איך זעה עס איז נאך נישט דא קיין אשכול פון די גרעסטע חידושים בעולם הנגינה ביים היימישן עולם , וועל איך שרייבן וויפוהל מיין פעדער ערלויבט און יעדער איז מכובד צו מוסיף זיין ,
שלום איז א יונגערמאן און די מיטעלע צוואנציגער יארן ער איז אויפגעוואקסען און עיר ואם בישראל בארא פארק זיין משפחה געהערט צו די בעלזא חסידות , זיין מאמע איז פון די באקאנטע "משפחת שארר" און זיי האבן טאקע ביי די משפחה זעלטענע בעלי כשרונות,
און זיינע יוגנט פלעגט ער נישט זיין באוויסט אלטץ א ילד הפלא ער פלעגט אפשר אמאל
אויפטרעטן זינגען אביסל אבער גארנישט ספעציעל ,
אלס יונגע בחור ווען א מענטש הייבט אן צו ווערן ערוואקסען און די שטימע טוישט זיך פון א קינדערישע שטימע צו א ערוואקסענע און מען הייבט אן צו זינגען א אנדערע אקטאבע ,
האט ביי שלום פאסירט א אינטערסאנטע ערשיינונג ער ווערט עלטער מיט די יארן אבער די שטימע האט זיך ווי אפגעשטעלט און איז געבליבן מיט די קינדערישע און דא האט זיך אנגעהויבן א נייע תקופה וואס האט געטוישט זיין לעבן ער האט אנגעהויבן זינגען אויף אלבוימ'ס אבער נאך אלץ נישט אויפגעטרעטען פאר מענטשען אזוי איז געוועהן ביז נאכן ישיבה יארן ,
אלץ בחור דא און אמעריקא האט ער זיך אנגעשלאסן מיט די "שירה כאר" אזוי ווי א סאך אנדערע וואס קענען אביסל זינגען אן קיין גרויסע ערווארטונגען צו דערגרייכן דעם אויבן אן ,ווען און די זעלבע צייט גייט ער צו א גאר פראפעסינאלע לערער צו בילדען די שטימע
אבער גאר שנעל האט ער זיך ארויפגעדראפעט אויפן לייטער אזוי הויעך ווי די טענער וואס ער זינגט , זיין גאלדענע שטימע מיט זעלטענע טאלאנט האט ארויסגעשטארצט
כשושנה בין החוכים און עם שנעל ארויפגעדראפעט צום אויבן אן פונ'ם מוזיק פאמיליע
שלום האט א זעלטענע שטימע קלאר און שטארק אבער נאכאלס זיס און געשמאק
עס זאגט זיך מי יעלה בהר ומי יקום ער קען זינגען נאנט צו דריי אוקטאבעס און זייענדיג דארט אויבן דרייט ער ווי א פידל,
זיין קאליטארור און זינגען דערמאנט פון די אמאליגע לייבן ווי משה אושר יאסעלע רוזענבלאט
זיין טענער איז ווי משה קאסאוויצקי און צו דעם אלעמען קומט מיט זיין זיסע שטימע וואס צוזאמען איז עס עפעס ספעציעל
אדאנק זיין קאלירפולע שטימע קען ער זינגען די שווערסטע חזנות קאמפאזיציעס און היינטיגע סטייל ניגונים אינאיינעם און ביידע מיט א זעלטענע געשמאק און פארשטאנד ווי אזוי ארויסצוברענגען די געפילען פונ'ם ניגון,
ער האט א ספעציעלע חן ווען ער זינגט די אלטע יודישע חזנות קאמפאזיציעס משפירט ווי די ניגון לעבט זיך אויף פונדאסניי און אז מ'מאכט צו די אויגן קען מען זיך דאכטען ווי מ'איז און דער אלטע היים זיצענדיג אין קרעטשמע,
שלום פאר זיך איז גאר א איידעלע יונגערמאן און א הצנע לכת טראץ ווערענדיג וועלט בארימט און א יונגער עלטער גייט ער נישט ארום מיט די קאפ און די הייעך נאר פארקערט ער זיכט נישט צו זיין א סעלעברעטי און לעבט א איידעלע לעבן , ער וועט רעדן מיט יעדן איינעם און איז מכבד יעדעם איינעם און אלץ מיט א שמייכעל ,
זיין לעבנ'ס שטייגער און באשיידנקייט לייגט א גרויסע געוויכט אויף זיין זינגען , אנדערש פון אסאך היינטיגע זינגערס וואס א גרויסע טייל פון זייער הצלחה איז די וועג ווי אזוי מען פירט זיך אויף ביים זינגען און מ'איז כסדר פארנומען זיך צו פראמאטן און מען דארף זיך צושטעלן צום אוידיענץ וואס דאס נעמט אוועק פון די ארגינעלקייט ,
איז אבער די הצלחה פון שלום זיין ארגינעלקייט מיט זיין פשטות וואס עס ווייזט זיך ארויס ביי זיין זינגען און אזוי ווי ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט "אז זיין פאקוס איז אויף די נשמה פון די ניגון"
און דאס ברענגט ארויס די נשמה פון ניגון מיט אלע קאלירן אסאך איז צו פארדאנקען זיין טאלאנט און הערליכע שטימע וואס דאס אליינס מאכט עם אינטערסאנט פארן צוהערער
און די יעצטיגע טעג קומט אריין די נייעס אז ער האט א באקומען א קאנטראקט מיט די גרעסטע מוזיק פירמע און די וועלט וואס דאס איז א גרויסע דערגרייכונג און מיר ווינטשען עם אסאך הצלחה און זיין קאריערע.