ר' יואל ראטה 36 שעה "הארץ קאמפיין"

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

ר' יואל ראטה 36 שעה "הארץ קאמפיין"

שליחה דורך בן ישי »

מארגן פאנגט זיך אן א זעקס און דרייסיג שעה'דיגע קאמפיין פאר מוסדות ברסלב אין וויליאמסבורג.
די ציל איז 500,000 און ס'איז דא דריי מעטשערס דאס הייסט יעדע דאללער וואס קומט אריין ווערט פוהר דאללער.
https://www.charidy.com/breslev
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

!יעדער איד וויל האבן א חלק אין א גראנדיעזער זיכוי הרבים, אט האבן מיר די געלעגנהייט



!"מיין גאנצע לעבן האט זיך געטוישט אדאנק אייך"

!"דאס ערשטער מאָל אין מיין לעבן וואס איך האב געענדיגט א מסכתא"

!"איך בין געוואויר געווארן אז איך קען אויך לערנען"

!"יעצט זע איך וואס מיינט האבן שלום בית"

!"איך האָב געדולד צו מיינע קינדער - אן אמת'ער נס"

"...אינמיטן שב"ק האָב איך אנגעטראפן א קליפ: "היט שבת! היט שבת!", זייט דעמאָלט בין איך א שומר שבת"

"...משניות - איך קען שוין נישט אן דעם"

."איך האב מיך אויסגעלערנט פשוט צו רעדן צום אייבערשטן, אה! איז דאס אַ תענוג, ממש מעין עולם הבא"

."דאס פשטות, דאס תמימות, די לויטערע אמונה - האט מיר צוריק ליכטיג געמאכט מיין לעבן"

!"אין אייער זכות האב איך אין די אנדערע עק וועלט אנגעהויבן צו דאַווענען אלע 3 תפילות יעדן טאג"

."איך האב געלייגט א גוטן פילטער אויף מיין סעלעפאון, נאכן הערן אייערע שיעורים"

."איך האב אויפגעגעבן מיין וואטסאפ אדאנק אייערע קליפס"

!איך האב באקומען א נייע הארץ, מיין הארץ איז דבוק אינעם אייבערשטן



דאס און נאך טויזנטער אזעלכע מעסידזשעס, קומען אן טאג טעגליך צום רעדאקציע טישל פון די ארויסגעבער פון די "שיעורים" און "חיזוק יומי" פון הרב יואל ראטה שליט"א אויף אידיש, און "חיזוק יומי המתורגם" אויף לשון הקודש, ענגליש, ספאניש און פראנצויזיש



צענדליגער טויזנטער מענטשן באקומען יעדן טאג אויף פארשידענע פארמען די "חיזוק יומי" וואס טוישט זייער לעבן צום גוטן, און געבט אריין אין זיי די כח און מאטעוואציע צו לעבן א ערליכע אידישע לעבן בתמימות ובפשיטות



די אויסערגעווענליכע ווייטגרייכנדע חיזוק קליפס ווערן ציטירט פון די וואונדערליכע שיעורים וואס ווערט איבערגעגעבן יעדן איינציגן טאג אין ישיבת "תפארת התורה" וואס געפונט זיך אינעם שטאט וויליאמסבורג, ברוקלין, ניו יארק. וועלכער שטייט אונטער די געניטע פירערשאפט פונעם ראש ישיבה

;הרב יואל ראטה שליט"א

די אייגנארטיגע ישיבה וואס עפענט ברייט אויף אירע טויערן מיט א ווארימע און ליבליך הארץ פאר יעדער בחור וואס באגערט צו זיין אן ערליכער איד; די ישיבה וועלכע ברענגט אריין א ליבשאפט צו אייבערשטן, און א לויטערע ליבשאפט צו די הייליגע תורה



הונדערטער קינדער און יונגע בחורים לערנען פון קליינווייז אן אין די מוסדות פון

הרב יואל ראטה שליט"א

.און ווערן אויפגעצויגן צו דעם שיינעם לעבן וואס מענטשן פון איבער די גאנצע וועלט ווערן טאג טעגליך באוואוסטזוניג דערצו, און ווערן אויפגעראכטן



אין צוגאב צו די אלע דערמאנטע אקטיוויטעטן איז אויפגעשטעלט געווארן אינעם בנין הישיבה א "בית הדפוס" וואו עס ווערן געדרוקט א יאר איבער א מיליאן ספרים און קונטרסים וואס מען איז מפיץ, כדי אז נאך א איד זאל זוכה זיין צו שפירן די זיסקייט פון אידישקייט און זיין צוגעבינדן צום אייבערשטן



ווילט איר נישט האבן א חלק אין דעם געוואלדיגן זכות? ווילט איר נישט האבן די זכות אז נאך א איד זאל באַקומען א חיזוק קליפ? די זכות אויפצולעבן און מחזק זיין נאך א איד? די זכות צו באהעפטן נאך א הארץ צום אייבערשטן? ווילט איר נישט האבן א טייל אין די געוואלדיגע זכות פון אריינברענגען אַזוי פיל הארץ און ליכטיגקייט אויף דער וועלט



איר קענט אויך האבן א חלק אינעם מאסיוון פראיעקט וואס באקט אריין אין אידישע קינדער די זיסקייט פון אידישקייט, א ריינע לויטערע אמונה, א שטענדיגע נאנטע קשר מיטן אייבערשטן, און א אומבויגזאמע בטחון אינעם אייבערשטן; די וועג וואס ווייזט פארן יעדן איד די מעגליכקייט אז ער קען אויך לערנען די הייליגע תורה אין יעדע סארט סיטואציע און צייט, לויט די לערנונג פונעם הייליגן

.רבי נחמן מברסלב זכותו יגן עלינו

מיטן העלפן דעם קאמפיין וועט איר אויך זוכה זיין צו אלע ווארימע ברכות און וואונטשן פון הגאון הגדול, פאר הדור והדרו הגאון הצדיק המקובל רבי יחזקאל ראטה שליט"א גאב"ד מראה יחזקאל, וועלכער איז באוואוסט מיט די גרויסע הערצה וואס ער האט צו די ישיבה "תפארת התורה" בפרט און "מוסדות היכל הקודש" בכלל; וואס ווערט אנגעפירט דורך נכדו חביבו דער ראש ישיבה שליט"א. גאב"ד מראה יחזקאל האט געשריבן א ספעציעלער הארציגער מכתב חיזוק וברכה פאר דעם יעצטיגן "הארץ קאמפיין", און ווער וויל דען פארפאסן אזא געלעגנהייט צו ווערן געבענטשט מיט געזונט, פרנסה און נחת דורך אזא אדם גדול



!אלזא, קומענדיגן מאנטאג און דינסטאג, ה'-ו' תמוז, וועט זיך עפענען די קאמפיין וואס וועט אונז אויך שענקען דעם זכות צו קענען נעמען א חלק אין דעם געוואלדיגן זיכוי הרבים



אם ירצה ה', קומענדיגן מאנטאג און דינסטאג, ה'-ו' תמוז, וועלן מיר אלע זיך אנשליסן אינעם קאמפיין און זוכה זיין צו העלפן מיטן גאנצן הארץ כדי מיר זאלן קענען אנקומען צום ציל פון $500,000 אז די חיזוק אפעראציע זאל קענען ווייטער אנגיין



:דריי פונקטן וואס איר זאלט נעמען אין אכט ביים ביישטייערן צום קאמפיין



יעדע $1 איז ווערד $4; יעדע נדבה ווערט געדאפלט צו פיר

מיר האבן בלויז 36 שעה אנצוקומען צום ציל

.אדער אלעס אדער גארנישט! אויב קומען מיר אן צום ציל, וועלן די מוסדות פון הרב יואל ראטה שליט"א באקומען $500,000, אויב קומען מיר נישט אן צום ציל, וועלן זיי גארנישט באקומען



...מיר טארן נישט פארפאסן דעם געוואלדיגן געלעגנהייט! מיר זענען אלע זוכה צו זיין שותפים מיטן גאנצן הארץ אין דעם פראיעקט, און מיר וועלן צוזאמען דערגרייכן דעם ציל



!א גרויסן דאנק פאר אייער הילף וואס וועט אונז ברענגען צום ציל
דוד בן ישי עבדך משיחך
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אונזער שטיבל קומט אויך א פערזענליכע הכרת הטוב פאר הרב ר' יואל אלס ידידנו החכם @ברסלבער וואס האט פאר א תקופה באשיינט און צוגעגעבן צום שטיבל אויף א יוניק אופן, מלפני הפרגוד און נאכמער מאחורי הפרגוד.
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

Give with your whole Heart.

TODAY IS THE DAY WHERE YOU CAN SUPPORT THE PLACE THAT GIVES HEART TO THE WORLD!

Today is the day for YOU to GIVE with your whole HEART.

For 36 hours, we will open our HEARTS and raise $500,000 for the well know BRESLEV MOISDES in Williamsburg, by RABBI YOEL ROTH SHLIT"A

Moisdes Breslev elevates the the world and transforms thousands of people every single day. From building vibrant community, to boys and girls schools, to kollels, to hundreds of videos influencing tens of thousands of people, Moisdes Breslev is making a real difference in real peoples’ lives.

Moisdes Breslev is a universe! And, from New York to London to Yerushalayim, Moisdes Breslev is broadcasting Emunah across the universe. Your heartfelt generosity will help support:

Community: Hundreds of young families to continue perpetuating Yiddishkeit and Lichtikeit, for generations upon generations.
Classes: Torah tziva lanu moshe… our legacy and heritage is the G-dly wisdom gifted to us by the Aybishter.
Videos: hundreds of videos reaching thousands of people every day and inspiring them in infinite ways.
Talmud Torah: Our children are our future, the guarantors of our Holy Torah. Chinuch is everything!
Girl’s School: b’zchus nashim tzidkonius… we left Mitzrayim in the merit of the righteous women. Our school produces the akeres habayis of our people.
Beis Hatavshil: Each day hundreds of portions for Breakfast, Lunch and Dinner are given out to families in need.
Everything With Heart: Everything we do, we do with heart. We need you to do the same.
Quadruple your Gift:

Every penny counts. Every dollar counts. Every action counts. Every person counts. You count!

4x matching

Your donation goes four times farther with our “Charidy Campaign”. For every dollar you donate, our matching donors will give $3 dollars—$4 for the gift of $1!

$100 becomes $400!

$180 becomes $720!

$1000 becomes $4,000!

$1,800 becomes $7,200!

36 hours

Your gift combines with others’ to achieve our goal in just 36 hours.

All or Nothing

Your donation is processed only if the campaign reaches its goal.

THANK YOU FOR BEING, LIVING, AND GIVING WITH HEART!
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

די צענדליגע טויזנטער אידן וואס באקומען חיזוק און חיות פון די הייליגע ברסלבע מוסדות, פון די ישיבה און פונעם ראש ישיבה שליט"א, וועלן האבן דעם זעלטענעם געלעגענהייט צו קענען העלפן מיטן גאנצן הארץ, כדי עס זאל ווייטער קענען אנגיין בעזרת ה' יתברך.
די מוסדות הקדושים האבן זיך ב"ה קע"ה זייער שטארק צואוואקסן, עס מוז עמוירדזשענסי געשאפן ווערן א פלאץ פאר די מיידל סקול. אויך די חדר פאר די אינגלעך איז שוין קע"ה לאנג אויסגעוואקסן דאס פלאץ. די הנהלה פלאנט יעצט בעז"ה צו קויפן א געביידע פאר די חדר און פאר די סקול, וואס דאס וועט אריינציען אין שווערע הונדערטער טויזנטעער דאלארן.
דער ציל פון דעם קאמפיין איז אויפצוטרייבן 500 טויזענט דאלער אין 36 שעה. און בעזרת ה' וועט מען מצליח זיין. אבער אויב ח"ו גרייכט מען נישט דעם ציל, וועט מען נישט באקומען קיין איין דאלער פון דעם קאמפיין. געדענקט: עס איז אלעס אדער גארנישט.
די הנהלה האט ב"ה באוויזן צו שאפן נדבנים וואס גיין 'מעטשן' יעדען נדבה דריי מאל. דאס מיינט אז יעדע דאלער וואס וועט געגעבן ווערן פארן קאמפיין, איז באמת 4 דאלער.
די תלמידים, ידידים און אנ"ש נעמען זיך אונטער א "ציל" וויפיל געלט זיי קענען זיך אונטערנעמען אריינצוברענגען פון זייערע קרובים און ידידים, יעדער וואס וויל שטעלן פאר זיך א ציל און אזוי אויך אלע וואס ווילן איבערגעבן זייערע קאנטאקטן (אימעילס, און טעלעפאן נומערן פון זייערע באקאנטע) פאר די עסקנים וואס וועלן זיך פארבינדן צו זיי און בעטן אין זייער נאמען זיך צו באשטייערן פאר די ישיבה, ווערן געבעטן צו רופן דעם קאמפיין הויפטקווארטיר אויף 718-906-2769, צו באקומען אנווייזונגען וויאזוי עס צו טון.
בשעת'ן קאמפיין וועט אויפגעשטעלט ווערן א "קאמפיין הויפטקווארטיר", ווי אלע וואס ווילן צוהעלפן אויפהייבן טעלעפאנען, אדער אנרופן נדבנים. זאלן רופן אויף 718-906-2769.
דער קאמפיין וועט זיין אי"ה קומענדיגן מאנטאג און דינסטאג פרשת חקת הבעל"ט.
"רק תנו לי את לבכם ואוליך אתכם בדרך חדשה אשר הלכו בה אבותינו אברהם ויצחק ויעקב ואעפ"כ היא דרך חדשה". (חיי מהור"ן)
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

בן ישי האט געשריבן:מארגן פאנגט זיך אן א זעקס און דרייסיג שעה'דיגע קאמפיין פאר מוסדות ברסלב אין וויליאמסבורג.
די ציל איז 500,000 און ס'איז דא דריי מעטשערס דאס הייסט יעדע דאללער וואס קומט אריין ווערט פוהר דאללער.
https://www.charidy.com/breslev

שוין לאנג נישט געווען דא, ברוכים הנמצאים. אבער צו דעם געלעגנהייט מוז איך זיך אנרופן א ווארט כאטש. איך פערזענליך האב גאר אסאך גענאסן פונעם ראש ישיבה שליט"א, אין אלע אספעקטן אין לעבן, און איך גלויב אז אסאך אידן האבן שוין הנאה געהאט פון זיינע דיבורים, אסאך צי ווייניג, במישרין צי בעקיפין. ער האט נאך קיינמאל נישט געמאכט קיין פאנדרעיזינג קאמפיין, און ער וועט ווארשיינליך ווייטער אויך נישט מאכן, יעצט האבן זיך נאר צוזאמגענומען עטליכע בחורים און אינגעלייט און געמאכט דעם איינמאליגן קאמפיין צו קענען אביסל ארויסהעלפן דעם ראש ישיבה אין דעם שווערן פינאנציעלן מצב מיט זיינע מוסדות.
ער האט נישט קיין פארענטשעס, און ער האט נישט קיין טויזנטער שטריימלעך, ער האט נישט קיין סטעדיום, און ער פארט נישט אויף אפרוה, ער האט נישט קיין טייערע קאר, און ער האט נישט ווער ס'זאל אים אונטערפירן; אבער ער האט שוין געהאלפן פיל מער אידן פון ווי די אלע וואס האבן יא די אלע זאכן.
אויב האט איר שוין הנאה געהאט פון זיינע זאכן, אדער אויב האט איר א געפיל און הארץ פאר א מענטש וואס האט זיך אינגאנצן אוועקגעגעבן צו העלפן אידישע קינדער לויט זיין פארשטאנד, און ער האט שוין געהאלפן פילע, דאן עפנט אייער קעשענע און ווארפט אריין עטליכע גראשן אינעם קאמפיין וואס ענדיגט זיך אין אומגעפער 24 שעה ארום, אחד המרבה ואחד הממעיט, און אין דעם זכות וועט איר זיכער געהאלפן ווערן בכל מידי דמיטב.
יישר כח.
https://www.charidy.com/breslev
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

די חברה האבן גיט קאמפיינט פון פארדעם. יעצט קוים צוויי שעה אריין איז שוין דא הונדרעט טויזענט דאלער וואס דאס איז צוואנציג פראצענט.
איך שאץ אז זיי וועלן נאך העכערן די גאול.
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

דוד בן ישי עבדך משיחך
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

מענין לענין ווי אזוי באקומט מען טעגליך זיינע קליפים אויף אימעיל?
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

לבי ובשרי האט געשריבן:מענין לענין ווי אזוי באקומט מען טעגליך זיינע קליפים אויף אימעיל?

אימעיל chizikyomi@gmail.com
וואטסעפפ 347-630-2876
טעלעגראם https://t.me/RabbiYoelRothShlita
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

ברסלבער האט געשריבן:
לבי ובשרי האט געשריבן:מענין לענין ווי אזוי באקומט מען טעגליך זיינע קליפים אויף אימעיל?

אימעיל chizikyomi@gmail.com
וואטסעפפ 347-630-2876
טעלעגראם https://t.me/RabbiYoelRothShlita

איז דאס פאר די מוסדות? אדער פארן ראש ישיבה פריוואט?

אים געב איך גערן געלט, אבער אויף אנצולייגן די שוהלן מיט שמות האב איך וויכטיגערע צוועקן.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

ברסלבער האט געשריבן:שוין לאנג נישט געווען דא, ברוכים הנמצאים. אבער צו דעם געלעגנהייט מוז איך זיך אנרופן א ווארט כאטש.

זכרתי ימים מקדם...

פאר יעדע נייע אשכול וואס די עפענסט פון היינט ביזן ענדע קאמפיין, מיט א געזינטע תגובה ווי אמאליגע צייטן, אהבת ישראל, חומר למחשבה, חיזוק, מידות וכדו'. א צענער פאר די קאמפיין. דיעל?
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

יעקב מענטש האט געשריבן:
ברסלבער האט געשריבן:
לבי ובשרי האט געשריבן:מענין לענין ווי אזוי באקומט מען טעגליך זיינע קליפים אויף אימעיל?

אימעיל chizikyomi@gmail.com
וואטסעפפ 347-630-2876
טעלעגראם https://t.me/RabbiYoelRothShlita

איז דאס פאר די מוסדות? אדער פארן ראש ישיבה פריוואט?

אים געב איך גערן געלט, אבער אויף אנצולייגן די שוהלן מיט שמות האב איך וויכטיגערע צוועקן.

פאר די מוסדות. קען זיין די ביסט נישט באקאנט אבער חוץ די גליונות וואס קומען ארויס איז אויך דא א חדר מיידל סקול און ישיבה... הער אויס די ווידיאו.
דוד בן ישי עבדך משיחך
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

wow

שליחה דורך איש את רעהו »

$137,536
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

יואל אשר לאבין

100

!לכבוד ראש הישיבה ההולך בדרכו באמת ללא חת, אשריך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

קוים 4 שעה נאכן אנפאנגען
$175,852
35% OF $500,000 GOAL
דוד בן ישי עבדך משיחך
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

$200,000 אין ווייניגער פון זעקס שעה!!

40% פון די ציהל!!
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

געפעלט מיך די נדבן..
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

$250,000

האלב!!
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: ר' יואל ראטה 36 שעה "הארץ קאמפיין"

שליחה דורך קל וחומר »

יעקב מענטש האט געשריבן:
ברסלבער האט געשריבן:
לבי ובשרי האט געשריבן:מענין לענין ווי אזוי באקומט מען טעגליך זיינע קליפים אויף אימעיל?

אימעיל chizikyomi@gmail.com
וואטסעפפ 347-630-2876
טעלעגראם https://t.me/RabbiYoelRothShlita

איז דאס פאר די מוסדות? אדער פארן ראש ישיבה פריוואט?

אים געב איך גערן געלט, אבער אויף אנצולייגן די שוהלן מיט שמות האב איך וויכטיגערע צוועקן.
אויך מיר שמות[emoji6]
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

ס'זעהט אויס ווי זיי אליינס האבן נישט געוויסט וויפל מענטשן האבן באמת הנאה פון זיינע שמועסן טעגליך
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

@LabinJoel
א זכייה צו שטיצן די מוסדות און פעולות פון רבי יואל ראטה, א עמוד אש של אמת ואהבת ישראל. די אננעמען יעדע איד באהבה, רעדן קלאר און תכלית'דיג פארן היינטיגן יוגנט און די שכל'דיגע חתונות, ועוד, מאכן רבי יואל פאר א מנהיג של אמת פאר אונזער דור. כל נדיב לבו יביא תרומה!
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
אייער שפייז
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 2:44 pm
האט שוין געלייקט: 1438 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

Re: ר' יואל ראטה 36 שעה "הארץ קאמפיין"

שליחה דורך אייער שפייז »

האלב ב"הבילד

Sent from my SM-J327P using Tapatalk
פארשפארט