מעגן מענער שלאגן זייערע ווייבער?
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
אין "לב טוב", (פון די ערשטע הלכה ביכער געשריבן אין אידיש) ווערט שוין געברענגט אז א מאן וואס הייבט נאר אויף זיין האנט ווי גלייך ער וויל שלאגן זיין פרוי, אפילו אויב ער האט איר בכלל נישט געשלאגן, איז א רשע און מען טאר אים נישט געבן קיין עליה.
דאס איז שוין געשריבן געווארן אין די אנהייב 1600'טער יארן און האט געהאט די הסכמה פון רבנים, ממילא פארשטיי איך זיכער נישט די פראגע אין יארע צען-צוועלף.
דאס איז שוין געשריבן געווארן אין די אנהייב 1600'טער יארן און האט געהאט די הסכמה פון רבנים, ממילא פארשטיי איך זיכער נישט די פראגע אין יארע צען-צוועלף.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 493 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:איינער, ביזט א פרוי?
ניין. אבער א "מענטש".
טוט דיר דאס וויי אלס מענטשליכקייט?
עס טוט מיר זייער וויי אז אין מיין געזעלשאפט געפינט זיך מענטשן וואס קענען שרייבן אזוי גרינג אויף אזא הארבע ענין.
הלכה מיינט גארנישט ביי דיר?
די הלכה לאזט זיין א לוזער, דאס מיינט נישט אז די ווילסט זיין איינס.
דארפסט פארשטיין אז דו וועלט האט זיך געטוישט.
פאר די בעסער! נישט אז מיר דער עם הנבחר זאל זיכן די אלטע נידערדיגע שלעכטע וועגן.
אויב משיח זאל נישט קומען פאר א 10 יאר ח"ו, וועסטו אין 10 יאר ארום נישט קענען פארשטיין ווי אזוי מען רעדט פון שלאגן קינדער און מען ברענגט נאך ראיות ע"פ הלכה אז מען מו! ס'איז נידריגער פון נידריג!
איך קען קוים ווארטן אויפן דעם טאג, ביזדערווייל שלאגט מען נאך די קינדער אין חדר מיט א געפערליכע רציחה.
ס'איז אמאל געווען א אנגענומענע זאך, און ביי די פאנאטישע-אלטמאדישע אראבערס איז עס נאך אלץ אזוי, ס'האט גארנישט מיט נידריגקייט.
וואס!?
האב נישט קיין מורא, קיינער פון די ליינערס דא גייען נישט יעצט אהיימגיין און דערלאנגען פארן ווייב...
נאכן ליינען די אשכול, האב איך שוין זייער מורא.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
איך האב געעפנט דעם אשכול נישט מיטן ציל צו טרעפן א היתר צו קענען שלאגן א ווייב. מיין ציל איז געווען כלפי אנדערע הנהגות אונזערע, צו ווייזן אז זייער א סך הנהגות ווי לבוש א.ד.ג. וואס מ'איז דן דא אינעם קאווע שטיבל צו מ'מעג צו נישט, זענען מער נארמע ווי הלכה. איך האב דערמיט געוואלט, צייגן אז אויב רעדט איר פון הלכה, נו, מעג מען שלאגן ווייבער?... נאר וואס דען, פונקט אזוי ווי מ'שלאגט נישט היינט קיין ווייבער כאטש עפ"י הלכה קען מען טרעפן היתירים, צוליב נארמע, אזוי טוט מען היינט פארשינדענע אנדערע (מונדערנויטיגע) הנהגות צוליב נארמע, און האט גארניש מיט הלכה.
כ'האף אז איר האט מיר פארשטאנען, און אויב נישט וועל איך זיך פראבירן בעסער צו ערקלערן
כ'האף אז איר האט מיר פארשטאנען, און אויב נישט וועל איך זיך פראבירן בעסער צו ערקלערן
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
כ'זאג היינט פאר מיין ווייב " דו ווייסט, איך האב נאך קיינמאל נישט באקומען פון דיר קיין פעטש, אביסל ערנסטע מכות. עפעס.. זאגט זי "איך האב דיך צו שטארק ליב איך זאל דיך שלאגן, ווען איך וועל דיר שוין שלאגן זאלסטו וויסן אז דו דארפסט מיך אריינלייגן אין משוגעים הויז ווייל איך בין משוגע געווארן. הערסטע א מעשה?"
הלוואי אויף ענק געוואונטשן הא?
איך האב איר געוואלט זאגן אז איך קען איר שוין יעצט אהין לייגן אויב זי וויל שטארק.
הלוואי אויף ענק געוואונטשן הא?
איך האב איר געוואלט זאגן אז איך קען איר שוין יעצט אהין לייגן אויב זי וויל שטארק.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פון דער גאנצע משא ומתן וויאזוי ס'פארט דא איז מיר משמע אז ס'איז נישט דא קיין ניקס פון דעם פרויענצימער, דאס אליינס פאר זיך איז א שטארקע צריך עיון ובדיקה, פארוואס טאקע נישט? וואס זענען זיי אזוי אנדערש? וואס איז אין אונזער חינוך משפיע אז אזא פשוט'ער קאווע שטיבל זאל זיין גענצליך פרויען ריין??
זאגט מיר נישט אז פרויען באלאנגן אין די קאך וואשן די שמוציגע וועש, אז א קאמפיוטער איז נישט פאר פרויען, אז יידיש איז נאר פאר מענער וואס קענען נישט אזוי גוט ענגליש ווי די פרויען, ווייל הא גופא ונשמתא קושיין, מאי שנא האי מהאי???
זאגט מיר נישט אז פרויען באלאנגן אין די קאך וואשן די שמוציגע וועש, אז א קאמפיוטער איז נישט פאר פרויען, אז יידיש איז נאר פאר מענער וואס קענען נישט אזוי גוט ענגליש ווי די פרויען, ווייל הא גופא ונשמתא קושיין, מאי שנא האי מהאי???
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 106
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:04 am
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:פון דער גאנצע משא ומתן וויאזוי ס'פארט דא איז מיר משמע אז ס'איז נישט דא קיין ניקס פון דעם פרויענצימער, דאס אליינס פאר זיך איז א שטארקע צריך עיון ובדיקה, פארוואס טאקע נישט? וואס זענען זיי אזוי אנדערש? וואס איז אין אונזער חינוך משפיע אז אזא פשוט'ער קאווע שטיבל זאל זיין גענצליך פרויען ריין??
זno אגט מיר נישט אז פרויען באלאנגן אין די קאך וואשן די שמוציגע וועש, אז א קאמפיוטער איז נישט פאר פרויען, אז יידיש איז נאר פאר מענער וואס קענען נישט אזוי גוט ענגליש ווי די פרויען, ווייל הא גופא ונשמתא קושיין, מאי שנא האי מהאי???
NO PROBLEM
אבער דעמאלטס דארף מען טוישען די סלאגען פון קאווע שטיבעל.
במקום, א "רואיג" ווינקעל צו שמועסן און פארברענגען
וועט די סלאגען זיין
א ווינקעל צו שמועסן און פארברענגען
Just a joke
איך בין ח"ו נישט קיין רעסיסט
איך בין אויך נישט קיין סעקסיסט און מיט דעם אלעם פארשטיי איך אז אויב די פרויען און מיידלעך דא זאלן זיך רופן מיט זייערע ווייבערישע נעמען וועט שוין איינמאל נישט זיין דא 'רואיג', ס'וועט פליען שטעכערייען מיט קאמפלימענטן ווי זאמד אין מדבר סאהארא, ס'וועט פארלירן יעדען חן און נארמאלקייט, איך פארשטיי אז די מנהלים דא זאלן עס נישט צולאזן. דאך האט מיר שטארק געוואונדערט אז אין גם אחד?? אזעלעכע ניקיס וואס טראגן נעמען פון טראקס און פיליזאפישע טערמינען וכדומה קענען ווען פונקט אזוי זיין פרויען ווי מענער, און למעשה לא מיניה ולא מקצתיה, נישטא קיינער דא וואס האט בכלל אן השגה וואס טוט זיך אין די הערצער פון יענע זייט מחיצה, מ'שרייבט זיך דא ארום ווי כאילו די גאנצע פרויען עקזעסטענס איז לא היה ולא נברא, אפילו קיין משל נישט, דאס וואונדערט מיך, הצרי אין בגלעד, נישטא קיינער, וואס איז פשט דערפון? הדרת נשים??
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
מעשה
ס'איז געווען אמאל א איד וואס פלעגט כסדר שלאגן די פרוי און זי פלעגט זיך נישט וויסענדיג מאכן - נאכן באקומען שלעק פלעגט זי פשוט אוועק שפאצירן כאילו לא הי' - און צומאל זיך אונטערשמייכלען,
איינמאל האט איר דער מאן געפרעגט איך שלאג און איך האק אריין אין דיר און ניטאמאל מאכסטו זיך וויסענדיג ???
האט זי געענפערט: מיין טייערע מאן. יעדער מאל ווען דו שלאגסט מיר וואש איך אפ דעם "טוילעט" מיט דיין "ציין בארשטעל" [toot brush]
איינמאל האט איר דער מאן געפרעגט איך שלאג און איך האק אריין אין דיר און ניטאמאל מאכסטו זיך וויסענדיג ???
האט זי געענפערט: מיין טייערע מאן. יעדער מאל ווען דו שלאגסט מיר וואש איך אפ דעם "טוילעט" מיט דיין "ציין בארשטעל" [toot brush]
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
לבי ובשרי האט געשריבן:מענין לענין.
הערעך נעכטן נאכט דעם צפני' קליין זאגן ביי אן אויפטריט:
א מאסקיטא איז א זכר אדער א נקיבה?
זיכער א נקיבה, וויבאלד זי צאפט בלוט.
כא כא כא האבן זיך די רויבער צעלאכט...
מענין לענין באותו בנין
א אלטער פארפאלק זענען געקומען צום דאקטער פאר א אונטערזוכונג - רופט זיך אן דער דאקטער אז סיי דער מאן און סיי דער פרוי האבן די זעלבע "בלוט-טייפ" - רופט זיך אן דער מאן נו וואדע אז זי טרינקט מיין בלוט די לעצטע זיבעציג יאר אוודאי האט זי די זעלבע בלוט טייפ ווי מיר...
- חתן בחור
- ידיד השטיבל
- הודעות: 318
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
- האט שוין געלייקט: 520 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל
היסטאריקער האט געשריבן:דער בעל הטורים זאגט אויפ׳ן פסוק "האשה אשר נתתה לי נתנה לי מן העץ"
זאגט ער "שהכה אותי עם העץ"
נאר בערך די לשון
כ׳האב געזעהן אין איינע פון די לב טהור צעטליך ווי זיי נוצן דעם פירוש אלץ מצוה צו שלאגן די ווייבער.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.