חינוך אשכול

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: חינוך אשכול

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

[tag]שמעקעדיג[/tag], דיין קינד איז פון א צוועלף יעריגע געווארען א זיבעצען יעריגע. טייל מיט אונז וואס דו האסט געטוהן און וויאזוי עס איז געלונגען.

איך בין אויך אין אזא מצב, מיט א ניין יעריגע וואס וויל נישט דאווענען. ער וויל ענדערש קלאצען. דאס איז אין חדר און אין ביהמ"ד. גרעדע צווינג איך איהם יא, נישט למעלה מכוחותיו, נאר אזויפיהל ווי מ׳טוט אין חדר. אבער בלייבען בלייב איך אלב מיט א ספק ביי זיך צו איך בין גערעכט.
זיין ברודער ביי די צען יאר האט שוין געזאגט קרבנות אליין און ער האלט זיך א גאנצע טאטע לגבי דאווענען, גייט מנחה מעריב אן דעם וואס מ׳הייסט\לאזט איהם וכו׳. אבער דער ניין יעריגע וויל גארנישט.

ביטע מיטטיילען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שמעקעדיג האט געשריבן:זענט איר נאנט מיט אייערע קינדער? קען אייך אייער קינד אריינקאלן אויף אייער סעלפאן ווען אימער עס פאקט אים/איר אן? אדער זענט איר מקפיד מען זאל עס אייך נישט טוהן?

איך האב טייל חברים וועלכע די קינדער וואגן זיך נישט צו קאלן די עלטערן מיט יעדע שטות, עס הערשט א געוויסע רעספעקט, א יראת הכבוד. ווידעראום מיינע קינדער קענען מיר אפט פארדרייען א קאפ, און איך ווייס נישט צי ס'איז א מעלה אדער אולי דארף איך פאדערן מער רעספעקט, א טאטע איז טאקע א גוטער חבר, אבער מען דארף אים שטעלן אביסל העכער ווי א פלעינער פאלנער חבר..

וואס זאגט איר, רבותי?

יחיאל יעקובזון זאגט אז ער האט געפרעגט אלטע ירושלימע אידן וויאזוי איז געווען אמאל, לויט ווי ער האט געהערט פלעגט א קינד פון פופצן יאר אלט האבן א רילעישנשיפ מיט זיין טאטע אזויווי א חבר.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

איז 12 יאר וואו 15 יאר?
יחיאל יעקובזון האלט אויך אז א קינד דארף באקימען א פאטש אמאל אמאל, פאר דיין חבר טיילטסטו אויך פין צייט צי צייט?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
פארשפארט