, קען זיי טוישן דעם גאנצן בליק איבער די חסידישע געמיינדעס.

ס'איז געווען א געוואלדיגער דערגרייכונג און געוואונס פאר תושבי קרית יואל ב"ה, וועלכע לעכטצן צו קענען קויפן באקוועמע רחבות'דיגע דירות און פאר עפארדעבל פרייזן, א זאך וואס האט נישט געקענט צושטאנד קומען צוליב דער זינלאזער קאמף פון די קעגנער וואס האבן פארפירט אז עס וועט איבערלאזן א שווערע נעגעטיווע רושם אויף די ארומיגע געגנטער. איין טענה האט געלויטעט, אז אויב די געגנט וועט פארפלייצט ווערן מיט אזויפיל פרישע תושבים וועט עס שטארק אפעקטירן דעם טראפיק פארקער אינעם ראיאן. א טענה וועלכע האט אבער געברענגט צום אויבערפלאך די אמת'ע מאטיוון זייערע, און אראפגעשלעפט זייערע מאסקעס ווען תושבי קרית יואל האבן צוריקגעפרעגט דעם מיליאן-דאללער פראגע, הלמאי, ווען ס'איז געווען אין פלאן צו בויען דער קאסינא אין ארענדזש קאונטי וועלכע וואלט געוויס פאראליזירט דעם גאנצן ראיאן מיט א אנשטויסנדע טראפיק ווי קיינמאל בעפאר, און ווער רעדט נאך פון די פארברעכן-ראטעס וועלכע וואלטן דראסטיש געשטיגן, דאן האט מען נישט געהערט קיין פיפס פון די גרופע, פון די אלע אנגעגעסענע פאליטישע יוגענטליכע וועלכע קייכן אזוי ביטערליך איבער די טראפיק וואס דער קרית יואל אנעקסעישאן וועט איבערלאזן אויפן ראיאן. היפאקריטיע אין בוכשטאבליכן זין פון ווארט...

בלייבט נאר איבער מתפלל צו זיין, אז רביה"ק דער בעל דברי יואל/ויואל משה, וועלכע האט געגרינדעט זיין הייליג שטעטל, און געגארט צו קענען האבן א סאטמארע שטעטל אפגעזונדערט פון פרעמדע אנשויאונגען, זאל ווייטער בעטן און איינרייסן פאר זיינע קינדערלעך, אז מען זאל קענען לעבן במנוחה ושלוה, און ניצל ווערן פון די בייזוויליגע עלעמענטן וועלכע קענען נישט דערהייבן די אויסטערלישע בלי און וואוקס, סייעתא דשמיא, און נאבעלע איידעלע לעבנס- שטייגער פון דעם חסידישן ווילעדזש, און אז מען זאל ווייטער קענען פירן אן ערליכן לעבנס שטייגער אין אזא הייליג וואונקל, ביז קרית יואל וועט אנעקסירט ווערן קיין ירושלים עיה"ק מיט די אויסשליסליכע שטימע פון אונזער בורא ומנהיג גאט ברוך הוא, בביאת משיח צדקינו, ומלכינו בראשינו.... בב"א

כן ירבו וכן יפרוץ, המה כרעו ונפלו וכו'.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

542.jpg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ווי באריכטעט דא האבן זיך די ראשי קעי דזשעי אלייענס געטראפן מיט הארלי דאולס, זיי האבן געזאגט אז זיי האבן נישט גערעדט פון די אנעקסעישאן...

למעשה איז היינט ארויסגעקומען א בריוו וואס יעקב מאיר פערענץ האט געשיקט צו איינע פון די טאון קאנסילמעמבערס. (פארדעם האבן זיי גערופן דאולס און אים עס מסביר געווען פרעזענדליך, נישט וועלענדיג צו שיקן דעם אימעיל פאר אים... וואס פאר די וואנזיניגער דאולס שטייט דאס אויס ארויפצוברענגן אין פאבליק און פארשפרייטן...)

[left]From: Jacob Ferencz <jacfer@gmail.com>

Subject: Kiryas Joel Annexation without Discrimination

Date: September 4, 2015 at 5:01:58 PM EDT

To:

Cc: Lipa Deutch <lipadeutch@yahoo.com>, Chaim Yosef Niederman <joseph@gsiequities.com>

Dear

We are faced with the reality that whether through the votes of the respective boards in Town of Monroe and Village of Kiryas Joel, or through the Courts in case one or both annexation petitions are voted down by the Town of Monroe board, Kiryas Joel will most likely get what they want and annex the entire 507 acres into KJ.

The moment the voting ends, the entire process moves to the Courts where KJ has a history of getting their way with their high priced Park Ave lawyers paid for by the insurance companies once the Village is sued or by the tax payers of KJ if the Village has to initiate the Court action. Either way, it is paid by the public and not by the Village leaders personally and therefore there is an unlimited budget for Attorneys which will give them the upper hand in the eventual litigation.

Therefore, the ONLY time that the Village has any need for the Town representatives is between now and September 8. After that vote has taken place, the Village leadership has no need for ANY of them, does not care at all whether they will be re-elected or not and certainly doesn't care for their and their families struggles resulting from the vote.

For us, so called "Dissidents" residing in KJ and in the to-be annexed areas, the situation will become even more perilous on several levels. If up to this point we could build our community facilities, Shuls, Mikvahs, Schools in the Town of Monroe, close by to the borders of the existing KJ, as we are doing now with the Grunhut shul and Schwimmers shul, we will be pushed out evenoutside the borders of the expended KJ Village making it impossible for our families to walk that distance on Shabbos and holidays.
Additionally, the water hookup agreement signed by ALL owners of annexed properties, section 7 (n) the agreement specifically provides that the water be used solely for "residential" purposes and water can not be provided to "institutional" use. Since the ground water of the properties are by this agreement sold to the Village, there would be no water available for Shuls, Mikvah's, Schools and other community facilities in the entire annexed area. Obviously this provision is not meant to restrict development of a baptist church in KJ, it is intended and will eventually complete bar the newly annexed lands from being used for any of the "Dissidents" religious needs.

Attached is an agreement drafted by our Attorney which will lift that restriction and allow for our community to foster and grow with the religious services we need in our daily lives.

Obviously, an annexation with such a restriction in place can not be considered to be in the "Overall" public interest. No religious community should endure government sanctioned discrimination and oppression in the USA in 2015.

While we might get verbal niceties from the elected officials that this restriction will not be enforced, that we will be given equal treatment under the law, we need to keep in mind the 25 year history on this subject. It took a federal court to force the Village of KJ to allow the "Chareidim" shul to exist. As we speak, the Village of KJ is actively blocking the building of Shuls in Town of Monroe property by bringing up concerns that do no concern them, as evidenced by their own buildings in the Village that they fully control.

These promises ring hollow when pitted against the actual past and current history of the Village when it comes to building shuls.

In addition to the attached amendment to water use agreement, the Village should have no objection to write and publicize an open letter committing themselves to allowing Vayoel Moshe, Bnei Yoel to build Shuls and Schools and other religious facilities within the borders of KJ.

In regards to the Grunhut shul and Schwimmer shul, the Village should have no objection to formalize their verbal promise via letter to the Town of Monroe planning board and ZBA waiving all their objections to these shuls.

Finally, we are all aware that post the annexation vote the actual annexation might be in limbo for a year or two while the court sorts out the various challenges. To ensure that these much needed shuls are not frozen in bureaucratic limbo, an agreement should be reached by the Town of Monroe and the Village of Kiryas Joel that the projects currently pending before the Town boards, shall continue to be addressed and disposed of by those boards and the boards decisions shall be binding on the Village of KJ.

Absent these protections the approval of the annexation petitions will directly lead to extreme oppression of a community that counts close to 2,000 families and school systems educating approx 5,000 children. A vote for annexation without the above understandings firmly in place by legally binding agreements will condemn these families and children to perpetual harassment and not being able to practice their religion as they choose. Pretty soon, the entire annexed area will be built out with only Village leadership aligned community facilities available on Shabbos and Holidays, when we can't drive.

The above is the minimum needed to ensure that annexation will not directly result in oppressing a community for religious differences. The above is by far not the complete list of grievances that we have against the village nor an enumeration of their oppressive tactics and discriminatory action against their citizenry. It does address at least in part the detrimental effects that annexation would impose on our community.

Please feel free to share our thoughts with your colleagues of the Town of Monroe leadership.

Jacob Ferencz[/left]

(איך האב נישט קיין קאפי פונעם אימעיל, איך האב נאר דאס באקומען, צו ס'אמת צו נישט איז דיין באשלוס... We report you decide...)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: היסטארישע אנעקסעישאן פון 507 אקער לאנד אין קרית יואל

שליחה דורך דעת תורה »

דאס איז קאמפליטלי אין ליין מיט אלייענס' שטעלונג אלל אלאנג. זיי האבן אלס אויפגעברענגט די אישו'ס און פרובירט אלע מיטלען צו דריקן דעם וויליזש צו מסכים זיין בכתב צו זייערע תנאים. אין די בריוו שטייט נישט קיין ווארט קעגן די עצם אנעקסעישאן, נאר אז זיי זאלן אויסנוצן זייער - טיים לימיטעד - פאוער צו פרעשורן דעם וויליזש איינצוגיין אויף די תנאים.

ס'איז - מיר פערזענליך - דערפרישנד צו זען די אלייענס פירער טון עפעס פאר זייער ציבור.

חוץ אויב די טענה איז היתכן פארן בלאג האט מען געגעבן א קאטעגארישן סטעיטמענט אז מען האט גארנישט גערעדט פונעם אנעקסעישאן, און עכט האט מען יא אדרעסירט די אישו'ס וואס זענען נוגע. דאס איז טאקע א מעכטיגע טענה וואס ווייזט אויף וואסערע באטריגער און אונטער ברענגער די זאלי'ס זענען.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: היסטארישע אנעקסעישאן פון 507 אקער לאנד אין קרית יואל

שליחה דורך ירא שמים »

בילד
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

ברעכנדע נייעס!


די אפעלאט געריכט האט אנטזאגט די פארלאנג פון יונייטעד מאנרא פון צו געבן א 'סטעי' אויף די ערשטע 164 עיקר אנעקסעישאן.

די קעיס איז נאך אפן פארן אפעלאט געריכט אבער דערווייל קען קרית יואל אנגיין מיט די שטחים אלס קרית יואל המורחבת!

ברוך מרחיב! יצב גבולות עמים למספר בני ישראל
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

ברוך ה'
נאך צענדליגער טויזענטער אידישע משפחות וועלן קענען האבן א דאך איבערן קאפ זיצענדיג אין גלות ומצפים לישועה
באניצער אוואטאר
סלינקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 219
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 2:09 pm
האט שוין געלייקט: 912 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

שליחה דורך סלינקי »


Kiryas Joel, United Monroe agree on new town



http://www.recordonline.com/news/201706 ... n-new-town
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

די סענאט האט היינט געפעסט א ביל אז די נייע טאון זאל שוין ווערן א טאון אין 2019 נישט ווי ס'האט געדארפט זיין 2020
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

בן ישי האט געשריבן:די סענאט האט היינט געפעסט א ביל אז די נייע טאון זאל שוין ווערן א טאון אין 2019 נישט ווי ס'האט געדארפט זיין 2020

נעכטן דורך די אסעמבלי יעצט דארף מען נאר אז די גאווערנאר זאל עס אינטערשרייבן.
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך וויל נאר פרעגן איין פשוט'ע שאלה: אבער איך וויל מקדים זיין אז איך פריי מיך זייער שטארק ווען איך זעה ווי קרית יואל אדער די טאון אוו פאלם טרי יצ"ו צושפרייט זיך און ווערט גרעסער כ"י. אבער מיין שאלה איז . פארוואס אין ארץ ישראל הייסט עס התגרות באומות. און דאהי אין אמעריקע הייסט עס נישט קיין התגרות באומות...?!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן:איך וויל נאר פרעגן איין פשוט'ע שאלה: אבער איך וויל מקדים זיין אז איך פריי מיך זייער שטארק ווען איך זעה ווי קרית יואל אדער די טאון אוו פאלם טרי יצ"ו צושפרייט זיך און ווערט גרעסער כ"י. אבער מיין שאלה איז . פארוואס אין ארץ ישראל הייסט עס התגרות באומות. און דאהי אין אמעריקע הייסט עס נישט קיין התגרות באומות...?!

איז דאס נישט געווארן אויסגעשמועסט יענע וואך ביים כינוס??
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

berlbalaguleh האט געשריבן:איך וויל נאר פרעגן איין פשוט'ע שאלה: אבער איך וויל מקדים זיין אז איך פריי מיך זייער שטארק ווען איך זעה ווי קרית יואל אדער די טאון אוו פאלם טרי יצ"ו צושפרייט זיך און ווערט גרעסער כ"י. אבער מיין שאלה איז . פארוואס אין ארץ ישראל הייסט עס התגרות באומות. און דאהי אין אמעריקע הייסט עס נישט קיין התגרות באומות...?!

ווער זאגט ס'הייסט נישט? ס'הייסט יא, נאר, איך מעג און די נישט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עמעזאן האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:איך וויל נאר פרעגן איין פשוט'ע שאלה: אבער איך וויל מקדים זיין אז איך פריי מיך זייער שטארק ווען איך זעה ווי קרית יואל אדער די טאון אוו פאלם טרי יצ"ו צושפרייט זיך און ווערט גרעסער כ"י. אבער מיין שאלה איז . פארוואס אין ארץ ישראל הייסט עס התגרות באומות. און דאהי אין אמעריקע הייסט עס נישט קיין התגרות באומות...?!

איז דאס נישט געווארן אויסגעשמועסט יענע וואך ביים כינוס??

עמעזאן: נו, זאג. אצלי הקושיא במקומה עומדת...!
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

בן ישי האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:די סענאט האט היינט געפעסט א ביל אז די נייע טאון זאל שוין ווערן א טאון אין 2019 נישט ווי ס'האט געדארפט זיין 2020

נעכטן דורך די אסעמבלי יעצט דארף מען נאר אז די גאווערנאר זאל עס אינטערשרייבן.

די גאווערנאר האט עס היינט אינטערגעשריבן
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך חסיד »

הלכה למעשה: וואספארע באפליכטונגען באקומט יעצט די טאון מער ווי ביז יעצט אויסער לאנד פארגרעסערונג? באקומען זיי אן אייגענע פאליציי פאורס? קאורט? סעניטעישן דעפארטמענט? ווער ווערט טאון סאפירווייזער?
אין אנדערע ווערטערת גייט יענקל פאליסמאן געבן טיקעטס פאר זיינע שכנים אין בית המדרש? גייט מען זען אין מקוה דעם דזשאדזש מיטן פראסיקיוטער שפריצען שעמפאו אויפן דיפענדענט אין דער לויער וועט שפריצן וואסער וכו'?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חסיד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

סופערווייזער ווערט דער ראש העיר, אברהם ווידער.
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
דוד בן ישי עבדך משיחך
פארשפארט