רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מצפה לישועה האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לפי עניות דעתי הקלושה דארף די סדר היום אין ישיבות בלייבן די זעלבע ווי ביז היינט, און איינער וואס האט נישט קיין זיץ פלייש זאל גיין ארבעטן, אזויווי אידן האבן געטון אין אלע דורות.
א טעות וואס אסאך האבן.
אמאליגע צייטן האבן די גויים אין די יארן נישט געלערנט, ממילא האבן אויך נישט אלע יידן געלערנט.
היינטיגע צייטן אז ביי די גוי'שע וועלט איז איינגעפירט אז מ'לערנט כאטש ביז 18, אויב נישט לענגער ביז 22,
איז געווארן אויך ביי אונז איינגעפירט אז מ'לערנט ביז די יארן.
(50-80 יאר צוריק האט מען נישט צאמגעקליבן די בחורים פון גאס צום ישיבה, מ'האט זיי צאמגענומען פון די יוניבערסיטי אדער קאלעג' צום ישיבה)
לענ"ד האט א בחור נישט וואס צו זוכן ביים ארבעטן אויפן גאס.
וואו פונקטליך האסטו געזען א טעות? איך ווייס נישט וואס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק, אבער איך ווייס אז אין אייראפע ווען א יונגל איז געווארן פופצן יאר אלט איז ער געגאנגען העלפן די טאטע טרייבן די פערד וכד'. מ'האט קיינעם נישט צאמגעקליבן, ווער ס'האט געוואלט גיין לערנען האט זיך געדארפט ארומוואלגערן טעג און וואכן פון איין שטאט צום צווייטן ביז ער איז אנגקומען צו די שטאט וואו ס'האט געוואוינט די רב ביי וועם ער האט אזוי שטארק געלעכצט צו לערנען. די רב האט נישט צוגעשטעלט קיין עסן און אויך נישט קיין דארמיטארי, דאס האט מען זיך אליין געדארפט פארזארגן. אז נישט האט מען געדארפט גיין עסן 'טעג', און שלאפן אין ווייבער שול אויף א הארטע באנק.
בד"ו, די נייע איינגעפירעכטס אז יעדער גייט אין קאלעדש, און ס'ווערט לענגער און לענגער פון יאר צו יאר, איז א חורבן נורא, ס'האט אינגאנצן אראפגעברענגט די ניווא פון קאלעדש. אויב פאר פופציג יאר צוריק האסטו געדארפט גיין זיבן יאר אין קאלעדש אויף צו ווערן א דאקטער, דארף מען היינט עלף יאר. וכן לענין ישיבות אויב אמאל האט א בחור פון צוואציג יאר געקענט ווערן א רב אין א שטעטל, היינט, אפשר ביי די דרייסיג. און די סיבה איז פשוט, ווייל יעדער איינער גייט אין ישיבה און מ'קען נישט פארלאנגען פון די שוואכערע צו
באמת לערנען. ממילא לערנט מען אזוי האלב געלערנט ביז די דריי-און-צוואנציג, ווען די אלע וואס האלטן נישט באמת ביים לערנען גייען ארבעטן. און דערמאלטס הערשט קען מען זיך זעצן לערנען, און ביי די דרייסיג קען מען שוין זיין אן ערנסטן תלמיד חכם. והוא הדין לענין קאלעדש.
איך האב זיייער הנאה געהאט פון דיין צוויטע פוינט, ס'איז מורא'דיג אמת.
אבער נאכאלץ מוזט איר פארשטיין,
אז דער 16 יעריגע בחור'ל פון 250 יאר צוריק, האט געהאלפן זיין טאטע פונקט ווי זיין שכן דער גוי האט געהאלפן זיין טאטע און נישט געגאנגען לערנען.
טאקע ארום 100 יאר צוריק, איז נאכנישט געוועהן איינגעפירט אז יעדער גייט לערנען, (ווען איך מיין יעדער- מיין איך אויך די גויים)
און דאס האט אנגעברענגט א מורא'דיגע ליידיגקייט ביי די עוילם,
וואס ביי די יודן האט זיך זיך דאס ארויס געגעבן מיט דו אומפארשטענדליכע נאמבערס פון די וואס האבן אפגעלאזט יידישקייט.
נאך די קרוג, אדער אין אמעריקע ארום 80-100 יאר צוריק,
איז געווארן אנגענומען ביי די גויים אז יעדער גייט לערנען אין SCHOOL, און אין HIGH SCHOOL, און אין קאלעדזש,
און דיין זענען אויך אסאך פון די יידן געגאנגען אהין.
אין דאס וואס איך מיין אז ר' אהרן קוטלער אין די אלע אנדערע ראשי ישיבות אין די גאנצע וועלט האבן די ערשטע פאר יאר צאמגענומען די תלמידים פון די סקול'ס, נישט פון די גאס אין פון זייער ארבעט וואס זיי האבן געהאלפן זייער טאטע אין געשעפט.
יעצט ווילסטו צוריק גיין צו 250 יאר צוריק,
אבער די גאנצע וועלט האט זיך געטוישט, נישט נאר דו יידישע וועלט.
היינט איז איינגעפירט אז יעדער לערנט כאטש ביז 17-18,
און טאמער די בחור וועט נישט גיין אין ישיבה,
וועט ער צום סוף אנקומען צום קאלעדעזש, אדער צו א ישיבה יוניבערסיטי.
וואס קען מען יא טוהן?
1. מ'וואלט געמעגט טוישן די עיון סיסטעם וואס קומט אריין פון די ליטווישע ישיבות, און לערנען מער בקיאות, וואס פאסט פאר רוב עוילם און געבט אסאך מער סיפוק.
2. מען קען אריינברענגען מער לימודי חול.
3. די אמת'דיגע שוואכע בחורים (און דאס מיין איך ווייניגער פון איין פראצענט) קען מען צושטעלן ארבעט אין ישיבה.