תורה ומדע האט געשריבן:לויט ווי איך הער פון מיינס א קרוב, וואקסט דער עולם אין סטעטין איילענד גאר גרויס. די בלאזיא זאגט צו טרענספארטעישאן פאר די מוסדות און א סיטי באס יעדע האלבע שטונדע פון און צו בארא פארק. לא יאומן וואס אונזערע עסקנים קענען אלץ.
וואס איז די בילד? און ווער זענען די חברה. פאר וואס האט מען נישט געגעבן א גארטל פאר דיבלאזיאו אויך???
תורה ומדע האט געשריבן:לויט ווי איך הער פון מיינס א קרוב, וואקסט דער עולם אין סטעטין איילענד גאר גרויס. די בלאזיא זאגט צו טרענספארטעישאן פאר די מוסדות און א סיטי באס יעדע האלבע שטונדע פון און צו בארא פארק. לא יאומן וואס אונזערע עסקנים קענען אלץ.
וואס איז די בילד? און ווער זענען די חברה. פאר וואס האט מען נישט געגעבן א גארטל פאר דיבלאזיאו אויך???
דאס בילד איז גענומען געווארען חומה״פ ביין א טאונהאלל מיטינג אויף סטעטן איילנד אין וועלכער דער מאיאר האט געענטפערט פראגעס פאר די ארטיגע רעזידענטס. חסידי גור און נאך תושבי העיר זענען געקומען שתדלנ׳ען לטובת הישוב וטראנספארטאציע פאר די קינדערלעך קיין ברוקלין. דער מאיאר איז ריפארטעדלי געווען זייער ווארעם צום ענין צוליב דעם וואס בויען א אידישער מיטלער קלאסס געגענד אין סטעטן איילענד וועט צוריק האלטען די געמיינדע פון ארויסמופען קיין נוא דזשערסי אדער ראקלענד קאונטי, און וועט האלטען דער סיטי און די גלייזען.
תורה ומדע: ועוד ידם נטויה. בליעה"ר וכן ירבו. מעמבערס פון מיין משפחה האבן אויכעט שוין ב"ה געמופט קיין סטעטן איילענד. ס'איז שוין געווארן א כרך. נאר נישט ח"ו קיין קראך...!
נאך איין זאך פעהלט אויס אין סטעטן איילענד. עטליכע רעבעלעך ובנש"ק זאללן אהין מופן און מ'זאלל דארט אויפמאכן מוסדות החינוך. איש על מחנהו ואיש על דגלו...!
כ'האב מיך גראדע לעצטנס אסאך נאכגעפרעגט איבער סטעטן איילענד, און לטובת החברים וועל איך עס דא אראפשרייבען.
שטיבלעך חסידישע שטיבלעך אין סטעטן איילענד זענען דא: צוויי גערע שטיבלעך, א סקווערע שטיבל, א וויזשניצע שטיבל אין ווילאברוק. דארט זענען אויך דא א חסידישע קארליבאך מנין, און א חסידישע מנין אינעם צענטראלן פאלאק'ס שול. דארט פלאנט אויך הרב מילער - איידעם פון ר' יחזקאל ראטה - צו עפענען בקרוב א חסידישע צענטער מיט א מקוה און אלע צוגעהערן. אינעם געגענט פון מענערהייטס און טאד-הילס, איז דא א בעלזע שטיבל, און א חסידישע שול פון הרב באב"ד - דאכצעך א זון פון ר' יחיאל באב"ד מטארטיקאוו (אדער דער טארנאפאלער) אינעם געגענט פון וועסטערלי איז דא א חסידישע שטיבל בשם בארדיטשוב, פון ר' לוי לייפער (שמירה ארג.) א זון פון א נאדווארנער. דאס אלעס איז אויסער ליטווישע און יאנג איזראעל שולן.
די עולם וואקסט? די עולם וואקסט טאקע שטייט צוליב צוויי פאקטן. ס'איז פיל טייערער פון לעיקוואד, טאמס ריווער, בלומינגבורג (פאר סאטמערע), אדער מאנסי וגלילותי', און אסאך יונגעלייט מאכן דעם חשבון אז אויב שוין אוועק פון שטאט זאל שוין זיין אין א פלאץ וואו ס'איז זייער ביליג. צווייטענס, די פרייזן האבן אנגעהויבן היבש צו שטייגן די לעצטע צוויי יאר. למעשה איז אבער די לעצטע פאר חדשים די פרייזן אסאך געפאלן, און גאר אסאך הייזער זענען צוגעקומען צום מארקעט, וואס מיינט אז מ'רישט זיך די נעקסטע האלבע יאר אז היימישע אידן וועלן קויפן אין סטעטן איילענד.
אויב מ'קוקט אויפן גאנצן בילד, איז עס למעשה א געגענט ווי ס'וואוינען ארום 350 חסידישע משפחות - זע שפעטער, און דאס מיינט אז אין פיר-פינף יאר איז עס שיין געווארן א געהעריגע קרעמל.
מענערהייטס: די צווייטע חסידישע געגענט, זיך אנגעהויבן מסתמא צוויי א האלב צי דריי יאר צוריק, ווען פרייזן אין ווילאברוק האבן אנגעהויבן ארויפצוגיין. מ'האט זיך דארט באזעצט ווייל ס'איז א שפאן אוועק פון ווילאברוק. עס וואינען דארט כמעט נאר חסידים אן ליטוואקעס, און בעלז האט דארט זייער צענטער. די הייזער זענען זייער שיין אבער ממש פיצל, ס'זעט כמעט אויס ווי באנגעלוי הייזער. אמאל איז עס געווען משוגע ביליג, א הויז פאר א האלבע מעלאנע צי 550, אבער היינט קאסט עס שוין לפחות 750,000. שווער צי טרעפן דארט א גרויסע הויז, און ס'איז שוין נישט ביליג דארט. היינט וואוינען דארט מסתמא ארום הונדערט משפחות.
טאד הילס: לעבן מענערהייטס, אבער פון די טייערסטע געגענטער אין סטעטן איילענד. הערליכע פאלאצן, גרויס שיין און ניי, געשוואלענע ריעל עסטעיט אבער מקען לעבן ווי א פריץ. כ'גלייב אז ס'וואוינען דארט ארום דרייסיג משפחות וואס קענען עפארדן א הויז. פרייזן לויפן פון 750,000 ביז א מעלאנע וחצי, בעיסד אויפן סייז הויז. הייזער זענען צומאל ווייט איינע פון צווייטען, און בעיקר איז עס ווייט פון די אנדערע אידישע צענטערן.
וועסטערלי: פיל ווייטער פון אלע אלטע געגענטער, מיט א הייוועי וואס האקט איבער. די מעלה איז אז ס'האט אלע סייזעס הייזער, און פרייזן לויפן צווישן א האלבע מעלאנע ביז א מיליאן. ס'איז נישט קליינע לעגאס ווי מענערהייטס, על פי רוב נישט פאלאצן ווי טאד הילס, נישט צודריקט ווי ווילאברוק. אבער ס'איז ווייט פון אידישע צענטערן. לעצטע יאר איז עס מער אויפגעכאפט געווארן, און כ'גלייב אז ס'וואוינען דארט ארום דרייסיג משפחות.
סך הכל שאץ איך די חסידישע עולם ביי ארום 350 משפחות. ס'וואקסט כסדר, אבער היבש שטייט. רוב מענטשן באשטייען פון יונגעלייט וואס האבן א מסודר'דיגע דשאב און האבן שוין אפאר קינדער. יונגעלייט אונטער דרייסיג זענען ממש זעלטן, און רוב זענען איבער 35 יאר אלט. ווי איינער האט געשריבן אויבן, זענען טאקע דא ווייניג סאטמארע. זיי האבן מסודר'דיגע קריות, קרית יואל, בלומינגבורג, און אפילו אין ניי-לעיקוואד. פארט זענען דא אפאר סאטמערע, הגם אן די "פלייש" און שיטה סטיל.
טעגליכע הלוך ילך געשעפטן אין היימישע סטעטן איילענד זענען דא זייער ווייניג. איין סופערמארקעט, צוויי מילכיגע רעסטוראנען מיט פיצא סטאר, א פליישיגע רעסטוראן און נאך א טעיקאוט אינעם סופערמארקעט, וזהו. מ'קומט אריבער קיין ב"פ - א טריפ פון 15-20 מינוט, צו מאכן גרעסערע ארדערס. דאס איז די מעלה פון סטעטן איילענד, אז מ'איז א שפאן אוועק פון ב"פ און מ'קען זיין נאנט מיט משפחה, דזשאב, און כלערליי געשעפטן. דאס איז אויך די חסרון, ווייל ביז א מענטש מאכט אויף א געשעפט אין סטעטן איילענד, קען דוירן א לאנגע צייט.
היימישע מוסדות זענען נישטא, און ס'איז א פעין אין די נעק ווייל מ'דארף צוקומען טרענספארטעישן קיין ב"פ, אבער פאר נעקסטע יאר זענען דא פלענער אז מענטשן ווילן עפענען א מוסד. כ'ווייס נישט ווי קראנט. מפי השמועה אז דאס יאר האט גער שוין כמעט געעפענט, און מ'האט זיי געסטראשעט פון די העכערע פענסטער, פון ב"פ, זיך אפצולאזען פון די פלענער. אפשר איז עס אויך אינוואלווד אין זייער ב"פ פאליטיק פון זייערע צוויי חדרים. כ'ווייס נישט מער פרטים.
דער עולם ארבעט אסאך מיט טעקסט גרופס, און ווען איינער לאזט זיך אריין אין שטאט איז מען מודיע פארן קבוצה, צו קענען ברענגען מענטשן צו חפצים ממקום למקום, ס'איז אזא זה נהנה וזה נהנה רילעישענשיפ, ווייל יעדער האט סוכ"ס הנאה פון די צוזאמענארבעט.
אן עירוב איז שוין דא, און עס נעמט שוין אריין כמעט אלע געגענטער. ס'איז דא דארט אויך א חברה הצלה און חברים.
כשרות פון עירוב, מקוה, און עסן פארלאזט מען זיך בעיקר אויף הרב פאלאק, א חסידישער רב אין סטעטן איילענד וממייסדי המקום פאר די ליטווישע (ער איז פארוויקלט אין פאליטיקלעך מיט געוויסע חסידישע קהילות. כ'ווייס נישט פרטים), וואס האט חומרות און וועגן דעם איז ער טראסטבאר.
מפי השמועה, אז וויזניץ ב"פ רבי'ס יונגערע ברידער, דאכצעך ער הייסט ר' ישראל, האט געהאט געקלערט זיך אריבערצוציען קיין סטעטן איילענד און דארט עפענען א שול-מוסדות-רביסטעווע. כ'ווייס נישט צי ער האט נאך דעם חלום צי ס'איז שוין אויסגעוועפט.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר(ברכות לב.)ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן(ארי נוהם)
ארי נוהם האט געשריבן: היימישע מוסדות זענען נישטא, און ס'איז א פעין אין די נעק ווייל מ'דארף צוקומען טרענספארטעישן קיין ב"פ, אבער פאר נעקסטע יאר זענען דא פלענער אז מענטשן ווילן עפענען א מוסד. כ'ווייס נישט ווי קראנט. מפי השמועה אז דאס יאר האט גער שוין כמעט געעפענט, און מ'האט זיי געסטראשעט פון די העכערע פענסטער, פון ב"פ, זיך אפצולאזען פון די פלענער. אפשר איז עס אויך אינוואלווד אין זייער ב"פ פאליטיק פון זייערע צוויי חדרים. כ'ווייס נישט מער פרטים.
הער איך אז נחום קליין (פון בית שרה/בעלז בארא פארק) וויל עפענען דארט א כלל חסידי מיידל סקול, וועט זיין א שטארקע הילף אויב ער וועט מצליח זיין
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב