דער בחור דארף העלפ...
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 34
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 27, 2017 3:35 am
- האט שוין געלייקט: 836 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל
דער בחור דארף העלפ...
זיצט זיך א בחור פון 15 יאר אלט אין ישיבה. צופיל נערווען אויסציהערן זיין מגיד שיעור מיט'ן לאנגן בעיזעם בארד פארלערנען א שטיקל "נתיבות" האט ער נישט. ער האט שוין נישט קיין טעם צי דעם היינטיגן טאג - ער האט שוין געכאפט א פסק פאר'ן קומען שפעט. 8:30 אנשטאט 6:30... די בחינה דעי וואך גייט ער שוין נישט אזוי גיט קענען. עכ"פ קיין מאד האט ער נישט. און קיין געדולד צי זיצן איבער דעם דיקן רויטן "בבא קמא" גמרא נאך א סדר אויך נישט. ער האלט ווייניגער און ווייניגער מיט פון טאג צי טאג.
ס'גייט נישט אריבער אפאר טעג, באקומט שוין זיין טאטע א טעלעפאון קאלל "דיין זיהן דארף העלפ"! עפעס איז מיט איהם...
ס'הייסט אזוי. צישטעלן עפעס אקטיוועטיס אין ישיבה איז דאך חס מלהזכיר. ווער רעדט נאך פון טוישן "סאבדשעקטס" צי אביסל וועלטליכע לימודים. ס'איז נארמאל צי זיין משוגע און זיצן א גאנצן טאג און "לערנען", און ער קען נישט, גייט ער שוין דארפן באלד נעמען פילס... די קשיא איז אויף אלע בחורים וואס זענען יא נעבעך 'מסוגל' צום שטרענגן "סדר היום" פון ישיבה. ניין דעי בחור האט נישט קיין איי קיו 0-, ער וויל נישט גיין לערנען אין א שוואכע ישיבה. זיין טאטע וויל זיכער נישט. יעדער וויל זיין א חלק פון די נארמאלע סאוסייעטי.
אוי וויפיל דער בחור גייט דארפן ליידן.

- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
די תורה איז טאקע זייער גרויס אין ברייט. ס'נעמט אריין מערערע נושאים אין זיך אזוי אז כמעט יעדער זאל זיך קענען דארט טרעפן דאס פלאץ. ס'פארהאן תורה, נביאים, כתובים, משנה, גמרא, הלכה, אגדה, מדרש, דרושים, ראשונים, אחרונים, סדר הדורות. און אפי' די אלע זענען קענען אויך ווערן צוטיילט אין באזונדערע קאטעגאריעס. ס'דא מערערע מהלכים און אופנים צו לערנען אלע תורה'דיגע סאביעקטן. ס'דא א פלאץ פאר כמעט יעדער איינער. און יעדער איינער וואלט זיך געדארפט קענען טרעפן דאס פלאץ אין ישיבה. די פראבלעם איז נאר אז די ישיבות אונזערע האבן גע'פסל'ט רוב פון די תורה. מ'קען נאר קוואליפיצירן אז מ'לערנט שטייט, מיט א גרויסע קובץ און אסאך זוץ פלייש צו קענען זיצן און שפעקולירן אויף א קשיא און טראכטן און טראכטן ביז מ'ווערט א חתן. דערנאך איז מען פריי.
ס'שוין הויך צייט אז אונזערע ישיבות זאלן אביסל אויסברייטערן די תורה'דיגע קוריקולים אזוי אז אונזער יוגנט זאל בילדן און אויסוואקסן מיט עטוואס עפעס מער ווי עם הארצות. מ'מעג אויך לערנען חומש רש'י און משניות אלץ א ישיבה גדולה בחורים. ווי אויך וואלט מען אויך געדארפט לערענען און פארהערן און געבן הוראה אין הלכה וואס איז פראקטיש נוגע אויף א טאג טעגליכע פארנעם. ווי איידער צו גרייכן א סערטיפיקאט פארן שטיין גענוג לאנג פארטיעיפעווט אין א בלעטל פון צרות ערגעץ וואו אין יבמות.....

- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
אין אמת׳ן איז ביז פאר פופציג יאהר צוריק ניט געווען איינגעפיהרט אז יעדער איינציקער בחור גייט אין ישיבה אריין. דאס איז א מאדערענער המצאה וואס איז געשאפען געווארען מציל זיין בחורים פון דער גאס. נאר וואס דען, דעם אור אלטען איסטיטוציע פונעם ישיבה קען מען דאך ניט טוישען מפאת דעם אז די בעלי כשרון קענען דאך יע זיצען און לערנען און קונה שלימות זיין פון לימוד גפ״ת. בלייבט טאקע א גרויסער פראצענט א רחמנות. אין א געוויסער הינזיכט זענען אבער די חסידישע ישיבות אבער בעסער ווי די ליטויישע, מיט דעם אז אין א חסידות זענען דא ניגונים, טישן, שבתות ויום טובים, חתונות, פארענטשעס, פאליטיק, נסיעות, שרייבעריי, היסטאריע, ושאר ירקות, וואס גיבן דעם בחור אן אאוטלעט. אין די ליטווישער און כלל חסידי וועלט איז דאס ניט אזוי בנמצא.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
[tag]תורה ומדע[/tag]: פאר פופציג יאר צוריק זענען די תורה'דיגע קוריקולים'ס אין רוב ישיבות געווען אסאך ברייטער. מיט די יארן האט מען כמעט פארשניטן אלעס. ס'נישטא היינט קיין אמת'ע ישיבה למציונים פון וואנעט מען זאל קענען אויסוואקסן א ערענסטע כלי. די אלע אזוי גערופענע אויסדערוועלטע ישיבות למציונים האבן א קוריקולים פון ווייניקער ווי צעהן בלאט א זמן. מ'פארהערט זיך נישט קיין מסכתות אדער נושאים. מ'לערנט ניטאמאל חומש רש'י און משניות. ס'פעלט די בעסיק'ס. פרעגט נאר אן אזוי גערופענער מציון וויאזוי מ'קניפט א ציצית.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
ווילאנג דאס איז די סיסטעם איז אויב דער בחור באלאנגט נישט אין קיין שוואכע ישיבה דארף מען זעהן ער זאל באקומען דער טעם אין א שטיקל גמרא.
ליידער אסאך בחורים היינט באקומען נישט די געשמאקייט פון אפלערנען א שטיקל גמרא, די בחור קען באמת מצליח זיין אויב ער וועט באמת כאפן דער מהלך הגמרא און זעהן ווי די גמרא בויט אזוי שיין אויף א סוגיא.
לעצטענס איז געווען א שטיקל שמועס דערוועגן אין מאמענט דורך א מלמד אין זיין וועכענטליכן קאלום וואס לייגט אזוי שיין אראפ די מציאות אז ס'טוישט ממש די וועג ווי אזוי מ'קיקט אן די גמרא.

דוד בן ישי עבדך משיחך
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: דער בחור דארף העלפ...
איך פארשטיי נישט די טענה. איינער האלט אז עס איז דא בחורים וואס זענען נישט געאייגענט צו לערנען גמרא תוספות? מתחלת הוולדו דארף ער נאר לערנען חומש און משניות? אין שו"ע הרב דערמאנט ער נישט אזא היתר.
טאמער איינער האט א מקור צו פטר׳ן געוויסע מענטשען פון לערנען תורה לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא, וואס דאס מיינט גמרא תוספות וכו׳, ביטע אפיר ברענגען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
טאמער איינער האט א מקור צו פטר׳ן געוויסע מענטשען פון לערנען תורה לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא, וואס דאס מיינט גמרא תוספות וכו׳, ביטע אפיר ברענגען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
די פראבלעם איז נישט אז מען דארף לערנען גמרא תוספות. די פראבלעם איז די אנגענומענע דרך הלימוד אין רוב ישיבות. ס'גייט מיר זיין זייער שווער עס צו געבן פאר אייך צו פארשטיין. בערך אזוי שווער ווי ס'איז איבערצורעדן א סאטמארער איבער די רבי זכרוינעליווראכע'ס שיטה.
גמרא פארשטיי איך אז יעדער דארף פרובירן. אבער תוספות? מהיכי תיתי?
גמרא פארשטיי איך אז יעדער דארף פרובירן. אבער תוספות? מהיכי תיתי?
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
די מהר''ל פון פראג האט שוין געשריבן אויף תוספות בשעתו.
איך וועל ציטירן א קליין חלק. [url=https://he.m.wikisource.org/wiki/נתיבות_עולם/תורה/ה]ס'רעשט קענסטו טרעפן דא.[/url]
לסוף געדענקט מען נישט די אלע מפרשים און ר' חיים'ס, און די גמרא וואס וואלט ווען געדארפט זיין די עיקר האט מען קיינמאל נישט געקענט.
די שלחן ערוך הרב דערמאנט גארנישט וועגן תוספות, די לשון זיינע איז כמעט ווערבּאטים פונעם רמב''ם, און די רמב''ם רעדט נאר פון גמרא. דאכצעך מיר אז די רמב''ם האט אויך נישט געלערנט קיין תוספות, און דאך איז אויסגעוואַקסן א רמב''ם.
איך וועל ציטירן א קליין חלק. [url=https://he.m.wikisource.org/wiki/נתיבות_עולם/תורה/ה]ס'רעשט קענסטו טרעפן דא.[/url]
ומכל שכן כי אז יאמרו שהם מחדדין אין זה אלא שמטפשין טפשות גמור והרי עינינו רואות החדוד הזה ומה שהעלו בידם, והנה הבחורים דכי השנים אם היה בהם גרסא דינקותא אץ ספק בלל שהיו רגילים ויודעים כמה וכמה מסבתות קודם שיבגסו לחופה לישא נשים, ועתה אץ להם מאומה בידם. והכל בשביל שלמודם תוס׳ דבר שהוא הוספח וכי לא היה טוב יותר שיקנה גוף התלמוד קודם, והכל בשביל שנדפסו התוספות אצל הגמרא. ואלו נדפסו פסקי הרא״ש ושאר חרושים שחברו האחרונים מנוחתם כבוד אצל הגמרא היו הכל לומדים ,על שטת ההלכה אף הנערים הקטנים, כי מה לנערים •אל דברים אלו שדבר זה גורם לו שאינו עומד על שטת ההלכה על בוריד״ כי איד הגדולים והקטנים ישוו יהד בלמודם
לסוף געדענקט מען נישט די אלע מפרשים און ר' חיים'ס, און די גמרא וואס וואלט ווען געדארפט זיין די עיקר האט מען קיינמאל נישט געקענט.
די שלחן ערוך הרב דערמאנט גארנישט וועגן תוספות, די לשון זיינע איז כמעט ווערבּאטים פונעם רמב''ם, און די רמב''ם רעדט נאר פון גמרא. דאכצעך מיר אז די רמב''ם האט אויך נישט געלערנט קיין תוספות, און דאך איז אויסגעוואַקסן א רמב''ם.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
אז דו האסט שוין דערמאנט די מהר"ל. תוספות איז די צווייט בעסטע פירוש אויף גמרא נאך רש"י, ווען איך האב א קשיא קוק איך די ערשטע אין תוספות און רוב קשיות ווערן פארענטפערט במישרין אדער בעקיפין. אבער צו לערנען תוספות על הסדר איז ממש אבסורד, ס'גארנישט אנדערש ווי לערנען רשב"א אדער ריטב"א על הסדר.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
פארשטייט זיך אליין אז איך רעד אויסער ארטסקרול, ארטסקרול איז א ליקוט ספר ס'איז שוין כולל אין זיך רש"י און תוספות אויך. קען זיין אז ס'דא אנדערע ראשונים וואס זענען בעסער ווי תוספות, קען זיין אז ס'טאקע אזויווי דו זאגסט אז ווייל ס'אויפן פעידש קוק איך געווענליך דארט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ער וויל נישט לערנען, און ער וויל נישט גייען צו א 'שוואכע' ישיבה, און די ישיבה איז גאר שולדיג!
די ישיבה איז גארנישט שולדיג, אבער די וואס האלטן זיך פאר כלל ישראל'ס פארזארגער אויף זיי איז די תביעה. טאמער מיינסטו טאקע אויפצוטון פאר אידישקייט, זיי נישט ביזי מיט גיוס אין אר"י ווען א גרויסע פראצענט אמעריקאנע בחורים געפינען זיך נישט דאס פלאץ אין ישיבה.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די טענה. איינער האלט אז עס איז דא בחורים וואס זענען נישט געאייגענט צו לערנען גמרא תוספות? מתחלת הוולדו דארף ער נאר לערנען חומש און משניות? אין שו"ע הרב דערמאנט ער נישט אזא היתר.
טאמער איינער האט א מקור צו פטר'ן געוויסע מענטשען פון לערנען תורה לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא, וואס דאס מיינט גמרא תוספות וכו', ביטע אפיר ברענגען.
אז דו דערמאנסט שוין דעם שו"ע הרב לגבי לערנען גפ"ת, איז אויך כדאי צו דערמאנען וואס ער זאגט דארט אינעם זעלבן סעיף אין הל' ת"ת, די וועג ווי אזוי מ'ברויך צו לערנען. די ערשטע פינף יאר מקרא, דהיינו תורה נביאים כתובים און איבערגיין אסאך מאל, און די נעקסטע פינף יאר משניות, און נאך פינף יאר צו לערנען גמ' און וויסן די טעמים פון הלכות און פארשטיין ווי אזוי מ'לערנט עס ארויס פון תורה שבכתב, עיי"ש.
יעצט, אויב לערנט מען ווען אויף דעם אופן וואלטן ווען אסאך מער בחורים פארשטאנען לערנען, מ'וואלט ווען געוואוסט ווי אזוי די י"ג מידות שהתורה נדרשת בהן ארבייט, מ'וואלט ווען געוואוסט מער הלכות, און ווען ס'געקומען די צייט צו לערנען גמ' וואלט יעדע בחור אדער כמעט יעדע בחור שוין געהאט ביי זיך מוח אסאך אינפארמעשאן מיט וואס צו גיין ווייטער. און יעדע בחור כפי הבנתו וואלט געשפירט א געשמאק אין לערנען.
און דער שו"ע הרב איז נישט דער איינציגסטער וואס האט געהאלטן אזוי, נאר רוב אדער אפילו אלע פריערדיגע האבן אזוי געהאלטן און פראקטיצירט.
למעשה אבער היינט צוטאג איז מען אבער אסאך קלוגער, און ווען א קינד איז אלט צען יאר לערנט מען שוין גמ' ווי א גרויסע טאטע, וואס א חוץ פון דעם וואס ער האט נאך זייער ווייניג אינפארמאציע, איז זיין מוח נאך נישט גענוג דיוועלאפט צו לערנען און פארשטיין גמ'. יא כ'ווייס קינדער לאזן זיך פארהערן גאנצעטע פרקים, אבער ס'אהנע עכטע פארשטאנד, און ווען מ'איז א בחור דרייט מען שוין מיט פינגער ארויף און אראפ, און מ'דרייט זיך ארום מיט ר' חיים סטענסיל, מיט שמחה און שטאלץ, און דערנאך גייט מען אריין אין די ישיבה סיסטעם און יעדע זמן לערנט מען בערך פיר ביז זעקס בלאט, מיט אפאר ווערטער ווי "דין/חלות/חפצא און גברא", וואס ווייזט וואספארא למדן דער בחור איז, און די בחורים וואס האט נישט פארשטאנען אדער פשוט נישט געהאלטן ביים נאכטאנצן די ווערטער געיעג פון "דין/חלות/חפצא/גברא" וכו' פאלן אטאמאטיש ארויס און זיי האבן ניטאמאל א טשאנס צו לערנען גמ' און זיי הייסן שוין אטאמאטיש די שוואכערע.
און לאמיר אפיר נעמען די אזויגערופענע למדנישע בחורים, און זיי נעמען אויף א פארהער אויף פשוטע פראקטישע הלכות, אזוי @קורקלענד זאגט, פרעג נאר אזא איינעם ווי אזוי מ'קניפט א ציצית.
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
קורקלענד האט געשריבן:[tag]תורה ומדע[/tag]: פאר פופציג יאר צוריק זענען די תורה'דיגע קוריקולים'ס אין רוב ישיבות געווען אסאך ברייטער. מיט די יארן האט מען כמעט פארשניטן אלעס. ס'נישטא היינט קיין אמת'ע ישיבה למציונים פון וואנעט מען זאל קענען אויסוואקסן א ערענסטע כלי. די אלע אזוי גערופענע אויסדערוועלטע ישיבות למציונים האבן א קוריקולים פון ווייניקער ווי צעהן בלאט א זמן. מ'פארהערט זיך נישט קיין מסכתות אדער נושאים. מ'לערנט ניטאמאל חומש רש'י און משניות. ס'פעלט די בעסיק'ס. פרעגט נאר אן אזוי גערופענער מציון וויאזוי מ'קניפט א ציצית.
אמאל זענען רובא דרובא בחורים בכלל נישט געגעאנגען לערנען אין קיין ישיבות. צווייטענס דאס וואס דו טענהסט אז אמאל האט מען געלערנט מעהר איז לכאורה פונקט פארקערט פון די מציאות. היינט לערנט מען אסאך מעהר, און דאס איז אמאל זיכער אז די היינטיגע סדר הלימודים איז אסאך מעהר שעה׳ן ווי אמאל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- א-שופר-איז-א-שופר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 157
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 3:26 pm
- האט שוין געלייקט: 184 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל