גרופע דאקטורים גייען אנאנסירן: ברית מילה האט געזונט בענעפיטן

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4736 מאל

גרופע דאקטורים גייען אנאנסירן: ברית מילה האט געזונט בענעפיטן

שליחה דורך יידל »

די אמעריקאנע אקאדעמיע פון פידיעטרישאנס האט געמאלדן אז קומענדיגע וואך מאנטאג, אוגוסט 27 גייען זיי אנאנסירן א טויש פון פאליסי איבער ברית מילה. די אמעריקאנע אקאדעמיע פון פידיעטרישאנס איז א גאר וויכטיגע גרופע פון דאקטוירים און זייער ווארט טראגט גרויס געוויכט אין די מעדעצינישע וועלט. די פאליסי פון די אא"פ איבער ברית מילה איז זינט 1995 געווען אז כאטש ברית מילה האט מילדע געזונט בענעפיטן, זענען די ראיות נישט גענוג שטארק צו רעקאמאנדירן פאר די עלטערן דורכצופירן ברית מילה אויף זייערע קינדער אין ליכט פונעם פאקט אז עס קען זיך צומאל מאכן קאמפליקאציעס וועלכע קענען לייגן דעם קינד אין א סכנה (דא קענט איר זען די אריגינעלע פאליסי). די פאליסי האט ווארשיינליך געפירט צו דעם אז מעדיקעל אינשורענס קאמפעניס האבן כמעט קיינמאל געצאלט פאר מילה, און אזוי אויך צאלט נישט מעידיקעיר און 18 סטעיט פאר א ברית מילה. (נאך די טויש אין פאליסי וועלן אפשר מוהלים קענען אנהייבן טשארדזשן געלט פון מעדיקעיר, ווער ווייסט...) עס האט אויך גורם געווען אז די ראטע פון מענטשן אין אמעריקע וועלכע מל'ן זייערע קינדער האלט אין איין פאלן.

אין די אנאנסירונג קומענדיגע וואך גייט אא"פ מעלדן זייער טויש אין פאליסי. עס איז נאך נישט באקאנט וואס פונקטליך די טויש פון פאליסי גייט זיין, אבער דאס איז זיכער אז עס גייט זיין א פאזעטיווער טויש, אין ליכט פון די לעצטיגע שטוידעס וואס ווייזן אז ברית מילה העלפט רעדוצירן די ריזיקע פון באקומען HIV ביי 60 פראצענט און פון באקומען HPV ביי 50 פראצענט. ווי עס שיינט גייט מען נאך אלץ נישט רעקאמאנדירן ברית מילה, אבער מען גייט באשטעטיגן אז די בענעפיטן פון מילה וועגן איבער די ריזיקעס און אז עס איז א פאזעטיווע זאך פון א מעדעצינישע שטאנדפונקט.

ליינט דעם אויספירליכן באריכט אין די וואשינגטאן פאוסט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר