לאמיר אנהייבן מיט ניו יארק סטעיט;
היינט איז ערשינען א נייע אנקעטע פון 'קוויניפיעק' וואס ווייזט עטליכע אינטערסאנטע פונקטן:
אין די דעמאקראטישע גאווערנאר פריימערי געווינט אינקאמבענט גאווערנאר קאומא 59% צו פרוי ניקסאן'ס 23%
און אפילו צווישן פרויען געניסט קאומא פון א 38% אויבערהאנט!
אין א 6 שפיציגע זשענעראל עלעקשען פארמעסט געניסט קאומא פון א 20% אויבערהאנט איבער די רעפובליקאנער קאנדידאט, און אין א 2 שפיציגע פארמעסט געניסט קאומא פון א 26% אויבערהאנט.
אין א צייכן ווי שוואך דער רעפובליקאנער קאנדידאט איז, זאגן צוויי דריטל אויסגעפרעגטע אז זיי האבן נאך נישט גענוג געהערט פון אים, און נאך מער, אזויפיל ווי 55% רעפובליקאנער זאגן אז זיי האבן נאכנישט געהערט פון אים.
אין די זשענעראל עלעקשען סענאט פארמעסט געניסט אינקאמבענט דעמאקראט זשיליברענד א באקוועמע 27% אויבערהאנט איבער די רעפובליקאנער, און אזויפיל ווי דריי א פערטל אויסגעפרעגטע און 69% רעפובליקאנער זאגן אז זיי האבן נאכנישט געהערט גענוג פון די רעפובליקאנער קאנדידאט.
נאך אן אינטערעסאנטע פונקט;
59% אויסגעפרעגטע זאגן אז זיי דארפן ענדערשט איינער מיט עקספיריענס פאר די גאווערנאר אמט קעגן בלויז 30% וואס ווילן א פרישן פנים, ווען מען צוטיילט עס צווישן די פארטייען זאגן אזויפיל ווי 49% רעפובליקאנער אז זיי ווילן ענדערשט א פריש פנים, און אזויפיל ווי 77! פראצענט דעמאקראטען זאגן אז זיי דארפן ענדערשט איינעם מיט עקספיריענס.






