איך בין יונגער מאן וואס טראכט א אסאך איך האב א אסאך שטרמישע געפילן אין איך האלט שוין יעצט אז זיין א שוטה איז א סאך גרינגער ווי א קליגער איך בין נאך יונג אין איך ווארט מיט נייגער וואס מין לעיבן גייט מיר ברענגן .
איך האב געשריבען א שיינע פאר מאמרים אויף דער געזעלשאפט און אינטרעסאנטע זאכען. וראה זה פלא, קיין שום צייטונג ווילען זיי נישט אננעמען. האב איך מחליט געווען אז איך גיי זיך שוין נישט צענזארירען פאר די קאפריסען פון מענטשען וואס גייען מיר סייווי נישט אננעמען, און איך וועל ארויף לייגען מיין מאמרים אויף קאוועשטיבעל, ווי מ'איז שוין גרייט צו הערען אן אויסוואל פון דעות. איך האף אז מיין טאלאנטען וועלען זיך אנטוויקלען און איך וועל עפעס צולייגען צום שמועס. איך פלאן נישט צו רעאגירען צו די שמועסעריי דא, ווייל איך וויל נישט אריין פאלען אין וויכוחי סרק. איך בין דא בעיקר ארויפצולייגען מיין מאמרים, און איך האף זיך צו האלטען דערצו. ביטע מיר מאנען פאר דעם.
i dont know how to type in yiddish since i don t have these stickers so please excuse me and anyway its npretty cool that everyone needs to write something about themselves
kfrieden האט געשריבן:איך בין א פראפעסאר פאר יידיש, העברעיש, און ליטעראטור אויף דער אוניווערסיטעט אין סיראקיוז, ניו יארק.
איך בין א קלעזמער מיט ״די בלאנדזשענדע קלעזמורים,״ שפיל קלארינעט און האב ליב זינגען אויף יידיש. איך זוך איצט די ווערטער פונעם ליד ״ירושלים של זהב״ אויף יידיש.
אויך איך מאן (מיט א קמץ) אויף די ארטיקלען, לאז דיר נישט פון די יעניגע, וואס וועלן מאנען אז דו זאלסט עס אריינלייגן אינעם וועקער, נאר לייב עס ארויף דא אין שטיבל.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
איך בין 20 א סקווירא יונגגערמן איך קען פין בויען מיין שאיפה איז צו ענדדיגן שס מיין פלענער איז צו פארברענגן שיין דא מיט א געשמאק סקווירא איז אין מאנסי א קליין שטעטלע א הייפעלע ערליכע אידן ברוך השם
לי' לייענער שי' פארוואס האב איך מחליט געווען צו ווערן א מעמבער אין קאווע שטיבל ? דער תירוץ איז אזוי, עבדים היינו צו דער בארד אוו קופי בוט, און כדי זיך משתתף זיין בדברים הראויים מוז מען זיין א חבר, לכן בין דא מגלה חבר אני לכל אשר יראוך
i like very much to communicate with the Yiddish speaking community who are able to put together the matters in a Jewish community very well and the Yiddish speaking community is very very much friendly
איך בין שוין אן אקטיווער קאווע שטיבל לייענער די לעצטע 2 יאר צום גוטן און איך מיין אז עס איז געקומען די צייט און ווערן א טייל פונעם עולם דא צו צוגעבן מיינע 2 צענט אינעם שטיבל. יהא בואי לברכה...
I am sixty years young I come from a wizhnitzer shteib I am blessed with a very good memory and I've always been interested in chassidishe hoifen so I think I will add some valuable info for your readers
כאטש ס'איז אין מיטן פון דער ניין טעג, קום איך מאכן א סיום, כדי מ'זאל קענען עסן פליישיג. די מעניו וועט נאכפאלגן בקרוב ממש. איך בין נישט קיין חסיד, אבער איך בין א פרומע.
ווילט איר וואקסן אין תורה ויראת שמים?
האנדלט אייך שיעורים פון כבוד הגה''צ הרב מאיר צוויבעל שליט''א
לעולם יהא אדם ירא שמים בסתר ובגלוי מודה על האמת וישכם ויאמר אשרי יושבי ביתך עוד יהללוך סלה אמר רבי אלעזר תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם האט רחמנות איך קען שוין נישט שרייבן אזויפיל האט איר אפשר נאך מאטריאל פאר מיר? עס איז שוין גרינגער צו כאפן משיח אין איהם הייסן אראפ קומען
איך בין אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג איך האב ניש געהאט קיין גרויס אינטערעס און לערנען און כולל.. כהאב אבער געמיזט דארט זיין כהאב אנגעהויבן לייענען אלע מינע וועלטלעכע זאכן אריינגערעכנט רעליגיעזע.. פון ביידע זייטן יעצט שטיי איך גאנץ פארלוירן בשעת איך figure אויס מיין פלאץ און אידענטיטעט.. איך האף צו לייענען דא פון אנדערע וואס זענען געווען און א ענלעכע פאזיציע און אפשר אויך שרייבן/פרעגן איך בין אויך זייער אינטערעסירט און science.
איך בין זייער אינטרעסירט אין היסטאריע בכלל און היסטאריע פון לעצטע פאר הונדערט יאר בפרט. ס'איז מיר וויכטיג צו קענען אפטיילן מיינע מיינונגען מיט ידיעות מיט אנדערע מענטשן, און קענען רייך מאכן מיינע ידיעות דורך זיי. ס'איז מיר אויך וויכטיג צו קענען האבן א אינטראקציע מיט אנדערע פון מיר, וואס געבט צו אסאך.