די וויידעל וואס שלעפט אונז אלע
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 13
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 29, 2018 11:31 am
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל
די וויידעל וואס שלעפט אונז אלע
[center]די וויידעל וואס שלעפט אונז אלע[/center]
(C) מאמר קדישין קאוועשטיבעל 2018 - Kaveshtiebel.com
אין די לעצטע פאר וואכען האט די חרדישע וועלט געטומולט און געשטורעמט וועגען א וויידעל. יא, א וויידעל האט זיך געשאקעלט, כשכשה בזנבה, והבערה לחלק וללהב יצא, און עס פלאקערט אומעטום. אלע לאכען און שפעטען, קנאים נוצען אלס א ראיה אז זיי זענען אלעמאל געווען גערעכט. מתנגדים זאגען אז דאס ווייזט גאר אויף זייער שיטה אויף אלע חסידים. חסידים דערווייטערען זיך פון די דיבורים אז נישט זיי מיינט מען. מ'גיבט זיך נישט קיין עצה וועגן די נייע מהלך אז א מענטש מוז זיין א שוואנץ און נישט קיין באטשי. איין ר' ישעיה ב"ר משה סעודה, און דער לייב האט געברומט מתוך קופה של בשר אז יעדער מוז זיך פירען ווי זיין פערזענליכע וויידעל.
וועסטו פרעגען א שאלה, וואס גייט עס אונז אן? נאך א צודרייטע האט זיך ערגעץ אויסגעלאזט? נאך איינער האט א שלשול? קום מיט מיר צו זכרון משה שטיבלעך, וועל איך דיר ווייזען א טוץ אזעלכע חברה, וואס מאכט עס אויס פאר אונז אלע?
עס איז מיר שווער צו גלויבען אז מ'רעגט זיך איבער די 'כפירה ואפיקורסות' שבו. אמער, מ'האט שוין ארויפגעלייגט די זיגעל פון 'כפירה ואפיקורסות' אויף ציונות זה מאה שנה, און קיינער רעגט זיך נישט דערויף, עס איז נאר א מיטל ערגעץ אנדערש אנצוקומען. ווען עס איז א רעליגיעזע פראבלעם, וואלט מען זיך געקענט רואיגעהייט געקענט פארלאזען אויף די וועלטס פארזארגערס און גאט'ס פאליציי.

והנה שמעו נא וקבלו דעתי, און איך וועל ענק זאגען מיין הרהורים אויף דער ענין.
מיר לעבען היינט אין א וועלט אין וואס פעלט שטארק עכטע מנהיגים. עס איז דא א געוויסע כח וואס א קליינע פערצענט מענטשען האבען צו קענען פיהרען אנדערע. דער כח איז א צוזאמענשטעל פון פארשידענע כוחות, פארשטאנדען און אומשטענדען, וויאזוי מענטשען פארלאזען זיך אויף איינער, און דער איינער נוצט זיין כוחות אויסצופיהרען. ער טאר זיך נישט שרעקען פון קלייניקייטען, און דאס נישט שרעקען דארף זיין עכט, נישט געמאכט. ווען ער שרעקט זיך און ער דארף אויפווייזען אז ער שרעקט זיך נישט, איז ער פונקט אזא 'געפיהרטע' ווי א פיהרער. ער דארף קענען אויסרעכענען וואס קומט פאראויס, ארום די קארנער, און דאס נעמען פאראויס אין באטראכט. ער מוז האבען גענוג א שיטה און גענוג א פלעקסיביליטי, און די שכל מיט וועלכע זיך צו באנוצען. ער דארף זיין אביסל א רחמן און אביסל אן אכזר. ער טאר נישט זיין פערזענליך אינוועסטירט אין זיין פיהרערשאפט, אז זיין מדות זאלען זיך נישט אריין מישען.
בקיצור, ער דארף פארקערפערען אין זיך סתירה'דיגע כוחות און נטיות, און די וועלט דארף זיין גרייט פאר איהם.
אזא איינער דארף גארנישט אנצוקומען צו חיצוניות'דיגע מאכט. ער דארף נישט די דעקונג פון א צייטונג און ער דארף נישט קיין ריעל עסטעיט, נישט געלט און נישט יחוס. ווען די כוחות פארזאמלען זיך ביי איינעם, טרעפט איהם דער עולם סייווי.
נאר ווען דער עולם האט א במקום מנהיג, אן ערזאץ ווערזיע פון די מנהיגות, זען זיי נישט איין די וויכטיגקייט פון די מנהיג אמת, און די ממלא מקום נעמט אן זיין פלאץ. דער ממלא מקום איז נישט קיין משל צו דער ערשטע, לעין בוחן. אבער פאר די מאסען איז עס גענוג.
היינטיגע צייטען, איז כמעט נישט דא קיין איין מנהיג וואס איז אויסגעוויילט געווארען צוליעב זיין מעלות. אין אונזער חסידישע וועלט'ל איז עס בלויז און נאר יחוס. א מענטש ירשנ'ט פון א יורש פון א בן ת"ח א פאסטען, והנה און אט! ער איז דא און מענטשען לויפען איהם נאך.
אל תאמר, זאג נישט אז מיר קענען צוריק דרייען די זייגער. אין די וועלט לעבען מיר, און אזוי גייט עס ווייטער. איך בין נישט קיין מנהיג, און קיינער קלאמערט נישט צו הערען מיין מיינונג (א גרויסע טעות מצדם, לדעתי). אין די וועלט לעבען מיר היינט, און מיר זאלען זיך נאר נישט איינרעדען אז מיר האבען עפעס אנדערש.

אקעי, וואס איז ווייטער? די וועלט שטעלט זיך נישט אפ יעצט. היינט האט מען א יורש פאר יעדער שטיק ריעל עסטעיט, און יעדער רעבישע שטול, איז באוואוינט מיט א רעבישע מחילה. ער האט נישט די פירערשאפט טעיטיגקייט, ער פארשטייט נישט און האלט נישט ביים פארשטייען וואס מ'דארף צו פיהרען אן עדה. וואס טוט ער?
יעדער ווייסט די תשובה. ער קוקט זיך אום, און ער טוט וואס יעדער טוט. ער פיהרט טיש פונקט ווי יעדער, ער מאכט מסע קודש'ס פונקט ווי יעדער. היינטיגע רבי'ס זענען נישט זעלבסטשטענדיג, זיי קוקען איינער אויף די צווייטע. אפילו ווען א רבי וויל עפעס מחדש זיין, קוקט ער וואס יענער האט מחדש געווען און ער גייט נישט ארויס פון די ראמען פון אנדערע 'חידושים'.
און דא קומען מיר אן צו די פראבלעם.
ווען איין רבי האט אן אויסברוך און ער איז מחליט אז שייטלעך מוזען קורצער ווערען, וועלען מיר זאגען 'אקעי, דאס איז די פראבלעם פון יענער חסידות מיט יענער נומער, עס איז נישט מיין פראבלעם'. אבער לא מחכמה אמרת זאת. ברגע איין רבי טוט אזוי, האט ער געשלעפט די ראמען פון 'נארמאל' אביסל צו א זייט, און אנדערע מעגען נאכמאכען. ווען איין רבי שיקט (וואס? געשיקט? ער וועיסט דאך גארנישט דערפון!) א בחור'ל צו פארברענען דער שטוב פון א צווייטען, האט ער לייכטער געמאכט פאר א צווייטע רבי אזוי צו טוהן. ווען איין רבי פאדערט פון יעדער ארימאן צוצושטעלען געלט פאר זיין ריזיגע בנין פון וואס ער חלומ'ט זייט זיין קינדישע יארען, קען א צווייטער רבי טוהן אזוי אויך. יעדער רבי איז אנגעוואנדען אויף די אנדערע, אפילו ווען זיי מאכען אן אנשטעל פון 'מלכות' און אויבער חכמה.
דער אויסברוך פון שוואנצאנות איז להדיא יא אונזער ביזנעס. דער יורש פון דיין קרעמעל וועט לייכטער קענען פלוידערען די ווערטער אדער ענליך, ווען ער זעט אז הרב מנדלי מוויזניץ האט גארנישט דערלייגט דערפון. קיין איין וויזניצער שטיבעל האט זיך נישט פארמאכט מחמת מיעוט המשתתפים צוליעב זיין אנטדעקען זיין שלעכטע מדות הטמון בארבו. וואס מיינסטו וועט דיין רבי טראכטען ווען ער וויל פאדערען א גרעסער מאס שוואנצאנות פון דיר? ער וועט זיך שוין ווייניגער שרעקען. אוודאי וועט ער נישט גייען אזוי ווייט ווי דער פון בני ברק, אבער די ראמען זענען שוין ברייטער געווארען.
דאס איז להדיא יא אונזער ביזנעס, וע"ז ידוו כל הדווים.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: די וויידעל וואס שלעפט אונז אלע
מאמר קדישין האט געשריבן:איך האב געשריבען א שיינע פאר מאמרים אויף דער געזעלשאפט און אינטרעסאנטע זאכען. וראה זה פלא, קיין שום צייטונג ווילען זיי נישט אננעמען.
האב איך מחליט געווען אז איך גיי זיך שוין נישט צענזארירען פאר די קאפריסען פון מענטשען וואס גייען מיר סייווי נישט אננעמען, און איך וועל ארויף לייגען מיין מאמרים אויף קאוועשטיבעל, ווי מ'איז שוין גרייט צו הערען אן אויסוואל פון דעות.
ווער האט עס נישט געוואלט דרוקן דער איד, דער בלאט?
נאו קידינג.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מאמר קדישין: (אפשר עירין קדישין. יעצט איז דאך זומער.). דו האסט זייער טרעפליך ארויסגעברענגט דאס וואס (כמעט) א יעדער טראכטנדיגער מענטש טראכט. ס'איז ממש נישט דא וואס מוסיף צו זיין...!
איך וויל מיך נאר שטעללן אויף איין נקודה וואס דו האסט דערמאנט. אז די רעבעססס. ספעציעל געוויסע...! האבן די חוצפה צו בעטן געלט ביי א בלוטיגן ארימאן וואס האט קוים צו געבן ברויט צו עסן פאר זיין משפחה, כדי צו קענען אויפבויען דעם בנין פון וואס ער חלומ'ט פון אלס קינד. און זיי האבן נאר די חוצפה און די העזה דאס צו טון ווייל זיי זעהען אז אנדערע רעבעסס האבן עס געטון מיט הצלחה...אט דאס טרייבט מיר ארויף די בלוט פרעשור צו גאר הויעכע נומערן. ווייל איך קען פערזענליך איינעם אזא מענטש. איך האב איהם צום ערשטן מאל באגעגנט בערך פערציג יאר צוריק. דער איד האט געמאכט א רושם ווי ער וואלט גענומען פעקלעך פון תומכי שבת. ווען ער שעהמט זיך נישט. האט ער מיר פארציילט אזוי מסיח לפי תומו אז ער האט אקארשט געגעבן 2 אלפים פאר דעם רעבע פון זיין חסידות כדי די רעבע שליט"ע זאלל קענען קויפן א נייע הויז. פרעג איך איהם...און פון וואו האסטו (איבעריגע) 2 אלפים? ענטפערט ער אז ער האט ארויסגענימען א גמ"ח...האביך אויפגעמאכט א מויל אויף איהם כהאי לישנא..."דו חסר דיעה וואס דו ביסט. ענדערש זאלסטו קויפן א באטל מילעך אדער א פאר שיך פאר דיינע קינדער"...דו זעהסט אויס ווי טוביה דער מילעכיגער אדער מאטל דער שניידער. און דו גייסט געבן 2 טויזנט דאללער פאר דיין רעבע אז ער זאלל זיך קענען קויפן א ניי הויז...!
דער תירוץ איז. אז ס'זענען דא 2 חלקים. דער נותן און דער מקבל. דער רעבע קען מאכן אלערליי שטיק און פאדערן און צו זאגן אדער סטראשען. אבער אויב דער חסיד האט א ביסעלע שכל איז כל כלי יוצר עליו לא יוצלח. איך פאלג נאך די משפחה. און איך קען מעיד זיין אז דער דאזיגער חסיד איז נאכנישט אויפגעראכטן געווארן פינאנציעל. דעם רעבין'ס ברכות האבן נישט געכאפט אויף איהם. ער איז דער זעלבער שלעפער וואס ער איז געווען אמאל. נישט נאר ער. נאר די דריטע דור זענען נעבעך די זעלבע שלעפערס. אבער ער איז געבליבן ביי זיין גלייבונג אין רעבע. און די רעבע איז געבליבן מיט די נייע הויז...!

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 290
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
- האט שוין געלייקט: 523 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל
איר האט זייער שיין ארויסגעברענגט די נקודה און ס'איז ריכטיג אז היינטיגע טעג איז סדנא דארעא חד הוא און יעדער מאכט נאך א צוויטען ,אבער דאס איז נווגע מער א חומרא אדער הנהגה , די דרשה און וועג פון רעדן וועט קיינער נישט נאכמאכן ווייל עס ברענגט נאר בזיונות
און אינטערדריקען די מתנגדים גייט שוין אן אסאך פלעטצער פאר לאנגע יארן נאר יעדער איינער אויף זיין מהלך .
בכל אופן איר שרייבסט פיין קים איט אפ!!

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל
קומזיץ האט געשריבן:איר האט זייער שיין ארויסגעברענגט די נקודה און ס'איז ריכטיג אז היינטיגע טעג איז סדנא דארעא חד הוא און יעדער מאכט נאך א צוויטען ,אבער דאס איז נווגע מער א חומרא אדער הנהגה , די דרשה און וועג פון רעדן וועט קיינער נישט נאכמאכן ווייל עס ברענגט נאר בזיונות
און אינטערדריקען די מתנגדים גייט שוין אן אסאך פלעטצער פאר לאנגע יארן נאר יעדער איינער אויף זיין מהלך .
בכל אופן איר שרייבסט פיין קים איט אפ!!
עס איז מיר א רחמנות אויף דיר אז דו ביסט שוין אריינגעפאלען אין די גרוב. טאמער דו מיינסט טאקע אז 'אינטערדריקען די מתנגדים' איז עפעס ענדליך צו די נייעם דרשה פון דער וויזניצער צדיק הדור, איז עס ווייל דו ביסט דערדרוקט ביז גאר. א רבי וואס איז א תלמיד פון בלעם, וואס יעדער הו"א אז איינער פון די זאכען וואס ער טוט\קלערט\וויל איז שוין א התנגדות וואס מען דארף אונטערדרוקען, איז א שטאפעל ווייטער ווי א רבי וואס האלט אן זיין מאכט דורך רודפען די מתנגדים זיינער. דער צווייטער איז אויך א פרא אדם (המכונה כבוד קדושת אדוננו מורנו ורבנו וואס וועט אונז פירען אקעגען וכו'), אבער צום נייעם נידריגקקיט פון וויזניץ איז ער נאך נישט צוגעקומען.
טאמער דיין רבי איז שוין אזא געמיינע יונג, איז דער סברא פון דער פותח האשכול ווירקליך אויפגעוויזען. איך בין נישט געווען אזוי איבערגעצייגט ביים ליינען.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 290
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
- האט שוין געלייקט: 523 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל
ערשטענס איך בין ב"ה זייער צופרידן פון מיין רבי'ן, נישט קיין חילוק אויב ער איז אזוי ווי בלעם אדער ווי בלעם'ס אייזל, און איר דארפט נישט רחמנות האבן אויף מיר, ס'איז א שאד די הארץ עסעניש!
בנוגע די אינטערדרוקען, ר' מענדעלע האלט אז דאס איז א חלק פון די וויזניצע חסידות, יעצט אז ס'קומען יונגעלייט (באטשית בלש"ק) און מאכן קאלט אנדערע האט ער געשפירט א צורך עס אפצושטעלן, קענסט זאגן אז עס איז נאריש, קינדעריש, די שוואכקייט צו מורא האבן פון מתנגדים האט מען שוין געזעהן ביי זיין טאטע, חאטשיג אוודאי איז זיין טאטע געוועהן א מתמיד עצום א הייליגע יוד און נישט קיין פארגלייך צו זיין זון.
ביי אסאך אנדערע חסידות גייט מען אויך ארויס שארף קעגן איינער וואס איז זיך מתנגד פארן רבי'ן, ס'דא וואס מען ווארפט ארויס פון בית המדרש, אנדערע פארברענען הייזער, יעדער אויף זיין מהלך, און די פלעצער וואס איז נישט אזוי דארפסטו נישט זיין באזארגט ווייל זיי זענען נארמאלע מענטשן, די וואס טוען עס שוין האבן עס שוין אויסגעארבעט מיט זייער מהלך.
דער עיקר וואס זעהט דא אויס זייער שלעכט איז די וועג פון רעדן וואס דאס גייט עם קיינער נישט נאכמאכן, ווייל אין וויזניץ איז דאס די שפראך אויף א געוויסע פארנעם, מ'רעדט מיר אפען.
אבער שטעלט אייך פאר מארגן גייט ר' בן ציון באבובער האלטן אזא דרשה, ער וועט זיין חוזק ביי זיין גאנצע קהילה, און די זעלבע מיט אנדערע.
בנוגע די אינטערדרוקען, ר' מענדעלע האלט אז דאס איז א חלק פון די וויזניצע חסידות, יעצט אז ס'קומען יונגעלייט (באטשית בלש"ק) און מאכן קאלט אנדערע האט ער געשפירט א צורך עס אפצושטעלן, קענסט זאגן אז עס איז נאריש, קינדעריש, די שוואכקייט צו מורא האבן פון מתנגדים האט מען שוין געזעהן ביי זיין טאטע, חאטשיג אוודאי איז זיין טאטע געוועהן א מתמיד עצום א הייליגע יוד און נישט קיין פארגלייך צו זיין זון.
ביי אסאך אנדערע חסידות גייט מען אויך ארויס שארף קעגן איינער וואס איז זיך מתנגד פארן רבי'ן, ס'דא וואס מען ווארפט ארויס פון בית המדרש, אנדערע פארברענען הייזער, יעדער אויף זיין מהלך, און די פלעצער וואס איז נישט אזוי דארפסטו נישט זיין באזארגט ווייל זיי זענען נארמאלע מענטשן, די וואס טוען עס שוין האבן עס שוין אויסגעארבעט מיט זייער מהלך.
דער עיקר וואס זעהט דא אויס זייער שלעכט איז די וועג פון רעדן וואס דאס גייט עם קיינער נישט נאכמאכן, ווייל אין וויזניץ איז דאס די שפראך אויף א געוויסע פארנעם, מ'רעדט מיר אפען.
אבער שטעלט אייך פאר מארגן גייט ר' בן ציון באבובער האלטן אזא דרשה, ער וועט זיין חוזק ביי זיין גאנצע קהילה, און די זעלבע מיט אנדערע.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 13
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 29, 2018 11:31 am
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל
את אשר יגרנו בא!
נאך דעם וואס וויזניץ האט געמעגט, ויבא גער און געדרוקט אזעלכע קונטרסים.
די רויטע ליניעס פון שטותים וואס א רבי מעג ארויסגעבן זענן לויזער, ואחריתה מי ישורנה.
ווער ווייסט וואס בעלזא וועט באלד דרוקן וועגן גודל הענין פון זיין דבוק צו דער זאך? אז צוויי חסידותער האבן זיך געלאזט, וועט א דריטער זיך לייכטער לאזן. וכן הלאה.