נייע קרן לב אהרן אין סאטמאר חתונה תקנות

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עכ"פ דו פארשטייסט עס נישט, אבער מעגליך איז עס, הא ראיה די ליטווישע.

אז דו ביסט גרייט צו צאלען די פרייז פון די לוקסוס'דיגע לעבענסשטייגער פון די אונגארישע חסידישע וועלט, גיי מיט דעם. אבער דאס וועט זיך נישט טוישן ביז ווילאנג מ'גייט נישט ארבעטן.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]
mevakesh האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:אגב, איז דא סיבה פארוואס איך זעה נישט קיין דרשות ביי די פרויען אז זיי זאלן איינצוימן זייער חתונה-קליידונג אפעטיט לויט די בודזשעט פון די מאן-טאטע?

לדעתי וואלט דאס געווען א גרעסערע טובה ווי איינעם פארחובותן פאר 25 יאר

דברים כדרבנות. ביי היימישע פרויען איז די סטאנדארטן פון יענטע יאכנע פיהל וויכטיגער ווי דער פינאנציעלער בודזשעט
עס וואלט געווען א שטארקע זאך ווען מען לערנט אויס די מיידלעך אז שאפינג קומט ווען עס איז דא געלט


און די זעלבע איז מיט די יונגלעך. מ'דארף זיי אויסלערנען אז מ'קויפט נישט קיין יוקאן/עסקעלעיד אדער סתם אן אפגרעידיד סיענע ווילאנג מ'האט נישט אוועקגעלייגט גענוג געלט אויף חתונה צו מאכן. מ'קויפט נישט איין קיין טייערע וויינען/ליקער און מ'שוקט נישט די העמדער אין קלינערס ווילאנג מ'האט נישט אוועקגעלייגט גענוג אויף ריטייערמענט. און אויב איז מען שולדיג געלט פאר מענטשן/בענק קויפט מען זיך נישט א נייע שטריימל אפילו ביים שטריימל סעיל.

איך בין נישט מחולק איבער ענקער נקודה בנוגע פרויען שאפינג, אבער מענער פונקט ווי פרויען פירן זיך אויף נאריש אין פינאנציעלע געביטן.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: נייע קרן לב אהרן אין סאטמאר חתונה תקנות

שליחה דורך mevakesh »

הוגה האט געשריבן:[justify]
mevakesh האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:אגב, איז דא סיבה פארוואס איך זעה נישט קיין דרשות ביי די פרויען אז זיי זאלן איינצוימן זייער חתונה-קליידונג אפעטיט לויט די בודזשעט פון די מאן-טאטע?

לדעתי וואלט דאס געווען א גרעסערע טובה ווי איינעם פארחובותן פאר 25 יאר

דברים כדרבנות. ביי היימישע פרויען איז די סטאנדארטן פון יענטע יאכנע פיהל וויכטיגער ווי דער פינאנציעלער בודזשעט
עס וואלט געווען א שטארקע זאך ווען מען לערנט אויס די מיידלעך אז שאפינג קומט ווען עס איז דא געלט


און די זעלבע איז מיט די יונגלעך. מ'דארף זיי אויסלערנען אז מ'קויפט נישט קיין יוקאן/עסקעלעיד אדער סתם אן אפגרעידיד סיענע ווילאנג מ'האט נישט אוועקגעלייגט גענוג געלט אויף חתונה צו מאכן. מ'קויפט נישט איין קיין טייערע וויינען/ליקער און מ'שוקט נישט די העמדער אין קלינערס ווילאנג מ'האט נישט אוועקגעלייגט גענוג אויף ריטייערמענט. און אויב איז מען שולדיג געלט פאר מענטשן/בענק קויפט מען זיך נישט א נייע שטריימל אפילו ביים שטריימל סעיל.

איך בין נישט מחולק איבער ענקער נקודה בנוגע פרויען שאפינג, אבער מענער פונקט ווי פרויען פירן זיך אויף נאריש אין פינאנציעלע געביטן.


.[/justify]
ריכטיג אבער מענער וואס טראגן אן עול פרנסה לערנען זיך צו אויף די אייגענע בארד אז ביללס דארף מען צאלן משא"כ די וואס ארבעטן נישט לערנען זיך דאס קיינמאל

Sent from my XT1060 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

ממש אזוי? וואו זעסטו אז מענער לערנען זיך? מיין חבר וואס האט נעכטן באצאלט צוויי הונדערט טויזנט דאלער מער פאר זיין דירה ווייל ער וויל וואוינען אין צענטער פון שטאט לעבן דעם רבינ'ס שול האט זיך וואס פונקטליך אויסגעלערנט?

דו פארשטייסט פשוט נישט פרויען ווייל דו פארשטייסט נישט די רייץ צו שיינע קליידער, קערידזשעס וכדומה.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך mevakesh »

הוגה האט געשריבן:ממש אזוי? וואו זעסטו אז מענער לערנען זיך? מיין חבר וואס האט נעכטן באצאלט צוויי הונדערט טויזנט דאלער מער פאר זיין דירה ווייל ער וויל וואוינען אין צענטער פון שטאט לעבן דעם רבינ'ס שול האט זיך וואס פונקטליך אויסגעלערנט?

דו פארשטייסט פשוט נישט פרויען ווייל דו פארשטייסט נישט די רייץ צו שיינע קליידער, קערידזשעס וכדומה.

גערעכט, פון די אנדערע זייט איינער וואס לערנט זיך נישט פון די אייגענע ביללס איז זיין אייגענע פראבלעם, אבער פון די דריטע זייט אויב מען האט איהם מחנך געווען צו וואוינען לעבן זיין רעבין איז ער דאך א תינוק שנשבה...
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: נייע קרן לב אהרן אין סאטמאר חתונה תקנות

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

די תקנות קוקן נישט אויס שלעכט, אבער וואס כ'פארשטיי נישט איז אז פארוואס ווען איינער בויעט א דירה אדער א הויז אין קרית יואל מוז מען באצאלן פאר די קרי' הקדושה אן ערך פון זיבעציג צו אכציג טויזענט טולער, פער דירה, אזוי געדענק איך איז די נומ' היינט צו טאגס, און ס'האלט אין איין ארויפגיין, פארוואס איז דארט נישטא קיין תקנות???
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער גאלדענער אדלער: ס'איז מעין שליסל געלט. און פארוואס מ'האט ביז נישט לאנג צוריק גענומען אין וויליאמסבורג שליסל געלט פון בלוטיגע ארימעלייט , פארשטייסטו יא...?! מ'האט גענימען ווייל מ'האט געקענט...!

אוי ווי א בדחן האט אמאל געזאגט ביי א חתונה...אז א טאטע האט אמאל געשיקט זיין זון צו סעגעדין (א לאקאלע הארדוועיר סטאר אין ווילי), ער זאלל איהם קויפן א שלאס. איז דער יונגל צוריקגעקומען און געזאגט אז דער טאטע דארף צאללן 25 טויזנט מיט פינעף דאללער. האט דער איד געפרעגט. פארוואס אזוי טייער. זאגט איהם דער יונגל...5 דאללער פאר'ן שלאס. און 25 טויזנט דאללער פאר'ן שליסל...!
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: נייע קרן לב אהרן אין סאטמאר חתונה תקנות

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

ר' בערל: ס'נישט אינגאנצן דומה ווייל די שליסל געלט האבן גענומען די פשוטי המון עם, אבער די זיבעציג אכציג טויזענט טולער נעמען (מאנען מיט געוואלד) די חשובי העיר די תקנות מאכערס!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער גאלדענער אדלער: נו, און ס'האט א סאך מער חשיבות (אין די אויגן פון וועמען...?!) צו געבן זיבעציג אלפים פאר די שבעה טובי העיר, ווי פאר א פשוט'ן בשר ודגים...! זיי, די חשובים ואקרו"ט (מלשון קרויט) האבן א סאך מער הוצאות ווי די פשוטי עם...! א פשוט'ער בעה"ב קען פארן מיט א האנדא אדיסי. אדער מיט א סיעננא. משא"כ די חשובים דארפן פארן לכה"פ מיט א גלאנציגן סובורבאן אדער עסקעלעיד...!
בן תורה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 12:07 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך בן תורה »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ר' בערל: ס'נישט אינגאנצן דומה ווייל די שליסל געלט האבן גענומען די פשוטי המון עם, אבער די זיבעציג אכציג טויזענט טולער נעמען (מאנען מיט געוואלד) די חשובי העיר די תקנות מאכערס!

און די חשובי העיר לייגן עס אריין אין טאש? וואס טוען זיי מיט דעם?
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

כ'גלייב נישט זיי לייגן עס אין טאש, זיי האבן זיכער א סעיף.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

[tag]הוגה[/tag]

איך בין הונדערט פראצענט מיט דיר, אבער פוק חזי אז ביים המון עם איז א גרעסערע פראבלעם די ווייבער'ס לאנדרי ליסט פון 'מאסטס' און אבנארמאלע סטאנדארט ווי די מענער'ס שווענדעראציע.
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: נייע קרן לב אהרן אין סאטמאר חתונה תקנות

שליחה דורך אונטער חכם »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ר' בערל: ס'נישט אינגאנצן דומה ווייל די שליסל געלט האבן גענומען די פשוטי המון עם, אבער די זיבעציג אכציג טויזענט טולער נעמען (מאנען מיט געוואלד) די חשובי העיר די תקנות מאכערס!

די חילוק איז סאך גרעסער, שליסל געלט האט מען גענומען אויף אייגענע נכסים, בעת וואס דעיס איז אויף יענעמס נכסים.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס פאסירט טאמער איינער קויפט א הויז און צאלט נישט די טעקס? מען ווארפט פאשקעווילען? מיט וואס קענען זיי סטראשען?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט: ביטע זיי נישט אזוי נאאיוו. ווען איינער קויפט א הויז אין קר"י ד'מאנרא ד'פאלם טרי והגלילות, בלייבט עס ווייטער ביי קהל. מ'רעדט איהם נאר איין אז ער האט געקויפט. נו, לאמיר זעהן ער זאלל נעמען די אקרו"ט אדער דעם רעבי'ן אין קאורט...!
בית יוסף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2018 6:37 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך בית יוסף »

ווער גייט צאלן די 100 די טאטע א אדער די קינד ?
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

איך לייג דא וואס איז געשיקט געווארן דורך מערכת בחצרות סאטמאר:

[center]ערשטמאליגער און פרעצעדענטלאזער שבע ברכות בחצרות קדשינו:
[/center]
[center]נגידי אנ"ש ואישי הציבור הערן רירנדע רוף פון כ"ק מרן רבינו שליט"א ארויסצוהעלפן דורכפירן וויכטיגע תיקונים בנוגע "שמחות"
[/center]
ניו יארק. – אין צענטער פון די היסטארישע 'חתונה-תקנות' עפאכע וואס קאכט זיך די לעצטערע חדשים אינערהאלב קהלתינו הק' מיט א זעלטענע ברייטע אינטערעסע פונעם אלוועלטליכן יהדות החרדית, איז אפגעהאלטן געווארן דעם פארלאפענעם דאנערשטאג אווענט לס' "מה טובו אהליך יעקב" א פרעצעדענטלאזע מאורע ביי וועלכן ס'איז אוועקגעשטעלט געווארן גאר וויכטיגע יסודות צו העלפן אויספארמירן דער פרישער עתיד פון גליקליכע שמחות בבתי ישראל, צו ערמעגליכן אז דער ציבור מחותנים ובעלי שמחה זאלן בעזה"י קענען חתונה מאכן מיט ווייניגער הוצאות דאגות והוצאות און מיט מער שמחה והרחבת הדעת.

געווען איז עס דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג אווענט, ווען עפ"י דיבורו פון כ"ק מרן רבינו שליט"א זענען פערזענליך געלאדנט געווארן די קרואי העדה, די חשוב'ע תומכים, בוני ומחזיקי עולמות של תורה וחסד ואישי הציבור העומדים על הפקודים, אנטיילצונעמען אין די מסיבה שבע ברכות פרטי, פאררופן דורכ'ן רבי'ן שליט"א, לרגל השמחה במעון קדשו.

דער פראכטפולער מאורע, וואס איז פארגעקומען אין די הערליכע זאלן פון 'אטריום פלאזא' אין מאנסי, איז געווען א זעלטענער פארזאמלונג, א מעמד מרומם ונהדר, וואס האט צוזאמענגעברענגט תחת קורת גג אחד הונדערטער פערזענליכקייטן, עושי צדקה וחסד ועוסקים בצרכי ציבור באמונה, מיט א דאפעלטער משמעות פון 'שמחה', סיי א שמחה לשעתה, לשמוח בשמחת בית צדיקים בצלא דמהימנותא פונעם רבי'ן שליט"א, און בעיקר מיט א ווייטגרייכנדער ציל פון שמחה אויף לעתיד, צוצושטיין לימין קדשו פונעם רבי'ן שליט"א אין די דורכברעכנדע רעוואלוציעס פון די וועלט-בארימטע איבערגעפרישטע 'סאטמארער חתונה תקנות', מיט'ן ציל צו ערמעגליכן אז אידישע קינדער זאלן קענען חתונה מאכן און פראווען די אייגענע שמחות מיט מער פארלייכטערונג מתוך מנוחת הנפש והרחבת הדעת.

אנגעהויבן אין די שפעטע נאכמיטאג שעה'ן איז געווען צום דערקענען דער שטראם פון אנקומענדע אויטאס צום פראכטפולן 'אטריום זאל', און די גערופענע געסט זענען אויפגענומען געווארן בכבוד הראוי און אויסגעזעצט געווארן ביי די רייך-געדעקטע טישן, האבנדיג די זכי' צו קענען מיטהאלטן א פריוואטע שמחה בצל הקודש פונעם ראש בית אב מרן רבינו שליט"א.

עס איז סערווירט געווארן א רייכע סעודה פאר די חשוב'ע משתתפים, בשעת א קבוצה פון מטיבי נגן זענען מהנה מיט מייסטערהאפטיגע שירה ובזמרה, און דער ציבור האט מיטגעהאלטן געשפאנט דעם תוכנ'פולן סדר המעמד מיט די דברי שמחה באגלייט מיט'ן דבר חובת השעה בעניני צמצום הוצאות, נאכפאלגט מיט א רייע וויכטיגע בקשות און הדרכות אלעס ארום די הצלחה פון די היסטארישע חתונה תקנות, דאסמאל דירעקט געוואנדן און אדרעסירט לכבוד הנאספים, אין וועמענ'ס מיטארבעט מ'איז וויכטיג אנגעוויזן צו קענען מצליח זיין אין די ריזיגע אונטערנעמונג.

צוערשט האט אויפגעטרעטן דער בארימטער עוסק בצרכי ציבור באמונה, איש חי ורב פעלים, הרבני הנכבד והמפואר מוה"ר מרדכי אלעזר הירש הי"ו, חבר הנהלת מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג ומראשי העסקנים בממלכת סאטמאר האדירה, וועלכער האט ארויסגעברענגט די זכי' פון אלע געלאדנטע משתתפים צו קענען מיטהאלטן א פריוואטע שמחה במעון קדשו פונעם רבי'ן שליט"א.

ער האט מיט טרעפליכע דיבורים ארויסגעהויבן לשבח ולתהלה די אקטיווע ראלע פון די חשוב'ע תומכי ופרנסי הקהלה והמוסדות וועלכע זענען שטענדיג גרייט למלאות רצון קדשו פונעם רבי'ן שליט"א צו קומען צוהילף פאר'ן ציבור, און מיט די ריכטיגע ווערטער באטאנט דער באדייט פארוואס דער רבי שליט"א האט דאסמאל צוזאמגערופן אינאיינעם די נגידים ואישי הציבור, נעמליך פאר'ן איינעם ציל מטכס עצה צו זיין און אפעלירן פאר פארשטענדעניש און מיטארבעט אין די וויכטיגע פעולות וואס איז נוגע די 'חתונה תקנות' ומסתעף.

א שעה של קורת רוח איז געווען בעת די שפאנענדע און אויפגעהייטערטע דרשה פונעם בארימטן מגיד מישרים ומרביץ תורה, נואם בחסד עליון, הוצק חן בשפתותיו, הרה"ג ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א, וועלכער האט עלעקטריזירט דעם ציבור מיט זיינע שטורמישע און בליציגע ווערטער, ווי זיין שטייגער.

במשך א לענגערע צייט איז דער ציבור געזעצן צוגענאגלט צו די פלעצער און געהאלטן צוגעשפיצט די אויערן מיטהאלטנדיג די אינהאלטסרייכע דרשה, וואס האט אנטהאלטן אסאך חומר למחשבה ארום דער קלארער מצב היינט צו טאג און דאס אחריות וואס די וועג-ווייזער דארפן צו האבן, קאמבינירט מיט הומאריסטישע און בליציגע ווערטלעך לכבוד השמחה, וואס האט ארויפגעברענגט א שמייכל אויפ'ן ציבור.

די הויכפונקט פונעם מסיבה נהדרה און דער ציל פונעם עשירים-צוזאמענברענג איז געקומען צום אויספיר בעת די שטורמישע און פייערדיגע דברות קודש היוצאים מלבו הטהור פונעם רועה נאמן ודואג בצערתן ובשמחתן של ישראל, כ"ק מרן רבינו שליט"א, וואס האט דורכגענומען און איבערגעלאזט א זעלטענער השפעה אויף אלע באטייליגטע.

נאך א קורצע דבר תורה און אריינפיר בשבח פון די חתונה תקנות איז דער רבי שליט"א צוגעקומען צום ענין און ברייט אויסגעשמועסט די נושא פון 'ליל החתונה', די הייליגסטע און פרייליכסטע מאמענטן פונעם בעל שמחה, אויף וואס דער בעל דבר זוכט זיך צו פארלייגן און זוכט דורכצוברעכן די חומת הקדושה מיט'ן איינפיר פון גוי'אישע מנהגים און אומזיסטע געלט-פארשווענדענישן.

צוערשט האט דער רבי שליט"א אויסגעשמועסט מיט ווייטאג דער חלק פון 'מוזיק און נגינה' וואס איז ליידער פאר'גוי'אישט געווארן ביי פילע אידישע שמחות ובפרט ווען ס'קומט צו מער פארמעגליכע שמחות ביי מחותנים עשירים:
"... מ'דארף דערמאנען דעם זכר פון טאטן מרן רביה"ק ז"ל, וואס ער האט אסאך געטוהן אין דעם ענין פון שפּארן, ער האט געמאכט די מסיבות תנאים'ס ביי זיך אין שטוב, זיך מטריח געווען. מיט יארן צוריק האט ער איינגעפירט די 'וואן מען בענד', ס'איז שוין פון דעמאלטס א גוטע דרייסיג יאר. ער האט געמאכט דעמאלטס אן איבערקערעניש, און איינגעשפארט אסאך געלט, אראפ-געברענגט די 'סטאנדארט' פון די מוזיק.
"בימיו ווען ער האט איינגעפירט די 'וואן מען בענד', איז יעדער געווען צופרידן, אלע חתונות זענען געווען פרייליך, אלע חתנים און אלע כלות זענען געווען גליקליך, מ'האט משמח געווען חתן וכלה, דער עולם האט זיך משמח געווען, די מחותנים האבן זיך משמח געווען, דער ציבור האט זיך משמח געווען, ס'איז געווען גוט, ס'האט נישט געהאקט אזוי אין אויער, אלעס איז געווען אויף שענסטן און אויפן בעסטן.".
"אבער דער שטן קען דאך נישט צוקוקן אז א גוטע זאך זאל אנהאלטן, האט ער לעצטנס דורכגעבראכן פירצות, אזוי גייט דאס, יעדע זאך האט זיך זיין 'אגענט', די מוזיקאנטן האבן זיך אויך 'אגענטן' אין די ישיבות. ער דינגט איינעם און ער געט אים געלט, אזוי ווי יעדער סוחר, אין אלע ישיבות איז דא בחורים וואס זיי זענען די אגענטן פאר די מוזיקאנטן, ער גייט צו צום חתן, און ער זאגט אים 'נעם דעם', א 'וואן מען בענד' איז אזוי פארשלאפן, נעם נאך א מין כלי, נאך איינס, נאך צוויי, נאך דריי. דער האט, יענער האט, איך ווייס זיכער אז 'יענער' האט שוין אויך גענומען, אזוי רייצט ער אויף דעם חתן, דער חתן גייט אהיים און הייבט אן וויינען פארן טאטן, 'יעדער האט, פארוואס קען איך נישט האבן?', און אזוי הייבט ער אן צו וויינען, דער טאטע זאגט, ער האט דאך נאר איין מאל חתונה... און אזוי גייט דאס, נאך א זאך און נאך א זאך, מ'האט אויפגעשרויפט דעם סטאנדארט."
דערנאך האט דער רבי שליט"א בארירט מיט הארץ-ווייטאג דעם פראבלעם פון 'אומזיסטע געלט-אויסברענגעריי' וואס איז נאר מרבה עגמת נפש. "...מ'מאכט חתונה, דינגט מען - ס'הייסט א 'פארטי פלענער', איינער וואס זאל אנפירן די חתונה, יענער זוכט דאך אז מ'זאל אים באצאלן, פארשטייט זיך אז ער דארף אויפצוטון, להגדיל הטראסק, אלס גרעסער מאכן, שענער מאכן, טייערער, דאס איז דאך זיין פרנסה, לייגט ער אריין דעם קאפ אין אלע מיני שטותים."
"לאמיר מקיים זיין 'שמחתי באומרים לי', לאמיר זען צו האבן שמחה ווען מ'האט חתונה (און מ'זאגט הרי את מקודשת 'לי'), א אמת'ע שמחה של מצוה, 'בית ה' נלך', מ'בויעט אויף א אידישע שטוב, זאל מען זוכה זיין צו שמחה, נישט מיט די הבלי הבלים..."
ווייטער אין די רייע האט דער רבי שליט"א דערמאנט די הוצאה פון 'שטריימלעך' און געגעבן צו פארשטיין וויאזוי ס'גייט צו אז די פרייזן שטייגן העכער און העכער, וויבאלד יעדער 'אגענט' זוכט פארצושטעלן שענערס און בעסערס פאר'ן חתן און דאס איז גורם צו א רייצעניש צווישן די חברים און חתנים.
רעדנדיג איבער די הויכע סטאנדארט, האט דער רבי שליט"א געגעבן צו פארשטיין "אמת טאקע, ס'איז דא עשירים וואס קענען זיך ערלויבן, אבער אסאך קענען נישט, און ס'איז דא וואס זענען 'כמו-עשירים', געמאכטע עשירים, נו מוז ער זיך שוין אהערשטעלן, נו איינער רייסט זיך איבער דעם צווייטן, ס'איז גורם קנאה, שנאה, צווישן איין בחור, צווישן איין חתן מיטן צווייטן חתן, און עין הרע אויך."
"ממילא קומט אויס, אז די נגידים הייבן אויף דעם 'סטענדערט'. די נגידים קענען זיך טאקע ערלויבן, אבער דער צווייטער מוז זיך אויך אויפהייבן, דער דריטער מוז זיך אויך אויפהייבן, יעדער הייבט זיך אויף, און דער ארימאן היינט מוז היינט צושטעלן א חתונה ווי א נגיד מיט צוואנציג דרייסיג יאר צוריק".

ומכאן הקריאה יוצאת, האט דער רבי שליט"א מנהמת לבו הטהור זיך געוואנדן מיט א הארץ-רירנדע בקשה צו אלע נגידים און פארמעגליכע בעלי בתים, בלשון קדשו: "...וויל איך דא בעטן פון די אלע בעל בית'ישע אידן וואס זיי קענען זיך ערלויבן, איך פארשטיי, א טאטע וויל געבן פאר זיין קינד. בעט איך אייך, ווילסט געבן פאר דיין קינד, לאז דאס פאר א יאר נאך די חתונה, צו די ערשטע שמחה, אדער צום יאר, אדער אפילו דעם ערשטן יו"ט נאך ווען ער איז שוין א יונגערמאן. ווען ער איז שוין א יונגערמאן איז ער שוין פאר זיך אליינס, איז ער שוין עקסטער, ער איז שוין ארויס פון כולל, ארויס פון ישיבה, ארויס פון די מסגרת, ער איז שוין א יחיד פאר זיך, יעדער טאטע וואס ער קען געבן זאל געבן, דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל האבן די מעגליכקייט צו געבן, און איך ווינטש יעדן טאטע זאל וועלן געבן פאר זיינע קינדער, טאטעס ווילן געבן פאר קינדער, ס'מוז אבער נישט זיין צו די חתונה, ס'קען זיין א יאר נאך די חתונה, גארנישט וועט נישט שפעטיגן, ווער ס'איז א טאטע וואס וויל געבן פאר זיין קינד, זאל אלעס געבן דעמאלטס. דעמאלטס איז שוין נישטא די רייץ, קיינער ווייסט נישט וואספארא מתנות מ'קויפט פאר קינדער, דאס איז שטוב זאכן, קיינער ווייסט נישט, דאס מאכט נישט איינער פארן צווייטן. ביי די חתונה וואו יעדער קומט, און יעדער זעט, יעדער האלט מיט, דאס רייצט אויף איינער דעם צווייטן."
"... און נאכדעם – האט דער רבי שליט"א מוסיף געווען – "וואספארא חינוך איז דאס, מ'איז מחנך די קינדער אז אלעס וואס מ'זעט ביי יענעם, אלעס דארף מען האבן, ווייל יענער האט - דארף איך אויך האבן. און איך דארף נאך 'אריבערגיין' יענעם, ווייל איך דארף ווייזן אז איך האב נאך שענער".
מיט א שטארקע ווייטאג האט דער רבי שליט"א מעורר געווען איבער'ן ענין פון מצוה טאנץ, וואס ווערט ליידער אין פילע פעלער פארוואנדלט אין א 'צירקוס': "...'מצוה טאנץ' איז אן ענין קדוש מאוד מאוד. צדיקים קדושים וטהורים האבן אראפגעלייגט כוחות אין מצוה טאנץ, אבער אלעס אז מ'האלט דאס הייליג, אז מ'האלט דאס פאר א הייליגע טאנץ."

מיט טרערן אין די אויגן האט דער רבי שליט"א גערעדט און גערופן דעם ציבור זיך צו שטארקן און מחזק זיין די הייליגע פרייליכע ליל החתונה, צו זען אנצוהאלטן דעם אמאליגן ארגינעלן גלאנץ און חן פון א ערליכע אידישע שמחה. "כ'האב געהערט ווי דער טאטע ז"ל האט אמאל נאכגעזאגט פון דברי חיים, דער צאנזער זיידע ז"ל האט אמאל געזאגט, "ווען אונז זענען געווען אינגעלייט זענען מיר געשטאנען ביי א חופה, איז געווען אזא מין יראה ביי די חופה, אז מ'האט זיך נישט געטרויט אויפצוהייבן די אויגן פאר פחד ביי א חופה, אזא מין יראה איז געווען", אזוי האט ער געזאגט.."
ווי אויך האט דער רבי שליט"א גערופן דעם ציבור אנצוהאלטן און מחזק זיין די אלטע תקנה וואס איז שוין אוועקגעשטעלט געווארן בעבר, נישט צו פארשלעפן די חתונה נאר זיך האלטן צום זייגער און ענדיגן צייטליך די שמחה צו די צופרידנהייט פון אלע משתתפים.

לסיום הדברים האט דער רבי שליט"א אויסגעלויבט די שטארקע תועלת פונעם בארימטן צדקה קאסע "קרן מלמדים דסאטמאר" וואס שטייט צוהילף פאר מלמדים בעת שמחה, און דאן האט דער רבי שליט"א זיך ווידעראמאל געוואנדן צו די משתתפים, ראשי עם, נגידים נכבדים און ערקעערט אז מ'זאל פארשטיין וואספארא פנים און ווארט מ'האט אין די גאס, מ'זאל פארשטיין אז די אייגענע התנהגות איז א וועג-ווייזער פאר אנדערע, און דערפאר דארף מען שפירן א ספעציעלע אחריות צו שטיין על המשמר און מאכן תקנות וגדרים אין די אלע ענינים, כדי צו זיין א גוטע דוגמא פאר אנדערע און נישט גורם זיין מרבה צו זיין אומזיסטע הוצאות און הבלים ביי אידישע שמחות.

מיט גאר ווארימע ברכות האט דער סאטמארער רבי שליט"א מסיים געווען זיינע ווארימע ווערטער, אנוואונטשענדיג פאר אלע נאספים ברכות לרוב, שפע ברכה והצלחה, שמחה ונחת און כל מיני השפעות טובות.

מיט א געפיל פון התרוממות האבן זיך די חשוב'ע באטייליגטע, נגידים, עשירים ואישי הציבור, זיך אויפגעשטעלט פון די פלעצער און פארלאזט דעם געהויבענעם איבערלעבעניש, ווען אויסער די התרוממות'דיגע מאמענטן פון שמחה של מצוה וואס מ'האט געהאט די זכי' מיטצולעבן ביי דעם שמחת שבע ברכות במעון קדשו פונעם רבי'ן שליט"א, איז די מסיבה געווען א מעמד היסוד וואס האט אויסגעקלארט די מוחות און אוועקגעשטעלט די ריכטיגע תורה'דיגע הדרכה מיט א רייע היסטארישע תיקונים און חידושים, וואס וועט בעז"ה איבערלאזן א ווייטגרייכנדער אפעקט צו פארמערן און פייערן אידישע שמחות, מתוך שמחה של מצוה ומנוחת הנפש.

[center]-עוד ישמע בערי יהודה קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה-[/center]
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

[center]על בשורות טובות אומר ברוך הטוב והמטיב:[/center][center]רייע היסטארישע און פאזיטיווע אַנטוויקלונגען אין געביט פון 'צמצום הוצאות' פריידיג געמאלדן ביים גרויסן מסיבת שבע ברכות[/center][center]איבערגעגעבן דורכ'ן באַרימטן עוסק בצרכי ציבור באמונה הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו, חבר הנהלת מוסדותינו הק' אין וויליאַמסבורג[/center]
איינס פון די וויכטיגסטע און ווייטגרייכנדע מאמענטן ביים גרויסארטיגן מסיבת שבע ברכות איז געווען די "הלכה למעשה" אויפטריט פונעם בארימטן איש הציבור הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו, וועלכער האט איבערגעגעבן 7 פונקטן בעניני "עשה טוב", וואס די עסקני הקהלה און ועד החתונה תקנות האבן בס"ד אויסגעארבעט צו העלפן ברענגען א נייע עפאכע פון צמצום הוצאות אויף א צוגעשטעלטן און גרינגן אופן.

די געמאלדענע פונקטן, יעדע איינס פאר זיך, איז א שטארקע דורכברוך אין חתונה-סטאנדארט, וואס האט תיכף אפגעהילכט איבער די גאנצע וועלט, און האט געברענגט א כוואליע פון שמחה און ענטוזיאזם ביי אלע תלמידי וחסידי סאטמאר, און שעצונג און לויב-ווערטער פון גאנץ כלל ישראל.

פאלגענד זענען די 7 פונקטן אין קורצן:
[center]1 - נייע עפארדעבל 'בר מצוה זאַלן' אין קרית יואל[/center]אזוי ווי אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק איז שוין צוגעשטעלטע תקנות-זאלן דורך די סאטמארער קהלה און מוסדות הק', וואו מ'קען ב"ה בר מצוה מאכן פאר די ביליגע סומע פון ארום 1,600$, וועט אי"ה אין קרית יואל אויך צוגעשטעלט ווערן פיר נייע עפארדעבל 'בר-מצוה-זאלן', וואס וועט פלאצירט ווערן אין די צוויי נייע ארויפגעבויעטע שטאקן אויפ'ן בנין בית רחל "רעביצין'ס בילדינג", אויף די קאזניץ גאס.

אזוי אויך אין וויליאמסבורג וועלן די זאלן פון "אולם פרענקל" בבנין הת"ת ווייט עוו. איבערגעפרישט ווערן, דורך א פרישע ריזן סומע פונעם נדבן האולם, הרבני הנגיד הנכבד ר' אביגדור פרענקל הי"ו חבר הנהלת המוסדות.

[center]2 – נייע 'תנאים זאַלן' אין וויליאַמסבורג/קרית יואל[/center]כדי די מסיבת תנאים זאל קענען אפגעראכטן ווערן אין די ערשטע צוויי טעג פונעם שידוך-שליסן, וועט – בנוסף צו די עקזיסטירנדע תנאים-זאל בבית מרן רבינו שליט"א אין קרית יואל – צוגעבויעט ווערן נאך 2 תנאים-זאלן ביים רבינ'ס הויז אויף אוהעל קאורט אין קרית יואל, וואו עס וועט קענען אפגעראכטן ווערן דריי תנאים'ס אין איין נאכט. ווי אויך ווערט אצינד אויסגעארבעט צוצושטעלן נאך צוויי פרישע תנאים-זאלן אין וויליאמסבורג, בנוסף צו די יעצטיגע תנאים-זאלן אין "אולם פרענקל".

[center]3 - איבערפרישן "אולם עקשטיין" אין קרית יואל[/center]אין ליכט פונעם שטארקן פארלאנג און געברויך חתונה צו מאכן אין 'אולם עקשטיין' פאר די ביליגסטע פרייזן, האט דער נדבן האולם הרבני הנגיד המפורסם ר' דוד עקשטיין הי"ו פרעזידענט דקהל יטב לב אין קרית יואל, באוויליגט מנדב צו זיין א ריזן סומע איבערצובויען און איבערפרישן דעם "אולם עקשטיין" זאל אין קרית יואל, כדי עס זאל זיין עלעגאנט צוגעשטעלט אז א ברייטערער ציבור זאל עס קענען באנוצן אויף שמחות און דערביי ווייטער צאלן דעם שטוינענד-ביליגן פרייז פון בלויז 3,000$ פער צד, פאר א חתונה-נאכט. וזכות הרבים יעמוד לו!

[center]4 – נייע 'חתונה תקנות זאַל' אין וויליאַמסבורג[/center]היות עס איז דערווייל נישט צוגעשטעלט קיין תקנות חתונה-זאל אין וויליאמסבורג פאר'ן ברייטן ציבור תלמידי וחסידי סאטמאר, אזוי ווי ס'איז שוין דא א לענגערע צייט אין קרית יואל 'אולם עקשטיין', האפט מען בקרוב צו לעזן דעם פראבלעם, סיי דורכ'ן בעז"ה זיך רוקן פאראויס מיט'ן נייעם זאל "גן אסתר" אין די בית רחל ד'סאמאר "בניני ריספלער" נדבת הרבני הנגיד ר' מאיר זעליג ריספלער הי"ו ראה"ק ד'סאטמאר – וואס האט זיך געהאט אנגעשטויסן אין לעגאלע פראבלעמען – און ווי אויך רעדט מען גאר ערנסט פון א נייע הערליכע חתונה-זאל פאר'ן ציבור אין הארץ פון וויליאמסבורג, וואס די פרטים וועלן בקרוב געמאלדן ווערן.

[center]5 – קליידער-רענטל פאר מלבושי נשים[/center]עס איז בעז"ה פארמירט געווארן א קאמיטע פון פרויען – אין וויליאמסבורג און קרית יואל – וואס באשטייט פון חשוב'ע פרויען פון אלע סארט שיכטן פונעם ציבור, מיט פארשטאנד און ערפארונג אין דעם ענין פון מלבושי נשים, וועלכע וועלן שטיין אין שפיץ פון א "קליידער-רענטל" צו פארדינגען הערליכע חתונה-קליידער פאר די כלה, געשוויסטער פון חתן\כלה און מחותנת'טע קליידער, פאר גאר ביליגע פרייזן.

[center]6 – קרן מלמדים דסאַטמאַר[/center]דער "קרן מלמדים ד'סאטמאר" וואס איז נתייסד געווארן דורך כ"ק מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א פארלאפענעם כ"א כסליו איז שוין בס"ד אין פולן קראפט, און עס איז שוין אויסגעטיילט געווארן אין די פארגאנגענע חדשים עטליכע טשעקס פון 10,000$ פאר מלמדים אין די מוסדות הק', וואס איז א אויסטערלישע ישועה פאר די מלמדים צו קענען פראווען א שמחה מיט א רואיגקייט. זעלבסטפארשטענדליך אז מען דארף זיך פולקאם צושטעלן צו די תקנות, און פראווען די שמחה אויף דעם מערסט-באשיידענעם אופן, וואס העלפט אויך האלטן דעם סטאנדארט נידריג ביים גאנצן ציבור.

[center]7 – נייע, איבערגעפרישטע תקנות און "גמ"ח נישואין - קרן לב אהרן"[/center]אלס א גאר שטארקע שריט צו אונטערמינעווען דעם שרעקליכן קריזיס ביים חתונה-מאכן און אפראטעווען דעם גרעסטן חלק פונעם ציבור פון אונטערברעכן ח"ו בעת'ן חתונה מאכן די קינדער בשעטו"מ, וועט בעז"ה געגרינדעט ווערן א גמ"ח נישואין וואס וועט אויסבארגן די גאנצע געלט פון חתונה מאכן א קינד, אזויפיל ווי 30,000$ פער צד, וואס איז ערווארטעט געשאפן צו ווערן אין דעם נייעם סטאנדארט לויט די נייע איבערגעפרישע תקנות, ספעציעל פאר יעדן מחותן וואס שטעלט זיך צו צו אלע תקנות, וואס וועט קענען באצאלט ווערן מיט גאר מינימאלע פעימענטס פון בלויז 100$ א חודש!! מיט די מעגליכקייט אז די קינדער זאלן עווענטועל קענען איבערנעמען די גמ"ח-פעימענטס, און פארמיידן אז זייער טאטע זאל ח"ו פארוואנדלט ווערן אין א בעל חוב און שטאט'ס-רחמנות אין זיינע שענסטע יארן.

די פרטים פונעם גמ"ח איז גאר גרונטליך שטודירט געווארן דורך ערפארענע בעלי בתים וגדולי העסקנים, און ווערט אצינד אויסגעארבעט ביז אירע לעצטע דעטאלן. לכבודו פונעם רבי'ן שליט"א וואס טוט אזויפיל פאר צמצום הוצאות לטובתן של ישראל, האט הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הי"ו פארגעשלאגן בשם די ראשי הקהלה והעסקנים, אז דער מאסיווער צדקה-סיסטעם זאל גערופן ווערן "גמ"ח נישואין – קרן לב אהרן".

[center]*[/center]
ווי נאר די דערמאנטע היסטארישע פאזיטיווע חידושים זענען געמאלדן געווארן איז דאס בליץ שנעל פארשפרייט געווארן איבער די גאנצע וועלט, ווערנדיג באגריסט און אויפגענומען מיט אויסטערלישע ענטוזיאזם צווישן חסידי סאטמאר אלוועלטליך. אצינד זענען די אויגן און הערצער פונעם ברייטן ציבור געוואנדן אויף די אומערמידליכע עסקנים פון די "ועד לצמצום הוצאות דקהל יטב לב דסאטמאר", האפענדיג אז די אלע וויכטיגע תקנות און אומערמידליכע באמיאונגען זאלן טאקע קענען געקרוינט ווערן מיט גרויס ערפאלג און אויסגעפירט ווערן לידי מעשה, דורך די מיטהילף פונעם גאנצן ציבור און מיט די מיטהילף פון אלע פארמעגליכע מחותנים און עשירים בעלי דעת ובעלי אחריות, זיך צוצושטעלן און פארזיכערן די הצלחה פון די תקנות, וואס איז א הצלה פאר כלל ישראל מיד ולדורות.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

[tag]שעפטל[/tag]

שיינע באשרייבונג, אבער דערמאנט נישט קיין ווארט וואס די תקנות זענען אדער וואס דער רבי האט געוואלט פון די נגידים.
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

כל הכבוד!
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

איך האב זייער הנאה פון די הילף וואס ער וויל צושטעלן פאר זיין קהילה, ומי יתן והיה אז עס זאל זיך גוט אויסארבעטן און אלע אנדערע קהילות זאלן נאך טוהן. (די הלואה חלק הערט זיך אביסל אומרעליסטיש, אבער שוין. אולי בעסער ווען די אינגע קאפל קען צאלן די $100 א חודש, ובזה יוטב להם בסיבות הרבה).

איך האב אויך הנאה פון די רבי'ס ריעליסטישע בליק אויף זיין ציבור
בלשון קדשו: "...וויל איך דא בעטן פון די אלע בעל בית'ישע אידן וואס זיי קענען זיך ערלויבן, איך פארשטיי, א טאטע וויל געבן פאר זיין קינד. בעט איך אייך, ווילסט געבן פאר דיין קינד, לאז דאס פאר א יאר נאך די חתונה, צו די ערשטע שמחה, אדער צום יאר, אדער אפילו דעם ערשטן יו"ט נאך ווען ער איז שוין א יונגערמאן. ווען ער איז שוין א יונגערמאן איז ער שוין פאר זיך אליינס, איז ער שוין עקסטער, ער איז שוין ארויס פון כולל, ארויס פון ישיבה, ארויס פון די מסגרת, ער איז שוין א יחיד פאר זיך, יעדער טאטע וואס ער קען געבן זאל געבן, דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל האבן די מעגליכקייט צו געבן, און איך ווינטש יעדן טאטע זאל וועלן געבן פאר זיינע קינדער, טאטעס ווילן געבן פאר קינדער, ס'מוז אבער נישט זיין צו די חתונה, ס'קען זיין א יאר נאך די חתונה, גארנישט וועט נישט שפעטיגן, ווער ס'איז א טאטע וואס וויל געבן פאר זיין קינד, זאל אלעס געבן דעמאלטס. דעמאלטס איז שוין נישטא די רייץ, קיינער ווייסט נישט וואספארא מתנות מ'קויפט פאר קינדער, דאס איז שטוב זאכן, קיינער ווייסט נישט, דאס מאכט נישט איינער פארן צווייטן. ביי די חתונה וואו יעדער קומט, און יעדער זעט, יעדער האלט מיט, דאס רייצט אויף איינער דעם צווייטן."

די ערשטע יו"ט נאכן חתונה איז מען שוין ארויס פון כולל.. ארויס פון מסגרת.. א יחיד פאר זיך...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

יעקב מענטש האט געשריבן:[tag]שעפטל[/tag]

שיינע באשרייבונג, אבער דערמאנט נישט קיין ווארט וואס די תקנות זענען אדער וואס דער רבי האט געוואלט פון די נגידים.

basically for everyone to lower their standard. even if he can afford it.
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זייער שיין.
כ'האב אלעס פארשטאנען מיינעך, חוץ דאס:
שעפטל האט געשריבן:מיט א שטארקע ווייטאג האט דער רבי שליט"א מעורר געווען איבער'ן ענין פון מצוה טאנץ, וואס ווערט ליידער אין פילע פעלער פארוואנדלט אין א 'צירקוס'

וואס מיינט ער דערמיט? כ'האב נאך נישט געזען קיין צירקוס ביי א מצוה טאנץ.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט