די (אומ)שילדיגע שיסעריי אין א קעפיטאל גאזעט צייטונג אפיס
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 168
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
- האט שוין געלייקט: 30 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

די שיסעריי אין א קעפיטאל גאזעט צייטונג אפיס איז א נייעס וואס ארף אונז געבן א שטיקל וועק אויף יעדער געדענקט די שטורעם ארום די סאציאלע מידיע ר' עקיבא'לע קליין א זיסער איד וואס די סאציאלע מידיע האט אים אומאנגענעם געמאכט דאס לעבן
היינט האט איינער "דזשעראד ראמוס" א לאקאלער איינוואוינער אין מערילענד אויסגעגעבן זיין ווייטאג איך וויל נישט שרייבן זיין בארעכטיגעטע ווייטאג ווייל הרג'ענען מענטשן איז נישט א בארעכטיגעטע זאך, אבער ארויסגעגעבן זיין ווייטאג איבער א אינצעדענט וואס גייט צוריק צו 2012 וואס ער האט פראבירט צו ברענגן די צייטונג באאמטע צו גערעכטיגקייט נאכ'ן אים באשמיצן, אבער אן ערפאלג, און יעצט איז געקומען די רייע אויף זיי
איך וויל מען זאל פארשטיין, ווען א צייטונג שרייבער צולאזט זיך איבער א פאפולערער פיגור, אפילו ממש ביזן אים צוגרינדלייגן איז ווייט נישט בארעכטיגט, לאמיר נעמען אזא איינער ווי אונזער טראמפ ירום הודו, וואס די צייטונגן פראבירן אים (אומ)ערפאלגרייך אראפצוקלאפן און באשמוצן, עס איז א שטיקל פעי"ר דיע"ל, ער האט זיך ארויסגעשטעלט אין די עפענטליכקייט מוז זיינע קריאויזע טוישונגן נו וואס זאל ער ערווארטן, אודאי וועלן אים די צייטונגן ארונטער רייסן, נאכאמאל איך געב זיי נישט גערעכט אבער עס איז וויכטיג צו האבן די צייטונג מאכט כדי צו זיי אנגעגרייט מיט די "וואפן" וואס הייסט טינט און פאפיר קעגען מאכטפולע פיגורן, הגם עס ווערט צומאל אדער רוב מאל באנוצט מיט פיל מאכט אבער שוין, דאס איז פארשטענדליך
די געמיינקייט און פרעכקייט פון באשמיצן מענטשן, הרג'ענען לעבעדיגערהייט א מענטש, נעמען א מענטש וואס "מען האט אים באשולדיגט" און ער איז דורך געגאנגן די שבעה מדורי גהינום פון קארט לויער'ס סענטרעל בוקינג שרעק און טעראר, דארף ער זיך יעצט ספראווענען קעגען די מאכטפולע וואפן וואס איז געמאכט צו ניצן קעגען מאכפולע פירער
יעדע מענטש וואס איז ווערט אנגעקלאגט אין געריכט, צו עס האט זיך געדאכט פאר די פאליציי אז ער האט פארלעצט די געזעץ, איז זיין בלוט הפקר צו די נידריגע צייטונג שרייבער.
איך נעם נישט קיין שטועלונג צו די שיסעריי איז אויסגעהאלטן און עס איז זיכער נישט אויסגעהאלטן צו הרג'נען א מענטש, אבער איידער איר לויפט לייגן א קראנץ בלומען פאר די פארשטארבענע שרייבער, גוט א טראכט אפשר זענען זיי נישט קיין אומשולדיגע, ציווילע בירגער, אפשר איז זיך זיי געקומען דין מיתה, אפשר האבן זיי גע'הרג'עט מענטשן, אפשר האבן זיי פארגאסן אומשולדיג בלוט, מיט זייער "פרידאם אף ספיעטש" וואפן, איך מיין...
ווען איר טראכט פון די שיסעריי, א שטייגער ווי די לאס וועגעס שיסעריי, צו די שיסעריי ביי די ארלענדא נייט ...עי קלאב, אדער אנדערע קלענערע שיסערייען, בעט איך אייך פאראייביגט נישט דעם אינצידענט אינם זעלבן ליסטע, פארשטייט גוט גוט דעם חילוק , זיי זענען נישט אומשלדיג.

- כלבאשבוע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1028
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
- קאנטאקט:
סארי פארן דיסעגריען אבער דיינע ווערטער זענען שטארק מיסגיידעד, צייטונגען און צייטונג שרייבער באריכטן אויפן מציאות און פארציילן געווענליך פאקטן וואס קומט פאר אין די וועלט, סקען פארקומען טעותים און די וועלט איז נישט יושרדיג אבער דער צייטונג שרייבער איז נישט די גורם
תורהדיג גערעדט מדין לה״ר איז א אנדערע מעשה, אבער וועלטליך גערעדט dont shoot the messenger

לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
קען איינער ברענגן א לינק צו דער גאנצע מעשה?
איך פארשטיי פון ליינעדיג א באריכט אז ער איז געווען א איינגערעדטע נאט זשאב וואס האט באשולדיגט מענטשן וואס האבן עם פרובירט צו העלפן און זיי געסטראשעט מיט טויט.
דער ריכטער האט איינגעזעהן אז ער האט גארנישט וואס בארעכטיגט זיינע טענות און אין קאורט האט ער ליגעל געשוואוירן אז ער גייט זיי הרגנ'ן. מיט וואס איז ער נישט א מאסן מערדער?
איך פארשטיי פון ליינעדיג א באריכט אז ער איז געווען א איינגערעדטע נאט זשאב וואס האט באשולדיגט מענטשן וואס האבן עם פרובירט צו העלפן און זיי געסטראשעט מיט טויט.
דער ריכטער האט איינגעזעהן אז ער האט גארנישט וואס בארעכטיגט זיינע טענות און אין קאורט האט ער ליגעל געשוואוירן אז ער גייט זיי הרגנ'ן. מיט וואס איז ער נישט א מאסן מערדער?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 168
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
- האט שוין געלייקט: 30 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל
עס קען זיין אז ער איז געווען איינגערעדט, און מ'האט אים נישט געמיינט... און למעשה איז זיין בלוט נישט פארשמירט געווארן...
אבער דאס דארף אונז ווארפן א שיין על הכלל כולו אז כמעט יעדע צייטונג שרייבער האט אומשולדיג בלוט אויף זיין האנט.
נאכאמאל, א צייטונג איז א שטארקע וואפן וואס איז וויכטיג צו האבן אין פאל פון מלחמה, ווען מאכטפולע מענטשן פירן זייער אגענדע און עס פעלט אויס סופע"ר פאוע"ר זיי צו האלטן רואיג, אבער אונזער עקספיריענס האט געוויזן די וואפן ווערט געניצט קעגן אומשולדיגע מענטשן.
מיט וואס פארא רעכט מעג די הונגעריגע (בעסער געזאגט די בלוט דארשטיגע) מידיע קומען און דעקן א סענזאציע שוין מיט נעמען, שוין מיט בילדער, ווען די פאליציי צו עף בי איי זענען אין א געיעג נאך מענטשן וואס זיי "פארדעכטיגן" אין קרימינאל? זאלן זיי צוווארטן מיט זייערע אנגעזאמלטע סחורה אויף ביז די שולד ווערט קלאר!
וויפיל מענטשן זענען ריינגעוואשן געווארן אין געריכט צו נאך איידער דער געריכט, ווייל איינער האט געוואלט אנטון א שפיצל קעגן זיינס א שונא און געדריקט 3 נומערן אויף זיין טעלעפאן, לבסוף איז די מעשה ניטאמאל אנגעקומען צום געריכט, און עס וואלט געווען עולם כמנהנו נוהג, אבער אז דו זוכסט נאך די פראפייל פון דעם מענטש קומט ארויף דעם בילד ווי מען ארעסטירט אים אין נאכט קליידער, צו אלס פעדעפייל.
איז דאס נישט ריין אומשולדיג בלוט פון א פערזאן, זיין ווייב, זיינע קינדער, זיינע עלטערן, וואס האבן אלע רעכטן אנצוגיין אין לעבן?
איז אז עס ברעכט אויס א שיסעריי אויף א נייעס באריכטער, דארף מען גוט בודק זיין ווער זענען די גע'הרג'עטע.

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
ער איז נישט אומשולדיג יעצט. ער איז געווען אומשולדיג ווען מען האט אים באשמוצט.
סאמהאו האבן זייער אסאך מענטשן נישט קיין סימפאטיע מיט די מידיא לייט ווען זיי ווערן אטאקירט, טאקע צוליב דעם.
על דאטפת אטפוך, זאגן חז"ל. אז דו לייגסט כסדר אנדערע מענטשן אין דער ערד, איז נאר פארשטענדליך אז איין טאג וועט מען דיר אויך לייגן אין דער ערד, אפגעזען צי גערעכט צי נישט.

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 168
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
- האט שוין געלייקט: 30 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל
איך זע אז עס איז אנגעקומען ביז'ן ווייסן הויז אונזער קריאויזער פרעזידענט ירום הודו זעט אויס איז באיינפלוסט געווארן פון אינזער ארטיקל דא אין ק"ש ער'ט בשום אופן נישט געוואלט ארינטערלאזן דעם אמעריקאנער פענדל, אבער זעט אויס אז עס איז צו א קליינער סקאנדאל פאר אים, היינט הערט מען שוין אז ער האט גענידערט דאס פאן צו באערן די טויטע נייעס באריכטער