הגה"צ ר' משה מנחם ווייס אויפגענומען פאר אב"ד סאטמאר לאנדאן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

Re: הגה"צ ר' משה מנחם ווייס גאב"ד מעלבורן אוסטראליע

שליחה דורך קפה נמס »

א ידיד מיינער וואס האט גענומען שימוש פאראיאר און ער איז אפגעזעצן שעות און טעג ביי כמה וכמה רבנים, טענה'ט מיר אז ר' משה מנחם איז די צווייט גרעסטע משיב אין בארא פארק ( נאך ר' מיכל שטיינמעטץ). עס ווייזט נישט קיין סאך אבער א בעל הוראה איז ער.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

ס'איז דא א חילוק צווישן א מורה הוראה/דיין/מו"ץ מיט א שטאט'ס רב.

עס זענען דא גרויסע רבנים פון קהילות, וואס האבן קיינמאל נישט עוסק געווען אין הוראה (אין יתכן קיינמאל גענדיגט אפילו איין חלק פון שו"ע), און זיי זענען זייער מצליח מיט זייער קהילה, צו עס פירן שטארק, און אויפהייבן אויף א העכערן ניווא וכדו'. מען דארף האבן דערפאר פירערשאפט סקילס, נישט א מח עצום.

למשל רבי משה וואלפסאן, ר' י"ד שלעזינגר (אויך זיין ברודער אין מאנסי) ר'בנימין אייזענבערגער וכו' וכו'. זיי זענען שיינע ת"ח, נאטינג מעיזשאר, אבער זיי קענען פירן א קהילה (hopefully..).
א כולל אינגערמאן, מעג ער קענען אפילו דריי אדער פיר חלקים פון שו"ע, אן די כח ההנהגה, קען ער קיין רב נישט זיין. לכל היותר א מורה הוראה.

איך קען נישט די פאפא ב"פ דיין, ווי עס הייסט קען ער א געוואלד, און איז זייער פראקטיש אין הלכה יומית, און אפילו אין די שווערע (stupid) שאלות וואס קומען ארויס פון bored ארבייטסלאזע פארשוינען. דהיינו זייער צוגעפאסט צו זיין א דיין.

אויב קען ער פירן א קהילה פון חסידים, ליטאים און חב"ד אלס אויסגעמישט, לנהגם כראוי, כנגד רוחם של כל אחו"א. איז ער א פאסיגער קאנדידאט.

---
מ'האקט אין זעצט..
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

קפה נמס האט געשריבן:א ידיד מיינער וואס האט גענומען שימוש פאראיאר און ער איז אפגעזעצן שעות און טעג ביי כמה וכמה רבנים, טענה'ט מיר אז ר' משה מנחם איז די צווייט גרעסטע משיב אין בארא פארק ( נאך ר' מיכל שטיינמעטץ). עס ווייזט נישט קיין סאך אבער א בעל הוראה איז ער.

ער איז נישט גרעסער פון ר' בנימין לאנדאו, נישט גרעסער פון ר' חיים יעקב טויבער, נישט פון ר' אשר עקשטיין און אויך נישט פון ר' חיים דוד כץ.

יא, ער איז גרעסער פון ר' משה ראטה און ר' יצחק שטיין, אבער ער איז נאכנישט אויף די ליסטע פון די סאמע גרעסטע.
בלויע רעקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שליחה דורך בלויע רעקל »

ימים ידברו האט געשריבן:אדער א געוואלדיגער ירא ד'

מיט די ווערטער האסטו מיר פארלוירן, דו מעסט יענעמס יראת שמים? און דו שרייבסט עס אויף קאווע שטיבל! מסתמא האסטו א פערזענליכע שנאה קעגן אים, אדער א נגיעה צו די אנדערע מאנסיער חברה וואס זענען דיינע קרובים/שכנים.
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 478
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

אויב איך מעג אריינווארפן מיינע צוויי צענט:

לאמיך מקדים זיין, אז איך קען ר' משה מנחם היבש פון די נאנט א שיינע פאר יארן, הגם כ'האב קיין שייכות מיט פאפא, אבער מיט אים פערזענליך האב איך א פארבינדונג (נישט קיין קרוב משפחה). אזוי ארום ווייס איך אביסל איבער זיינע כשרונות אלס דיין צי רב.


די וויכטיגסטע TOOL פון א סוקסעספולע רב איז צו קענען זיין מעורב בין הבריות. דאס נעמט אריין שכל הישר, איידעלע באנעמונג, געלאסענע שפראך, שמייכל אויפן פנים, גרייט צו העלפן אנדערע אין יעדן פאל. צווישען די בארא פארקע רבנים גלייב איך אז ער שטייט אויפן סאמע שפיץ. זיין איידלקייט און מידות פאקן איין ר' מיכל שטיינמעץ, ר' חיים דוד כ"ץ, און נאך א שורה רבנים אין לינקן טאש. זיין שכל הישר און צוגעלאזנקייט וואלט איבערגעלאזט ר' חיים יאנקל טויבער און ר' יהושע העשיל קאצבורג שפראכלאז. ער איז דער סאמער נארמאלסטער דיין וואס כ'האב באגעגענט (אויב מ'רעכענט נישט אריין ר' הערשל היילפרין און ר' בנימין לאנדא, וואס ביידע פון זיי זענען נישט אויסגעצייכענט מיט גאונות בד' חלקי שו"ע, נאר ענדערש מיט ספעציפישע אייגנשאפטן וואס אנדערע באזיצן נישט)

די צווייטע זאך איז ידיעת התורה, צו קענען קריגן א נאמען פון א חשובע רב. ר' משה מנחם איז אפשר נישט דער גרעסטער גאון פון שטאט, ר' מיכל שטיינמעץ, ר' שרגא האגער, און ר' חיים לייב כ"ץ קענען זיכער מער לערנען פון אים, אבער צווישן די אנדערע נעמען קען ער זיך זיכער פארמעסטן. ער איז בפשטות א גרעסערע ת"ח ווי די בעלזע דיינים, וויזניצע דיינים, געוויס גרעסער פון ר' חיים יאנקל טויבער, און קען זיך אפשר נאך פארמעסטן מיט ר' חיים דוד כ"ץ און ר' גבריאל צינער. ער איז אביסל איידעלער פון רוב אויבנדערמאנטע, און דערפאר ווערט זיין נאמען נישט אזוי פאליטיזירט ווי אנדערע נעמען. אבער צווישן רבנים זעלבסט טראגט זיין מיינונג א גרויסע געוויכט, און צוליב דעם איז ער א חבר פון כמעט יעדע קהל'ישע אנגעלעגענהייט - הגם פאפא אין ב"פ איז נישט אזא גרויסע קהילה, ווייל ר' משה מנחם האט א שטערקערע נאמען.


ער איז אויך א גרויסער ירא שמים, הולך בתמים, גאר אן ערנסטער מענטש, זייער א גוטע בעל דרשן, האט אייביג וואס צו זאגן, קריכט נישט מענטשן אויף די נערוון, הערט אויס א צווייטן ביזן סוף, און ווען קיינער זעט נישט - האט ער ברייטע פלייצעס אויך וד"ל. ער האט אויך אנדערע טאלאנטן, ער איז א גוטע מוהל, און ער איז שוין יארן צוריק געווען א בעל מכשיר אויף קאמפאניס. היימישע רבנישע פאליטיקלעך עקלט אים עד כלות.


א בליק אויף צוריק, אין מעלבוירן, וועט ווייזן אז לא הרי זה כהרי זה. ר' יעקב יצחק ניימאן מקוטשי פאפא איז אפשר געווען דער איינציגסטער וואס האט זוכה געווען סיי צו אן אמת'ער כתר תורה און סיי צו אן אמת'ער כתר שם טוב. הרב שטערן איז בעיקר געווען א כתר תורה, הרב אשכנזי איז געווען א שיינע בעל דרשן, און הרב בעק איז געווען א געוואלדיגער מעורב בין הבריות. די איבעריגע טיטלען זענען מיטגעקומען וויבאלד זיי האבן פארמאגט זייער ספעציעלער אייגנשאפט, און אויב מ'צייכנט זיך אויס כאטש ערגעץ באקומט מען שפעטער א נאמען.

די לעצטע צוויי רבנים אין מעלבוירן זענען אויסדריקליך נישט געווען די גרעסטע קאנאנען אין הוראה, און נישט דאס האט אויסטראליע וויכטיג געדארפט האבן. וויבאלד זיי האבן אבער פארמאגט די מעלות וואס רבנים דארפן באזיצן, זענען די טיטלען שוין מיטגעקומען.


ר' משה מנחם איז נאך אזא גוטע בעל דרשן ווי הרב אשכנזי, און נאך אזא בעל מידות ווי הרב בעק, און ער איז פון די שיינע ת"ח אין ב"פ, וואס אנקומענדיג קיין אויסטראליע ווייס איך נישט צי הרב אשכנזי און הרב בעק האבן געהאט מער א נאמען אלץ גאון, ווי ר' משה מנחם האט יעצט. ווארטס אפאר יאר, ווען ער וועט נעמען קוויטלעך אין אוסטראליע און פירן טיש, און אלע רבי'ס וואס קומען אהין וועלן מאכן א וויזיט ביי אים אין שטוב, און איבעראל וועט שטיין הגאון הגדול ר' משה מנחם ווייס, און די קהילה וועט זיך ערלויבן צו דרוקן זיינע ספרים לכבוד ולתפארת, און דאן וועט ער טראגן אזא חשוב'ע נאמען ווי הרב בעק האט געטראגן די לעצטע פאר יאר.


איך וואונטש אים אסאך הצלחה, נישט נאר ווייל ס'קומט זיך אים, נאר אויך - און בעיקר - כדי ס'זאל דינען אלס דערמאנונג פאר די היימישע דיינים און רבנים, אז מ'זוכט א מעורב בין הבריות וואס העלפט אנדערע און זוכט נישט צו בויען א ברענד אויף יענעמס בלוט, און דווקא דורכן זיין א הולך בצדי דרכים קען מען צומאל באקומען אזא חשובע אמט.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

איז עס טאקע אזוי ערענסט אז ער נעמט עס ? די קעפל איז זייער פארפירעריש
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

אז ער וועט זיך אפזאגן וועט מען טוישן קעפל.

ער גייט אהינפארן בקרוב, דערנאך וועט פארקומען א גענעראל פארזאמלונג און די רעשט איז היסטאריע....
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך תנחום »

דאס איז זיכער אז ער האט שוין לאנג פארדינט אן אייגענע אשכול
לא באתי לנצח (שולי)
טראכט א מוניט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 30, 2018 9:59 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך טראכט א מוניט »

רבי משה מנחם איז בכלל נישט אינטער שטעליג פון די פריעדיגע רבנים פון מעלבורן.
נישט פון הרב בעק ז״ל ווען מ׳האט אים געברענגט פון ארוגוויי, ער האט דעמאלס נישט געהייסן בכלל אין די דרגא ווי רמ״מ הייסט היינט.
און זיכער נישט פון רבי אלימלך אשכנזי ז״ל וואס אפילו נאכן צירוק קומען פון דארט איז ער נישט געווען אין די דרגא
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

איסר האטלקי האט געשריבן:אז ער וועט זיך אפזאגן וועט מען טוישן קעפל.

ער גייט אהינפארן בקרוב, דערנאך וועט פארקומען א גענעראל פארזאמלונג און די רעשט איז היסטאריע....

Wishfull thinking
איך גלייב נישט ער גייט גיין
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

כבוד הרב ארי נוהם און אלע אנדערע שרייבער ניקים וכל שם וחניכה דאית להו, מיין ציל איז נישטא צו קליין מאכען הרב מ"מ ווייס ווויסענדיג זייער גיט אז מרעד דא פון א וואילער איד א שיינער דיין, אבער וואס איך מיז יא מוחה זיין מאכען פון אידען וואס האבען געשאקעלט די וועלט ווי הרב בעק וואס דער שבט הלוי האט מעיד געווען אז אלע וואס האבען זיך פארהערט ביי אים האט קיינער נישט גקענט אזוי גיט ווי הרב בעק, מיט זיין גרויסע צידקות ויראת שמים וואס דער אור מרדכי האט כמה פעמים געזאגט אז דאס איז געווען די שענסטע וואס וויזניץ האט ארויסגעגעבען, און גראדע וויזניץ האט פארמאגט זייער שיינע תלמידים כידוע, נעמען א היינטיגע "שוואכע דיין" און זאגען ער פארמעסט זיך מיט אים איז חירוף וגידוף! איי וועסטו זאגען ווי נעמט דער עזות פנים צו זאגען אויף הרמ"מ ווייס שוואכע דיין וועל איך דיר זאגען זייער קלאר, ער איז טאקע זייער שיין און גיט און הלכות מעורב בין הבריות אבער פסק הלכה? הוראה? פראקטישקייט? רעדנער? ווי קימט צו אייך אזא נערישע שכל זאגען אז די עיקר איז מעוריב בין הבריות, עס דומה ווי איינער וועט זאגען אויף א גראסרי מאן ער איז א שיינע בעל תפלה, דאס פעלט זיך אויס פאר א גראסערי מאן? . די זעלבע ביי א דיין אויסקימען מיט מענטשען איז א שיינע זאך וויכטיגע זאך אבער דער עיקר איז פסקנן שאלות פארשטיין שכל האבען צו ארויסהאבען א סיכסוך פראקטישקייט, יא יא אבער נאר דאס? און ווייטער מעירוב בין הבריות לאמרי כאפען א שפאציר אין פאפא, וויפול אידען זיצען זיי זיינע שיעורים? וויפול אידען רעדן זיך דורך מיט די דיין סנישטא ווער עס זאל לאכען, איך מיין אז פאפא רבי איז דער ואוס איז ממליץ ווייל ער וויל פטור ווערען אויף א שיינעם וועג,
ווייטער די רבני מעלבראן הרב אשכנזי איז געווען א וועלטס רעדנער, נישט איינער וואס רעד און די וועלט אריין, ווי איז די פארגלייך הרב ווייס צו אשכנזי ווי א מורטשיקע צון א עלעפאנט, ממש!
הבר שטערען איז געווען שולט אין ד' חלקי ווי אשרי יושבי הרב ניימאן איז געווען א חכם מחוכם, איך זעה נישט איין זאך וואס דער רב האט און זיך ער איז א שוואכע ת"ח א שוואכע בעל הוראה , פראקטישקייט און פארשטאנד זערא וואס ברענגט ער צום טיש א שמייכעל ? נאכאמאל מעלבראן זיינט נישט מחליף א ענק הרוח מיט א שוואכע רב!
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

איך קען נישט ר' משה מנחם, און איך קען אויך נישט ימים ידברו

אבער די 3 תגובות וואס ר' ימים האט געשריבן אין דעם אשכול, זענען א דוגמא לנו ולבנינו אויף די מאמר חז"ל 'השנאה מקלקלת השורה'
איך האב נישט קיין אנדערע הגדרה צו דאס מסביר זיין.

איך קען נישט און וויל נישט זיך דינגען אויך יעדע פרט ופרט מתכונותיו של הדיין ד'פאפא,
און ס'קען טאקע זיין אז הרב בעק איז געוועזן גרעסער ווי עם, און במילא מפני כבודו פון הרב בעק טאהר מען יעצט ניט נעמען קיין קלענערע ת"ח ווי עם.
אבער מיט'ן משל פונעם גראסערי-מאן וואס איז בלויז א שיינע-בעל-תפילה, אויס-צו-משל'ן צום עניין אז דער עיקר וואס א רב פון א קהילה דארף קענען איז דאס פיפטע חלק שו"ע,
האט איהר מיר אינגאנצן פארלוירן.
די משל וואלט געמעגט זיין אויב א בעה"ב פון א גראסערי זוכט איינער זאל זיין אחראי אויף זיינע ארבעטער, און ער טרעפט איינעם וואס איז נישט אזא געלונגענע Accountant
אבער ער האט א גוטע מוד און א יעדער גלייכט זיינע נאטורן און זיינע גוט מארגן וועט אריינברענגען אין גראסערי א בעסערע עטעטוט צווישען די ארבעטער,
דאס איז א מורא'דיגע געלונגענע פאסיגע מעלה.

איך בין נאכ-א-מאהל מדגיש אז איך קען ניט ר' משה מנחם, און קען זיין אז וואס ימים זאגט קומט בלויז פון די שורה שנתקלקלה
אבער על הצד אז אין זיינע הגדרות אויף דער עצם פון ר' משה מנחם איז ער גערעכט, קען ער ניט אוועק מאכן א דבר ברור ופשוט לכל.

דרך-אגב,
הגה"צ ר' אליעזר דוד פרידמאן שליט"א (ביז נישט לאנג צוריק געדינט אלט'ס רב פון בעלזא ביהמ"ד 99 {מכנובקא בעלזא} אין לאנדאן, לעצטנ'ס איז ער אין ארץ-ישראל ביי זיינע קינדער)
האט געוואינט אסאך יאהרן אין מעלבארן, און האט געהאט עפעס א שיינע פאסטן דארט [וואס ער האט דארט געוואוינט ספעציעל פאר דעם]
איך פארשטיי אז ער איז ניט געוועהן רב פון שטאט ווייל קיינער ברענגט ניט זיין נאמען צווישן די מעלבארנע רבנים לשעבר.
כמדומני איז ער געוועזן: 'ראש הכולל ד'מעלבארן', אבער איך בין ניט זיכער. (יעך האב דערהאלטן א קובץ של"ס-תורות זיינע וואס די מעלבארנע קהילה האט ארויסגעדרוקט)
איינער וואס קען די קהילה דארט קען מסביר זיין,
1. וואס איז געוועהן פונקטליך ר' אליעזר דוד'ס תפקיד,
2. אויב איינער האט איבערגענומען דעם תפקיד.
3. אויב יא, ווער איז זיין ממלא מקום וכו'...
ייש"כ.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

אויף צו דינען אלץ רב אין אורוגוויי און מעלבארן, איז 'מעורב בין הבריות' א פריאריטעט גאנץ נאנט צום שפיץ
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

ווען איינער זאגט אז רבי משה גרין ר"י דמאנסי איז נישט אזוי ווי רבי עקיבא אייגער איז ער פאר הרב משה גרין א שונא?
ווען איינער זאגט אז הרמ"מ ווייס איז ראוי למלא מקום הרב אשכנזי מיט הרב בעק דער ווייסט נישט ווער זיי זענען געווען און קען נישט שאצען א רב בכלל!
און א וודאי איז הרב הערשל האלפרין נישט הרב בעק אויכעט, אבער ער איז דער יפתח פון די דור אקעגין הרב בעק, אבער הרב משה מנחם ווייס אקעגין הרב בעק איז פינקט ווי איך וועל זאגען אז די היינטיגע וויענע רב איז ראוי צו זיין רב נאך הרב יונתן שטייף איינמאל און דער מיט איז געווען האדאהאזער רב, איז ער שוין ראוי, אבער שפרינגען פון הרב בעק צו הרב ווייס, ווען און יעדן שטאט איז דא צען רבנים וואס זענען מער פאסיג פאר צען אנדערע סיבות, מיינט נישט אז הרב ווייס איז נישט א שיינע שטיבעל דיין פון פאפא חס ושלום, אבער נישט מער און פערטיג סנישטא קיין ידידות און שנאה, סדא הערכה צו די פאסטען פון מעלבראן זייענדיג א יוצאי מעלבארן וויסענדיג די שיינקייט פון די קהלה, אגאב כהאב געהערט אמאל פון הרב יחיאל טויבער זצ"ל מפליא זיין די שיינקייט פון די קהלה מעלבראן ארומפארענדיג און פיל שטעט און קהלות זאגענדיג אז מעלבראן בימים ההם בימי הרב אשכנזי והרב בעק איז א יחיד במינו די ציבור די אחדות די ראשי קהלה די אלעס, און סקימט זיי פיל שענער ווי הרב משה מנחם ווייס הגם ער איז פיין און וואיל ער וואלט געפאסט צו זיין דארט א מורי הוראה נישט די העכסטע אטריטעיט,
יעצט צו הרב אליעזר דוד פרידמאן, ער איז געווען צוויי מאל אויף לאנגע יארען און מעלבראן זייענדיג דער ראש הכולל, און משפיע, פארלערנדיג חומש רשי פראווענען מלוה מלכה'ס בימי הרב אשכנזי און בימי הרב בעק,יקטיס טאקע אן הרא"ד זייענדיג א עובד ד' א חסידישע איד א ת"ח אבער נישט קיין בעל הוראה נישט קיין פוסק איז ער געועון א שיינער משפיע ראש הכולל מגיד אבער נישט רב, ווייטער צוריק צו הרב ווייס פאסיג צו זיין די דיין הקהלה ניטש מער
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

ווען דו שרייבסט ווען מתחלה אזוי ווי די דאזיגע ערשטע שורה איז אויך יש להתווכח

אבער שרייבן נישט קיין גרויסע תח נישט קיין גרויסע ירא שמים דאס הייסט לופטיג אטאקירט

תלמיד חכם האב איך אים נאך נישט פארהערט

יראת שמים זעיט ער גראדע אויס איינס
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

גאנצעל! איז די יראת שמים פון הקוה"ט מהר"א מבעלזא די זעלבא יראה ווי הרב הגאון ר'יעקב שלמה מייזליש? ביידע זענען ירא השם אבער יעדר פארשטייט די חילוק איז הימעל און ערד, יא הרב משה מנחם ווייס איז ירא ד' אבער נישט אפי' קיין משל צו הרב בעק, ממילא ווען איך רעד בנוגע רבנות און מעלבראן רעד מען פון די רבנים דארט און לויט יעדער פון זיי איז מען דן נישט חס ושלום צו זאגען אז ער איז נישט קיין ירא השם ער איז יא אבער נישט דער ירא השם וואס איז יחיד במינו, איך האב מיך גמשלט אז זיי זאלן נעמען א רב ווי הרב שמואל זאב ליכטער, לדוגמא! איך פארשטיי אז הרב ליכטער איז נישט שייך אבער סדא געניק שיינע געליגענע רבנים למשל הרב שאול יודא פריזענט איז א פאסיגע קאנדידאט! וכדומה עשרות עשרות!
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך תנחום »

אפשר ביסטו מסביר דיין פארמולע צו מעסטן יראת שמים? כ'וואלט געקענט באשטיין צו וויסן
לא באתי לנצח (שולי)
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

תנחום! איז הרב משה פיינשטיין די זעלבער ירא שמים ווי הרב מלכיאל קוטלער? דיי פארשטייסט סדא א חילוק פון א איד וואס איז קודש לשם ווי הרב חיים קניבסקי צו א בעל הבית וואס לערינט עין יעקב סדא א פשויטע מעסטער וואס איז דא, אוודאי איז דא כלפי שמיא אנדערע מעסטערס ווייל אלקים יראה ללבב! אבער זאגען א הערכה אויף איינעמס ירא שמים מיינט ווי אזוי סזעהט זיך אן ברשות הרבים, און געווענליכע מענטשען זעהן און פארשטיין די מדריגה און יראה פון א בחור בעל הבית כולל אינגערמאן, מזהעט זיין דאווענען זיין לערנין זיין האנדלען זיין באנעמונג זיין שמירת עניים זיין זהירות במצוות זיין דקדוק ומעשה מתן בין אדם לחבירו ובין אדם למקום, לויט דעם איז הרב ווייס א פיינער מורי הוראה בכלל נשיט קיין משכמו למעלה גבוה מכל האדם, הרב שמואל זאב ליכטער זעהט זיך אן א יראת שמים! הרב זלמן לייב פילאפף זעהט מען עס אויף אים זעהט מען ווי א געוונדליכע וואילער איד נישט חס ושלום מזלזל אבער נישט מורה'דיג
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ימים ידברו: אמאל האב איך מיך גערעגט אויף דיר. אבער היינט לאך איך פון דיר. ווייל חוץ דיין אומ-מענטשליכקייט און שמאל-קעפיגקייט ביסטו אויכעט א טיפש איום ונורא...!

איך וועלל מיך נאר שטעללן אויף איין נקודה וואו דו באווייזט דיין גרויס חכמה. דו זאגסט... ער איז א שוואכע(ר) דיין און א שוואכע(ר) תלמיד חכם. דו האסט איהם שוין פארהערט...?! אדער בעסער געזאגט דיך אליינס געלאזט פארהערן אין די ד' חלקי שו"ע אז דו זאלסט קענען זאגן מבינות אויף הרב משה מנחם ווייס שליט"א. דיך דארף מען אפילו נישט פארהערן צו זעהן וואפארא תענית חלום דו ביסט...דו האלטסט אין איין שרייבן דאס ווארט.."מעורב עם הבריות"... פארגרייזט...! דו קענסט שרייבן און ספעללן אזוי ווי הרב הגאון ר' שלום ראזנבערג זכרונו ליבראכעה פון די צייטונגען...! און מ'האלט נאכנישט ביי שו"ע...! איין זאך ביסטו א גרויסער. אן עיי"ן ה"א...!

,אויך זעה איך אז דו קענסט נישט מבחין זיין צווישן א לשון זכר און א לשון נקיבה...!
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

berlbalaguleh האט געשריבן:אויך זעה איך אז דו קענסט נישט מבחין זיין צווישן א לשון זכר און א לשון נקיבה...!

דער פאפא דיין איז א נקיבה רח''ל?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איסר האיטלקי: דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער...!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

ר'בערל געדענקסט עים אין ישיבה?
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

ימים: איך הייב אן מלמד זכות זיין אויף דיר, ווי דו שרייבסט ביזטו א יליד מעלבארן, אויב איז דאס אמת פארשטיי איך דיר אביסל, ווי עס שיינט ביזטו א אינגערמאן/בחור אין די פריע צוואנציגער יארן, געבוירן ביזטו אין מעלבארן און אויפגעוואקסן אונטער די נשיאות פון הרב בעק, די רב האט געפירט די קהלה און איז געווען דיין ראו'ל מאדע'ל און געשעצט אין די גאנצע קהילה, פון די פריערדיגע רבנים האסטו זיך אנגעהערט גדולות ונצורות פון אלע ארומיגע. דערנאך ביזטו אנגעקומען קיין אמעריקע און דו דערזעהסט זיך אז נישט מער און נישט ווינציגער מען גייט אויפנעמען עפעס א דיין פון א קהילה צו ריפלעיסן דיינע גדולים וקדושים, היו לא תהיה און דו שטעלסט א קאמפ.

וויל איך דיר זאגן ימים'ל טייערער, אז הגם איך פארשטיי דיר ביזטו אבער נישט גערעכט. די פריערדיגע רבנים האבן אויך אנגעהויבן קליינערהייט, רבי משה מנחם האט די רבנישע קוואליפיקאציעס און וועט גאנץ שנעל אריינוואקסן אין די שיך, און אי"ה נאך זיינע הונדערט און צוואנציג וועלן דיינע ארטיגע קרובים אין דיין איצטיגן יארגאנג פירן דעם זעלבן קאמפ אויפן קומענדיגן ממלא מקום.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
פארשפארט