דער מוזיק ארעינדזשער ישראל לאם

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

דער ענגליש סאנג פון איינע פון די טעיפס פון לונדון באויס קווייער (מוזיק דורך ישראל) "בארץ ישראל".
בני הכלא און קדשינו פון מאדזשיץ (אין א טעיפ אויף שבת מט ב"צ שנקר).
קווארטין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך קווארטין »

לאמיר א רגע סוויטשען צו יאראן גערשאווסקי, עפעס קוקט מיר אויס אז ער שפילט בעסער ווען ער שפילט מיט א בענד, ווי ווען ער שפילט אליין אלץ סאלא פיאניסט, מיט א בענד איזער עפעס מער קריעטיוו. איר האלט אויך אזוי?
באניצער אוואטאר
גלות יוד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 255
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:27 pm
געפינט זיך: ווי מען לאזט מיר אריין
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך גלות יוד »

שאלת חכם חצי תשובה ווען ער איז סולו ווילדעוועט ער ארום מיט זיינע שטיקלעך אבער מיט א בענד האלט ער זיך מער איין וועגן דעם האלט איך אז ער איז נישט שיין אלץ פיאניסט אין א בענד, ווייל ער איז מער סולו געשטימט, איך האלט אויך אז ירון גוטפריד איז מער מוזיקאליש פון אים אפשר נאר מיט מונה
והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

איך האב אים כמעט נישט געהערט שפילן סולו (אויסער א חב"ד'סקער טעיפ, און זיין אייגענער טעיפ) אבער איך פארשטיי וואס איר מיינט, פאר סאלא איז ער צו הארט און גראב וכדו' מה שאין כן ווען ס'איז אלס הונטערוויילעכטץ שוועבנדיג צווישן אינסטרומענטן (האב איך עטוואס מכון געווען צו אייך?). אגב, פאר לאופר איז ער סך בא'טעם'טער ווי פאר לאם
באניצער אוואטאר
גלות יוד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 255
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:27 pm
געפינט זיך: ווי מען לאזט מיר אריין
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך גלות יוד »

ער איז זייער jazz געשטימט טאקע ווייל ער קען אזוי גיט און נישט אייביג קומט עס אריין, ווען ניצט אים לויפר ער ניצט דאך גוטפריד?
והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
קווארטין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך קווארטין »

חאצקל האט געשריבן:איך האב אים כמעט נישט געהערט שפילן סולו (אויסער א חב"ד'סקער טעיפ, און זיין אייגענער טעיפ) אבער איך פארשטיי וואס איר מיינט, פאר סאלא איז ער צו הארט און גראב וכדו' מה שאין כן ווען ס'איז אלס הונטערוויילעכטץ שוועבנדיג צווישן אינסטרומענטן (האב איך עטוואס מכון געווען צו אייך?). אגב, פאר לאופר איז ער סך בא'טעם'טער ווי פאר לאם

חצקל, כ'ווייס נישט צו וועם דו באציסט זיך (צו מיר אדער צו גלות) אויב מיינסטו מיר האסטו גאנץ גוט מכוון געווען, בעיקר וואסיך האב געמיינט צו זאגן, ווען ער שפילט אליין איז ער מער סימפל, אן קיין בליציגע איידיעס וואס כאפט די נשמה, אבער שפילענדיג אויף קאנצערטן וויזוי ער ווארפט אריין איידיעס, ממש נשתומם צו ווערן, אדרבה הביטו וראו.
באניצער אוואטאר
שמייכל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:05 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך שמייכל »

אז מ׳רעדט שוין פון די יארונס וויל איך אייך זאגן אז עס איז דא א שטיקל חילוק צווישן די 2 יארונס

יארון גערשובסקי איז שוין אין זיינע זעכציגער יאהרן, און איז א ברייט בארימטער פיאניסט, ארעינדזשער און קאמפאוזער סיי ביי יודישע מוזיק און סיי אין די גוי׳אישע וועלט, ער איז געווען יאהרן לאנג דער קיבארדיסט/פיאניסט און אררעינדזשער פאר The Manhattan Transfer - א ריזיגע וועלט בארימטע וואקעל גרופ וועלכע פערפארעמט jazz און pop, וואס דאס אליינס האט געמאכט יארון פאר א היבשע כאראקטער אין די פראפעשינאל וועלט, ער האט דאדורך געהאט די געלעגענהייט זיך צו טרעפן און שפילן מיט די וועלטס גרעסטע מוזיקאנטן אריינגערעכנט די 2 וועלטס גרעסטע היינטיגע דזשעס פיאניסטן Herbie Hancock און Chick Corea, ווי אויכעט איינע פון די גרעסטע היינטיגע Jazz Organ שפילערס Dr. Lonnie Smith - ער האט אויכעט גענומען לעסאנס ביי איינע פון די וועלטסט גרעסטע קלאסיקאל פיאניסטן פון די 20th century מיטן נאמען Vladimir Horowitz.

יארון גוטפריעד איז געראדע אויך א שטארק ארויפגעקוקטער מוזישאן און קלאסיקעל קאנדאקטער אין איזראעל וועמענס סקילס דערגרייכן צו זיין פון די בעסטע וואס פארהאן אין איזראעל היינט צוטאג, ווי אויך האט ער זייער א יוניק טאטש אויפן פיאנוי. ער טוט קאנדאקטן די גרעסטע סימפאני ארקעסטראס און איזראעל און איז אויך א שטארק געלערנטער קלאסיקל פיאניסט מיט שנעלע פינגער און א ווארימע סאונד.

ביי יודישע מוזיק זענען די חילוקים צווישן די צוויי גאר גרויס

גערשובסקי איז מער א העווי פיאניסט וועלכע נוצט אסאך מער Keys ווי גוטפריד בשעת׳ן שפילן סיי אין א גרוס און סיי סאלא פיאנוי, אסאך קריטיק איז שוין געהערט געווארן אויף גערשובסקי פארן זיין צו אנגעפילט, עספעשאלי אין א רידעם סעקשאן וואו עס דארף נאך בלייבן פלאץ פאר א גיטאר, משא"כ גוטפריד וואס ווייסט וויאזוי צו לאזן גענוג און נאך פלאץ פארן גיטאר און איז א מומחה עצום וויאזוי צו שטיין אויף זיין פלאץ און זיך האלטן קליען און צום נושא. - ווער עס איז א גרעסערע גאון אין מוזיק איז שווער צו זאגן, הגם וואס איך ווייס נישט צו זאגן אויף גוטפריד׳ן ער זאל האבן געשפילט פאר אזא פראפעשינאל בענד ווי גערשובסקי האט, איז ער אבער דאך א געוואלדיגער פיאניסט וועמען איך האב גאר שטארק געגליכן שוין פון די ערשטע מינוט וואס איך האב אים געהערט.

דאס איז זיכער אז גערשובסקי׳ס סאלא פיאנוי אלבומס זענען פיל מיט גאונות און הויעכע פיאנוי סקילס, אבער נאך אלעם קומט דאס נאכנישט צו צו זיינע גוי׳אישע אלבומס (א דוגמא ווי Personal Notes) וואס דארטן ווייזט ער ארויס וואס ׳יארון גערשובסקי׳ איז באמת, איז אבער נאכאלעם אין די היינטיגע יודישע מוזיק וועלט מער אנגענומען גוטפריד׳ס פיאנוי אלס דער סטאנדארט, בפרט ווען ער איז מיט זיין גרופע די איזראעילי רידעם סעקשאן וואס יעדער איז מודה אז דאס איז איינס אין דער וועלט, די וועג וויאזוי זיי האלטן זיך צוזאמען, די וועג וויאזוי זיי צוטיילן זיך מיט די ספעיס אינעם רידעם, יעדער האט זיין פאזיציע, גוטפריד מאכט א פיאנאוי ראן און סינגולדה לויפט עס נאך מיט א גליטש אויפן אקוסטיק וכדומה.

דאס איז וויאזוי די חילוק צווישן די צוויי פיאניסטן קוקן אויס אין מיינע אויגן
If you smile when no one else is around, you really mean it
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

גלות יוד האט געשריבן:ער איז זייער jazz געשטימט טאקע ווייל ער קען אזוי גיט און נישט אייביג קומט עס אריין, ווען ניצט אים לויפר ער ניצט דאך גוטפריד?

לאופר האט במשך עטליכע יאר רעקארדירט זיין מוזיק אין ניו יארק מיט די ארטיגע מוזיקאנטן (איך ווייס נישט די סיבה פארוואס, מעגליך ווייל ער האט זיי מער געגליכן [א עקסטערע דיסקוסיע וועלעכע מוזיקאנטן ס'זענען אין יענע צייטן געווען בעסער די ישראל'דיגע אדער די אמעריקאנער) אדער אנדערע פראקטישע סיבות), צווישן די טעיפס וואס זענען דעמאלס ארויסגעקומען זענען "חזק" פון מ. גאלדמאן; ברכה והצלחה און חזק און נאך טעיפ'ס פון פריד. אנגעהויבן פון תשנ"ו ארבעט ער נאר מיט זיינע לאקאלע מוזיקאנטן אין ישראל. איינציגע מאל קען ער נאך אריין ריקן ירון גערשאווסקיס פיאנא צווישן די ישראל'דיגע מוזיקאנטן וו.צ.ב. ביי בעני פרידמאן'ס ערשטע טעיפ, און ביי מבד'ס כולם אהובים טעיפ ביי דעם ניגון וואס ער ארעינדזשט "כי אלקים".
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

חאצקל האט געשריבן: ישראל לאם זאגט אין א אינטערוויו אז ער האט שוין ארעינדזשט 7 אדער 8 הונדערט אלבומס!!!

קען מיר איינער העלפן מאכן א חשבון וויאזוי ער קומט אן צו אזא ריזיגער נומער. פון וויפיל ס'ליגט מיר אין קאפ קען איך נישט צוקומען צו הונדערט אלבומען וואס ער האט ארעינדזשט, איך האב אריין גערעכנט אלע זיינע טעיפס פון די פארשידענע פרחי'ס, פארשידענע סאלא זינגערס, קינדער טעיפס למינהם, אינסטרומענטאלע טעיפס, געציילטע חצרות חסידות טעיפס, און אנדערע פארשידנארטיגע פראיעקטן וואס איך ווייס אז ער האט געמאכט, און קוים וואס איך דערגרייך א הונדעטער, ווער רעדט נאך פון זיבן הונדערט...

חוץ אז איך וועל זאגן אז פאר יעדער טעיפ וואס איך ווייס וואס ער האט געמאכט, זענען פאראן נאך זיבן טעיפס וואס איך ווייס נישט דערפון, וואס דאס איז א דוחק.

אדער זאל איך זאגן אז ער רעכנט אריין זיינע אלע קאנצערטן וואס כידוע איז ער די מערסטע פארנומענע קאנדאקטער אין די אידישע וועלט, אבער ס'איז מיר אויך שווער צו גלייבן אז ער האט אין די לעצטע פערציג יאר געהאט 7 הונדערט קאנצערטן.

אדער זאל איך זאגן אז ער האט געמיינט צו זאגן 7 אדער 8 הונדערט "ניגונים" און נישט "אלבומס", אולי...

וואס האט איר צו זאגן דערויף?


נו רבותי, רופט אייך אן ווארעם
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אפשר רעכנט ער פשוט יעדע איינצעלענע קאסעטע וואס ס'האט זיך פארקויפט? אבער דאן איז 700 צו ווייניג. פארגעט איט!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
תלמיד חכם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 5:22 pm
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך תלמיד חכם »

אמאל געהערט אז ישראל לאם איז א זוהן פין דער 'לאם' בוטשער סטור אויף LEE AVE ווער עס געדענקט אים נאך מיט זיינע קעצעלעך,ווייסט איינער?
תלמיד חכם -לערנט זיך צי ווערן א חכם
א גנב איז דער וואס גנב'ט,נישט דער וואס קען גנב'ן
א תלמיד חכם איז דער וואס לערנט,נישט דער וואס קען לערנ'ן ,קרעדיט הבית בלוי.
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

יצחק אלפסי דערמאנט אין זיין ספר אויף גזעי האדמו"רים א רבי'שע גזע מיטן נאמען "לאם", איך געדענק נישט וועלעכע גזע. מעגליך אז ישראל לאם איז גאר א רבי'ש אייניקל
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

גלות יוד האט געשריבן:איך האב שוין לאנג געוואלט צאמשטעלן א סידי פון מונה'ס אינטרא קיין איינס איז נישט דומה צים צווייטן .


דער אינטראו אויף בן בג בג פון שוואקי איז כמעט די זעלבע ווי דער אינטראו אויף דע לפני פון הנשטטר מיט ירמי' דמן.
דער אינטראו אויף אנחנו מאמינים פון מבד איז ענדליך צו די פריערדיגע (נאר שנעלער) און כמעט די זעלבע ווי דער אינטראו אויף ותן בלבינו בנה פון פיטסבורג 4
דער אינטראו אויף דער ערשטער ניגון אויף אודה פון וויזניץ איז כמעט די זעלבע ווי דער אינטראו אויף זה היום

ס'דא א סאך אזעלעכע תופעות, אז איך וועל מיר דערמאנען וועל איך אי"ה עס דערמאנען דא
באניצער אוואטאר
שמייכל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:05 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך שמייכל »

חאצקל האט געשריבן:
גלות יוד האט געשריבן:איך האב שוין לאנג געוואלט צאמשטעלן א סידי פון מונה'ס אינטרא קיין איינס איז נישט דומה צים צווייטן .


דער אינטראו אויף בן בג בג פון שוואקי איז כמעט די זעלבע ווי דער אינטראו אויף דע לפני פון הנשטטר מיט ירמי' דמן.
דער אינטראו אויף אנחנו מאמינים פון מבד איז ענדליך צו די פריערדיגע (נאר שנעלער) און כמעט די זעלבע ווי דער אינטראו אויף ותן בלבינו בנה פון פיטסבורג 4
דער אינטראו אויף דער ערשטער ניגון אויף אודה פון וויזניץ איז כמעט די זעלבע ווי דער אינטראו אויף זה היום

ס'דא א סאך אזעלעכע תופעות, אז איך וועל מיר דערמאנען וועל איך אי"ה עס דערמאנען דא

יעצט פרוביר אויסצורעכענען וויפיל אינטראויס פון משה לאופער זענען די זעלבע, איך מיין אז איין תגובה וועט נישט קענען פארנעמען אזויפיהל קערעקטערס...
If you smile when no one else is around, you really mean it
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

נו, אדרבא רעכן דו אויס, איך קען טרייען צו העלפן
באניצער אוואטאר
שמייכל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:05 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך שמייכל »

חאצקל האט געשריבן:נו, אדרבא רעכן דו אויס, איך קען טרייען צו העלפן

נעם משה גאלדמאנ׳ס טעיפס פון שמחתי ביז דעם לעצטן מחנה שלוה נומער, הייב אן איבערצוגיין איינס ביי איינס און איבערצייג זיך עס אליינס
If you smile when no one else is around, you really mean it
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

לאופר'ס אינטראו'ס ביי קעם שלוה האבן טאקע אן ענליכער "טאטש" און פארב, אבער כ'קען נישט זאגן אז ס'איז די זעלבע אינטראו'ס.
באניצער אוואטאר
שמייכל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:05 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך שמייכל »

אלענספאל - דאס איז זיכער אז מונה נוצט איבער זייער אסאך מאל די זעלבע צו שטארק עהנליכע זאכן, נישט נאר ביי אינטרויס נאר ביי סתם ארעינדזשמענטס אויכעט, עס איז זייער א פשוט׳ע און גרינגע זאך צו דערקענען מונה׳ס מוזיק אז ס׳איז ער, יעדער איז עס מודה, אלע זיינע זאכן האבן דעם זעלבן טעיסט, אבער פארפאלן, מונה איז מונה, וחותם וסופר ו׳מונה׳...
If you smile when no one else is around, you really mean it
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

אין בחדרי חרדים האב איך געזען אומקלארע קאפיס פון דעם מאגאזין "בקהילה" פון דעם סוכות וואו ס'דא אן אינטערוויו מיט ישראל לאם. איך מיין אז דאס איז פון די איינציגסטע אינטערוויו'ס מיט ישראל לאם.
איך האב נישט עספייעט דאס צו קויפן. איך בין זייער נייגעריג וואס ס'ליגט אונטער דעם מוזיק ריז און וויאזוי ער האט אנגעהויבן זיין וועג ביז ער איז צוגעקומען צו וואס ער איז צוגעקומען.

פון די געציילטע ווערטער וואס איך האב דארט אויפגעכאפט איז אז ער האט זיך נישט געלערנט אפיציעל קיין מוזיק, ווייל ער איז געווען א ישיבה בחור, ער האט געהאט א נאטורליכער נייגונג צו מוזיק, אין ישיבה האט ער זיך אויסגעלערנט צו שפילן מיט א טראמפעט, זיין טאטע אין זיידעס זענען געווען בעלי תפילות, אים האט צוגעצויגן שטארק די מוזיק פון בעטהובען (אזוי ווי מ'קען טאקע הערן אין זיין מוזיק). ער האט זיך שפעטער געלערנט צו זיין אן אינדזשעניר, און נישט געפלאנט אריין צוגיין אין די מוזיק ליין וואס איז אין זיינע צייטן נישט געווען קיין אנגענומענער פאך ביים חרדישן עולם, אבער ווערנדיג צופעליג אריין געשלעפט אין ארעינדזשן אן אלבום וואס איז געמאכט געווארן מיט גרויס הצלחה, איז ער שוין געבליבן אין די ליין.

עד כאן איז וואס איך האב אויפגעכאפט פון דעם אינטעוויו.
קווארטין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך קווארטין »

איין צופרי דענקעך, האט נחום סיגעל געהאט מיט אים אן אינטערויוו בעפאר אן 'אוהל' קאנצערט וואסיז געווען געווידמעט אין honor פאר ישראל לאם, האט ער דארט געגבן זייער א שיינע אינטערויוו, כ'דענק נישט צופיל דעם תוכן, (אפשר קען מען עס נאך טרעפן), כ'דענק נאר אז מ'האט אים געפרעגט צו ער אררענדזשט פאר חזנות, האטער געענטפערט אז ניין, ער קען עס הערן, אבער ער איז נישט בקי דערינען. (בערך אזוי דענקט מיין זכרון).
פארשפארט