א סדר נאכט מיט גאדל.

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

א סדר נאכט מיט גאדל.

שליחה דורך פעדער »

בס"ד (ניגון - אין וויליאמסבורגער גאסן - ר' יו"ט עהרליך )

1 געווען אמאל א בחור נאך א קליינער
געלערנט אין א ישיבה גאר א פיינער
געגאנגען אנגעטוהן צוריסן און צושליסן
בגדים צולעכערט און פארלאטעט
א היט אויכעט, גאר פארשמאטעט
אבער תורה טוט פון זיין מויל פליסן

1 דרייסט איז ער געווען גאר קנאפ
און נאך א שעפסל א תם'לע. אויך אָן טאפ
אייביג נעבעך געוועזן דער שלימזל
מיט פארביסענע ליפן. האט ער געליטן
אויף זיינע נערוון האט מען געריטן
צווישן א סטאדע קעץ. געווען די קליינע מאַזל

2 למשל ווען מ'האט אנהויב זמן געטוהן כאפן
א גוטן פלאץ . אלעס זאל קלאפן
איז דעם בחור'ל נעבעך גארנישט פארבליבן
נאר א ארט אומבאקוועם און צוקוועטשט
אן אלטן טישל אפגעוועטשט
מיט נעגל און ספלינטערס. ער האט זיך גוט צוריבן

2 א היט רינדעכיג א באלי אינגאנצן
דאס כאלאטל טוט פון אלטקייט גלאנצן
פון די טאשן שטעקט ארויס אפאר מאראנצן
די שיך צועפנט מיט א גרויסע מויל
איבעראל א לאך א האָול
ער האט מיט דעם אפ' נישט געקענט טאנצן

3 אויב איז א גביר.
געקומען הערן א שיעור
א פעטע מטבע. הויזנס און רעקלעך פאר יעדעם פארטיילט
א זאָק מיט א לאָך
א רעקל מיט א גרוך
אייביג איז פאר אים דאס ערגסטע, געווארן צוגעטיילט

1 אמאל איז געווען אזא מנהג
ס'איז קיינער דא נישט געווען א מפונק
אין ישיבה איז געוועזן צו עסן מכות מיט פעפער
איז מען געגאנגען עסן טעגליך
צו די מענטשן פון שטאט ווער ס'געווען פארמעגליך
טעג האט עס געהייסן. אזוי אי געווען אין אלע דערפער

1 די בחורים די קלוגע און געריבן
האבן זיך צו די רייכע אויסגעקליבן
זיי האבן געוואוסט וואס טוט זיך אפ אין יעדנס טאפ
וואו עס קאכן זיך די גוטע שפייז
און וואו ס'דא נאר קאשע מיט רייז
ווער עס קאכט אסאך . און ווער נאר א טראפ

2 וואו די באלאבוסטע, איז א גוטע עכט
און וואו זי איז, שלעכטער ווי שלעכט
זיי האבן זיך אויסגעוועהלט די רייכסטע הייזער
אבער אונזער בחור פון בטלנים לאנד
איז געווען אינדעם נושא. גאר ווינציג באקאנט
אייביג אריינגעפאלן צום קארגסטן חזיר
2 ס'איז געקומען די יו"ט פסח.
יעדער צום סדר נאכט עס גרייטצעך
מ'זוכט זיך אויף די גבירים ביים וועם צו עסן
אונזער שמערל. א בראך אויף אים
א טויגניקס. א יחצאל ממש א שעים
יעדער האט דאך פון אים פארגעסן

3 יעדער געשמעקט און דערטאפט
א גוטן הויז פאר זיך פארכאפט
איינער ביים רב. א צווייטער ביים שוחט. א דריטער ביים עושר פון שטאט
אבער אזוי ווי אלע פאלן
איז שמערל אריינגעפאלן
צוזיין ביים גרעסטן עם הארץ. אויף גאט'ס בעראט.

1 גאדל פורהמאן האט ער געהייסן
א פערד און וואגן פארמאגט א נייסן.
אבער האט קיין צורת אות נישט געקענט.
א פויער. א פעטעיטע קאפ פארמאגט.
נח מיט זיבן גרייזן געזאגט
און נאכדערצו געהאט צוויי לינקע הענט

1פון זיין גראשן מ'האט נישט געקענט אויסגיין
פון די גרינע פארמאגט גאנץ פיין
איז וואס אי דען אז ער איז נישט קיין איבריגע למדן
ער איז דאך געווען גאנץ פארמעגליך
נו.! וועט עס נישט זיין אזוי אומדערטרעגליך
מיט דעי מחשבות האט שמערל געטוהן דארט לאנדן

2 ערב פסח. שמערל קומט דארט אהן
נאך חצות. אין די שפעטע שעה'ן
ער זעהן גאדלען זיצן דארט אויבן אהן
א גרויסע ריזיגע מצות באקס
גאדל האקט אריין ווי א אקס
זיין גאנצע פנים אין באקס אריינגעטאהן

2 גאדל האט געשיבט און געריפעט
און דערביי מיט די פיס געהאקט און געטופעט
ער איז געווען אזוי טרוד אין די אכילה
ער האט דעם שמערל נישט באמערקט
זיין גאנצע קערפער אין באקס אריינגעשטעקט
ער מוז ענדיגן גאנצע צוויי קילא

3 ענדליך קוים מיט צרות
האט אים איבערגעהאט זיין מרת
דעם בחור'ל פאר אים פארגעשטעלט.
גאדל פון דעם קוועלט.
צום בחור זייער פרייטצעך
וועסט מיר ארויסהעלפן פארשטייטצעך
ס'קומט א שווערע סדר. גאר א שווערע פעלד

1 גאדל האט גלייך גענומען אין האנט
א דאזן מצות. און אים דערלאנגט
גיי וואש דיך האט ער מיט א דיקע שטים באפוילן
ביסטאך אוואדאי הונגעריק
די מצות אריין אין דיר רוק
ער קען ביי שמער'לען אבער גארנישט פויעל'ן

1 שמערל זאגט אים מיט א דרייסט
ערב פסח מ'עסט נישט מצות, ער ווייסט.
די בעלהבית'טע האט זיך אריינגעמישט
א פרישע דיין מיר געטוהן אויסשפראצן
מיין מאן טוט אויך נישט אונטערן אויבן קלאצן
ער פארשטייט אויך אן עסק. האט'זע דארט געקוויטשט

2 אז ער טוט עסן ווייסט ער וואס ער טוט
און אויב ווייסטו וואס איז פאר דיר גוט
זאלסטו זאפארט אויכעט אזוי טוהן
וואס דען זאל איך דיר פיטן.
אפשר א שטיקל חמץ, גאט זאל באהיטן
זי איז אויפגערעגט . דער פנים בלוי און גרין

2 שמערל האט א זאג געגעבן
בארשט מיט קארטאפל רעבעצין לעבן
דאס קען איך עסן יעצט באשטיין
גאדל אין געלעכטער האט אויסגעשאסן
טרערן פון לאכן האבן געפלאסן
בארשט איז דאך חמץ. ווי קענסטו נישט פארשטיין?

3 גאדל האט געטוהן ערקלערן
זיין שטוב וועט טריפה נישט ווערן
וויזוי קענסטו בארשט, מיט קארטאפל באגערן
ער זאגט מיט באדויער
בארשט אדער. לעמאן. יעדע זאך וואס איז זויער
איז חמץ בעין . ער וויל פון גארנישט הערן

1 די בעלהבי'תטע האט געטוהן קוועלן
איר מאנ'ס לומדות טוט איר געפעהלן
גאדל'ס חכמה זי האט גענומען לויבן.
זי האט נישט געשפארט קיין שבחים
אויף איר מאן, דעם גרויסן תלמיד חכם
ארויסגעשריגן זי האט פון אלע שויבן

1 גאדל האט גענומען מאכן א פלאן
מ'דארף מאכן כרפס. וואס העט דא זיין?
ער איז זיך שואל עצה. מיט ר' שמערל
קענסט נעמען קארטאפל אדער רעטעך
פראדל, זאגט גאדל, פאר איר. איך בעט'דיך
שייל אפ קארטאפל. א בארג א גאנצע שטח

2 פראדל א ריזיגע הויפן געטוהן אפשיילן
גענוג פאר א מחנה סאלדאטן אויסטיילן
גאדל נעמט ווידער פון ר' שמערל עצות.
וויזוי מאכט מען די חרוסת
א גאנצן פאס. אדער ארבע כוסות
שמערל ווייסט נישט . ער ציהט מיט די פלייצעס

2 פראדל! שרייט גאדל הייזעריג
ער פאנגט שוין אהן צו ווערן, בייזעריג
לויף צום רב . פרעגן וויזוי חרוסת מ'מאכט
אוי א קלאג האט מיר געטראפן
פראדל איז צום רב אריבערגעלאפן
אנגעגרייט חרוסת אויף טעג אכט.

1 גאדל טוט ווייטער לייגן לחץ
וויזוי, גרייט מען, רחצה מיט יחץ
שמערל זאגט . דאס איז נישט קיין זאכן צוגרייטן
אויף כורך אבער נעמט מען חריין
גאדל פירט אים אין א צימער אריין
א גאנצע בארג חריין טוט דארטן שטיין

1 גאדל הייסט אים צו רייבן אנהייבן
ער האט געשוויצט נישט צום גלייבן
אזויפיהל חריין האט ער דארט געריבן
אז אפ' אויב מ'זאל נאר בלויז
עסן חריין גאנץ פסח דורכאויס
וואלט פארן, גאנצן שטאט זיכער פארבליבן

2 גאדל זאגט אים . דאס ביסל.
וועסטו אנרייבן אינעם גרויסן שיסל
ס'איז פאר שמערל געווארן פינסטער אין די אויגן
באין ברירה זיך ארויפגעשארצט די ארבל
די פינגער זיך צושניטן ס'טוט אים בלוטן
פון די אויגן טוט רינען . ווי א ברונען

2 קוים, איז געווארן די זמן
גאדל אין הויז, קומט אריין
אינעם גרויסן קיטל זיך געטוהן איינהילן
אויפ'ן קאפ דעם יו"ט'דיגן דאשעק
זעצט זיך אוועק מיט'ן גאנצן חשק
מ'קען דעם הייליגקייט אין די לופט פיהלן

3 מ'ברענגט אריין מצות דריי
גאדל ארבעט שווער מיט זיי
צוויי מצות איז נאך געווען גאנץ כמעשה
די דריטע אבער צובויגן
צוקארטשעט . ס'איז געפלויגן
ס'איז עפעס נישט געשטאנען גראד. וואס טוט מען מה נעשה?

1 גאדל פארשוויצט . ער טוהט זיך מיעהן
דער כהן-מצה אבער וויל נישט איינרועהן
גאדל כאפט די כהן. צום וואנט געט עס א טראסקע
די מצה האט זיך צופיצלט גלייך
גאדל אטעמט רואיגער אסאך
פראדל. ברענג. א צווייטע כהן . געט ער א פסק'ע

1 אבער אויך די צווייטע כהן
האט אים ווייטער געטוהן ענויען
ווידער א טראסקע. ער האט אים אוועקגעשמיסן
גאדל האט אזוי צוקנאקט
א צען כוהנים . ביז ער האט א גוטן געפאקט
א לייטישע כהן. איז זיך געלעגן אויפ'ן טאקט.

2 יעצט אבער האט זיך אנגעפאנגען ריכטיג
די שווערע ארבעט. זייער וויכטיג
וויזוי אויסצושטעלן די קערה
זרוע בימין וביצה בשמאל
גאדל'ס מח האט נישט פארטראגן דעם עול
ער האט זיך ארומגעדרייט ווי א מייזל אין איר נארע

2 ער האט זיך געדרייט ווי א שלאנג
רעכטס. און לינקס. אויפ'ן טיש . אויפ'ן באנק
זיך איבערגעזעצט אויף אלע פלעצער
ווען שמערל וואלט זיך נישט אריינגעמישט
וואלט גאדל געבליבן אינגאנצן צוחישט
און ענדליך איינגערוהט דעם אלטן זעצער

3 דער קידוש אריבער כמעשה
די הגדה געווארן א נאסע
שמערל האט די קשיות שנעל געפרעגט פון עם
גאדל האט די הגדה אפגעפליקט
מיט די ווערטער זיך דערשטיקט
ער האט די ציינער נעבעך שיער פארלוירן פונדעם

1 גאדל האט מיט די פיס. געקלאפט צום ביט
ס'דאכצעך אים מיט'ן פערד ער פליהט
הע העפ. וויאו. וויאו. ברומט'ער
שמערל האלט זיך די בויך פון געלעכטער
די קושקעס קאפויער. נאך א רגע ברעכט'ער
גאדל'ס עם הארצות. האלט אים גוט אונטער

1 מיטאמאל. געט גאדל א זעץ
די משפחה איז זיך צושפרינגען ווי א כאפטע קעץ
ער האט א קשיא. גאר באמסטיש
ס'שטייט מעשה ברבי. אליעזר ורבי.
יהושע מיט א רבי. ר' טרפן מיט א רבי
עקיבה אהן א רבי. פארוואס? פרעגט ער סארקאסטיש

2 פארוואס האט יעדער איינער רבי'ס
עקיבה אבער האט נישט. ס'שטימט נישט עפעס.
גאדל האט עס נישט געקענט אראפשלינגען
פלוצלונג ווערט גאדל מיד ווי א בער
אזא לאנגע הגדה. איך קען נישט מער.
א גוטע עצה טוט אים אין קאפ קלונגען

2 ער זאגט א געדאנק גאר א גראדע
מ'וועט יעצט דעם צווייטן העלפט הגדה
שוין אפזאגן. און אפרייסן אויך
פטור אראפ אן עול פון קאפ
דערנאך וועט מען ברענגען דעם גרויסן טאפ
און זיך לאזן וואויל גיין. ווי מען ברויך

3 גאדל האט גענומען באווייזן
געמאכט קילאמעטער'דיגע שפרייזן
די כי לעולם חסדו'ס, אראפגעשלונגען מיט צען טויזנט גרייזן
מיט'ן אחד מי יודע, שיער נישט דערשטיקט
מיט חד גדיא זיך דערקוויקט
דאן . האט ער א שווער אפגעאטעמט . שוין געענדיגט!

1 אויפ'ן טיש אוועקגעשטעלט דריי
תשעה קבין'דיגע כוסות אין א ריי
די הענט געריבן . ער גרייט זיך צום מלאכה
אריינגעשאקלט אין האלז איינער נאך די צווייטער
ולקחתי. והצלתי הויעך שרייט'ער
די ארבע כוסות ערלעדיגט מיט הצלחה

1 מ'האט זיך געוואשן. די מצה צו בייסן
גאדל אויף שמערל הייבט אהן צו כעס'ן
ער הערט ווי שמערל זאגט המוציא לחם
די שייגעץ איינער שרייט ער רויט
לחם. איז חמץ. ס'מיינט דאך ברויט
קענסטאך נישט לערנען. דו טיפש מרחם!

2 גאדל האט זיך אריינגעגאסן
א כוסה זעקס און ניינציגער. אין גארגל געפלאסן
א קלאפ אריין געטוהן ווי קיינמאל גארנישט
א צווייטע . א דריטע . די אויגן פארריסן
און מיט א שטיק פיש פארביסן
מ'וואלט מיט דעם געקענט א געזונטן פויער. מי'מית'ן

2 די וויין און בראנפן. נישט געווען לריק
זיין פנים געווארן רויט ווי א בוריק
די אויגן פון שיכרות האבן אים געגלאנצט
ער האט זיך תיכף אויסגעצויגן
און זיך פארמאכט די אויגן
גענומען כראפן ווי א געשטאפטע גאנז

3 פראדל קומט אריין
ברענגען פאר איר מאן
די הייסע יויך. מיט די קניידלעך. אזוי גרויס ווי טאבעס
גאדל שלאפט אוועק
צו גארנישט געט קיין העק
ער איז יעצט . ערגעץ דארט . ליום שכולו שבת

1 גאדל וויל זיך נישט דערוועקן
דעם טישטוך כאפט אהן ביי ביידע עקן
אויפ'ן בענקל. שנארכעט און ער כראפעט
ער חלומ'ט ווי ער, פארטצעך אויפ'ן פערד
גארנישט ער זעהט, גארנישט ער הערט,
מיט זיין וועגעלע. אויפ'ן ראוד גאלאפעט

1 פלוצלונג. האט ער זיך א ציה געטאהן
די טישטוך נאך, ער כאפט שטארק אהן
פון זיין מויל הערט זיך א געשריי
ער האט דעם טישטוך אראפגעצויגן
אלעס פון טיש אראפגעפלויגן
די כוסות. די זופ. די לייכטער זיך צובויגן

2 ס'איז געווארן א טשולנט אינגאנצן
הכל בכול פון טיש אראפגעטאנצן
פראדל האט גענומען מאכן קולות
גאדל פארטיפט ווייטער בשינה
ער חלומ'ט ער איז אין א וואלד אין כינע
ער ווייסט נישט וואס טוטצעך אים ווייטער וואויל'איז

2 ענדליך די אויגן ער האט אויפגעריסן
פארוואס איז טונקל? וויל ער וויסן
פראדל עפנט א מויל מיט טויטע קללות
דו פויער האסט מיך אינגאנצן פארשרפה'ט
די רעטאריק. אויף די העכסטע טענער פארשארף'עט
גאדל שרייט צוריק. מאך נישט קיין בהלות.

2 גאדל וויל נאך ווייטער שלאפן.
פראדל שרייט. דו שיכור גיי פאפן.
שווייג! האט גאדל איר מיט כעס באפאלן
פראדל שרייט. האסט אלעס געמאכט א חורבן
דעם גאנצן סדר האסטו מיר פארדארבן
און יעצט . מאכסטו ווידער שוין סקאנדאלן

3 די גאנצע שטאט געקומען
זיך איינזאמלען גענומען
א ריח פון וויין. נאפט און יויך. האט געשלאגן אין קאפ.
מ'האט זיך איבערגעקאצקעט שיער
אויף די צובראכענע געשיר
די גאנצע סדר איז פאר שמערל געווען איין גרויסע פלאפ

3 שמערל האט אפגעיאגט
שנעלער איידער עס טאגט
מיט א דאנק הייבט ער אויף די הענט צום הימל
שקויעך שטארקער גאט.
אויסגעלייזט מיך . ער האט
פון דעם דאזיגן ביטערן גלות. און דעם טימל.
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

Re: א סדר נאכט מיט גאדל.

שליחה דורך ידען »

זייער שיין, אבער פארוואס שרייבסטו נישט פון ווי האסט עס גענומען?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
הניק שלי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 12:34 pm
געפינט זיך: אין היימישע קרעטשמע
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
קאנטאקט:

Re: א סדר נאכט מיט גאדל.

שליחה דורך הניק שלי »

אלע וויצן און ארטיקלעך דארף מען איבערשרייבן דא און אין אייוועלט? איך מיין אז יעדע וואס ליינט דא ליינט אויך און אייוועלט
[NAMELESS]

Re: א סדר נאכט מיט גאדל.

שליחה דורך [NAMELESS] »

הערליך שיין פעדער. א הערליכע ארבעט. איין פראבלעם, איך קען נישט יו"ט עהרליך'ס ניגון אין וויליאמסבורגער גאסן. קען איך עס נישט צו מיט אונטערברימען. אבער די גראמען זענען הערליך.
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

Re: א סדר נאכט מיט גאדל.

שליחה דורך פעדער »

יישר כח. פאר אלע.
ניק שלי! ס'דערקענט זיך אויף אייך, אז איר טוהט שטארק אנערקענען ווען עמיצער גיט צו צום קאווע שטיבל, אויף אלעמען געוואונטשן אזא פאזיטיוון בליק ווי איר פארמאגט. ;)
אויב האב איך עמיצן בא'עוול'ט, האף איך אז די גבאים וועלן זאפארט אונטערנעמען די נויטיגע שריט דערצו .
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: א סדר נאכט מיט גאדל.

שליחה דורך שמואל הלוי »

שלום עליכם פעדער!
וועלקאם טו דע קלאב...

איך האב גאר שטארק הנאה געהאט, און האסט אפילו זוכה געווען צו באקומען א לייק פון מיר.
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 659
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

Re: א סדר נאכט מיט גאדל.

שליחה דורך לאדיך אפ »

פעדער שלום עליכם! הערליך שיין. ג"א צירפתי לייק.
ידען, איך מיין אז דאס איז דער זעלבער וועלכער האט עס ארויפגעלייגט אויף אייוועלט.
הניק שלי, איך ליין נישט אייוועלט, סארי טו דיסעפוינט יו.
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

Re: א סדר נאכט מיט גאדל.

שליחה דורך חד גדיא »

זייער שיין פעדער. איך ארויס צו דיינע ווייטערדיגע געשרייבעכצער.
:like
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

Re: א סדר נאכט מיט גאדל.

שליחה דורך אךשמח »

פעדער??

איז דאס מיין באליבטער פעדער?

מעכטיגע נייעס!

לאמיר האפן אז וועסט הנאה האבן פון די פיינע קאווע און מיר פון די געשמאקע אראמא וואס דו ברענגסט דא אריין.
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

Re: א סדר נאכט מיט גאדל.

שליחה דורך פעדער »

אט האט איר א לינק צום מקור הסיפור
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 23#p105123
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: א סדר נאכט מיט גאדל.

שליחה דורך יידל »

פעדער האט געשריבן:אט האט איר א לינק צום מקור הסיפור
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 23#p105123

שכויח הרב פעדער. אסאך מאל ווערט אין פאעזיע פארלוירן אסאך דעטאלן וואס מקען נישט אריינלייגן אין גראם - אבער דיין ארבייט דא איז מעכטיג!
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: א סדר נאכט מיט גאדל.

שליחה דורך יידל »

און פעדער, איך מוז דיר זאגן איך בין אביסל מקנא... קוים נעכטען אנגעקומען, און שוין ביזטו נומער צוויי אין די "לייקס ראנגען" toplist.php
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

Re: א סדר נאכט מיט גאדל.

שליחה דורך פעדער »

יישר כח . הערשט יעצט באמערקט אז מ'קען נאכקוקן די ראנגען פון די לייקס . זעהר פארגעשריטן. כ'האב הנאה.
שוין מיט עפעס בעסער ווי אייוועלט. און אויסערדעם טוט עס בענעפעטירן פאר אזעלכע וואס ווילן אפירזוכן די לעצטיג-גוטע סחורה, אהן איבריגע מוטשענישן, דארונטער אבער זאל עס טאקע זיין מיט'ן צושטימונג פון די לייענער וואס האבן איינשטימיג הנאה געהאט דערפון. איז דאס דער ענטפער - אזוי ארום טרעפט ער גיך, אזוינע ארטיקלען אד"ג,
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

Re: א סדר נאכט מיט גאדל.

שליחה דורך ידען »

יידל האט געשריבן:און פעדער, איך מוז דיר זאגן איך בין אביסל מקנא... קוים נעכטען אנגעקומען, און שוין ביזטו נומער צוויי אין די "לייקס ראנגען" toplist.php

וויזוי ארבעט עס?

יידל האט יעצט 41 לייקס און פעדער 11. פארוואס איז ער נאמבער צוויי און יידל זע איך אפי׳ נישט דארט?

אפשר ווייל פעדער האט צווייטע מערסטע לייקס פער אשכול?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: א סדר נאכט מיט גאדל.

שליחה דורך יידל »

ידען האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:און פעדער, איך מוז דיר זאגן איך בין אביסל מקנא... קוים נעכטען אנגעקומען, און שוין ביזטו נומער צוויי אין די "לייקס ראנגען" toplist.php

וויזוי ארבעט עס?

יידל האט יעצט 41 לייקס און פעדער 11. פארוואס איז ער נאמבער צוויי און יידל זע איך אפי׳ נישט דארט?

אפשר ווייל פעדער האט צווייטע מערסטע לייקס פער אשכול?

די לייקס ראנגען גייען לייקס פער אינדוווידואלע תגובה.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

שליחה דורך פעדער »

אויפצופרישן דעם זכרון. אפשר וועט עס עמיצן משמח זיין.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

איי פעדער ס'ברענגט מיר צוריק אלטע זכרונות, כ'פלעג נישט צו גיין צום פסח אהן גאדל ביים סדר!!!
פארשפארט