עלליס דזשאנסאן
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 797
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
- האט שוין געלייקט: 292 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל
עלליס דזשאנסאן
פאר אפאר וואכן ציריק האט טראמפ ארויסגעלאזט עליס דזשאנסאן פון תפיסה ווי זי האט געדינט א לעבנסלענגליכע טורמע אורטייל איבער פארקויפן קאקעין זי מיט נאך דרייצן זענען ארעסטירט געווארן אין די קעיס און זי איז געווארן ארעסטירט און פאראורטיילט פאר לעבנסלענגליכע תפיסה, פון איין זייט איז עס פרייליכע נייעס אז זי איז ארויסגעלאזט געווארן, אבער פון די אנדערע זייט דארף מען האלטן אין איין געדענקן אז נישט קיין חילוק וויפיל מענטשן באקומען חנונה פונעם פרעזידענט צי עס זאל זיין רובאשקין, עלליס דזשאנסאן וכו' איז דא הונדערטער טויזענטער וואס זענען אין תפיסה פאר גארנישט, סתם א שחצנות'דיגע פראסעקיוטער וואס האלט נישט ביים אראפטרעטן פונעם בוים, מיר לעבן אין א געוויסע זין אין די ליבעראלע ניו יארק ווי דער אלטער היינס מיט זיין שמש האבן אנגעקלאגט מענטשן רעכטס אין לינקס אין ברוך השם א טייל האט מען שוין ארויסגעלאזט, אבער לא כן אין אנדערע סטעיטס ווי די פראסעקיוטארס האלטן אז אויב מ'טוט וואס איז ריכטיג קען דאס ציברענגן אז עכטע קרימינאלן זאלן זיך ארויסגליטשן, וואס קען זיין אמת אבער א שוואכע בארעכטיגונג, איז ציריק מיט די דראגס, די מלחמה אנטקעגן דראגס איז איינע פון די גרעסטע מענטשן רעכט פארלעצונגען איז דעם 21 יאר הונדערט, מ'אינפארסירט א געזעץ וואס כמעט יעדער ווייסט אז איז א פארלוירענע שלאכט, אבער מען געט נישט אויף, פון ווי קומט די רשעות אין אכזריות צי ארעסטירן מדי יום אן ארימע מענטש און עם אריינלייגן אין די סיסטעם ווייל? ער האט אביסל גראז! איך זאג נישט אז דראגס איז גוט און איך אדוועקיר נישט פאר דראגס, אבער איך זאג יא אז די כח פון דראגס איז שטערקער און האט אונז איבערגעפלייצט און האט אונז באזיגט, דערפאר איז די צייט זיך צי ריקן ווייטער געצווינגענערהייט, די מלחמה גייט שוין אן איבער א הונדערט יאר און??? מיר האבן הינט, פול באדי סקעננערס, עקס-רעי, שטרענגע מינימום סענטעסינג, מען פאליציי כוחות ווי קיינמאל בעפאר, מער מענטשן אין תפיסה, מער טויטע אין מעקסיקא ווי קיינמאל בעפאר, און??? א רעטעך, דראג אימפארט בלייבט די זעלבע, עס איז צייט פאר טויש אין זיך ריקן ווייטער, בלייבן קעמפן מיט קאפ אין וואנט טראגט נישט אין ערגעץ,
לעב אין לאז לעבן.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 797
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
- האט שוין געלייקט: 292 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל
Re: עלליס דזשאנסאן
וואס איז די בעסערע וועג ארעסטירן מענטשן רעכטס אין לינקס, אויפטוישן איין לעבן פאר א צווייטע? לפּחות דער וואס רייכערט שטארבט, שב ואל תעשה עדיף, וואס טוט מען אויף ווען מען מישט זיך אריין, אפילו עס איז מיט א גוטע כוונה, אין ווי ציניש עס איז שטארבן די מענטשן רעכטס אין לינקס עניוועי, אווערדאיז איז אויף ארויף נישט אויף אראפּ, איין מינוט עס איז לעגאל אדער נישט??? פון דא זעסטו אז האט גארנישט צוטון איינס מיטן צווייטן, טראכטן אז מען טוט עפעס טוט אויף האט מיטן מציאות גארנישט, דאס איז אן עסקנ'אישע וועג פון טראכטןבן ישי האט געשריבן:וואס איז די אנדערע וועג? פשוט איגנארירן? לאזן מענטשן שטארבן רעכטס און לינקס און גארנישט טוהן?
לעב אין לאז לעבן.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
גראדע איז דא וואס טענה'ן אז אויב וואלט מען געמאכט דראגס ליגאל און ס'זאל זיין גאווערמענט רעגעלעטעד וואלטן ווייניגער געשטארבן. היינט וויבאלד ס'נישט רעגעלעטעד קען יעדער אריינלייגן וואס זיי ווילן אין די דראגס וואס זיי פארקויפן (אז ס'זאל עם זיין ביליגער) און טויזענטע שטארבן פון די שלעכטע באשטאנדטיילן
דוד בן ישי עבדך משיחך
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 797
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
- האט שוין געלייקט: 292 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל
Re: עלליס דזשאנסאן
עס איז נישטא קיין פלאן לויט קיינעם, וואס איז די פלאן מיט שיכורע מענטשן??? פופציג טויזנט טויטע א יאר? וויל איינער צוריקגיין צי פראהאבישאן? ניין, די זעלבע דאבן ישי האט געשריבן:איך האלט נישט אז די יעצטיגע מהלך איז גיט, איך פרעג נאר וואס איז דיין פלאן? סתם לאזן מענטשן שטארבן? מ'דארף אויפקומען מיט עפעס בעסער.
לעב אין לאז לעבן.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
איך האב אויך אמאל געטראכט אז די מלחמה אויף דראגס איז געווען א פארלוירענע מיט איבעריגע אכזריות. אבער פאקטיש זינט מ'האט נאכגעלאזט די אינפארסירונג דא אין ניו־יאָרק א דאנק דיבּלאזיא האט אונזער קאמיוניטי פארלוירן צענדליגע נשמות צו דראגס. איך האב גערעדט מיט מערערע וועטעראן הצלה מעמבער'ס וואס באדינען שוין אונזער ציבור צענדליגער יארן, זיי זאגן פון די צייט וואס די חברה הצלה ארגענעזאציע האט זיך געגרינדעט ביז בערך א יאר אהאלב צוריק, איז אין נישט געווען אין אונזער קאמיוניטי קיין האנדפול פון דראג אווערדויז'ס, און אוודאי נישט ביי היימישע פרומע סטאבּילע. אויב יא האט עס נאר פאסירט ביי עכט פארפארענע. אבער זינט מ'האט נאכגעלאזט די קריג איז דא מערערע היימישע אווערדויז'ס יעדע איינציגע וואך. איד קענט דאס פרעגן ביי סיי וועלכע הצלה מאן, ס'איז ליידער געווארן א היימישע עפידעמיע. ליידער אויך ביי שטארק רעליגיעזע און נישט נאר ביי א.ט.ד.
אלעס אדאנק וואס די רעגירונג א דאנק דיבּלאזיא האט נאכגעלאזט פון די אינפארסירונג פון די געזעץ. ס'איז מיר אבער שטארק איראניש פארוואס די ליבעראלע וואס זענען אייביג לטובת רעגירונג רעגולאציע זיכער צו מאכן אז יעדער בלייבט געזונט און לעבעדיק, זענען דא אויף די פארקערטע זייט, דאס נאכגעלאזט קייט האט געקאסט פאר אונזער קאמיוניטי אסאך מער טויט פעלער ווי גאָנס. ועל גולן זעה איך נישט די היימישע ליבעראלן זאלן טוישן די מיינונג.
אלעס אדאנק וואס די רעגירונג א דאנק דיבּלאזיא האט נאכגעלאזט פון די אינפארסירונג פון די געזעץ. ס'איז מיר אבער שטארק איראניש פארוואס די ליבעראלע וואס זענען אייביג לטובת רעגירונג רעגולאציע זיכער צו מאכן אז יעדער בלייבט געזונט און לעבעדיק, זענען דא אויף די פארקערטע זייט, דאס נאכגעלאזט קייט האט געקאסט פאר אונזער קאמיוניטי אסאך מער טויט פעלער ווי גאָנס. ועל גולן זעה איך נישט די היימישע ליבעראלן זאלן טוישן די מיינונג.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 797
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
- האט שוין געלייקט: 292 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל
Re: עלליס דזשאנסאן
קורקלענד האט געשריבן:איך האב אויך אמאל געטראכט אז די מלחמה אויף דראגס איז געווען א פארלוירענע מיט איבעריגע אכזריות. אבער פאקטיש זינט מ'האט נאכגעלאזט די אינפארסירונג דא אין ניו־יאָרק א דאנק דיבּלאזיא האט אונזער קאמיוניטי פארלוירן צענדליגע נשמות צו דראגס. איך האב גערעדט מיט מערערע וועטעראן הצלה מעמבער'ס וואס באדינען שוין אונזער ציבור צענדליגער יארן, זיי זאגן פון די צייט וואס די חברה הצלה ארגענעזאציע האט זיך געגרינדעט ביז בערך א יאר אהאלב צוריק, איז אין נישט געווען אין אונזער קאמיוניטי קיין האנדפול פון דראג אווערדויז'ס, און אוודאי נישט ביי היימישע פרומע סטאבּילע. אויב יא האט עס נאר פאסירט ביי עכט פארפארענע. אבער זינט מ'האט נאכגעלאזט די קריג איז דא מערערע היימישע אווערדויז'ס יעדע איינציגע וואך. איד קענט דאס פרעגן ביי סיי וועלכע הצלה מאן, ס'איז ליידער געווארן א היימישע עפידעמיע. ליידער אויך ביי שטארק רעליגיעזע און נישט נאר ביי א.ט.ד.
אלעס אדאנק וואס די רעגירונג א דאנק דיבּלאזיא האט נאכגעלאזט פון די אינפארסירונג פון די געזעץ. ס'איז מיר אבער שטארק איראניש פארוואס די ליבעראלע וואס זענען אייביג לטובת רעגירונג רעגולאציע זיכער צו מאכן אז יעדער בלייבט געזונט און לעבעדיק, זענען דא אויף די פארקערטע זייט, דאס נאכגעלאזט קייט האט געקאסט פאר אונזער קאמיוניטי אסאך מער טויט פעלער ווי גאָנס. ועל גולן זעה איך נישט די היימישע ליבעראלן זאלן טוישן די מיינונג.
איך זע נישט וואס די מישט אויס, עס איז געווען אווערדאיז פארדעם אין איצט, די דראגס אויף וואס מען אווערדאיזט איז געבליבן די זעלבע אסור סא פון וואס רעדסטו, עס איז באקוועם צי מאכן א קיגל פון די צוויי אבער עס איז בכלל נישט פארבינדן
לעב אין לאז לעבן.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 797
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
- האט שוין געלייקט: 292 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל
Re: עלליס דזשאנסאן
האסטו געליינט מיין תגובה אדער די ווילסט בלייבן ביי דיין גלויבן, קאקעין רעגולעשיאן האט זיך נישט געטוישט סא פארוואס מישסטו?קורקלענד האט געשריבן:איך האב סך הכל געברענגט פאקטן. ווילסט עס לייקענען געזונטערהייט. הצלה זאגט אז ס'איז היינט אויף א ראטע פון איינס א טאג. ס'איז קיינמאל נישט געווען מער פון געציילטע פעלער אין יארן. אז איר גלייבט מיר נישט פרעגט אייך נאך. ס'האט זיך אלעס געטוישט זינט די רעגירונג האט נאכגעלאזט די אינפארסירונג.
לעב אין לאז לעבן.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: עלליס דזשאנסאן
׳פרעג א הצלה מאן׳ איז די טיפיקעל היימישע פארשונגס מיטעל.
לכאורה איז פארהאנען בעסערע וועגען נאכצופארשען וויאזוי צו באקעמפען דראגס. וועלכע לענדער אין די וועלט האבען ווייניגער דראגס? ענדעלען זיי מיט עטוואס צו אמעריקא? קען מען נוצען זייער ערפארונג? אינפארסירען די געזעץ פאראורזאכט מערערע פראבלעמען צו ווייניגער? לאנג טערמיניג און קורץ טערמיניג? פון וועלכע דרגץאגס רעדט מען? וואס זענען אנדערע סאציאלע פרייזען וואס די לאנד צאלט פאר מאס איינזעצען, און בעיקר ביי די שווארצע?
אוודאי קען מען אייביג זיך מסיח דעת זיין דורך אויפזוכען א ׳והאיכא׳ ביים אנדערען ׳צד׳. דאס איז גראדע א פיינע מיטעל אנצוהאלטען יעדער סטאטוס קווא וואס די אינטערעסען ווילען אז די מאסען זאלען אנהאלטען
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 61
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 4:33 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
@קורקלענד
פאקטען פון הצלה גייט לכאורה אריין אין דעם גדר פון anecdotal evidence וואס איז נישט דער בעסטע וועג צו דערגיין א מציאות. והא ראיה אז אין וו. ווירדשיניע וכדו' ווי די מלחמה אויף דראגס ווערט דערווייל נאר שטערקער האבען זייער הצלה אויכעט דער זעלבע בראך.
דער בעסטע וועג צו וויסען וואס וועט געשען אויב מען וועט ליגעלייזען אלעס איז עס אויספראבירען. און עס זענען דא לענדער וואס האבען עס שוין געטון. דער ריזאלטס זענען שטוינעדיג!
אויב וועט אמעריקע האבן דער זעלבע הצלחה וועלען 50,000 בירגער א יאר ווערען געראטעוועט! און דריי-פערטעל עדיקטעט באנוצערס וועלען ווערען אויסגעהיילט!
יא, עס איז נישט קיין מושכל ראשון, און עס מאכט נישט קיין 'קאמען סענס' אבער ווי קען מען זיך טענה'ן מיט'ן פאקטען? וויפיל נאך קורבנות דארפען אונז מקריב זיין על מזבח המלחמה פאר אונז פראבירען דאס?
אויב די תוצאה פון די מלחמה איז מער טויטע און מער עדיקטס ווי אזוי איז דאס יושר?
פאקטען פון הצלה גייט לכאורה אריין אין דעם גדר פון anecdotal evidence וואס איז נישט דער בעסטע וועג צו דערגיין א מציאות. והא ראיה אז אין וו. ווירדשיניע וכדו' ווי די מלחמה אויף דראגס ווערט דערווייל נאר שטערקער האבען זייער הצלה אויכעט דער זעלבע בראך.
דער בעסטע וועג צו וויסען וואס וועט געשען אויב מען וועט ליגעלייזען אלעס איז עס אויספראבירען. און עס זענען דא לענדער וואס האבען עס שוין געטון. דער ריזאלטס זענען שטוינעדיג!
אויב וועט אמעריקע האבן דער זעלבע הצלחה וועלען 50,000 בירגער א יאר ווערען געראטעוועט! און דריי-פערטעל עדיקטעט באנוצערס וועלען ווערען אויסגעהיילט!
יא, עס איז נישט קיין מושכל ראשון, און עס מאכט נישט קיין 'קאמען סענס' אבער ווי קען מען זיך טענה'ן מיט'ן פאקטען? וויפיל נאך קורבנות דארפען אונז מקריב זיין על מזבח המלחמה פאר אונז פראבירען דאס?
אויב די תוצאה פון די מלחמה איז מער טויטע און מער עדיקטס ווי אזוי איז דאס יושר?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 797
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
- האט שוין געלייקט: 292 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל
Re: עלליס דזשאנסאן
ברענגסט א ראיה פון די הצלה איבער געהארגעטע, איך קריג זיך נישט אז לעצטנס האט מען מער געהערט פון אווערדאיז, אבער איך זאג אז די ספעציפישע דראג פון וואס מען אווערדאיזט איז "נישט" גרינגער געווארן די אינפארסמענט, סא וואס איז דיין ראיה נניח אז ס'איז א ראיה, צווייטנס אין יוטא איז נישט גרינגער געווארן ענפארסמענט איז מיט דעם אלעם איז דא צוויי OD יעדע נאכטקורקלענד האט געשריבן:רעגולאציע האט זיך נישט געטוישט אבער אינפארסירונג האט זיך יא געטוישט. איך ווייס נישט צו אויף קאקעין ספעציפיש, אבער מיין הודעה איז אויך גילטיג אויף די יושר פון אינפארסירן די געזעץ אויף קאקעין.
לעב אין לאז לעבן.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 61
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 4:33 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
בן ישי האט געשריבן:וואס איז די אנדערע וועג? פשוט איגנארירן? לאזן מענטשן שטארבן רעכטס און לינקס און גארנישט טוהן?
פאקטען זאגען אז מען וועט ווייניגער שטארבען און ווייניגער ליידען אויב עס ווערט ליגאל! פאקטען זענען צומאל פארקערט ווי קאמען סענס ועל זה אנו דנים. ליידער איז קאמען סענס געווענטליך דער וואס געווינט, און דאס הרג'עט מענטשען רעכטס אויף לינקס.
קורקלענד האט געשריבן:רעגולאציע האט זיך נישט געטוישט אבער אינפארסירונג האט זיך יא געטוישט. איך ווייס נישט צו אויף קאקעין ספעציפיש, אבער מיין הודעה איז אויך גילטיג אויף די יושר פון אינפארסירן די געזעץ אויף קאקעין.
מהיכן?
נאר לגבי גראז האט ער פארמינערט אינפארסמענט. נישט פאר דער שעדליכע דראגס, אינקלודינג קוקאין.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
לולב הגזול האט געשריבן:דער בעסטע וועג צו וויסען וואס וועט געשען אויב מען וועט ליגעלייזען אלעס איז עס אויספראבירען. און עס זענען דא לענדער וואס האבען עס שוין געטון. דער ריזאלטס זענען שטוינעדיג!
עלליס דזשאנסאן איז ארעסטירט געווארן פארן האנדלען מיט און פארן דיסטריביוטן דראגס. דאס זעלביגע וואלט מיט איר פאסירט היינט צוטאגס אין פארטוגאל. די איינציגסטע חילוק איז וויאזוי די צוגאנג איז צו אדדיקטס. ווען איך רעדט פון געזעץ אינפארסירונג רעד איך בעיקר אויף די סוחרים און פארקויפער.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 61
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 4:33 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
ביסט גערעכט לגבי עלליס. און לידיעתך האבען דער אינפארסינג געזעצען פאר קוקאין און הערואין דילערס זיך נישט געטוישט!
איך בין זיכער אז די פארשטייסט דער אומזעהבארער האנט פון דער מארקעט. א פראדוקט וואס קאסט ווייניגער ווי א דאלער צו מאכען און האט קונים פאר 100$ וועט האבען גענוג און נאך וועגען צו געווינען דעם מאכטפולען אמעריקע. נאך מער, מיט אזעלכע מארדזשינס איז גרינג אפצוקויפען דער וועכטער וואס אינפארסירען דאס געזעץ וד"ל.
דער תכלית פון געזעצען דארף זיין לתועלת פון די פאלק. 130 מענטשען גייען היינט שטארבען, און אומצאליגע גייען ליידען היינט וועגען דער איבעריגע מלחמה! ווי אזוי קען מען דאס בארעכטיגען?
איך בין זיכער אז די פארשטייסט דער אומזעהבארער האנט פון דער מארקעט. א פראדוקט וואס קאסט ווייניגער ווי א דאלער צו מאכען און האט קונים פאר 100$ וועט האבען גענוג און נאך וועגען צו געווינען דעם מאכטפולען אמעריקע. נאך מער, מיט אזעלכע מארדזשינס איז גרינג אפצוקויפען דער וועכטער וואס אינפארסירען דאס געזעץ וד"ל.
דער תכלית פון געזעצען דארף זיין לתועלת פון די פאלק. 130 מענטשען גייען היינט שטארבען, און אומצאליגע גייען ליידען היינט וועגען דער איבעריגע מלחמה! ווי אזוי קען מען דאס בארעכטיגען?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 61
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 4:33 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
געב א קוק אויף די נאמבערס:
אויב שפענדען אמעריקאנער 100 ביליאן אויף קוקאין וואס קאסט 2 ביליאן צו מאכען בלייבט איבער 98 ביליאן צו שוחד'ן און שווערצען די גרעניץ.
לאמיר דאס באטראכטען א רגע. קאסטקא, טאקע דער פון די קורקלאנד ברענד, האט 1800 געשעפטען איבער'ן לאנד מיט ארום 100 ביליאן אין סעילס און פון דעם איז נאר בערך 1.5% פראפיט!
נאך אן ענין איז דא ביי קוקאין אז עס איז געווענטליך געמישט מיט כל מיני חאזעריי טאקע ווייל מ'קען מאכען אזוי פיל געלט. רובא דרובא פון דער פראדוקט וואס מען קען דאהי קויפען איז 'קאט' מיט laxatives, laundry detergent, banking soda, און נאך מרעין בישין און צו מאל לייגט מען צו א טראפעלע fentanyl וואס שפירט דער זעלבע און ברויך נאר האבען א הינדרעטסטעל אין איין 'ליין' ווי קוקאין. די רעשט קען זיין baby powder!
37% פון קוקאין אובערדאסעז און ניו יארק סיטי לעצטע יאר איז געווען פענטאניל געמישטע קוקאין, וועגען אט די באהאלטענע מארקעט פארסעס. מיט פענטאניל קען מען נעמען צוויי דאלערדיגע קוקאין און פארקויפען פאר 800$!
-----
פאר אינטרעסאנטקייט: פאבלא עסקאבאר האט געשפענט $2500 א חודש פאר ראבער בענדס צו האלטען זיין געלט! אדער יא אדער נישט, אבער דאס איז זיכער אז מען קען אזוי נישט מלחמה האלטען. בפרט ווי לאנג א גרויס חלק פאלק איז וויליג צו באנוצען מיט די געפערליכע דראגס יהיה אשר יהיה.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לולב הגזול, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 61
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 4:33 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
טרויבן88 האט געשריבן:דער לולב שאקלט וועלטן היינט...
וואס דען טוט מען זינטאג אין קאנטרי מיט א הענגאויבער פון אלע משקאות וואס מען האט אנגעפאנגען ביים נעכטיגען קידוש אינדעפרי ביז'ן פאקער געים ביינאכט. אוי.
יעצט טראכט איך וואס וואלט געווען ווען אלקעהאל וואלט געווען אומליגעל. וויפיל היימישער אובערדוזעס וואלטען געווען פון מאנשיין?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
קורקלענד האט געשריבן:איך האב סך הכל געברענגט פאקטן. ווילסט עס לייקענען געזונטערהייט. הצלה זאגט אז ס'איז היינט אויף א ראטע פון איינס א טאג. ס'איז קיינמאל נישט געווען מער פון געציילטע פעלער אין יארן. אז איר גלייבט מיר נישט פרעגט אייך נאך. ס'האט זיך אלעס געטוישט זינט די רעגירונג האט נאכגעלאזט די אינפארסירונג.
גלייכסט צו אונז אידן צו די אלגעמיינע באפעלקערונג? ביי אונז איז עס נאכאלץ פונקט אזוי אסור נאר לייכטער צו באקומען! וועלכער טאטע/ווייב לאזט זיין קינד/מאן רייכערען דררגס? דאס מיינט אסור! פונקט ווי ביים גוי מיטן געזעץ, דאס מיינט אז קענסט נישט ברענגען א ראיה פון א איד צום גוי.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 61
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 4:33 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
קורקלענד האט געשריבן:פון דעם רעדט מען דאך. זייט די רעגירונג האט נאכגעלאזט די אינפארסירונג איז געווארן לייכטער צו באקומען.
@קורקלאנד
וויפיל מאל דארף מען דיר איבערזאגען אז אויף דראגס וואס מ'קען אויבערדאזען האט קיין שום רעגירונג דאהי גארנישט נאכגעלאזט.
מ'זאגט און מ'זאגט אין דיין מוח קען עס נישט פארנעמען?