דער דאס אין נאמען פון הרב ר' ק/פ שליט"א האט געשריבן:יום חמישי לסדר "הדבר אשר ישים אלקים בפי אותו אדבר" תשע"ח לפ"ק:
לפענ"ד איז כדאי לתועלת הציבור, מפרסם זיין מה דלקמן.
דער תכלית איז נישט חוזק צו מאכען פון קיינעם, אזוי ווי אסאך אנדערע וואס זוכען ענטערטעינמענט אויף יענעמס חשבון, נאר למען בירור הענין צו ערנסטע מבקשי אמת:
בנוגע דרשת ר' מענדל - איך ווייס נישט וויפיל מענטשען כאפען ווי אינטרעסאנט און איראניש דאס איז. לכאורה איז משמע, אז ר' מענדל אליין כאפט נישט וואס ער האט אליין געזאגט...
איידער ער שטעלט אוועק זיין "שיטה הקדושה", איז ער מקדים אז אזוי ווי דער בעל ויואל משה האט אוועקגעשטעלט זיין שיטה, אן מורא צו האבן וואס די גאס וועט זאגען, הגם ער איז געווארען ללעג ולקלס, אזוי אויך שטעל איך אוועק שיטת ישועות משה.
איינער וואס האט אדורך געלערנט ספר ויואל משה (און רובא דרובא מענטשען האבן דאס בודאי נישט אדורך געלערנט - און לכאורה ר' מענדל אויך נישט - נאר ווייסען שיטת סאטמאר "פון די גאס און פון מקוה נייעס"...) ווייסט אז די עיקר יסוד וואס ער איז דארט מברר באריכות גדול איז דעם ענין אז אפילו א פשוטע מענטש טאר נישט פאלגען זיין רבי בלינדערהייט אויב זעהט דאס אויס פאר אים נגד פשטות דברי תורה - יהיה מי שיהיה - אפילו סאטמארער רבי אויך נישט - כמו שמבואר בשו"ע יו"ד סימן רמ"ב, ועוד ועוד. מ'קען זאגען אז רוב מאמר שלש שבועות, רעדט זיך אפילו נישט וועגען ציונות, נאר רעדט זיך וועגען א בירור אין אט דעם יסוד אז קיינער שטייט נישט העכער דער תורה, און איז אויך מברר באריכות דעם ענין פון טעותים אצל צדיקים, וכו' וכו'.
יעדער ערנסטע סאטמארער חסיד ווייסט אז אט דאס איז די יסוד פון שיטת סאטמאר, וואס אויף דעם איז געבויעט אלע פרטים פון התנגדות צו ציונות, לכל מי שמעיין בדבריו באמת.
ס'איז ידוע אז דער בעל ויואל משה האט נישט געקענט סובל זיין שוואנצאנות אפילו במילי דעלמא. אבער במילי דעלמא קען מען זאגען וואס ר' נחמן מברסלב זאגט - בעסער צו גלייבען אין אלעס, אפילו אין שטותים אויך - ווי איידער צו זיין א כופר, און כופר זיין אין אלעס - אפילו אין וואס מ'איז מחויב צו גלייבען.
אבער במילי דשמיא - אט פארדעם האט ער געמאכט דעם ויואל משה - דער תכלית פון דעם ספר איז לוחם זיין נגד שוואנצאנות, מיט מקורות אויף דעם מכל התורה כולה, כדי עוקר צו זיין דעם געדאנק מעיקרא, וואס ערשט נאר נאכדעם קומט זיין מלחמה נגד ציונות ואביזרייהו.
כידוע האט ער זיך געקענט גרינגער מתוכח זיין בנוגע ציונות מיט די ליטווישע, ווייל זיי האבן אים פרובירט אפצופרעגען מיט דברי תורה, און אויף דעם קען מען פירען ויכוחים. אבער מיט די חסידישע, איז נישט געווען מיט וועמען צו רעדן, ווייל "דער רבי האט געזעהן אין הימל אנדערש"... און דאס האט אים ארויסגעברענט פון די כלים, וואס אויף דעם האט ער געמאכט זיין ספר - מיט ראשית אוועקשטעלן דעם ערשטע יסוד של "תורה לא בשמים הוא" - דהיינו אז שוואנצאנות בכלל איז מנוגד לכל התורה כולה.
כמובן, איז דא זייער אסאך וואס מ'דארף מברר זיין בנוגע ענין של אמונת צדיקים, לא תסור, ענין מהרהר אחר רבו, דרך הבעש"ט, וכו' וכו', וואס איז נישט שייך על רגל אחת, (אגב - אט דעם באקאנטען מאמר פון "נשתכח תורת הבעש"ט" וואס דער אומוואוסענדע עולם האט אזוי ליב נאכצוזאגען פון ויואל משה, אן צו וויסען על מה הדברים אמורים - אט דאס קומט נאך א לאנגע בירור באריכות גדול ווי ער איז לוחם קעגן די וואס טייטשען אריין אזוי גערופענע "שוואנצאנות" אין דרך הבעש"ט אריין, און דערנאך פירט ער אויס דעם מאמר הידוע פון נשתכח דרך הבעש"ט. עיין שם.)
אבער עכ"פ בקיצור - די עיקר נקודה און יסוד פון שיטת ויואל משה - איז היפך הגמור של שיטת ישועות משה.
לכו נא ונוכחה אין דעם עצם פאקט אליין: דער סאטמארער רבי האט זיך וויפיל טעג, וואכען, חדשים, און יאהרן, זיך אפגעמאטערט צו שרייבען זיינע ספרים ויואל משה ועל הגאולה ועל התמורה, און יאהרן לאנג דורש געווען וועגען דעם ברבים, און יאהרן לאנג זיך מתוכח געווען מיט מענטשען וועגען דעם, כדי מברר זיין שיטתו לכל העולם כולו. משא"כ שיטת ישועות משה - גארנישט... - נאר איין זאך - אזוי ווי מיר האבן געלייענט פאריגע וואך פרשת חקת - איך בין א פרה אדומה - גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה... די עיקר מלחמה פון בעל ויואל משה איז געווען אנטקעגן אט דעם "פרה אדומה שוואנצאנות געדאנק". דאס ווייזט באופן היותר בולט דעם חילוק כרחוק מזרח ממערב וכרחוק שמים וארץ צווישען די צוויי.
והדברים עתיקין וידועין לכל מבין.
וואלסט אפשר גערעכט געוועזן ווען דאס ווארט שוואנצנות געמיינט:
"זאלסט גלויבן אז עני מחשבה וואס עפעס א רבי אויפ'ן קוגעלע גייט זיך נאר דערוואגן צו טראכטן איז קדוש קדוש קדוש".
אבער דאס איז דאך כמעט ח"ו שיטת הבאטשי'ס (-רח"ל מהאי דעתא...) שחלק מעוונם היה כאמור להביא לעקיך-און-בראנפן על הילולת הקעכער דקערעסטיער, שלא נחה רוח רבינו מזה העניין
אבער וויבאלד שיטת השוואנצנות איז בלויז כדלהלן:
"וואס מיין רבי זאגט/טראכט/פאלט-איין איז קודש קדשים, און דאס איז תורה, און משה רבינו אויפ'ן בארג סיני האט דאס געזאגט ביי די שלשת-אלפים-הלכות-שנשתכחו, (-ומשום מה כשהחזירם עתניאל-בן-קנז לא נשתיירו בכתובים עד דורנו השפל),
און ס'איז אינטערסירט מיין לינקע פאה וואס א צווייטען רבי טראכט/זאגט/הייסט, ווייל נאר מיין רבי איז גערעכט און קיין צווייטער ניקס פארהאן, וכלל גדול אמרו דרבי אחר במקום רבי אינה משנה!"
דאס איז מעהר ווייניגער על רגל אחת שיטת השוואנצנות, והיום אומר לו עשה כך ומחר אומר לו עשה כך עד שיאמר לו תרקוד ג"פ בכל יום הימען דשואנצניא קדישא ועונין כל השוואנצנים אמן.
און וויפהל איך קען די א.ג. סאקמירע תלמידי וחסידי רבינו, אין לך שוואנצנות גדולה משוואנצנותם.
איך האלט אז מענדעלע דארף קומען נעמען לעסנס ביי זיי, וואס זיי האבן אלטס געטראפן מסביר צו זיין אז אפי' נאך ס'איז שוין ניט פארהאן קיין חסידות אויפ'ן וועלט, פארט וועט דעם רעבי'ן-זכותו-יגן-עלינו זיין גערעכט אין עני מצב און אין עני מעשה וואס וועט זיך נאר אויסקומען ביז משיח'ס טאג, האבן זיי דעם רבי'נס מיינונג וואס דאס איז דעת תורה צרופה מסיני,
- און די וואס האלטן אנדערש זענען וואס?
- באטשיס האט איהר געמיינט?
- ח"ו רח"ל מהאי דעתא, ר'איז דאך ארגער פונ'עם ערגסטן, עמלק שבדורנו, טמא מטומא, שטיינמן=קוק, רייזמן-עמלק, שייגעץ ארויס, כל היוצא מפיו כיוצא מפי הטבעת, פוי, און נאך און נאך כהנה לשונות איינס בעסער פונעם צוויטען.
אחי בני סאטו-מארע:
אין שוואנצנות כשוואנצנותכם, אך הגדלתם עשה, בכך שאתם עצמכם אין אתם מאמינים בשוואנצנותכם שאינה באה ח"ו משוואנצנותכם אלא מקורה טהור מדאגה לתורת משה ע"י פרשנה האחרון הלא הוא רבינו...
איני יודע מיהו הק/פ הלזה ואם ראוי להגיב על דבריו,
אך כדי שלא יאמרו מדשתקי ש"מ דניחא להו, באתי בדברי אלה.
.
(אדער כדרך פתיחת האשכול געשריבן: "ס'איז נישט מיך, ס'איז אלט'ס מיין מענדעלע...")