וואלן אין אוטרעמאנט, מאנטריאל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
פאטעטע קוגל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך פאטעטע קוגל »

וויליאמסבורגער האט געשריבן:C/p
די קינדער קוקן זיך צו ווי מען שטיצט אזא זאך, וואספארא חינוך איז דאס. איך וועל נישט נתפעל ווערן צו הערן אז מען הייבט אן צו לערנען אין די מוסדות וויאזוי צו ווערן א פאליטישען.

מיינע רבי'ס פלעגן מיר זאגן אז איך פארמאג א פיין קעפל, אבער דאס גייט מיר נישט אריין אין קאפ, וואס האט שטיצן פאלאק מיט ווערן א פאליטישען? אז מ'שטיצט גאלדבערג עט מען נישט לערנען מיט די קינדער וויאזוי צו ווערן א פאליטישען? כ'מיין אמת'דיג??
באניצער אוואטאר
פאריז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך פאריז »

berlbalaguleh האט געשריבן:
פאריז האט געשריבן:אפשר קען מען אנהייבען ברענגן מראה מקומות איבער די ענין פון בחירת נשים.
ווי און ווען האט מען דן געווען דערויף? טעמים להיתר ולאיסור? מתירים ואוסרים?

ועוד, איז די איסור פון בחירת נשים נאר אסור ווייל עס גייט דורוך בחירות? אדער זיי טארען סתם אזוי נישט דינען אויף קיין בארד ווי מען שטעלט זיי ארויף אפילו אן בחירות?

די גרעסטע און חשוב'סטע מראה מקומות איז אין באנק. די קארופטירטע בעלי זרוע האבן געוואלט אז מ. פאללאק זאל ארבעטן לטובת זייערע פאלטשע ביזנעס אינטערעסן על חשבון הציבור התמים. און זי האט געזאגט אז נישט. זענען זיי ארויס בחרב ובחנית אקעיגן איר. די גרעסט חילול השם איז אז זיי ווילן נאך פארקויפן :roll: אז זייער התנגדות איז לשם שמים. אזוי ווי ס'שטייט אין תהילים "שתו בשמים פיהם, ולשונם בארץ תהלך".


איך רעדט נישט פון די מעשה וואס מען רעדט דא אינעם אשכול.
״בחירת נשים״ האט א אלטע היסטאריע, מען האט נישט יעצט מחדש געווען די נושא,
ווען און ווי איז די שאלה די ערשטע מאל ארויפגעברענגט געווארען? ווי איז עס אלץ געווען נוגע?
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אה געשמאק צו זעהן א געפעכט פון לאקשן קיגל און פאטעטע קוגל...
וירח ה' את ריח הניחוח
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

אויב דאס אז זי איז געלאפן איז נישט קיין פירצה, ווייל דער חשוב'ער דיין האט איר ברבים בארעדט אז זי האט א דין ווי א עברה על דת, דאן וואסאיז די אישו אז מען האט איר געשטיצט? וואס איז זי ערגער ווי עני גוי/גויטע/פרייע איד/ענע וואס מען האט קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם צו שטיצן? זי איז דאך מילא א עברה על דת יהודית?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
משולם טענענבוים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 115
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:21 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

שליחה דורך משולם טענענבוים »

די פירצה אין מאנטריאל גייט שוין אריבער אלע גרעניצען, צענדליגער פרויען מיט שפיצלעך פלאנען צי לויפען אין די קומענדע וואלען, איין חצופה האט זיך דערוואגט אזש צי אנאנסירען אז זי פלאנט צי לויפען פאר פריים מניסטאר פין קאנאדא, אנדערע מיידלעך פלאנירען צי ווערען פאליציי אפיצירען, אין אנדערע ווילען ווערען ריכטערין'ס,

ס'שרעקליך וואס גייט פאר, די יונגעלייט אין בחורים האבען איינגעקויפט גאלאנען מיט ספרעי פעינט, אין מען גייט פראטעסטירען טעגליך אויף די גאסען, ס'ווערט געפלאנט א מעגא דעמאנטראציע קעגען אלץ אין אלעמען, אין אלעס איז שולדיג דער עירוב מיט די אינטערנעט,

די עסקנים גרייטען צי א תקנות צעטעל וואס יעדע פרוי וועט דארפען חתמנען פאר זי גייט אונטער די חופה, אין די פראסעסינג פרייז פאר די תקנות צעטעל גייט זיין 50$ , א פרוי וואס וועט נישט חתמנען וועט מען נישט אננעמען די קינדער אין די מוסדות,

אין למיגדר מילתה קומען ארויס נייע תקנות אז מען טאר נישט לערנען מיט פרויען קיין פרעמדע שפראכען, אזוי אז זיי זאלען נישט קענען קאמיוניקירען מיט די גוים, אויך טארען פרויען מער נישט גיין אין גראסעריס אין נישט אין באנק, כדי מען זאל נישט זעהן איר פנים אויף די גאס, ווייל דאס איז דאך עוברת על דת יהודית,

הכונו למערכה !
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

[tag]משולם טענענבוים[/tag], האסט אומזינסט ארויסגעלאזט דיין כעס אויף מיר. איך האב נאר נאכגעברענגט וואס א חסיד פונעם דיין האט געשריבן. איך אינדארסיר עס חלילה נישט. פארקערט, לאמיך דא אביסל זעהן וואס לאקשעןקוגעל האט געשריבן:

לאקשעןקוגעל האט געשריבן:ר' חבקוק. האסט פארציילט שיינע סטאריס, וואס עסקנים האבן גערעדט צווישן זיך. למעשה זאגן די רבנים קלאר, אז ס'איז ליגנט! זיי האבן קיינמאל נישט געזאגט אז זי זאל לויפן. פארקערט ס'איז געווען א אסיפת הרבנים, וואס די רבנים האבן מחליט געווען אז מען טאר איר נישט שטיצן.

עס קוקט אויס אז דיינע מקורות זענען די זעלבע פעלטשער וואס האבן די לעצטע מינוט געזען אז זיי גייען פארלירן, און זייער העלד דער סאטמארער דיין גייט ארויס קומען א לוזער, האבן פארשפרייט א פאלשער צעטל ווי גלייך די רבנים זענען אנטקעגן פאללאק.
שפעטער איז מען געקומען זאגן פאר די רבנים אז ר' שלמה גאלדבערג האט ארויסגעבעקט, און זיין נאמען איז שוין נישט אויפ'ן בעלאט (וואס איז געווען ליגנט פארשטייט זיך), האבן זיי אויך נישט געגעגעבן קיין היתר, אבער זיי האבן עס נישט געשטערט, חוץ רב ווענגער, רב טירנויער, מיט רב פארטוגאל, רב טויבער, און ר' אהרן טבק וואס האבן גערעדט דערקעגן, און נאך. די מעשה פון רב טירנויער איז ליגנט, ער האט פון די ערשטע רגע ביז די לעצטע, געשריגן אז זי טאר נישט לויפן. און די זעלבע צייט פארציילן אנדערע עסקנים, אז א געוויסער גביר, וואס אסאך שטאטישע מענטשן, ציטערן פון אים צוליב זיין געלט, האט צוליב זיינע פריוואטע ביזנעס אינטערעסן נאנטע באציאונגען מיט "פראיעקט מאנטריאל" געשטיפט מיט אלע כוחות די קאנדידאטקע, און וועגן דעם האט ער געטאן אלע סארט שטיקלעך אויסצושפילן די רבנים.

אין פאקט וואס די רבנים זאגן, אז ביי די אסיפה פון די רבנים האט דער סאטמארער דיין, געשריגן און פארפירט און קיינעם נישט געלאזט קומען צום ווארט, זיי האבן קיינמאל נישט געהאלט אז עס אן אישו מיט הלכה.
לאמיר צוריקגיין צו די עצם שאלה, דאס איז זיכער אז אין קיין שום היימישע פלאץ אויף די וועלט האט מען נאך אזא קאנדידאטקע נישט ערוועלט. דער "ידיעות אחרונות" האט געשריבן א גאנצע ארטיקל מיט גרויס שמחה, אז די חרדים אין מאנטריאל האבן דורכגעבראכן היסטארי וואס קען נישט פאסירן ביי חרדים אין ארץ ישראל.

לאמיר זאגן אז עס איז אמת. און דערפאר?!
איך זע נאכנישט וואס דו ווילסט מיט דיין באהאלטענע שפאס אויף ר' שלמה גאלדבערג, איך ווייס נישט וואס דיין אויסדרוק א "מאדערענע איד" מיינט צו זאגן. ער איז א היימישער איד א שומר תורה ומצות, א טאטע פון א שטוב מיט קינדער, א באזעסענער מענטש, וואס געט פאר זיינע קינדער א ערליכן חינוך, זיי לערנען אין "ישיבה גדולה". וואס איז זיין פראבלעם? אז ער איז חתונה געהאט? אז ער האט נישט אנגעקלאפט אויף יעדע טיר אין אוטרעמאנט זאגן העלא פאר יעדע גוי און גויטע, פאר יעדע אידישע מאן און פרוי? וואס איז פונקטליך זיין פראבלעם? ער איז נישט אזוי פרום ווי פאללאק?

די מיינסט אזוי היימיש אז פאר זיי גוט א נישט כשר'ן מקוה!? (פעידזש 11)

איך שטיץ נישט קיין עקסטרעמיזם, אבער אויפריכטיג דארף מען זיין, אויף פאללאק טאר מען נישט זאגן קיין באהאלטענע שפאס... ווען זי פירט זיך אויף א וועג וואס קיין שום היימישער איד וואלט נישט געוואלט זיין טאכטער זאל זיך אויפפירן, א 24 יעריגע סינגל פרוי, וואס איז מסכים אירע בילדער זאלן הענגען אין אלע גאסן פון א אידישע געגנט? וואס זי שטעלט אפ מענער אויף די גאס און טיילט "כשר'ע קיפעלעך" פון יחזקי. פון איר טאר מען נישט מאכן קיין שפאס.

בכלל נישט עקסטרעמיזם!? נאר דאם איז אפענקייט מען זאל ארומשלאגן מיט די גוי'אישע שכנים אז זיי זאלן אונז פיינט האבן און מאכן צרות אלעס כדי מען זאל געדענקען אז מען איז גלות. ווען עטליכע איינוואוינער טוען צו די זאך וויבאלד עס האט נישט דיין דיין'ס הסכמה דאן איז איז אנטקעגן אידישקייט. איך האב פאר דיר נייעס אז פרוי פאללאק'ס טאטע איז זייער שטאלץ מיט זיין טאכטער, אין אזוי אויך רוב חסידישע איינוואוינער פון מאנטריאל וואס האבן איר געשטיצט. (אהא איך האב אינגאנצען פארגעסן אז זי איז 24 יעריגע סינגל פרוי).
דער אפטאון רב, הרב ווענגער האט געזאגט ברבים אז קיין שום "בית יעקב" מיידל וואלט זיך נישט דערוואגט דאס צו טאן).

איך האב פאר דיר נייעס אז די בית יעקב מיידלעך פארדינען א בעסערן ווארטזאגער ווי ראביי ווענגער, וואס ביי אים מיינט גארנישט די ערשטע פסוק פון משפטים.

אבער פון רב טירנויער וואס איז א גרויסער תלמיד חכם, א ראש ישיבה און האט שוין צוזאמען געשטעלט הונדערטער טויזנטער דאלער פאר צדקה פאר שטאטישע מענטשן, זיך געפארעט מיט יתומים און צובראכענע משפחות פון די שטאט, וואס האט נישט קיין שום שייכות מיט סאטמאר, אים מעג מען אפען בארעדן און מבזה זיין, ווייל ער דערשרעקט זיך נישט, און טאנצט נישט נאך דעם רייכן מיליאנער וואס האט פריוואטע ביזנעס אינטערעסן. מיך באדערט נישט אז סאטמאר האט באקומען א מעסעדזש אז זיי זענען נישט באלעבאס אין שטאט. אבער מיך באדערט יא אז א האלבע שטאט לויפט נאך ווי קעלבלעך א גביר וואס מען האט פון אים סייווי גארנישט. דער סך הכל איז, עס איז געווארן דורכגעבראכן שטארקע אידישע גדרים אין מאנטריאל, צוליב פריוואטע ביזנעס אינטערעסן פון א עושר. און אפילו למעשה האט ער געווינען מיט די הילף פון די גוי'אישע שכנים, איז וויכטיגע צו געדענקען אז 40 פראצענט פון די אידן האבן געשטעלט א ווידערשטאנד, און אפילו איך אגרי נישט מיט סאטמאר שטענדיג, רעספעקטיר איך זיי דאס מאל.


וועמען ווילסטו איינרעדן אז דו ביסט נישט מסכים מיט סאטמאר אייביג, ווען דיין שרייבן שרייט סאטמאר, מיט אנרופן דעם דיין באליבטען דיין "רב טירנויער" מיינט נישט קיינער אז דו ביזט נישט א סאטמארער. דיר באדערט "נאר" אז סאטמאר דיין איז ארויסגעקומן א פארלירער. צו דיין ווייטאג האט רוב ציבור געמאכט א פשוטער חשבון, דער סאטמארער דיין וואס איז פיינער איד א תלמיד חכם אבער א באקאנטער עקסטרעמיסט, איינער וואס זיין עקסטרעמיזם קען גרינג מאניפולירט ווערן אדורך די אזויגערופענע עסקנים. פארשטייט זיך עס האט נישט געהאלפן דעם פאקט אז ער געזאגט אז עס איז ביהרג ואל יעבור צו וועלן פאר איר, אבער אלע אנדערע באזעסענע רבנים האבן געזאגט אז דאס איז נישט קיין הלכה'דיגער שאלה, וואס זיי דארפן אריינרעדן, האט רוב ציבור געוועלט פאר איינער וואס קען געווינען. די לעצטע מינוט האבן די תלמידים פון סאטמאר דיין געזען אז זיי האלטן פאר דורכפאל, האבן זיי ארויסגעצויגן זייער אלטען געווער פון טעראר און צעמישעניש, און געארבייט איבערמידלעך אז דער "רשע לאסערט זאל געווינען" אבי זיי זאלן זיין די געווינער, פארקויפט אז אלע רבנים זענען אנטקעגן פאללאק נאר איין גביר האט זיי געסטראשעט. עס איז נישט דא אזא "עלבון תורה" ווי צו זאגן אז די רבנים שרעקן זיך פון געלט, אבער כך דרכם, פארשטייט זיך אז דאס ווייט פון אמת, און פאקט דער "אזויגערופענער גביר'ס" זון איז גאר געווען אריינגעטוהן צו אריינברענגען דעם אנדערן קאנדידאט למען השלום צו באפרידיגן סאטמאר, און נאר נאכדעם ווען זיי האבן געזען (פון דעם אינטערנעל פאול) אז דאס וועט פירן אז דער רשע לאסערט וועט געווינען האבן זיי צוריק געצויגן און געשטיצט פאללאק.

עס קען זיין אז דער עושר נעמט די וואוילזיין פון די אידישע איינוואוינער אלס זיין פערזענליכע ביזנעס, אבער צו זאגן אז ער האט געשטיצט פאללאק פאר זיין פערזענליכע ביזנעס איז גרעסטער וויץ וואס מען קען שרייבן. ווען דער אמת זענען גאר די קעגנער פון פאללאק וואס האבן בענעפיטירט די אלע יארן פון זייער עסקנות אויפן חשבון פון ציבור וד"ל, און זיי האבן גאר גענוצט דעם סאטמארער דיין פאר זייער "קנאה", ווען זיין האבן ביטער פארלוירן האבן זיי שטארק געדארפט א שעיר לעזאזל וועם צו באשולדיגן, נו ווער איז עס? דער עולם גולם וואס איז ווי קלעבלעך נאך געלאפן דעם גביר וואס מען האט סייווי גארנישט. בכלל נישט אז דער "גאנצער" עולם איז שוין מיד פון די אזויגערופענע עסקנים וואס האב ביז היינט נאר אויפגעטוהן פאר זיך אליין, און זענען גענוג קלוג צו מאכן א חשבון אז זיי דארפן נישט ליידן 4 יאר פון לאסערט נאר צו ווייזן אז סאטמאר איז שטארק.
משולם טענענבוים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 115
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:21 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

שליחה דורך משולם טענענבוים »

וויליאמסבורגער האט געשריבן:[tag]משולם טענענבוים[/tag], האסט אומזינסט ארויסגעלאזט דיין כעס אויף מיר. איך האב נאר נאכגעברענגט וואס א חסיד פונעם דיין האט געשריבן.


כ'האב געזעהט אז די האסט געשריבען ק/פ, כ'האב נישט געמיינט דיר, כ'האב געענפערט לגבי דאס וואס דארט שטייט,
פינחס מאנדעל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 6:23 pm
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

שליחה דורך פינחס מאנדעל »

[center]א ארטיקל וואס איינער האט מיר געשיקט[/center]

וזה הוא :

חלק א'


בס"ד
(מיין תשובה גייט ארויף אויף שמן'ס אימעיל, ס'איז טאקע א פארשפעטיגטע, אבער עס האט מיר פשוט גענומען צייט דורכצוגיין און אפשרייבן, און ס'איז טאקע כדאי אז פאר מען הייבט אן ליינען וואס איך שרייב זאל מען שנעל איבערזען וואס שמן האט געשריבן)
פאר איך הייב אן וויל איך בעטן א בקשה, ביטע 'פאר' איר זענט מגיב, ליינט דורך די גאנצע זאך מרישא ועד גמירא, און ערשט נאכדעם זייט מגיב.
לאמיר זאגן די סדר וואס איך גיי, איך פראביר קודם צו פארציילן די מעשה ממש פון אנהייב, און איך פראביר צו גיין על הסדר, און ענטפערן אויף שמן'ס שאלות, און ערשט נאך אלעם ענטפער איך אויף דעם עסקן'ס ווערטער.
יעצט צום ענין.

ענדליך רעדט איינער צום זאך, און מיט א נארמאלע שפראך און טאן.

1. הגם מעיקרא האב איך נישט געזיכט אריין צו רעדן בכלל וואס דא איז געווען אין דעם גרויסן בילד,
נאר בעיקר האב איך געוואלט אפווארפן איין נקודה, וואס די נקודה האט דער עסקן מיר בכלל נישט
אפגעפרעגט, אבער היות דער עסקן האט שוין געזאגט זיין צד אויפן גרויסן בילד, און שמן קומט אריין
זייער קלאר און מיט א נארמאלע שפראך, וועל איך זאגן דעם אנדערן צד.

2. פאר איך האב זיך אבער אריין געלאזט דאס אפצושרייבן בין איך געגאנגען איבערפרעגן יעדע פרט
ופרט פון די פון וועם מיין אינפארמאציע איז געקומען, כדי איך זאל זיין ביי מיר זייער קלאר, און אויב גייט
מען מיר קענען אויפווייזן קלאר אז די פרט אדער יענע פרט איז נישט אמת ווי איך שרייב, זאל איך
קענען צוריק גיין און פרעגן דעם יעניגן וואס ער זאגט צו דעם באווייז, און דערפאר מאך איך יעדע
פאראגראף מיט א נאמבער, כדי גרינגער צו מאכן אויב עפעס איז נישט ריכטיג מען זאל קענען
צוצייכענען צום פאראגראף נאמבער.

3. קודם וועל איך אנהייבן מיט א זאך וואס שמן למאור האט פשוט אויסגעלאזט צו מסביר זיין, די
קשיא וואס יעדער פרעגט און זעט אויס אז מען איז נאכאלץ נישט קלאר, ווי קומט זי דא בכלל אריין אין
בילד צו טראכטן פון לויפן, ווי האט זי אנגעהויבן וכו' וכו', דאס צו ענטפערן און קורצן איז אזוי (דאס וואס איך
שרייב דא ווי אזוי זי איז אריין האב איך אליין געדארפט נאכגיין און איך שרייב ווי אזוי עס איז מיר ארויסגעקומען, אויב האב
איך א טעות אין עני זאך דערפון ביטע שמן אדער א צווייטער, פאררעכט מיר).

4. בערך צוויי יאר צוריק האט באבוב געוואלט צובויען צו זייער ביהמ"ד, און מצד די סידי אויס איז שוין
אלעס געווען מסודר, איז לאסערט דעמאלטס אויפגעשטאנען און אנגעהויבן פארפירן קעגן דעם, דאס
האט געפירט דערצו אז מען האט געמאכט א וואויט ביי די שכנים, דעמאלטס איז לאסערט
ארומגעגאנגען פון טיר צו טיר, מיט צעטלעך צו אויפקלערן די שכנים זיי זאלן וואויטן פאר ניין.

5. אין שכינות פון באבוב וואוינט א גוי'טע (Leila Marshy) א פאלאסטינע זי האט צוגעזען וואס לאסערט טוט, און געהאלטן אז ס'איז נישט ריכטיג וואס ער טוט צו פייטן קעגן א בית מדרש, און דערפאר ווען עסקנים זענען געגאנגען פון טיר צו טיר, האט זי זיך שטארק צוגעשטעלט דערצו, און זי האט אליין אנגעהויבן איבעררעדן די שכנים צו שטומען אויף יא, למעשה ביי די מעשה האט די ניין געוואונען און באבוב איז געבליבן אנגעזעצט.

6. א דאנק די מעשה האט זיך געעפנט דעם ארגענעזאציע מיטן נאמען 'פרענד'ס אף האטשיסאן סטריט' (פא"ה), די גוי'טע האט געעפנט א פעיס-בוך בלעטל, מיטן נאמען 'פרענד'ס אף האטשיסאן סטריט' (פא"ה), און די עסקנים האבן געעפנט א סייט outremonthassid.com מיטן ציל, זיך צו דורכשמועסן וועגן די חסידים, אוטרעמאנט, און די שכנים, וויבאלד ביז דעמאלטס האט די מידיע און פארשטייט זיך די שכנים און באאמטע נאר געהערט נעגעטיווע זאכן אויף אידן, צו דורך דער רשע וואס איז יעצט געלאפן, צו דורך די רשע'נטע, און אטאמאטיש האט דאס געברענגט א היץ פון גוים קעגן אידן, און אטאמאטיש ברענגט דאס אז מען האט נישט קיין ווארט ביי די באאמטע וואס זענען אונטער דריק פון די צד שכנגד.

7. האבן זיי געוואלט באלאנסירן די זאך דורך דעם וואס מען זאל זיך צינויף שמועסן איינער מיטן אנדערען, דער גוי זאל זאגן וואס שטערט אים קעגן די אידן, אדער פארקערט, און אזוי קען מען מסביר זיין פארן גוי דעם איד'ס צד, אזוי וועט זיך אויפהערן די ווינט קעגן אידן צווישן די שכנים, קען מען נאכדעם ארבעטן אז די מידיע זאל זיך אויך אפלאזן דערפון, און די ענד ציל אז דורכדעם וועלן די באאמטע נישט האבן די פרעשער פון די מידיע, הגם די רשע'נטע גייט נישט נאכגעבן אבער דעמאלטס איז שוין גרינגער צו ארבעטן דערויף.

8. די פרוי פאללאק איז א שכינה מיט די גויטע, און די גויטע האט איר דעמאלטס אריינגענומען אין דעם געשעפט און זי איז אויך געווען פון די גרינדער פון דעם ארגענעזאציע.

9. איך בין נישט באקאנט פונקטליך ווי אזוי די זאכן זענען צוגעגאנגען און וואס זיי האבן אלץ געטון צוצוקומען צום ציל, אבער זיי האבן אסאך אסאך אריינגעארבעט פאר דעם ציל אויפן מהלך פון אויפקלערן און מסביר זיין אונזער צד.

10. שפעטער אין די זומער פון יארע 2012 למספרם האט מען אויפגענומען פאללאק אויף די Comité consultatif sur les relations intercommunautaires (דאס איז זייער סייט http://ville.montreal.qc.ca/portal/page ... ema=PORTAL צו פארשטיין קען מען עס טרענסלעיטן צו ענגליש), ווי מען האט מיר געזאגט איז דאס איז געווען דורך די הצעה פון איינע פון די עסקנים און די גוי'טע (יעצט פרעג איך די קשיא וואס אלע פרעגן, איז טאקע נישטא קיינער אין שטאט חוץ זי דערפאר??? אלא מאי... ניין!!!).

11. איך ווייס נישט פונקטליך וואס די ארבעט פון דעם קאמיטעי דארף צו זיין, ווי עס קוקט מיר אויס איז דאס באמת די זעלבע געדאנק ווי פא"ה נאר מצד די סיטי, די אויפטו ווי איך פארשטיי איז, אז די באאמטע רעכענען זיך דערמיט און מאכן עס נישט פלעין אוועק, אויף יענע סייט שטייט וואס מען האט אלץ דורכגעטון ביי די קאמיטעי (ס'איז פרענטש פידיעף'ס אבער מען קען עס טרענסלעיטן דורך קאפי פעיסט).

12. (נ"ב איך וויל נאר פרעגן איין קליינע שאלה, איך וויל איינער זאל מיר מסביר זיין, פארוואס דעמאלטס ווען מען האט איר אויפגענומען אין די קאמיטעי איז נישט געווען די אלע איצטיגע טענות קעגן איר?? די קאמיטעי איז דאך א צוזאמשטעל פון 10 גוים/גוי'טעס, די אלע איצטיגע טענות איז דאך שוין דעמאלטס געווען גילטיג....???).

13. ווייטער דורך די צוויי לעצטע יארן האט זי געבויעט א שטארקע קשר, מיט די מעמבער'ס אויף די קאמיטעי, ובפרט האט זי אנגעקניפט גאר א ווארעמע קשר מיט Ana Nunes פרעזידענט'קע פון די קאמיטעי, און זיי האבן ארויסגעהאט וואס אונזערע פראבלעמען זענען, איין דוגמא, אויף פורים האבן זיי מציע געווען פארן קאנסול הצעות לטובת הציבור דוכט זיך מען קען עס זען דא (ס'איז נישט קיין טעקסט נאר אריין געסקענט, און ס'איז פרענטש וואס איך קען ממש כמעט נישט, איז מיר געווען שווער צו פארשטיין קלאר, אבער כ'האב פארשטאנען אז פון דעם איז די רעדע) אבער די קאנסול האט עס איגנארירט, די מעשה שטייט [url=outremonthassid.com/?p=1216]דא[/url] געשריבן טאקע דורך פאללאק.

14. דעמאלטס האבן די עסקנים פון פא"ה אנגעהויבן א אנדערע מהלך, וואס איז באמת נישט נוגע, מען קען עס זען ווי זיי שרייבן אלעס אויף די אויבנדערמאנטע סייט.

15. צוויי זאכן אין א סייד נאוט, איינס אנפאנג די יאר האט פאללאק געעפנט א בלאג צוזאמען מיט א אנדערע שכינה א גוי'טע בנוגע עסן צו שרייבן רעסעפי'ס און סטייל'ס פון מאכלים.

16. די צווייטע זאך, די גוי'טע איז קאמפיין מענידזשער ביי פראדזשעט מאנטריאל זינט אוגוסט 2013 ווי מען קען זען אויף איר פראפייל ביי לינק-דין.

17. ביז אהער איז א משהו צו פארשטיין פון וועלכע פלאנעט זי קומט דא אז זי איז נישט געווען דער פארמאכטע שטוב פרוי, נאר זי האט גענומען אן אקטיווע חלק אין פאבליק רילעישן'ס לטובת הציבור.

18. יעצט אזוי, פאללאק פארציילט דא אז שוין אין זומער פון יאר 2012 האט פראדזשעט מאנטריאל אויפגעברענגט די געדאנק אז זי זאל לויפן אויף זייער טיקעט, אבער זי האט עס בכלל נישט אנגענומען ערנסט, און נישט געוואלט הערן דערפון.

19. ערגעץ אינמיטן די ווינטער 2013 ביי איינע פון די מיטונגען ביי פא"ה האט איינער דארט אויפגעברענגט דעם געדאנק אז פאללאק וואלט געווען גאר א גוטע קאנדידאט צו לויפן, און ער האט ארויסגעברענגט די חלק אז פראדזשעט מאנטריאל האט אינטערעס זי זאל זיין אויף זייער שטים-צעטל.

20. די סיבה פארוואס טאקע זיי האבן געהאלטן אז זי איז א גוטע קאנדידאט איז געווען א סברא, ווייל זיי האבן געזען אירע קוואליפיקעישנס פון אנקניפן א קשר און איבעררעדן לטובתינו, וואס דאס איז די עיקר וואס מען האט געדארפט צו טון דארט ביים קאנסול, און אויך צוליב וואס די מידיע איז געווען זייער פאזיטיוו לגבי פא"ה, און נאכדערצו אז פראדזשעט מאנטריאל בעט דאס האבן זיי געהאלטן אז פאליטיש איז דאס גאר גוט.

21. (דאס אלעס איז געווען גלייך אנהייב נאך פאר מען האט אפי' געוויסט פינקטליך מי ומי ההולכים, אבער שפעטער ווען ס'איז קלאר געווארן אז דער רשע גייט לויפן, האט דאס געמיינט אז אונז וועלן דארפן זוכן א קאנדידאט וואס גייט זיכער געוואונען מיט די אידישע וואויטס, אבער מיט א קאנדידאט וואס איז א ספק קען מען נישט גיין.)

22. א צייט שפעטער האט פראדזשעט מאנטריאל איר אנגעהויבן שטארק שטופן אז זיי ווילן זי זאל לויפן אויף זייער פלאטפארמע, זי האט נישט מסכים געווען, אבער אירע עלטערן און די גוי'טע האבן איר גאר גאר שטארק צוגערעדט דערצו, ביז זי האט מסכים געווען צום געדאנק, אבער זי האט זייער זייער קלאר געמאכט פאר פראזשעט מאנטריאל אז עס גייט זיך ווענדן צו זי וועט האבן שטיצע פון די ציבור, און פון די רבנים....

23. לאמיר צולייגן נאך אזאך פאר איך גיי ווייטער, ערגעץ אין ווינטער 2013 האט זיך געעפנט א נייע ארגענעזאציע מיטן נאמען CJQ מיטן ציל? איך ווייס נישט פונקטליך, אבער איך מיין צו העלפן דעם ציבור אין יעדע זאך, די ארגענעזאציע איז א צאמשטעל פון עסקנים פון אלע קהילות אין מאנטריאל.

24. איך בין בעצם בכלל נישט געווען אריין געמישט אין די גאנצע זאך, נאר געהערט פון די עסקנים, ממילא לאמיר איבערגעבן די ווארט פאר די עסקנים וואס זיי פארציילן וואס האט ווייטער פאסירט.

25. אין אפריל האט פאללאק געבעטן פון די עסקנים פון פא"ה אז מען זאל גיין מיט איר צו די רבנים צו הערן די דעת תורה דערוועגן, די עסקנים האבן אבער געפילט אז לתועלת הענין כדי זיך צו קענען בעסער אויסשמועסן אלץ ארום איר, איז בעסער אז זיי גייען אליין אן איר, אבער ווי די סדר פון זאכן האט זיך עס געשלעפט, ביז פאללאק האט אנגעהויבן לייגן דרוק אז מען קען נישט מער שלעפן דערמיט ווייל זי דארף שוין געבן תשובה, און זי קען נישט ענטפערן דערויף פאר זי באקומט תשובה פון די רבנים.

26. דעמאלטס איז איינע פון די עסקנים פון פא"ה אריבער צום סקווירא'ן דיין ר' יוחנן וואזנער זיין ענטפער איז געווען אז ער זעט נישט קיין שום הלכה'דיגע פראבלעם דערמיט, אבער ער וויל נישט זיין די איינציגסטע דאס צו פסק'נען, דעריבער זאל מען גיין צו רב ווייס אים פרעגן.

27. זענען אפאר פון די עסקנים פון פא"ה ארויף צו רב ווייס, און ער האט אויך געענטפערט אז ער זעט נישט קיין שום פראבלעם להלכה, און בכלליות איז ער געווען שטארק פאר דעם געדאנק.

28. פאללאק איז אבער נאכאלץ נישט געווען צופרידן מיט דעם אליין, זי האט געוואלט האבן א תשובה פון סאטמאר'ע דיין, און היות די צייט צו ענטפערן איז געקומען נענטער און נענטער האט זי אנגעהויבן דריקן אויף די עסקנים אז מען זאל פרעגן פון סאטמאר'ע דיין.

29. דאן האבן די עסקנים פון פא"ה געבעטן איינע פון די סאטמארע עסקנים פון CJQ, ער זאל פרעגן פון סאטמארע דיין, אבער יענער עסקן האט עס געהאלטן און איין אפשטיפן, זעענדיג אז עס נעמט נישט קיין עק, און די צייט ווערט נאר נענטער, האט איינע פון פא"ה פראבירט מיט א אנדערע סאטמארע עסקן צו ער קען זען אז זאכן זאלן זיך ריקן אז זיי זאלן האבן א תשובה פון דעם דיין.

30. יענער עסקן איז צוגעגאנגען צום דיין אין בית מדרש און געפרעגט קורץ און שארף, די דיין האט זיך נישט ארויסגעשטעלט דערגעגן צוליב השקפה, נאר זיין שאלה איז געווען צו ס'איז דען דא א מעגליכקייט אז זי זאל טאקע געוואונען?! (זע שפעטער נאמבער 40 וואס איך שרייב דערוועגן).

31. נאכדעם האט זיך אנגעהויבן יו"ט, ווייל די עסקנים פון פא"ה זענען ווייטער געגאנגען מיטן הסכמה פון די צוויי רבנים, אבער היות מען האט שוין געהאט אריינגעמישט די עסקנים פון די פרישע ארגענעזאציע CJQ, און ס'איז געווען דארט אפאר עסקנים וואס האבן בכלל נישט מיטגעהאלטן וואס זי האט אלץ געטון אינעם עבר, האבן זיי איר אנגעהויבן אויספארשן, און געווען זייער טאף קעגן איר, פרעגענדיג אירע כוונות פארוואס זי לויפט, און ווי געטריי זי איז פאר אונז צו זי וועט נישט מיטטאנצן מיט פראדזשעט מאנטריאל וכו' וכו', און אזוי ווייטער.

32. פארשטייט זיך די גאנצע צייט האט פראדזשעט מאנטריאל געווארט פון איר אויף תשובה, זיי האבן אינצווישן שוין צוויי מאל געהאט אפגעשטיפט די צייט פון ארויסקומען מיט זייער קאנדידאטן, אלץ צוליב איר.

33. צייט לויפט פארביי, און א גרינעם דאנערשטאג האט איינע פון די עסקנים פון CJQ אפגעהאלטן א 2 שעה'דיגן מיטונג און ער איז ארויסגעקומען גאר שטארק פאזאטיוו וועגן איר, דעמאלטס האט פאללאק אים ממש צוגעדריקט אז זי דארף א קלארע תשובה פון CJQ ווייל זי דארף וויסן ווי זי שטייט, צו קען זי גיין ווייטער אדער נישט, און זי האט אים זייער קלאר מודיע געווען אז פראדזשעט מאנטריאל פון זייער זייט גייט שוין נישט אפשטיפן און זיי וועלן ארויסקומען מיט זייערע קאנדידאטן דעם קומענדיגן דינסטאג.

34. דאנערשטאג נאכמיטאג איז געווארן קלאר אז פראדזשעט מאנטריאל האט שוין באשטימט זייער זמן פון ארויסקומען אויף דעם קומענדיגן דינסטאג, און אז זיי האבן שוין געסקעדזשעלט די מידיע אינטערוויאו וכו'.

35. האלטענדיג דא, דאס איז געווען יולי 2 2013 למספרם איז CJQ נאך אלץ נישט צוריק געקומען מיט א קלארע תשובה, און... זי איז געווען סטאק, זי האט שוין פארשטאנען אז זי האט מער נישט די מעגליכקייט אפצושטופן פון געבן איר תשובה פאר פראדזשעט מאנטריאל, און נעמענדיג אין באטראכט אז זי האט צוויי רבנים מיט א קלארע תשובה איז זי געגאנגען מיטן אנגרייטן די אינטערוויוס וכו'.

36. עד כאן דברי העסקן.

37. יעצט נעם איך איבער דעם ווארט, די פאקט אז פא"ה שטייט שוין זינט יוני 2011 למספרם איז א זאך וואס יעדער וואס האט צוטריט צו פעיס-בוך קען עס אויפטשעקן, איך לינק נישט דערצו היות איך האב אליין נישט קיין צוטריט דערצו, די אוטרעמאנט.חסיד סייט האט זיך געעפנט כמדומה היבש שפעטער, ס'איז אביסל שווער צו טרעפן א פונקטליכע דאטום היות זיי שטעלן נישט צו קיין אינפארמעישן ביי עבאוט, אבער זייער ערשטע פאוסט איז געווען אין מארש 2012.

38. און נאך מער די זעלבע עסקנים פון פא"ה זענען אויך פון די עסקנים ביי CJQ, פארשטייט זיך מיטן אויסנאם פון פאללאק און די גוי'טע.... ממילא טענה'ן אז זיי האבן זיך דעמאלטס געקרוינט איז קיין טענה (איך רעדט שוין נישט פון דעם אז איך זע נישט די פראבלעם פון זיך זעלבס קרוינען אלץ עסקן כדי צו אויפצוטון פארן ציבור...).

39. נאך אזאך וויל איך קלאר מאכן פאר איך גיי ווייטער, לגבי מעכי ראזענבערג - היות מען האט אזויפיל גערעדט פון דעם נאמען - ער איז נישט פון די עסקנים פון פא"ה, און איז יא פון די עסקנים פון CJQ...

40. בנוגע וואס איך האב נאכגעברענגט אין נאמבער 30 ווי דער עסקן פארציילט אז מען האט געפרעגט פון סאטמארע דיין און ער האט נישט געהאט קיין הלכה אדער השקפה פראבלעם, זאגט מיר א אינגערמאן ער האט געפרעגט פון די עסקן וואס האט גערעדט צום סאטמארע דיין, און יענער זאגט אים אז ער האט בס"ה געפרעגט צו די עסקנים קענען ארויפקומען צו אים, און ער האט געזאגט נו נו, זאלן זיי ארויפקומען, און למעשה זענען זיי קיינמאל נישט אנגעקומען.

41. נעקסט, שריבט שמן אז מען האט איר געמאלדן בע"פ און בכתב אז מען גייט איר נישט שטיצן, די שאלה איז ווען איז דאס געווען? איך וויל זען די אימעיל'ס, איז דאס געווען פאר יולי 2? אדער ערשט נאכדעם? (איך פרעג מחסרון ידיעה, איך האב די אימעיל'ס נישט געזען און נאר געהערט שמועסן דערוועגן). אבער לאמיר גיין א סטעפ ווייטער, לו יהא ס'איז טאקע פארהאנען אזא אימעיל, און נאך פון פאר יולי, לאמיר פארציילן וואס האט פאסירט אין בערך יענע צייט ביי CJQ אליין.

42. ווי געזאגט זענען די זעלבע עסקנים פון פא"ה אויך פון די עסקנים אונטער CJQ און זיי האבן פעסט געהאלטן אז לטובת הענין דארף זי לויפן, לאידך איז געווען אנדערע לאו דוקא סאטמארע, וואס האבן געהאלטן אז זי זאל נישט לויפן, און ווי דער עסקן האט אויבן געשריבן, איז די טעם געווען, פשוט מחסרון ידועה וואס פארא קשרים זי האט געמאכט, און די עסקנים האבן בכלל נישט מיטגעהאלטן מיט איר עסקנות בעפאר דעם.

43. לאמיר איבערהאקן מיט איין זאך, איך ווייס נישט ווען די סאטמארע עסקנים האבן גערעדט צו זייער דיין, ווייל ווי א עסקן האט מיר געזאגט, האבן באמת אין די שטאפל שוין 'אלע' עסקנים געהאלטן אז פאליטיש דארף מען איר יא נעמען צו לויפן, נאר סאטמאר האט אלץ דעת תורה נישט געקענט מיטגיין דערמיט, און ווי איך פארשטיי איז דאס געווען דא ערגעץ אינמיטן, און ערשט שפעטער איז געווארן אז נאך עסקנים האבן געהאלטן אז פאליטיש דארף מען צו גיין מיט אנדערע, אדרבה אויב ווייס איך נישט גוט ביטע פאררעכט מיר ווען די שטאפל איז געווען.

44. ממילא היוצא פון דעם, אז אפי' מען האט איר געמאלדן אז מען גייט איר נישט קענען שטיצן, האט זי דאך געוויסט אז דאס איז נאר איין צד אין CJQ, אבער פון אנדערע זייט איז דא אין CJQ נאך א צד וואס האלט אז זי זאל יא לויפן, און דאס איז געווען לאו דוקא די עסקנים פון פא"ה, און אויך לאו דוקא מעכי ראזענבערג... און בנוסף לזה האט זי דאך געהאט א תשובה פון רבנים מיט זיך, ממילא איז געווען פשוט אז ווילאנג CJQ קומט זיך נישט אויס צווישן זיך איז א ווארט פון איין צד נישט קיין תשובה אויף ניין, און נישט קיין תשובה אויף יא, און זי קען זיך בכלל נישט רעכענען מיט א וואקעלדיגע ארגענעזאציע, און ווען די לעצטע מינוט איז אנגעקומען האט זי זיך טאקע נישט געקענט רעכענען מיט דעם, און נאר געגאנגען מיט די מהלך פון פא"ה און עס אנגענומען.

45. די חלק אז יולי 2 זענען זיי ארויס געקומען מיט די ליסט פון קאנדידאטן קען מען זען דא (ס'איז אין פרענטש).

46. און אפי' נאך וואס זי האט אריין געגעבן איר קאנדידאטור איז CJQ נאכאלץ געווען צוטיילט צו מען זאל גיין מיט איר צו נישט, און מען האט נישט געקענט קומען צו קיין החלטה, דעמאלטס האבן די עסקנים מחליט געווען אז מען זאל מאכן א גרויסע מיטונג פון נאך מער עסקנים, אזעלכע עסקנים וואס זענען נישט אונטער CJQ נאר בכלל פון די שטאט, ווי דער עסקן האט מיר געגעבן א משל אויף בא"פ, די חשבון איז געווען אז מער מענטשן גייען אויסדריקן זייער מיינונג אפשר אזוי וועט מען קומען צו א אפמאך וואס צו טון.

47. למעשה דעמאלטס איז שוין געווען מענטשן וואס האבן געהאלטן אז מען דארף שטומען פאר איר, לאו דוקא פון די אויבנדערמאנטע עסקנים צב"ש ווי מען קען זען ממש צום סוף פון דעם ארטיקל דא דאס איז אין יולי 19 צוויי וואכן נאך וואס פראדזשעט מאנטריאל האט ארויסגעלייגט זייערע קאנדידאטן, זאגט דארט איינע פון די עסקנים אז דאס איז זייער א פאזאטיווע זאך, און ער טראכט אז דאס איז די ריכטיגע זאך, אין די ריכטיגע צייט, און די זעלבע זעט מען דא אויך ,

48. למעשה האט נישט געהאלפן די גרעסערע אסיפת העסקנים, און ווי שמן שרייבט איז בין כסא לעשור געבליבן אז עס גייט זיין א אסיפת הרבנים, די אסיפת הרבנים איז פארגעקומען בין כסא לעשור, און קלארער צו מאכן די דעיט'ס ר"ה איז געווען סעפטעמבער 5 (נישט אז איך געדענק די דעיט'ס פון אלעס וואס איז פארגעקומען...).

49. שמן שרייבט אז בין כסא לעשור האט מען אפיר געטראפן דעם גאלדבערג, דא האבן שוין אנדערע עסקנים חוץ סאטמער געהאלטן אז גאלדבערג אויב האט ער אלע אידישע שטומען גייט ער זיכער געווינען, און מיט דעם איז מען צוגעגאנגען צום אסיפת הרבנים.

50. ביים אסיפה זענען אלע עסקנים געווען אינדרויסן, נאר אינמיטן האט מען אריין גערופן איין עסקן (ע.) פאר אפאר מינוט, ממילא צו וויסן קראנט וואס איז באמת פארגעקומען ביים מיטונג איז זייער שווער צו וויסן, אבער געהערט האב איך אז סאטמאר'ע דיין און דזשיבוי האבן געהאלטן אז להלכה טאר מען איר נישט שטיצן (סאטמארע דיין האט געהאלטן אז באמת טאר קיין איין איד נישט לויפן, מיטן טענה אז ווען אידן הייבן זיך די קאפ קומט אלע צרות, אבער צו דעם האט דזשיבוי דיין אויך נישט מסכים געווען - שמעתי), און 'אלע' אנדערע רבנים האבן נישט אזוי געהאלטן, נאר זיי האבן געהאלטן אז היות ס'איז דא א אנדערע וועג ווי אזוי צו געווינען קעגן דעם רשע, דארף מען גייט דערמיט, און דאס איז טאקע נאכדעם געווען די פסק הרבנים וואס ר' יוחנן וואזנער האט איבערגעגעבן אז מען זאל רעדן צו איר זי זאל אפטרעיטן, און מען זאל זיכן א צווייטן (זע שפעטער נאמבער 61).

51. נאך איין פאקט סתם צו וויסן, קיין שום צעטל אדער מודעה איז נישט געהאנגען ביז אנפאנג אקטובער (כמדומה שבת פרשת נח) א חודש פאר די וואלען, וואס דעמאלטס איז ארויסגעקומען א צעטל פון CJQ מיט א אחדות סימבל אז מען זאל זיך גיין רעדזשעסטערן, און מען איז נישט ארויסגעקומען מיט קיין נאמען, זאגט מיר די עסקן אלץ צוליב דעם ווייל אפי' נאך די פסק הרבנים זענען די עסקנים נאך אלץ געווען צוטיילט ווער עס קען עס טאקע מאכן... (להערה, ווי מען קען זען איז פון דא אין ווייטער איז שוין נישט געווען די מדובר צו דער קאנדידאט קען עפעס אויפטון אין דעם קאנסול, נאר די מדובר איז געווען ווער קען ארויסשטויסן דעם רשע....).

52. נאך א פונקט וויל איך צולייגן אז CJQ איז כמעט געגאנגען שלאפן נאך די אסיפת הרבנים, צוליב די טיילונג פון די עסקנים וואס האבן געהאלטן אז מען דארף גיין מיט פאללאק, ניין נישט נאר מעכי... ס'האט געהאלטן כמעט אז עס זאל זיך עפענען א פרישע ארגענעזאציע...

53. נאך א פונקט דארף ארויסגעברענגט ווערן, וואס איך האב שוין באמת אויבן אנגעמערקט אז חוץ די עסקנים וואס האבן געהאלטן מיט פאללאק - אפי' נאך די אסיפת הרבנים - איז געווען פריוואטע מענטשן וואס האבן געהאלטן אז זי האט מער שאנסן צו געווינען, און זי האט מער קשרים, און א גוטן שפראך, ממילא דארף מען איר אריינוועלען, און דאס איז געווען גאנץ אסאך וואס האבן אזוי געהאלטן.

54. איינער האט דא ארויפגעלייגט א פייל וואס די קעפל איז ר' שלמה ענטפערט, דאס איז געווען א וואך פאר די וואלן שבת פרשת חיי שרה, דאס איז געווען מיטן ציל צוריקצודרייען קעגן וואס פאללאק האט געהאט ארויסגעשיקט א צעטל אין די הייזער, (ער האט דוכט זיך געהאט געלייגט פרשת לך לך איין צעטל, איך האב עס נישט געזען, און זונטאג חיי שרה איז אנגעקומען א צעטל צו גיין מיט פאללאק).

55. די אויסגאבע דארף א עקסטערע באהאנדלונג וויפיל ליגנט עס ליגט דערין... עמער זען צו איך וועל נאך האבן געדולט.

56. אדערווייל האט די שטאט אנגעהויבן קאכן ווי א קעסל, דער האט געזאגט אהער, דער האט געזאגט אהין, דאן איז מעכי ראזענבערג אויפגעקומען מיט א פלאן, לאמיר דינגן א פאול'ינג קאמפאני און זען ווער שטייט העכער אין די פאול'ס, און מיט די צד וועט מען גיין, דאס הייסט ער איז געווען גרייט אפצולאזן פאללאק אויב איז די פאול לטובת גאלדבערג, "אלע" עסקנים חוץ סאטמאר האבן מסכים געווען דערצו, ווייל יעדער האט פארשטאנען אז צעטיילן די וואויט'ס איז א זיכערע געווינס פאר דעם רשע.

57. מאנטאג דערנאך (פרשת תולדות), איז ארויסגעקומען די פאול, אז דער רשע האט 48.6% און פאללאק האט 30.8% און נאך א פארטיי האט 15.7% און גאלדבערג האט 2.5% און נאך א פארטיי האט 2.4%.

58. די חשבון וויפיל וואויטער'ס דאס איז ווייס איך נישט, ווייל איך האב נישט געזען די פאול, אבער שבת תולדות האט א נייע ארגענעזאציע 'ובחרת בחיים', דאס איז געווען פון אלע עסקנים חוץ סאטמער, ארויסגעגעבן א בוקלעט דארט שטייט אז דער רשע באקומט אין די פאול 850, און פאללאק 500.

59. אלע עסקנים זענען געווען איינשטומיג אז אויב וואויט יעדער פאר פאללאק איז זי א זיכערע געוואונער, אבער אויב וואויט מען פאר גאלדבערג, איז עס א געמבל, און אויב מען שלעפט ארויס יעדע איינציגע שטומע איז א גרויסע ספק צו ער קען עס נאך מאכן, סיי צוליב וואס די פאול האט געגעבן פאר דעם רשע אזוי הויך, און סיי צוליב די פריוואטע מענטשן וואס ווי אויבן געשמועסט איז געווען גאר אסאך וואס וואלטן געוואויט פאר פאללאק נישט קיין חילוק וואס די עסקנים רבנים הייסן.

60. ביי די שטאפל האבן אלע עסקנים חוץ סאטמאר געהאלטן אז היות מען דארף גיין מיט דעם וואס גייט זיכער געוואונען, און בפשטות איז דאס דער וואס האט מער גוים, ווייל מען דארף צוקומען צו די גוי'אישע וואויט'ס כדי צו געווינען, און זי האט אסאאאך מער גוים מיט זיך, דארף מען גיין מיט איר.

61. איך וויל דא צולייגן נאך א פונקט, נישט נאר די עסקנים האבן אזוי געהאלטן נאר די רבנים האבן קלאר אזוי געהאלטן מדעת עצמם, נישט צוליב מעכי... אז די גאנצע פסק וואס איז געווען ביים אסיפת הרבנים איז נאר געווען על סמך זה אז גאלדבערג איז א זיכערע געוואונער, אבער אויב איז עס א ספק, האט מען נישט גערעדט פון דעם ביים אסיפה, און אויף אזא פאל דארף מען גיין מיט פאללאק.

62. סאטמער אבער האט געהאט א פראבלעם צו גיין מיט איר, האבן די עסקנים צווישן זיך געמאכט א אפמאך, אז סאטמער גייט מער נישט ארויסקומען אין שטאט קעגן איר, און די אנדערע עסקנים פון זייער זייט גייען נישט צאמנעמען אלע קהלות און אלע רבנים פון שטאט אונטער אן אחדות ווינט (דאס איז א שטארקע ענטפער פארוואס ס'איז למעשה נישט ארויסגעקומען פון קיין איין רב א היתר בכתב צב"ש בעלזא דיין, ווייל דאס איז געווען א חלק פון די אפמאך אז עס זאל נישט זיין קיין אפיציעלע שטיצע, נאר יעדע קהילה האט געמאלדן פאר וועם צו וואויטן, קומט מען יעצט למעשה און מען איז מהפך קערה על פיה, העי!, ס'איז נישט געווען קיין שטיצע פון קיין איין רב...).

63. למעשה די אפמאך האבן נאר די 'עסקנים' איינגעהאלטן, אבער יחידים נישט, און שבת האט א יחיד ארויסגעלייגט איבעראל צעטלעך קעגן איר, און זונטאג ווידער ארויסגעשיקט די צעטל וואס פאר דוקא האט געברענגט גלייך אנפאנג.

64. אין א סייד נאוט וויל איך צולייגן צוויי פאקטן, איינס וואס איך האב געהערט פון צוויי אידן וואס זענען דארט געווען ביי די מיטונג, אז איינע פון די סאטמארע עסקנים זעענדיג אז זי גייט בפשטות עס זיכער מאכן, האט ער געזאגט ביים מיטונג אז אפן קען ער טאקע נישט ארויסקומען לטובתה, אבער שטילערהייט וועט ער זאגן פאר דער וואס פרעגט אים אז מען זאל שטומען פאר איר. צוויי אז איינע פון די עסקנים פון CJQ וואס האט פאר דעם געהאלטן צו גיין מיט גאלדבערג קען מען זען אויפן בילד וואס איז ארומגעפארן ווי ער זיצט צוזאמען מיט מעכי אין די טאג פון די וואלן ווארטענדיג צו זען די אויסגאנג, ווייל דעמאלטס האט שוין יעדער געהאלטן אז אויב גייען אלע שטומען פאר פאללאק איז זי א זיכערע געוואונער ממילא דארף מען גיין מיט איר.

65. געווען וואס האבן געפרעגט לאמיר שוין זאגן אז מען וויל גיין מיט די פארטיי, פארוואס עפעס דווקא זי, פארוואס נישט גאלדבערג וכדו', די סיבה גלייב איך איז שוין פארענטפערט געווארן פון אנפאנג, אז פראדזשעט מאנטריאל האט מיטגעהאלטן מיט אירע עסקנות דורך די צוויי יאר, און ס'איז זיי מורא'דיג געפאלן, און דערפאר האבן זיי איר געוואלט, און זיי זענען עס געווען וואס האבן עס מעיקרא אנגעטראגן.

66. נאך איין נקודה, אויף די וואס טענה'ן אז ס'איז נישט געווען קיין היתר בכתב פון רבנים, איר זאלט מיר מוחל זיין, ווען די פרעגסט א שאלה פון דיין רב אין יו"ד ממש אויף דאורייתא ענינים בעטסטו אויך א היתר בכתב? אדער פארלאזט זיך אויף זיין ווערטער? דא איז געווען די זעלבע, די עסקנים האבן נאכגעזאגט קלאר פון די רבנים וואס די רבנים האלטן וואס מען דארף צו טון אין אזא פאל, און אויפן צעטל איז געשטאנען פון קהלה אזוי ווי געווענליכע וויילן וואס קהלה שטעלט א צעטל פאר וועם מען זאל שטומען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פינחס מאנדעל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פינחס מאנדעל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 6:23 pm
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

שליחה דורך פינחס מאנדעל »

חלק ב'

67. יעצט לאמיר אביסל דורכגיין די ווערטער פון דעם עסקן און זען צו האט ער געשריבן אמת צו נישט, שרייבט ער אזוי:

דא זענען געזיצן עסקנים פון אלע קהלות נאכאמאל פון אלע קהלות ובתוכם מתתי' בן מעכל און אלע האבן איינשטימיג באשלאסן אז זי איז נישט קיין קאנדידאט וואס מ'קען שטיצן! נאך א סאך פאר דע"ת שאלות! סיי אלס איר מהות (ואכמ"ל, וד"ל, וד"ב וש"י וכו') און סיי אלס די פארטיי ציט וועם זי האט זיך צוגעשטעלט. דאס איז דאקומענטירט און די דאקומענטן גייען ארום אין שטאט!


68. איך קען באשטיין צו זען די דאקומענטן, ווייל ווי געשמועסט האט מיר א עסקן וואס האט מיטגעהאלטן ממש כמעט אלע מיטונגען געזאגט אז נאך פאר דע"ת שאלות האבן 'אלע' עסקנים, איר הערט? יא ער האט מיר געזאגט אפאר מאל, אז 'אלע' עסקנים האבן געהאלטן אז פאליטיש דארף מען איר יא שטיצן, ער האט מיר אפאר מאל אויסגעדריקט זיין וואונדער ווי נאך וואס די דע"ת שאלות זענען אויפגעקומען האבן זאכן זיך איבערגעדרייט כאילו זי איז געווען א פראבלעם...

69. אבער לאז אפ צו 'אלע' האבן אזוי געהאלטן, צו נאר איינער, אבער ווי קענסטו שרייבן אז 'אלע האבן איינשטימיג באשלאסן' נישט זי, ווען די ווייסט קלאר אז ס'איז געווען א גאנצע צייט מרישא ועד גמירא עסקנים וואס האבן יא געהאלטן מיט איר? און די חלק האב איך געהערט פון אפאר עסקנים.

ערשט נאכדעם איז געווען א אסיפה כללית פון אלע עסקנים אין שטאט ווי סאטמאר (ביידע!) מיט בעלז האבן זיך ארויסגעשטעלט קעגן איר אבער געמאכט א החלטה אז מ'גייט נישט רעדן פון איר מהות ברבים ווייל וכו' נאר מ'גייט זאגן אז היות סאטמאר האט שוין סיי ווי מגלה דעווען דעתם לאיסור איז שוין סייווי די שטאט צוטיילט מיט איר איז פארוואס זאל מען נישט נעמען איינער וואס קען פאראייניגן?


70. פארשטיי איך נישט, אויב ס'איז אמת ווי די שרייבסט פריער אז 'אלע' האבן איינשטימיג באשלאסן אז נישט זי, צו וואס דארף מען א אסיפה כללית?

71. ווי קענסטו זאגן אז בעלזא האט זיך ארויסגעשטעלט דערקעגן ווען די אליין ווייסט אז די עסקנים אין בעלזא זענען געווען צוטיילט?

72. דאס וואס די שרייבסט וועגן מהות, דער עסקן מיט וועם איך האב גערעדט האט דאס קלאר אפגעלייקנט, ס'איז טאקע א ווארט קעגן א ווארט, אבער די סך הכל ווער עס זאגט מער ליגנט וועל איך מאכן און לויט דעם מחליט זיין וואס די אמת איז.

אין HINDSIGHT איז דאס געווען פאטאל. געוויסע האבן דאס אנגעקוקט ווי א טענה אז סטאמאר וויל דאמיניערן די שטאט ח"ו און מעכי האט זיך גענומען פארפירן אז מ'דארף מאכן א אסיפת הרבנים.


73. נישט מעכי האט אנגעהויבן פארפירן, נאר ווי דער עסקן זאגט מיר איז די מעשה געווען אזוי, קודם איז געווען די אסיפת העסקנים, און מען האט זיך נישט געקענט דורכקומען, האט מען פאררופן א גרעסערע אסיפה פון מער עסקנים, אולי יחוס אז מען וועט זיך דורכקומען, און מען האט ווייטער זיך נישט געקענט פאראייניגן, האבן די עסקנים מחליט געווען אז מען דארף מאכן אן אסיפת הרבנים.

74. מעכי וואס איז אויך פון די עסקנים האט מסכים געווען דערצו, הגם ער האט געהאלטן אז רבנים קומען נישט אריין צו רעדן אין פאליטישע זאכן, אבער אז די עולם זאגט אזוי זאל זיין אזוי.

75. פארגעס נישט אז שפעטער דארפסטו זיך האלטן מיט דיין ווערסיע וואס די שרייבסט דא אז מעכי האט גאר געהאלטן אז די רבנים דארפן פסק'נען וואס צו טון....

ערלעדיגט, האט מען עס מסדר געווען אויף א טאג שפעטער א היסטארישע אסיפת הרבנים (פאר ווער ס'ווייסט וואס דאס מיינט און מאנטריאל...) און זיי האבן אויסגעהערט ביידע זייטן (דהיינו די עסקנים פון CJQ און דעם עשיר יענה עזות) און זיי האבן קלאר געזאגט זייער דע"ת. טאקע סקווערע דיין בשם אלע רבנים!!!!!


76. ביידע זייטן ווי געשמועסט מיינט מען ביידע צדדים, ניין מעכי האט נישט גערעדט מיט קיין עזות דארט, ער האט פשוט און גראד מסביר געווען די צד פארוואס מען זאל שטומען פאר איר.

77. די פסק האב איך שוין אויסגעשמועסט אין נאמבער 50 און אין 61.

דער עושר האט ארויסגעשטורעמט א אויפגעברויזטער פאר כעס (יא! אזויווי ביי די מעשה ביכלעך...) און געשוואירן נקמה


78. יא ער האט ארויסגעוואקט אויפגערעגטערהייט און געזאגט אז אויב וועט זיין פראבלעמען דא אין שטאט זאל מען נישט קומען צו אים, ווייל ער האט געהאלטן אז פאליטיש טוט מען דא א גרויסע טעות צו גיין קעגן פראדזשעט מאנטריאל, און ס'איז שקר אז ער האט געשוואוירן נקמה (כ'שטעל זיך פאר אז דאס איז געווען גוזמא קתני).

דער עושר האט זיך גענומען פארפירן אז ער וויל זיך נעמען פסק'נן שאלות אין שטאט... טאמער קענען רבנים אריינרעדן אין "זיין" נושא וועט ער ווייזן...


79. שקר וכזב ודברי הבל.

ביזדערווייל האט ער שטארק מצליח געווען אז די שמועס אין די גאס איז פארוואנדלט געווארן אלס א דע"ת אישו. ד.ה. אז ס'האט זיך געטון ווי ווייט אסור די עצם זאך איז... סאטמאר האט געטענה'ט אז ס'איז ממש אסור (איינער פון די עיקר סיבות איז געווען צוליב איר התנהגות און יא! די פאקט אז זי איז א גרושה האט יא צוגעגיבן אבער ואכמ"ל, וד"ל, וד"ב וש"י וכו') און בעלז האט געזאכט אז ס'איז נישט ממש אסור נאר פלעין א בושה פאר זיי אז איינער פון זייערע תלמידות זאל זיך אזוי דערקייקלען. ווייטער סקווער וועט באלד באקומען א עסטערע באהאנדלונג...


80. התנהגות?? איר ווילט ביטע פורש בשמו זיין, וועלכע התנהגות רעדט איר?

81. בעלזא איז דאס נאר געווען די חלק פון זייערע עסקנים, אבער אנדערע האבן געהאלטן אז פאליטיש איז עס דוקא יא אויסגעהאלטן.

אבער איין זאך האט עדער מסכים געווען אז ס'איז דא א פאקט אז ניטעמאל ש"ס (און איך ווייס נישט אויב מזרחי) אין א"י טוט עס און מ'האט עס נאך אין ערגעץ נישט געטון און זי איז נישט די פרוי מיט וועם מ'זאל אנהייבן... ווייטער אנדערע האבן געשריגן אסתר המלכה מיט אנדערע הבלים...


82. ווי געשמועסט מזרחי האט יא פרויען אבער דאס מאכט נישט אויס פאר אונז.

עניוועי וויפל די עסקנים האבן געשריגן אז די נושא איז כלל נישט דאס נאר סתם אז די זאך שטימט נישט פון אויבן ביז אונטן פראקטיש און פאליטיש איז דאס אלעס פארשוועמט געווארן אין די JUICY היימישע פאליטיק.


83. יא, היימישע פאליטיק יא, ווי עס האט שוין יעצט געהאלטן איז דאס געווען א מחלוקת צווישן עסקנים וואס האבן זיך געקריגט צו פאליטיש איז דאס אויסגעהאלטן צו נישט.

דער עושר ווערט באטיטלט אין סקווער אלס "פטרון מוסדות סקווער" ...אין בלז גיט ער 36000 א יאר און ער איז יעצט זייער אינוואלווד אין א בילדינג פאר זייער מיידל סקול און ער האט זיי קלאר געסטראשעט אז זיי קענען פארגעסן זיין נומבער! יעדער דא וואס האט א קרוב אין מאנטריאל קען אויפהייבן א טעל און מברר זיין אז דאס איז דברים ידועים! (וועט נעמען אויסמאכן דא? ווער די שליח איז געווען? למעלה וועט זאגן אז ער האט יעצט אראפגעלייגט מיט אים און ער לייקנט עס און ער האט דאך קרעזי_ביל_יוטי...)


84. אייער רישא ווייזט אויף אויפן סיפא... פטרון מוסדות סקווירא קענסטו אויך באקומען די טיטל מארגן אויב גיסטו א איינמאליגע סכום, עס ווענט זיך אין די גיסטע פון די שרייבער...

85. און איך האב גערעדט צו 'אלע' סקווירא עסקנים, און צום סקווירא דיין, מעכי האט נישט געסטראשעט און נישט מרמז געווען קיין כי הוא זה וועגן געלט, מיט איין עסקן וואס איז געווען ביי די מיטונגען האט ער דורכגעטון די נושא, און שיין מסביר געווען זיין צד, און די זעלבע זאך האט ער געטון ביי ר' יוחנן וואזנער, ער האט אים קלאר מסביר געווען פארוואס ער האלט אז מען טאר זיך נישט אנפאנגן מיט פראזשעקט מאנטריאל.

86. ווייטער וועגן בעלזא, יא נעמען וועט אויסמאכן, ווייל וועסט עס נישט קענען טרעפן... ער האט קיינעם נישט געסטראשעט מיט אויפהערן צו געבן געלט, צו ער האט געזאגט אז מען זאל פארגעסן זיין נאמבער? איך ווייס נישט, קען זיין ער האט עס געזאגט, פונקט ווי ער האט עס געזאגט נאכן אסיפת הרבנים אז אויב גייט מען - עכ"פ לויט זיין מהלך - קאפ אין וואנט, זאל מען נישט קומען צו אים 'ווען עס וועט זיך מאכן פראבלעמען'... אויב דאס הייסט א סטראשע, דאן ביזטו גערעכט.

87. אבער ווי געשמועסט האט מען א סקווירא עסקן נישט נאר געסטראשעט, נאר געטון למעשה... ממילא די היתר וואס דער האט געניצט קען דער ניצן.

איז אזוי דאקומענטן קען מען נישט ברענגען ווייל פאר ווער ס'קען נישט מאנטריאל למשל קען מען נישט מסביר זיין וויזוי עס קען זיין אז רבנים זאלן אפמאכן א זאך און חלילה טשיקענען ווייל דער עז פנים וויל אזוי ווי אויך קען מען זיי זאגן אז רב ווייס איז דער רב הראשי פון מאנטריאל אויך...(הגם ער האט קיינמאל נישט מתיר געווען אויך נישט און דעם עסקן פון וועם למעלה רעדט האט דאס ברבים וביחיד אפגעלייקנט צענדליגע מאל!!!) און ווער ס'קען מאנטריאל קען סיי ווי די מעשה אן קוקן דא.


88. לאו רישא סיפא.. ברענג די דאקומענטן איך בין דאך יא א מאנטריאלע, איך וועל עס שוין מסביר זיין...

89. איך ווייס קלאר אז קיין שום רב האט נישט ארויסגעטשיקענט, און איך ווייס קלאר אז דאס וואס עס האט זיך געטוישט די פסק פון לכתחילה צו בדיעבד... האט געהאט מיט די פאול וואס איז ארויס און קיין שום שייכות נישט מיט מעכי'ס רצון.

90. ווער האט קיינמאל נישט מתיר געווען? און פון וועלכע עסקן רעדסטו? קענסט שרייבן ר"ת.

91. דא האסטו א לינק ווי אין ספטמבר דריי טעג פאר ר"ה זאגט זי אז זי האט געפרעגט פון רב ווייס און באקומען פון אים א היתר ,

דאס איז טאקע מיין ווייטאג. וויזוי קען איך אפענטפערן שקרים דא אן בארעדן ראב"ד סקווירא,


92. אויב די האסט נישט פארשטאנען זיין כוונה און אויף וועלכע ציור מען רעדט און בכוונה נישט איבערגעפרעגט מיינט נאכנישט אז ס'איז דא וואס אים צו בארעדן, אדרבה שיק מיר אין אישי וואס די האסט אים צו בארעדן....

אן ברענגען די ניבול פה ארטיקלען אין די פרעסע, אן בארעדן געהעריג די פרוי ווי ס'פאסט זיך און בכלל מסביר זיין פאר א גר ברטנורא.


93. זייט מוחל, שיסט נישט קיין סטעיטמענט וואס האט נישט קיין דעקונג, איך בין אין די לעצטע וואך צייט דורכגעגאנגען ממש כמעט יעדע סייט פון די פרעסע צו וואטעווער, און נישט זיך אנגעטראפן אפי' בטעות אין א ווארט ניבול פה, און די רעדסט שוין פון גאנצע ארטיקלען? זייט מוחל נאר איין לינק גיב ביטע אהער.

אזוי פיל קען אין זאגן. אז די פאקט איז נישט שנוי במחלוקת (חוץ טאמער גייט מען עס יעצט מאכן...) אז בעלז, סאטמאר, סאטמאר, וויזשניץ מאנסי, בית יעקב סקול אפטאן ועוד דורך זייערע אפיציעילע פארטרעטער האבן קלאר און אפיציעל בשעתו איר געמאלדן ...(דורך א אימעיל) אז זיי קענען איר נישט שטיצן און זי האט געענטפערט(דורך א אימעיל) אז אקעי, זי גיט אויף!!


94. קודם ווען איז דאס געווען פון וואס די רעדסט, פאר יולי? נאך די אסיפת הרבנים?
95. חוץ דעם זי האט באקומען 6 אימעיל'ס אדער איין אימעיל פון CJQ?
96. און ווי קומט בית יעקב דא אריין, זיי זענען אפי' נישט אין די דיסטריקט??

97. און לאמיר דיר פרעגן אויב האט זי געשריבן אז זי גיט אויף, און שפעטער געוואר געווארן אז ס'איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס זי זאל אויפגעבן, ווייל ווי געשריבן האט זי געהאט תשובה פון רבנים דערויף, און עסקנים אויף איר זייט, וואס איז די פראבלעם פון דעם אז זי האט געשריבן אז זי גוט אויף?

דאס איז אויך קלאר און נישט קיין מחלוקת אז א אסיפת הרבנים פון אלע (חוץ וויזשניץ בב הייליגער רבי ) רבנים האט איינשטימיג און נאכ'ן אויסהערן ביידע צדדים געפסק'ט עס נישט צו שטיצן! פון דארט און וויייטער איז טאקע אלעס שנוי במחלוקת...


98. זע נאמבער 77

פון דא און ווייטער וועל איך נישט מאריך זיין מיט די מעשה ווייל דאס איז שוין ריין פאליטיק. איך וועל נאר (דורך שליחים...) ענטפערן אויף זאכליכע פראגן וואס דארפן נישט קיין דרשות בלי נדר... ממילק סקיפ איך וויזוי ס'איז פארוואנדלט געווארן אלס סאטמאר קעגן די שטאט. אבער גאר בקיצור איז די ווארט אז ס'איז פשוט שקר ווי די עבו"ז און אלע רבנים אין שטאט האבן געהאלטן אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן כאטש ווי געשריבן אויבן מיט VARYING DEGREES פון איסור...און די גרעסטע ראי' איז אז ס'נישטא קיין איין היתר בכתב טראץ שרעקליכע פרעשור.


99. מורא'דיגע ראי' האסט באשאפן א מציאות כאילו ס'איז געווען פרעשער, און נאכדעם ניצטו דאס שוין פאר א ראי'...

די נומערן פון למעלה זענען מיסליעדינג. ס'איז דא 1100 וואטס אין די געגנט. און אזא וואוט ווי דער עתיד פון דעם יישוב איז געווען אויפן וואגשאל האט מען אייביג גערעכנט 900 אדער כאטש 800 מיט א שטארקע אקציע. די מחלוקת האט גורם געווען אז אסאך מענטשן האבן נישט געוואוט אלס מה לי ולצרה הזאת. דאס איז נאר אין דעם דיסטריקט (פון HUTCHISON ביז BLOOMFIELD)


100. געדענק דאס אז אסאך זענען נישט ארויס וואויטן ווייל אין פאקט איז געווען א מחלוקת, און געדענק אויך נאך א נקודה אז אסאאך מענטשן האבן מחליט געווען צו וואויטן פאר פאללאק אפגעזען וואס עסקנים אדער רבנים זאגן.

צד אנטי פאלאק האט געטענה'ט אז פארוואס דארפסטו גיין מיט איר און פארלירן די 350-400 פרומע וואוטס? סיי וואסערע בענעפיטס זי ברענגט דיך (און נאכאמאל, פאר דע"ת אישוס) און אפגעזען פון אלע אנדערע טענות אויף איר און איר פארטיי, איז דאך דאס מורא'דיג ריסקי.


101. בענעפיטס?? איך האב געמיינט אז יעדער האט געהאלטן אז זי האט נישט קיין שום בענעפיט...

די תירוץ איז געווען אז זי האט 6-700 גוישע וואטס... זעה די אינטערוויו ווי ממאכט ליצנות פון די טענה.


102. און זע די פאול וואס האט געוויזן אז זי האט 500 גוי'אישע וואוטס....

די עכטע תירוץ איז אבער געווען אז ס'איז געגאנגען בנפשו פאר מעכי צו ווייזן אז סטאמאר איז נישט בעה"ב אין שטאט!! (בלי להאריך איז ער א עקסטרעמער לינקער פארשוין און א צאנזער. צוויי סיבות פיינט צו האבן סאטמאר...) און ער איז גרייט געווען פאר דעם געמבל...


103. איך מעג וויסן וואס איר ווילט פון מעכי?? דא איז געווען עסקנים וואס האבן גארנישט מיט מעכי, און זיי האבן געהאלטן קלאר אז פאליטיש דארף מען גיין מיט פאללאק. לאמיר רעדן צו אייך איין מינוט א משהו שארף, איר ווייסט דאך יא דעם אמת אז ס'האט זילטש געהאט מיט מעכי, פארוואס האט איר נישט מורא צו מוציא שם רע זיין אן קיין פארוואס???? און נאכדעם נאך גיין אנרייצן א רב, וואס אין גאנצן שטאט (חוץ סאטמאר) איז ער געווארן ללעג ולקלס ווייל די רבנים אליין זאגן אז ס'האט גארנישט געהאט מיט מעכי, ווי איז אייער שכל???

למעשה שוין אפילו נאכן מחלוקה איז יעדער געווען איינשטימיג אויף די מוראדיגע צורך זיכער צו מאכן אז FORGET קומט נישט אריין נאכאמאל אינם אנדערן דיסטריקט און אז דער ביז יעצטיגער מעיאר ווערט נישט ווידערערוועלט.


104. לאמיר אייך פרעגן, איך בין פשוט נייגעריג, זענען סאטמארע עסקנים געזיצן און געמאכט טעלפאון קול'ס פאר יענעם דיסטריקט?

פונקטליך 75-100 נעט גויישע וואטס האט זי מרוויח געווען א דאנק איר פארטיי. ד.ה. אז גאלדבערג האט געברענגט ארום 250-375 סאטמאר-וויזניץ שטימען און זי לערך 450 אידישע פלוס ארום 425 גוישע. זי האט געווינען מיט 170 שטימען בשעת ער וואלט ווען געווינען מיט 75 (פארשטייט זיך די וואס זענען געבליבן אינדערהיים זענען נישט אריינגערעכנט.) די געמבל פון מעכי האט זיך אויסגעצאלט!! ער האט געווינען! געוויזן אז סאטמאר קען נישט בלאקן בלא בלא און אויף דעם ארויף גייט די דידן נצח ווידיא פון פריער


105. לאמיר אייך פרעגן, פון ווי נעמט איר די נאמבער'ס? לענ"ד איז נישט געווען אזויפיל אידישע שטומעס, בפרט נאך ווי איר האט געשריבן אויבן אז אין פרידנסצייט קען מען ארויסשלעפן 800-900 אידן, און האסט געקלאגט אז יעצט מיט די מחלוקת זענען ארויסגעקומען סאך ווייניגער, דיין נאמבער דא קומט אן צו 825....

106. אבער לאמיר גיין ווייטער, נניח אז ס'איז געווען 825 אידישע שטומען, אבער איך האב דיר שוין געשריבן אזויפיל מאל אז עס איז געווען גאר גאר אסאך פריוואטע מענטשן וואס האבן געהאלטן מיט פאללאק, סיי אין בעלזא, סיי אין סקווירא, סיי אין וויזניץ, און ששש אויך אין סאטמאר... טאקע גאר ווייניג אבער ס'איז געווען, דאס מיינט אז גאלדבערג וואלט באקומען פון די 825 נאר 700, און וויפיל האט דער רשע באקומען? 692... א סך הכל פון 8 שטומען חילוק וואס דאס מיינט א געהעריגע געמבל... און אנדערע ווערטער די רבנים וואס נאכן הערן די פאול האבן זיי געזאגט אז נישט פון דעם האט מען גערעדט ביים אסיפה זענען גאר גערעכט געווען, וואס? ובפרט נאך אז לענ"ד איז געווען סאאך ווייניגער ווי 825 אידישע שטומעס.

107. נאכאמאל איך וויל קלאר מאכן די חשבון וואס איך מאך איז אויפן מציאות וואס מען איז געשטאנען נאכן פאול, אז די עסקנים זענען געווען צעטיילט, און אזוי אויך די שטאט איז געווען צוטיילט, אויב רעדסטו אבער צוריק אין אפריל, איז די חשבון שוין סאך א שווערערע, אבער אפי' אזוי לויט ווי די חשבון קומט מיר אויס, וואלט נאך אלץ געווען די זעלבע געמבל, ווייל די חשבון וואס די מאכסט וויפיל מען קען ארויסשלעפן אין פרידנסצייט איז געבויט אויף בלויזע השערות, 825 איז פונקטליך 75% שטומען, איך וויל וויסן ווען מען האט לעצט ארויסגעשלעפט מער ווי 70 פראצענט שטומען....

זי איז אריינגעקומען אלס מינאריטעט פון איר פארטיי (זי האט נישט נאך איינער פון איר פארטיי דארט און די יעצטיגע מעיער האט א מאיאריטעט אן איר. דהיינו זי מאכט גארנישט אויס) אבער דאס וואלט פונקט אזוי געווען מיט ג"ב אויך. דאס הייסט מ'האט נישט געהאט קיין שום, נאכאמאל, קיין שום בענעפיט פון איר האבן דארט וואס מ,וואלט נישט געהאט פון ג"ב דורך א פאראייניגטע שטימע.


108. די סיבה פון איר אריינוועלן מעיקרא איז יא געווען וועגן א בענעפיט וואס מען האט פון איר, אפי' זי קומט אריין אליין, אוודאי האט מען געהאפט אז זי וועט נישט זיין דארט אליין, אבער מען האט דאך נאכנישט געוויסט אפי' ווער עס גייט לויפן, און דאך האבן די עסקנים פון פא"ה געהאלטן אז זי קען אויפטון.

א דאנק די מחלוקה איז נישט געווען קיין שטארקע GET OUT THE VOTE עכ"פ זיכער נישט אין די אנדערע דיסטריקט ווי ס'דא א פאר 100 שטימען און וועגן דעם איז די מרשעת FORGET אריינגקומען מיט 11 וואטס!!!! דאס איז א קליינע פרייז אבער צו באצאלן פאר אנלערנען סאטמאר...


109. וואס האט דאס מיט מעכי אויב מעג איך וויסן? פארוואס האט סאטמאר נישט זיכער געמאכט צו רופן יעדען איינציגע וואויטער אין יענעם דיסטריקט און קלאר זאגן וואס מען דארף צו טון??? פארוואס זענען געווען אזעלכע וואס האבן אריין געשריבן גאלדבערג אויף די שטים-צעטל, מיינענדיג אז זיי זענען אין גאלדבערג'ס דיסטריקט??? אויך וועגן מעכי??? יעצט צו קלאגן מעכי קען יעדער...

א דאנק די מחלוקה איז נישט געווען קיין שטארקע GET OUT THE VOTE עכ"פ זיכער נישט אין די אנדערע דיסטריקט ממילא איז די יעצטיגע מעיאר געווארן ווידערערוויילט מיט 350 שטימען בערך. די שטימען זענען אידישע שטימען וואס זענען געבליבן אינדערהיים. דאס איז א קליינע פרייז אבער צו באצאלן פאר אנלערנען סאטמאר...


110. זע נאמבער 109

א דאנק די מחלוקה איז די כח אחדות פון שטאט צופאלן און קיינער זעט שוין נישט קיין וועג וויזוי זיך צוריק צאמצונעמען דאס איז א קליינע פרייז אבער צו באצאלן פאר אנלערנען סאטמאר...


111. CJQ איז זיך צעפאלן נאכדעם וואס קיין איין עסקן האט זיך נישט געוואלט בייגן פארן אנדערן, גארנישט מיט מעכי צו טון.

בקיצור. פאר די פרייז פון אנלערנען סאטמאר און אריינברענגען א פרוי וואס גייט נישט האבן קיין שום פאליטישע שטיצע אין קונסיל האט מען צובראכן די חומת הצניעות, די כח הרבנות אין שטאט,


112. זאל איך ענטפערן אויף דעם?

די כח העסקנות און די בלאק וואט אין שטאט ועוד.


113. דאס איז נישט ריכטיג, ווייל זיי ווייסן זייער זייער גוט אז די סיבה פארוואס ס'איז געווען צעטיילט איז ווייל ס'איז א היימישע פרוי, אבער ווען נישט דאס קען יעדער גיין צוזאמען מיט א בלאק וואויט.

114. לאמיר ענדיגן דא, איך מיין אז מער אינפארמאציע האב איך נישט (חוץ לינק'ס ווי זי ווערט פאזיטיוו אראפגעמאלן אין די מידיע), ממילא די איבריגע שאלות וועט דער עסקן דארפן פארענטפערן, און פאר איך ענדיג, וויל איך אייך איבערבעטן אויב כ'האב אייך עפעס וויי געטון מיט מיינע ווערטער, מיין כוונה איז קלאר נישט געווען אויף דעם, נאר פשוט ארויסצוקומען מיט די אמת, הצלחה וכל טוב

ירא הקהל וישפוט.
עד כאן
kitov
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:23 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך kitov »

Will there be a recount? and if the answer is yes, when?
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

מארגן דאנערשטאג צופרי גייט א דזאדזש מחליט זיין צו עס וועט זיין א ריקאונט אדער נישט
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

ענטפער אויפן ליגנט בלעטל "ר שלמה ענטפערט"

שליחה דורך שושן פורים »

אמע"כ אחב"י תושבי אוטרעמאנט כל אחד בשמו הטוב יבורך! !!!

עס האט זיך ארומגעדרייט די שבת א געפערליכע העץ בריוו פול מיט שקרים און ליצנות און פון פינגער ארויסגעזויגענע פאקטן , אקעגן דער חרדישן ציבור'ס קאנדידאט מ. פאללאק.
הגם מיר דארפן זיך נישט גיין אראפלאזן און פארענטפערן פאר יעדע'ן איינעם וואס פארשפרייט צעטלעך , אבער דאך וויבאלד אין די יעצטיגע וואלן איז קריטיש וויכטיג יעדע איינציגע שטימע , און עס זענען פארהאן געציילטע יחידים וואס קען זיין זענען געווארן אפגעקויפט פון די אויסגעטראכטע "פאקטן" , פילן מיר פאר א חוב צו פארציילן די אמת, און זאל יעדער אליינס זעהן "למי החותמת ולמי הפתילים".
   
      איז לאמיר צאמנעמען אלע טענות
פראדזעט מאנטריאל איז די ערגסטע פארטיי פאר אונז/חוץ הסברה קען זי גארנישט,והא ראי' איר קאמיטע וועגן פורים האט מחליט געווען אז יא און מיט דעם
אלעם האט מען עס געלייגט אויפן שעלף און געגאנגען ווייטער/ דאס אז זי האט אסאך גוי'שע שטימען איז פוסטע פאנטאזיעס און געפילן/פראדזעקט גיבט טאקע פערמיטס אבער נאר אויב מען גיבט פלאץ פאר היפיס/אלע רבנים האבן געזאגט אז מזאל נישט וואוטן פאר איר... ועוד ועוד....
איז לאמיר גיין צוביסלעך .


פראדזשעקט מאנטריאל איז די ערגסטע פארטיי!!!!!


שתי תשובות בדבר , קודם כל גערעכט אז זיי האבן געוויסע זאכן אנדערש ווי מיר טראכטן ווי למשל זיי זענען זייער גרין , אבער איז דען דאס אונזער פראבלעם יעצט? מיר דארפן קודם זעהן אז מזאל אנערקענען אונזערע רעכטן אלס רעזידענץ דא , נאכדעם קען מען זעהן וועגן די קלייניגקייטן , צווייטנס האבן דען די עסקנים פונעם צד שכנגד א פראבלעם מיט גרין ? ווער האט אינדאסירט NDP אויב נישט זיי ווייל דעמאלטס איז זיי געגאנגען בעסער ?


פראדזעקט מאנטריאל איז פאר היפיס יעדער וואס וויל א פערמיט מוז געבן פלאץ פאר היפיס !!!!.


א גוטע טענה, ניין ?  מקען מיינען אז יעדער וואס וויל א פערמיט פאר זיין דירה מוז אוועקגעבן א צימער אין זיין בעיסמענט פאר היפיס , מאכט דעס סענס ? האט שוין איינער פרובירט צו באקומען א פערמיט און באקומען אזא ענטפער ?

און די איין פלאץ ווי יא אין סקווירא תלמוד תורה האבן די שכנים נישט געוואלט , איז סקווירא געקומען מיט א פארשלאג אז היות סאיז א גרויסע בנין און זיי דארפן מילא נישט די גאנצע , גייען זיי סיינען א ליעס מיט די אלטע טענענטס און אפשר אזוי באקומען א פערמיט , און סהאט געארבעט. צא ובדוק.!!!!
לאמיר איבערהאקן א מינוט און פארציילן די השתלשלות דברים כהוויתן .
עטליכע חדשים צוריק האט מ. פאללאק מחליט געווען אז סאיז שוין העכסט צייט אז דער חרדישע ציבור זאל האבן א אייגענע  פארטרעטער אין בארא קאונסיל ,
און פראדזשעקט מאנטריאל האט איר אנגעטראגן אז זי זאל לויפן אויף זייער טיקעט , פארשטייט זיך אז זי האט עס אנגענומען , אפגערעדט צו פראדזעקט איז בעצם גוט אדער נישט , פארשטיט יעדער אז עס איז בעסער צו לויפן מיט א פארטיי ווי אליינס , בנוסף צודעם וואס דעמאלטס האט קיין איין אנדערע פארטיי נאכנישט געהאט א היימישן אויף זייער טיקעט ,

למעשה האבן איר אלע עסקנים געשטיצט און צוגעזאגט איר צוהעלפן.

דערנאך האבן אפאר עסקנים צריקגעצויגן צוליב אייגענע סיבות וואס עס איז נישט דאס פלאץ דא ארויסצוברענגען , און האבן אריינגעברענגט איינעם פימא , נאכדעם האט פימא ארויסגעבעקט צוליב פערזענליכע סיבות האבן זיי געטראפן שלמה גאלדבערג , אלעס אבי איינער נישט פאללאק,  זעענדיג אז דער עולם קויפט עס נישט אפ האבן זיי זיך גענומען וויינען ווי דעם קאזאק הנגזל , הלמאי!! מצוטיילט די וואוט?!!! (קאזאק הנגזל קומט פון די מעשיות פון אמאליגע קאזאקן וואס פלעגן באראבעווען אין פלינדערן פון יעדען איינעם
, ויהי היום און א קאזאק איז באפאלן א הויז און ארויסגענומען יעדע ווערטפולע חפץ , אויפן וועג זענען איהם באפאלן אנדערע רויבערס און צוגענומעו פון איהם די גאנצע מעשה , האט ער זיך גענומען וויינען און שרייען גנבים גזלנים וואס ווילט עטס פון מיר, בערך אזוי וויינען זיי יעצט מזאל נישט צוטיילען די וואוט) .


נאך פראבירען זיי אראפצולייגן אז כאלו מוואוט נאר פאר פראדזשעקט און דאס איז דער סאמע ערגסטע!!


לאמיר טאקע אננעמען אז זיי זענען גערעכט, למעשה איז דא א גרויסע נפק"מ צווישן פראדזשעט מאנטריאל , און א היימישע קאנדידאט וואס לויפט גראדע אויף די פראדזשעקט מאנטריאל טיקעט.
יעדער פארשטייט אז נאך די וואוטס ווען אונזער קאנדידאט וואקט אריין אין בארא קאונסיל איז נישטא מער קיין פארטיי , בלויז דער מענטש וועמען מיר האבן אריינגעוואוט.
פארשטייט זיך אז זי וועט זיך דארפן אביסל
אפגעבן מיט גוישע קלייניגקייטן , א שטייגער ווי מאכן אביסל גראז מיט ביימער , אבער דאס פארשטייט יעדער בר דעת אז מקען נישט זיך אפגעבען בלויז מיט אידישע פראבלעמען.

גיבטס א קוק למשל אויף מאנסי דארט האבן די היימישע ציבור סאך א שטערקערע כח , און זיי האבן טאקע אריינגעוואוט א היימישע סקול באורד , און אין אנפאנג האבן זיי טאקע נאר זיך געזארגט פארן היימישע ציבור , אבער עס איז געווארן א געפערליכע העצע קעגן זיי , סהייסט זיי זיצן זיך אויפן סקול באורד און טוען גארנישט פאר די סקולס ?!! ביז זיי האבן איינגעזען אז ממוז צו ווארפן א ביינדל פארן גוי אויכעט , די זעלבע זאך דא דארף מען אויך גיין צווישן די טראפן , פון איין זייט זיך אוועקגעבן פארן ציבור און פון די צווייטע זייט זאל דער גוי זעהן אז מזארגט זיך פאר זיי אויך , און מיט דעם טוט פאללאק דערווייל א מוראדיגע ארבעט.


עס איז דא הונדערטע  גוים וואס גייען סתם וואוטן פארן גאנצע טיעם קאודער טיקעט
נישט קיין חילוק ווער סלויפט אונטער דעם!!!


א שיינער פאקט ! אן אריינצוגיין אויב עס איז אמת אדער נישט , כאפט אייך אריבער צו אונזער שכן די "יונייטעד סטעיטס" , דארט ספענדט מען פאר יעדע וואלן בליאנען דאלארן פאר פאולס און אנאליזירונגען איבער ווער עס גייט געוואונען , עס איז פשוט א שאד אז זיי האבן נישט געזען די פאקט , זיי קענען זיך שפארן די גאנצע מעשה ,זאלן זיי קוקען וויפיל מענטשן זענען רעגיסטירט אלס רעפובליקאנער , וויפיל זענען דעמאקראטן , און ווער עס האט מער איז א זיכערע געוואונער?!!!

די מציאות ווייזט אבער אנדערש אז מענטשן קוקן  ווער דער קאנדידאט איז, וואס ער האט שוין געטון, און צו ער וועט פארטרעטן זיינע רעכטן אין די רעגירונג, און לויט דעם וואוטן מענטשן.


חוץ הסברה קען זי גארנישט , והא ראי' ביי די באסעס פורים האט איר קאמיטע מחליט געווען אז מדארף גיבן א פערמיט אבער די
מעיאר האט זיך אויסגעלאכט !!!!!         


טראכטס אליינס אריין ווי גוט ער זאגט , זיצט זיך א פרוי נישט קיין ערוויילטע פאליטישן , נישט אפילו א ראש פון א קהלה אדער מוסד , און האט באוויזן דורך הסברה איבערצודרייען א גאנצע קאמיטע פון פאליציי אפיצירן און הויכע באאמטע אז זיי זאלן פסקנן לטובתינו , דאס אליינס איז די שטערקסטע ראי' אז זי קען און וועט אויפטון לטובתינו. 

                                 
אבער פארוואס האט זיך די מעיאר נישט       גערעכנט מיט זייער באשלוס?


זייער פשוט ווייל אז עס זיצט א באורד פון בלויז אנטיסעמיטן , קענסטו מאכן וויפיל קאמיטע'ן און באשלוסן די ווילסט וועללן זיי זיך קיינמאל נישט רעכענען דערמיט, און פארדעם דארף מען איהר טאקע אריינוועלן אז זי זאל קענען נעמען די אלע זאכן און גיין ווייטער הלכה למעשה.


אבער דאך קען מען זיך דען פארלאזן בלויז אויף הסברה?!


דער עולם דארף פארשטיין אז מען קען נישט זיין קורצזיכטיג , מיר דא אין אוטרעמאנט זענען טאקע א גרויסע ציבור , אבער דאך א מינאריטי , און פארשטייט זיך אז אויב וועלן מיר אריין איינעם וואס וועט אנהייבן מיט ווילדע שטיק , קען טאקע זיין אז עס וועט איהם געלונגען דורך צופירן איינס צוויי זאכן , אבער עס וועט זיך אנהייבן אזא העצע פון די שכנים , אז עס וועט זיך שוין נישט האבן געלוינט די גאנצע מעשה , ופרשת מאנסי תוכיח , מען דארף האבן א געוואלדיגע שכל הישר צו קענען גיין צווישן ביידע אז דער גוי זאל מיינען אז מנעמט זיך אהן פאר איהם , און אין די זעלבע צייט ארבעטן לטובת הציבור , א זאך וואס נישט יעדער איינער קען , אבער מ. פאללאק טוט עס שוין פאר באלד צוויי יאר.

אבער אלע רבנים זענען קעגן איר?!


אזוי גאר ? אלע רבנים? פארוואס זאגן זיי גארנישט?אדרבה גייטס פרעגטס די רבנים
וועסטו אליינס זעהן אז פארקערט רוב רבנים און גרויסע קהלות שטיצן גאר איר קאנדידאטור, חוץ אפשר איין דיין !!!

רבותי לאמיר נישט מאכן קיין טעות , אונז האמיר אלע די זעלבע ציל , אז דער רשע לאסערט זאל נישט אריינקומען ,  איז לאמיר זיך מאחד זיין אונטער איין קאנדידאט וואס האט די שאנסן צו געווינען , עס איז נישט בלויז געפילן עס איז א פאקט אז זי האט אסאך גוי'שע שטימען , קודם כל פראדזשעקט מאנטריאל שטייט  גארנישט אזוי שלעכט דא אין אוטרעמאנט , צווייטנס איז דא אסאך גוישע פרויען וואס גייען וואוטן פאר א פרוי , און זי איז די איינציגסטע פרוי וואס לויפט אין אונזער דיסטריקט , און אויך זענען דא גוים אפשר נישט הונדערטע אבער דאך א שיינע פאר וואס גייען וואוטן פאר איר ווייל זי פארבעסערט די באציאונגען מיט די שכנים.
און פארשטייט זיך אז נאר אויב מיר וועלן זיך פאראייניגן צו וואוטן פאר איר , וועלן מיר קענען זיכער מאכן אז לאסערט קומט נישט אריין!!!
און פאר די וואס וואוינען אין די אנדערע דיסטריקט ווי די מרשעת פארזשעט לויפט פארן קאונסיל , האט זיך דארט אויך ארויסגעשטעלט א קאנדידאט "פיליפ טאמלינסאן"וואס ארבעט שוין צוזאמען מיט מ.פאללאק לטובתינו , קומט זיך  זיי כאטש אזויפיל אז מיר זאלן זיך אנשטרענגן דעם קומענדיגן זונטאג און גיי וואוטן פאר זיי.
פארגעסטס נישט א וואוט פאר זיי איז א וואוט פאר אונז!!!! 
    

ובשם השם נעשה ונצליח                                            
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
לאקשעןקוגעל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:19 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

שליחה דורך לאקשעןקוגעל »

אזוי ווי ס'איז שוין עטליכע מאל אויפגעברענגט דא אז ס'איז שוין געווען א אידישע פרוי מיט'ן נאמען סוזען אלטער וואס האט געדינט אלס קאונסילפרוי, וואלט איך געוואלט פרעגן צי איינער ווייסט, וואס פאר א סארט פרוי דאס איז געווען, ארטאדאקס? חסיד'ישע? און וועלכע געגנט איז זי געווען קאונסילפרוי?
לאקשען קוגעל איז פעפערדיג, און ציפעדיג. אבער געשמאק.
באניצער אוואטאר
לאקשעןקוגעל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:19 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

דאס ליצנות פון די "ארטאדאקסישע" פרוי סוזען אלטער.

שליחה דורך לאקשעןקוגעל »

איך האב גענישטערט אביסל ווער איז געווען די סוזען אלטער וואס מען פארגלייכט פאלאק צו איר.

דא האב איך געטראפן א באשרייבונג מיט א בילד פון דעם מאן פון סוזען אלטער:
[left]Rabbi Dr. Gilbert Klaperman, Esq. was the founding Rabbi of Congregation Beth Sholom in 1950. He served the Congregation until 1988 when he became Rabbi Emeritus. Previously he served in pulpits in Charleston, S.C., West New York, N.J., Kingston, and Ontario, Canada.. Rabbi Klaperman was ordained in 1941 at the Rabbi Isaac Elchanan Theological Seminary where he received Semicha from Dr. Samuel Belkin and Rabbi Joseph B. Soloveitchik. He earned his B.A. and Doctorate at Yeshiva University, his Master's degree at the University of Iowa and his law degree at Hofstra Law School. Since his retirement from Congregation Beth Sholom, Rabbi Klaperman has been an Officer and General Counsel of Rapitech Systems, Inc., a computer software company, Assistant District Attorney in Kings County and General Counsel of the Department of Business Services of the City of New York. He is currently a member of the Law Department of the New York City Housing Authority. Rabbi Klaperman lives in Lawrence, New York, with his wife, former New York City Councilwoman, Susan Alter.[/left]

בילד
לאקשען קוגעל איז פעפערדיג, און ציפעדיג. אבער געשמאק.
באניצער אוואטאר
לאקשעןקוגעל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:19 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

שליחה דורך לאקשעןקוגעל »

איין סעמפל פון ליצנות.

דער מאן גייט אן א קאפל. און די פרוי איז די "ארטאקדאסישע פרוי", וואס פאלאק מאכט נאך, און דאס הייסט אז "מען האט שוין געהערט אזוינס"?
לאקשען קוגעל איז פעפערדיג, און ציפעדיג. אבער געשמאק.
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

לאקשעןקוגעל האט געשריבן:איין סעמפל פון ליצנות.

דער מאן גייט אן א קאפל. און די פרוי איז די "ארטאקדאסישע פרוי", וואס פאלאק מאכט נאך, און דאס הייסט אז "מען האט שוין געהערט אזוינס"?

אנטשולדיגט מר לאקשן , האסט א גרויסע טעות , פאללאק מאכט נישט נאך קיינעם , זי טוט סך הכל וואס מדארף צו טון צו ראטעווען מאנטריאל ,

עס איז נאר פאר די וואס טענהן אז מהאט נאך קיינמאל נישט געוואוט פאר א אידישע פרוי , האט היסטאריע געצייגט אז מהאט יא.
און יא!! מבלייבט ארטאדאקסיש אפילו מבאקומט סמיכה פון YU.

לשיטתך איז פאלאק אויך נישט ארטאדאקסיש, זי גייט צום כותל
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

שליחה דורך הערשי »

א ליינער האט געשריבן א בריוו צום "נייעס באריכט" איבער די אויסגעהאלטנקייט פון די פאללאק קאנדידאטור.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

חת"ם סופר: ייש"כ. ס'מאכט פרייליך דאס הארץ פון א יעדן ערליכן איד צו זעהן אז ס'איז בחסדי ה' אויפגעשטאנען א נייע דבורה הנביאה. אדער א שמשון הגיבור, וועלכע איז געווארן א מושיען של ישראל...!

דער אייבישטער זאלל העלפן אז זי זאלל גיין מחיל אל חיל. און קענען זוכה זיין ממשיך צו זיין אין איהר הייליגע ארבעט. צו באזיגן אלע אנטיסעמיטן און שונאי ישראל. די שבעים זאבים. וועלכע וויללן ח"ו צורייסן די כבשה אחת. די אידישע קינדער. זיי. די אנטיסעמיטישע גויים האבן אייביג געזוכט עפעס וואס צו קריטיקירן אויף די (קליינע) אידישע באפעלקערונג אין מאנטריאל.איינמאל איז עס געווען די היימאנ'ס באסעס וועלכע פארן פון מאנטריאל קיין ניו יארק. א צווייט מאל איז עס געווען די פורים פארשטעלונג פון די אידן. א דריט מאל איז עס געווען די בתי מדרשים וועלכע האבן זיך אויפגעמאכט אין די געגנט. וואס האט זיי געשטאכן די אויגן. אן אנדערס מאל איז עס די שריפת חמץ פון די אידן וואס זיי קענען נישט דערליידן און וויללן צושטערן. לעצטנס איז עס דער כן ירבה וכן יפרוץ פון די אידישע קינדער. די גרויסע צאל (בליעה"ר) פון געלע ישיבה באסעס איז וואס צושטערט זייער גוי'אישע מנוחה. און מרס. מינדי פאללאק זיצט אין בארא קאונסיל (סיטי קאונסיל) און זי צושטערט בעזהשי"ת אלע זייער פלענער. אויך האט זי איינגעפיהרט א ספעציעללן פראגראם וואו די שכנים פון די געגנט קומען זיך צוזאם. און מ'לופטערט אויס און מ'רעדט זיך אדורך אלע פראבלעמען וועלכע קענען אויפקומען. כדי צו פארהיטן פון מיספארשטענדענישן וועלכע ברענגען איבעריגע שנאה...!

אבער די גרעסטע אפאזיציע שטייט זי אויס פון אזעלכע פינסטערע ברואים . די אייגענע היימישע יושבי חושך וצלמות. ווי דער אנפיהרער און ראש פון אלע פארדרייטע און פארקרומטע קעפ.. ה"ה ..."הרב" משה מנחם טירנויער שליט"א. וואס ער האט ענדערש געהייסן פאר זיינע חסידים צו וואוטן פאר א איד א פושע ישראל. א מומר להכעיס. אבי נישט פאר קיין פרוי. מעג זי זיין ערליך און חסיד'יש. און זי האט אינזין די בעסטע אינטרעסן פון די אידישע באפעלקערונג...!
פארשפארט