שליחה
דורך [NAMELESS] »
אגודה האט ריליסט די מעסעזש
אגודת ישראל מיט אסעמבלימאן דוב הייקינד זענען גרייט אנצוהייבען
דעם 'לייבי קלעצקי סעקוריטי איניציאטיוו'
ניו-יארק – נאך א פילע פארהאנדלונגען איבער מערערע חדשים, צווישן ניו-יארק סטעיט עמפייער דעוועלאפמענט קאאפערעשען(ESDC) , סעקיור-וואטש24 (SW24), דזעי. פי. מארגען טשעיס באנק, די ניו-יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט, די ניו יארק סיטי טראנספארטאציע דעפארטמענט (DOT), אסעמבלימאן דוב הייקינד'ס אפיס, און אגודת ישראל פון אמעריקע, וועט מען בעז"ה סטראטעגיש אנשטעלן 80 שמירה קעמעראס, דורכאויס די געגענטן פון פלעטבוש און בארא פארק. די ערשטע צאל פון די שמירה קעמעראס זענען שוין גרייט איינצוגעשטעלט ווערן נאך די וואך.
דער זיכערהייט איניציאטיוו – וואס טראגט דעם נאמען פון לייבי קלעצקי ע"ה, דער 8 יעריגע אינגל וואס איז ל"ע פארכאפט געווארן אויף זיין וועג אהיים פון דעי קעמפ – איז דער רעזולטאט פון א געשענק פון ניו-יארק סטעיט, ערלעדיקט דורך דער מאדזאריטי לידער מר. דין סקעלאס און אסעמבלימאן דוב הייקינד פון ברוקלין. די ראלע פון אגודת ישראל איז אָנצופירן דעם פראגראם אלס בוך האלטונגס אגענטור צווישן דער סטעיט (ESDC) און דער פארקויפער (SW24).
מר. דוד טענענבוים פון אגודת ישראל ישיבה סערוויסעס דעוויזשען איז דער פראיעקט'ס מנהל, און מר. דוב קאהן פון אסעמבלימאן הייקינד'ס אפיס האט אנגעפירט דעם לענגליכען פראצעס פון צוזאם ברענגען אלע צדדים לטובת דעם פראיעקט.
ווען מ'האט אים געבעטן מסביר צו זיין וויאזוי דער פראיעקט גייט ארבעטן, האט מר. טענענבוים קודם געוואלט געבען צו פארשטיין אז פיל נישט ריכטיגע שמועות זענען ארויף געקומען אין די פרעססע איבער דעם פראיעקט. "קודם כל, קיינער וועט נישט האבען קיין שום צוטריט צו די לעבעדיגע מאניטערס וואס קומען פון די קעמעראס. נאר אויב ח"ו עס וועט געמאכט ווערן א ריפארט פון א פארברעכן, אדער א ריפארט פון א מענטש וואס איז נעלם געווארן, דאן וועט די פאליציי, און אויסדריקליך נאר די פאליציי, האבען תיכף צוטריט צו דעם רעקארדינג. צווייטענס, בשום אופן וועט סיי ווער פון אגודת ישראל אדער פון מר. הייקינד'ס אפיס האבען עפעס א דירעקטע צוטריט צו קוקען אויף די בילדער פון די קעמעראס. דאס איז במיוחד דער אויפגאבע פון די פאליציי, און נישט פון סתם פשוט'ע מענטשען.
דער פארטרעטער פון אגודת ישראל האט צוגעגעבן אז דער פראיעקט וועט האפענטליך פארבעסערן דער שמירה פון די צוויי געגענטן: בארא-פארק און פלעטבוש, וואו עס געפונען זיך הויעכע ציפערן פון מענטשען וואס מ'קען דערקענען אז זיי זענען אידען – די וואס זענען ל"ע אין א געפאר פון אנטיסעמיטישע אטאקעס אויף די גאסען פון ניו-יארק, איינעמענדיק דער לעצטיקע ערשיינונג פון "נאָקאוטס".
מ'האפט אז אויך אנדערע לאקאלע ערוועלטע פאליטישנס וועלן נאכטוהן מר. סקעלאס און מר. הייקינד'ס מוסטער, בכדי צו פארברייטערן דעם שטח וואס איז איצט געדעקט דורך די שמירה קעמעראס. "מיר האפען אז דער אנוועזענהייט פון די קעמעראס און דער פארשפרייטער ידיעה פון זייער עקזיסטענס וועט צום ערשטן זיין א פארמיידונגס מיטל פאר קרימינאלן: און צווייטענס, עס וועט העלפן די פאליציי צו כאפן די וועלכע וואס האבען זיך נישט קיין גערעכנט מיט די קעמעראס." האט מר. טענענבוים צוגעגעבן.