דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:קומזיץ האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:@הוגה ייש"כ פארן אויפלעבן דעם אשכול. תנ"ך איז מיין באליבסטע לימוד, כ'האב עס שוין עטליכע מאל דורך געלערנט, אליין און מיט חברים, און אויך פארגעלערנט פאר אנדערע, טאקע אויך אויף וואטסעפפ אבער נישט אויף קיין פובליק גרופ.
ווען 929 האט זיך געפענט האב איך זיך מחי' געווען צו זעהן ווי אידן פון אלע קאלירן, מיט אלע מיני' מיינונגן נעמען אן אינטערעס אין אינזער רייכע היסטוריה, פון וואנעט אונז קומען, וואס ווילן אונז, אא"וו.
כ'האב אפילו ליעב געהאט צו זעהן ווי זאכן ווערן אנגעקוקט פון א פרייע (נישט פרומער) פראספעקטיוו. למשל כ'געדענק ווען מ'האט געהאלטן ביי פרשת משפטים, האט דער שופט אליקים רובינשטיין אפגעשריבן א שיינעם ארטיקל אויף דעם ענין פון משפטים כ'געדענק נישט פינקטלעך די תוכן פונעם ארטיקל אבער כ'געדענק אז ס'געווען גוט. אויך יעדן זונטאג קומט מען זיך צוזאם ביי פרעזידענט רובי רובלין'ס וואוינונג ווי ס'ווערט פארגעלערנט א שיעור ווי אלע קענען קאמענטירן.
די רעגירונג (יא איר ליינט גוט די ציוניסטישע רעגירונג אויף וועם די פרומע זענען פארנומען צו גיסן פעך און שוועבל און אין דער זעלבער צייט צו זייגן ריזיגע געלטער) האט אינוועסטירט מילאנען דאלער אויפצולעבן די לימוד התנ"ך און ספעציעל אין דעם פראגראם. עניוועי שיין צו זעהן אז זיי גייען שוין מסיים זיין.
עס איז זייער א שיינע זאך אז די מדינה שטיצט לערנען נישט קיין חילוק וואס ,
אבער די עיקר לימוד התורה איז ע"מ לקיים אויב ס'איז סתם זיך צו אפלערנען נאר וואס זיי ווילען
זעה איך נישט די גרויסע מעלה פון דעם
@קומזיץ: דו מאכסט שוין צופיל תנאים, ע"מ לקיים, אפשר ברויך עס זיין ע"מ לשמור און ע"מ ללמוד וללמד אויך?? תורה איז תורה, העכטענס שטיצן זיי תורה שלא לשמה. און וואס טוט זיך מיט די אלע געלטער וואס זיי האבן די אלע יארן געשטיצט די ישיבות, די תורה וואס מ'לערנט דארט איז דען נישט ע"מ לעשות???
ביסט גערעכט ,איך האב געמיינט צוזאגן אז מען פירט זיך אויף שלא ע"פ תורה און מ'שטיצט א פראגראם פון לערנען תנ"ך מאכט זיי נישט פאר קיין גיטע מענטשען ספעציעל ווען א פרומע יוד וואס פירט זיך אויף ווי די תנ"ך יודן האבן זיך אויפגעפירט ווערט אראפגעקוקט און פארפיינטעט ביי זיי,
וועגן געבן געלט איז קיינער טיילט נישט קיין צדקות פאר ישיבות ,היינטיגע צייטן איז אלעס פאליטיקס
ווען די חרדים זענען נישט געוועהן אין ממשלה האט מען כמעט אלעס געשניטן יעצט זיי זענען צוריק באקומט מען מער