וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור
חבירים המקשיבים בק"ק קאַווע שטיבל הע"י
יום שנכפל בו כי טוב לס' כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים תשע"ח
זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו. נאָך פיל כוחות און מי און אויך מיט אייער הילף איז ותינוק ענדליך אַרויס לאוויר העולם.
לויפט, קויפט און ברענגט אַריין אַ ברכה אין שטוב.
איך האָב שוין אָפּגעזאָגט מיינס און יעצט לאָזט אייך אויך הערן. דאָ קענט איר מיר לויבן ביזן הימל אָדער אַראָפּרייסן ביזן תהום. דער עיקר איז נאָר לייענט און זאָל די תורה נקנה ווערן בדקדוק חבירים ובפלפול התלמידים.

העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
שלי שלך האט געשריבן:וועט עס זיין צו באקומען אין די וועקער לאקאציעס?
לויט ווי די פאבלישערס געבן איבער וועט עס זיין צו באקומען בלויז אויף אמאזאן.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 879
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
- האט שוין געלייקט: 96 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
אבי גערעדט האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט א פריוויו? און תוכן ענינים
אַן אינהאַלט קומט באַלד. ביז אַ קורצע וויילע וועט מען קענען אַ בליק טון מה לפנים כמנהג המו"ס אַמאַזאָן.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
אבטולמוס האט געשריבן:יעצט באקומען מיין ותינוק'ל. ס'איז הערליך! ממש לא נראה כבושם הזה. א ביכל, הערליך געשריבן, וואס טוט דורך א נושא וואס פלאגט אונז מיט שכל און הבנה.
לויפט און קויפט!
דער סייז איז מיר אויך געפאלן, עס גייט אריין אין בוזעם-טאש.
חזו מאן גברא רבא קמסהיד עליה!
איך האָב במכוון אויסגעקליבן אַזאַ בוזעם טאַש ברייט אַז ס'זאָל זיין לייכט עובר מיד ליד.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
תוכן הענינים של הקונטרס, ותינוק ללמדו ספר. טועמיה חיים זכו וגם האוהבים דבריה גדלה בחרו.
איר קענט אויך לייענען אַ גאַנצער קאַפּיטל אין דער נייער וועקער.
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
איר קענט אויך לייענען אַ גאַנצער קאַפּיטל אין דער נייער וועקער.
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
והיה ביום השישי והכינו את אשר יביאו. גרוסן - און בילדער - קומען אַריין אַז דאָס ותנוק'ל ווי אויך דער וועקער קומען שוין אָן און דער עולם גרייט זיך אויף אַ דערהויבענעם שבת פון אַ לחם משנה פון חכמה און בינה. עס איז נישט צו שפּעט און די וואָס האָבן נאָך נישט געקויפט זאָלן נישט זאַלעווען קיין מי און לויפן קויפן. מען זאָגט אין דער הפטרה והיה העקוב למשור דאָס קרומע וועט אויסגעגלייכט ווערן. לייענט וואָס איז קרום ביי דער חינוך פון אייערע קינדער און וויאַזוי אויסצגלייכן. עשה למען תינוקות של בית רבן!
און ווען איר האָט שוין געלייענט טיילט אייך מיט אייערע איינדרוקן מטוב ועד רע.
אַ גוטן שבת
און ווען איר האָט שוין געלייענט טיילט אייך מיט אייערע איינדרוקן מטוב ועד רע.
אַ גוטן שבת
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור
איך האב דורכגעליינט דריי פערטעל פון די קונטרס במשך׳ן שבת.
מה נאמר ומה נדבר? דאס איז קטלא קניא עט היז בעסט, בייסיג, גראפיש, קלאר און צום פינטל. זיין שעפערישע מליצות און פליסיגע שפראך קענען כמעט, אבער נישט אינגאנצען פארדעקען די ווייטאג צווישען די שורות. די שקר פון עלטערען וואס שיקען קינדער צו מוסדות וואס פארטרעטען נישט זייער ווירדען און די אבסורד פון א חינוך סיסטעם פון כי הם חיינו וואס רוב בוגרים דארפען א שאטענשטיין גמרא צו דערגייען די חיינו נאכ׳ן ענדיגען די סיסטעם שפראצט ארויס פון יעדער ווארט. איך האף נאר אז פון די געשמאק פון די ליין עקספיריענס זאל מען נישט פארזען די נושא.
איך האב אליינס נישט געוואוסט עד היכן הדברים מגיעים, און ווי ווייט די קהלות זענען איינער פון די אנדערע. יעדער פלאץ האט פראבלעמען, און מ׳ווייסט נאר די אייגענעם.
איך האלט נאך נישט ביי די לעזונגען זיינער, אבער ביזדערווייל פארט עס גאר גוט (א ביטערע שמייכעל). דאס אז עפעס דארף זיך רוקען איז אפגערעדט, די פשוט׳ער ערשטע טריט פון שטעלען א סיסטעם מיט קלארע ליניעס, ווי וויל מען דערגרייכען און וויאזוי די טריטען וואס מיר נעמען פיהרען צו יענער ציל.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
[justify]דורכגעליינט קטלא'ס גאנצע קונטרס. דאס איז נאך א סעמפעל פארוואס מ'לייגט קטלא אלס איינס פון די בעסטע אידישע שרייבער פון אונזער צייט. זיינע געדאנקן זענען בליצידיג געניאל כאטשיג נישט חידושים. יעדער וואס ליינט דאס זעט זיך אין שפיגל. איך האב געלאכט און געוויינט אין די זעלבע צייט. אלעס איז גענוי אויף די האר וואס שפילט זיך אפ ביי יעדעם, איבעראל, און וואו נישט. כאב נאכקיינמאל נישט געזען אזויפיל קלארע חומר איבער דעם ענין. גענומען אונזערע גאנצע סיסטעם און הילוך החיים און אויסגעטון נאקעט ווי אדם פארן חטא. דאס צוקענען באווייזן האט זיך זיכער געפאדערט אסאך שעות פון שרייב ארבעט, הגהות, און א פעדער איינס און א גוטס.
דאס איז א האנט-בוך פאר יעדער חסידישע יונגערמאן וואס וויל זיך זען פון אינדרויסן.
זיין שטערקסטע פונקט אינעם בוך איז צו די עלטערן וואס זענען דורך דעם סיסטעם, און טוען צו די קינדער די זעלבע זאך וואס זיי וואלטן נישט געוואלט איבערשפילן פאר זיך. פון אינעווייניג פירט מען זיך מאדערן און מגושמדיג פאר זיך און פאר די קינדער געבט מען די זעלבע שטרוי וואס מהאט אליין געגעסן.
ליידער גייט ער נישט אנקומען אין ערגעץ מיט זיין בוך. גארנישט גייט זיך רורן, נאר אן אינסייד סיילענט רעוואלוציע וואס בוזשעוועט שוין פאר די לעצטע צוויי דריי יאר וועט דאס קענען טוישן אפס קצהו.
איין לימוד זכות האב איך אויף די חסידים. אזא געלונגענע קונטרס איז נישט געשריבן געווארן דורך א ליטאי און נישט דורך א מאדרען ארטאדאקס איד, נאר דורך א חסיד אויף וועמען ער באוויינט אינעם קונטרס. מיר חסידים צוזאמען מיט אלע אונזערע חסרונות פארמאגן הוגי דעות, שרייבערס, און בלאגערס וואס האט נישט דאס גלייכן.[/justify]

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור
געליינט דאס גאנצע ביכל אין איין אטעם. דאס איז מורא'דיג געשריבן און הערליך אראפגעלייגט! עס לייענט זיך אזוי געשמאק, און מ'קען אראפ פאלן פון בענקל פון די רייכע שפראך און בליציגע געדאנקן.
עס דערקענט זיך די געוואלדיגע מאס פון צייט וואס @קטלא קניא האט דערין אריינגעלייגט, און עס איז צום האפן אז הזורעים בדמעה ברנה יקצורו.
הגם די חלק פון "עת לעשות לשם" הערט זיך ווי א וויסטע חלום, אבער עס איז בכלל נישט אפגעפרעגט און אזוי ווייט פון מציאות ווי מען מיינט. מען דארף נאר דער איין נחשון וואס האט ביצים און פירט דאס אויס למעשה, איין מאל די אייז איז געבראכן וועט אי"ה זיין אזאנא מוסדות לרוב, פריער אדער שפעטער.
איין שטארקע קריטיק האב איך נאר, דאס איז דער ערשטע פרק "א בילד פון חסידים בזמן הזה". ראשית כל, לדעתי איז אזא סארט בילד להדיא נישט פון דעם "רוב המוחלט" פונעם חסידישן ציבור, און אפמאלן חסידים אויף אזא אופן איז לכאורה נישט אמת. אוודאי איז דא גענוג און נאך פון די סטייל, זיי זענען לעת עתה טאקע א שיינעם מיעוט המצוי, אבער ווייט פון א רוב.
שנית כל באדערט מיר, פארוואס דארף א גרויסע פאוקאס פונעם ביכל זיין אויף אט די חסידים וואס גייען אין טיאטער און פירן א מערב'דיגע לעבן? הגם אויף זיי איז די טענות הימל שרייעדיג, און זייערע התנהגות איז אבסורד און אומפארשטענדלעך, אבער לתועלת הענין, אויב זוכט מען צו אויפטוהן פאר עמך יודן - די רוב אידן - וואלט איך דאס לגמרי אויסגעלאזט, איך וואלט גערעדט בלויז צו דעם "לדידהו", צו פאררעכטען די לימודי קודש צו וואס עס דארף צו זיין, צו לערנען אויף צו קענען, נישט צו שטיפן צייט, זיך לערנען שרייבן ווי א מענטש, קונה זיין ידיעות בכל מכמני התורה, נישט נאר אין אפאר משניות און געציילטע בלעטער. מוסיף זיין און לימודי חול כפי הצורך, ללמדו אומנות פשוטו כמשמעו , וכו'.
שלישית, פארוואס דארף מען רעדן פון "מאדערניזירן" דעם עולם? אויב עפעס פארקערט, אז די עלטערן פירן א פראסט לעבן, און זיי ווייסן ביי זיך אין הארצן אז דאס איז נישט עכט אויסגעהאלטן, נאר זיי לעבן אזוי א דאנק די תוצאה פון א שמאלער סיסטעם, און דערפאר האבן נישט קיין תוכן אין זיך, זאלן כאטש זייערע קינדער נישט גלייך אריין פאלן דארט ווי זיי זענען. אז די קינדער קומען אהיים און די עלטערן וועלן זיי ווייזן אלעס וואס זיי זעהן זיך אהן, וואס פאר א טשענס וועט נאך זיין אז די קינדער זאל קונה זיין עטוואס רוחניות?
אויף הלכה למעשה האב איך זייער מורא, אז אויב וועט זיך יא מאכן עווענטועל אזא סארט נייע חדר, ווער וועט דארט די ערשטע שיקן זייערע קינדער? דעס זענען טאקע די וואס זענען שוין יעצט "אוט אוו די באקס", ווייל זיי פייפן אויפן סיסטעם ממילא, זיי וועלן גערן שיקן צו די "נייע מוסד". און, ניין! איך וויל נישט אז מיינע קינדער זאלן זיין ווי זייערע קינדער, איך וויל קינדער אויף אביסל מער א העכער און רוחניות'דיגע מצב, ווי דאס פראסטע ביליגע לעבן. איך וויל קינדער וואס וועלן פארשטיין פירוש המלות פון די סידור, און דאווענען מיט כוונה. קינדער וואס מען לייגט אריין אין זיי א דגוש צו קענען לערנען, מ'באקט אריין אין זיי כבוד פאר א תלמיד חכם און מיט א שטרעבן צו וואקסן ווי זיי אויב זיי קענען, נישט ווי אנדערע קינדער וואס די עלטערן זענען נישט צו גאט און נישט צו לייט, פלעינע פשוטע עמי הארצים, מיטן פולסטן שנאה צו א תלמיד חכם, קומען אהן צום דאווענען און גייען אהיים אהן צו אנרירן דעך סידור, ליגן אין גשמיות עד אין סוף, און באדן זיך אין עולם הזה מיט כל מיני פרעסעריי און שטותים והבלים! נישט דאס זוך איך! עס דא א גרויסע נפקא מינה פון איינער וואס האט אין זיך תוכן און ערנסטקייט, און אמאל אמאל ציפט מען אראפ אביסל פון וואס די קולטור שטעלט צו, ווי איינער וואס איז א חלק פון די קולטור ממש, און האט מיט אידישקייט גארנישט, אויסער דאס ווייסע העמדל מיט אפאר הארעלעך, אלס זכר לפיאות.
איך זיך טאקע וואס קטלא קניא שטעלט פאר, אז שיקן אין אזאנא פעסט געשטעלטע מוסדות ווי מען איז משקיע אין די קינדער פאר זייערע תועלת זאל זיין די נארמע, נישט קיין בדיעבד'יגער זאך. א פלאץ ווי היימישע, חסידישע און ערליכע יודן זאלן קענען און וועלן שיקן זייערע קינדער. איך פיל אבער אז די שרייבער ציהלט יא אביסל אהין, צו אויפהאדעווען דייקא מער אויפגעקלערטע און מער היינטיגע סטייל ליידיגע קינדער. דאס וויל איך נישט. ענדערש זאלן מיינע קינדער לערנען און ערליכע מוסדות, און איך וועל זיי צולייגן גוטע ביכלעך פאר זייערע וויסנשאפט כפי היכולת, זיי קענען זיך אנליינען מיט היסטאריע און פארשידענע וועלטליכע ענינים אין שטוב, אויף "ללמדו אומנות" וועל איך אי"ה ארבעטען ווען זיי קומען אהיים בין הזמנים פון ישיבה. און זיך פאר'מערב'ן וועל איך שוין לאזן פאר'ן יצר צו טוהן דאס זייניקע, אבער זאל כאטש די יסוד זייערע זיין ווי מער ערליך.
אוודאי, הלוואי זאל ווען יא זיין איין טאג גוטע און היימישע מוסודת, אבער אט דאס איז שוין א חלום וואס כ'גלייב שווער וועט פארוויקליכט ווערן אין די נאנטער צוקונפט.
גיי ווייס, אפשר בין איך גאר דער וואס לעבט אין א טעות, איך דריי מיך נאר צווישן מער ערנסטע מענטשן. אדרבה, לאמיר הערן פונעם עולם דא. אדער גאר בעטן @1111 צו עפענען א פרישע אנקעטע, ומלאה הארץ דעה.

- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1302 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
קטלא מאלט אראפ א באקאנטער סטערעאטיפ, דער בארא פארקער בעסערער יונגערמאן, וועלכער לעבט א חיים טובים און האט גארנישט און צומאל אויך נישט מיט לייט. אויף האט ער די מערסטע טענות, פארוואס ער קען זיין אזא היפאקריט און אין יעדן הינזיכט פארבעסערן זיין לעבן לויט ווי אים שמעקט סיידן ווען ס'קומט צו דער חינוך און ערציאונג פון זיינע קינדער.
עס האט מיר דערמאנט א קאמישע געשיכטע, וואס כ'האב געהאט מיט א חבר, וועלכער געהערט צו אט דער גאטונג, ער גייט אפילו ווייסע זאקן און זיין פרוי שערט זיך מסתמא א טריפל זערא, גיט צדקה און מסתמא נעמט ער אפילו אנטייל אין א קומזיץ אום מוצאי שבת, אבער מיט גאט אדער הלכה האט ער נישט קיין גרויסע שייכות.
א געטרייער מעמבער אין נעטפליקס, זיין אידענע האט א טעבלעט ווייל קיין סמארטפאן טאר מען נישט האבן, בקי בשבילי דדעמי לעוואטע כבשבילי דנהרדעא, ער פארמאגט א גוטע פרנסה און לעבט א נפש רחבה'דיגן חיים טובים אין יעדן הינזיכט נאר שייך, וואוינט זיך אין א פאלאצל, פארט און קומט און נעמט זיך אפ זיין חלק אין עולם הזה מיט א שיעור חזון איש.
הכלל, האב איך געהאט מיט אים א שמועס, ארום א באקאנטער או.טו.די. דערציילט ער מיר ווי מ'איז געקומען נאך געלט פאר דעם צוועק. "פארוואס טאקע איז יענער אפגעפארן?" געב איך אים א פרעג, נישט ווייל כ'האב דערווארט אן אויפריכטיגן ענטפער נאר מער צוליב דער נישטיגקייט.
"צוליב תאוות," ענטפערט ער מיר מיט א בלעכענעם אתנחתא.
כ'האב נישט געוואוסט צי איך זאל לאכן אדער וויינען, ווייל כ'גלויב נישט מיין בעל דברים איז הינטערשטעליך אין סיי וועלכע תאווה, און דער או.טי.די. איז סך הכל א רחמנות א בטלן, ער וואלט זיך פשוט געדארפט קומען לערנען וויאזוי מ'גיט זיך נאך אלע תאוות שבעולם אזוי אין דער שמאלץ טאפ, און פאר צושפייז קען מען נאך צוקרעכצן צו נעבעך נעבעך יענעמ'ס תאוות.
עס האט מיר דערמאנט א קאמישע געשיכטע, וואס כ'האב געהאט מיט א חבר, וועלכער געהערט צו אט דער גאטונג, ער גייט אפילו ווייסע זאקן און זיין פרוי שערט זיך מסתמא א טריפל זערא, גיט צדקה און מסתמא נעמט ער אפילו אנטייל אין א קומזיץ אום מוצאי שבת, אבער מיט גאט אדער הלכה האט ער נישט קיין גרויסע שייכות.
א געטרייער מעמבער אין נעטפליקס, זיין אידענע האט א טעבלעט ווייל קיין סמארטפאן טאר מען נישט האבן, בקי בשבילי דדעמי לעוואטע כבשבילי דנהרדעא, ער פארמאגט א גוטע פרנסה און לעבט א נפש רחבה'דיגן חיים טובים אין יעדן הינזיכט נאר שייך, וואוינט זיך אין א פאלאצל, פארט און קומט און נעמט זיך אפ זיין חלק אין עולם הזה מיט א שיעור חזון איש.
הכלל, האב איך געהאט מיט אים א שמועס, ארום א באקאנטער או.טו.די. דערציילט ער מיר ווי מ'איז געקומען נאך געלט פאר דעם צוועק. "פארוואס טאקע איז יענער אפגעפארן?" געב איך אים א פרעג, נישט ווייל כ'האב דערווארט אן אויפריכטיגן ענטפער נאר מער צוליב דער נישטיגקייט.
"צוליב תאוות," ענטפערט ער מיר מיט א בלעכענעם אתנחתא.
כ'האב נישט געוואוסט צי איך זאל לאכן אדער וויינען, ווייל כ'גלויב נישט מיין בעל דברים איז הינטערשטעליך אין סיי וועלכע תאווה, און דער או.טי.די. איז סך הכל א רחמנות א בטלן, ער וואלט זיך פשוט געדארפט קומען לערנען וויאזוי מ'גיט זיך נאך אלע תאוות שבעולם אזוי אין דער שמאלץ טאפ, און פאר צושפייז קען מען נאך צוקרעכצן צו נעבעך נעבעך יענעמ'ס תאוות.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור
יא יא, איך קען זיי גוט. קטלא לייגט זיי אראפ בפרטי פרטיות ווי נאר ער קען. און ווי געזאגט, זייערער מהלך המחשבה איז היפאקריסי בתפארתה.
ווען מען וויל אויפטוען פארן כלל, וואלט איך אויסגעקראסד די דאזיגע מענטשען. זיי וואלטן אויך געהאלפן געווארן בתוך שאר חולי ישראל, אבער איך וואלט מיין ציל געהאלטן אויף - האפענטליך - די מערהייט פון חסידישע הייזער.
איך זעה נישט קיין זכות קיום פון מוצלח'דיגע ערליכע מוסדות, ווען מען וועט אריין נעמען יעדן אהן קיין שום חשבון. אדרבה ואדרבה, אזא סארט נייע געדאנק דארף זיין סך מער נזהר מי ומי השולחים, ווייל בלויז איין דורכפאל, איין גראבע מעשה און דאס איבעריגע וועט שוין צאמפאלן נאך פאר עס קען שטיין.
פארפאלן, ס'נישט מעגליך במציאות צו מאכן איין סארט מוסד פאר אלע סארט מענטשן. יעדער מאכט זיך זיין ליין ווי ער וויל. די ערליכע און 'פרומע' האבן אויך בהחלט א זכות צו ערציען זייערע קינדער מיט א געזונטע חינוך וואס פאסט פאר די היינטיגע דור! אבער פארט נאך אלס זיין שטארק מיט זייערע סארט השקפות החיים און ערנסטע תכלית.
ווען מען וויל אויפטוען פארן כלל, וואלט איך אויסגעקראסד די דאזיגע מענטשען. זיי וואלטן אויך געהאלפן געווארן בתוך שאר חולי ישראל, אבער איך וואלט מיין ציל געהאלטן אויף - האפענטליך - די מערהייט פון חסידישע הייזער.
איך זעה נישט קיין זכות קיום פון מוצלח'דיגע ערליכע מוסדות, ווען מען וועט אריין נעמען יעדן אהן קיין שום חשבון. אדרבה ואדרבה, אזא סארט נייע געדאנק דארף זיין סך מער נזהר מי ומי השולחים, ווייל בלויז איין דורכפאל, איין גראבע מעשה און דאס איבעריגע וועט שוין צאמפאלן נאך פאר עס קען שטיין.
פארפאלן, ס'נישט מעגליך במציאות צו מאכן איין סארט מוסד פאר אלע סארט מענטשן. יעדער מאכט זיך זיין ליין ווי ער וויל. די ערליכע און 'פרומע' האבן אויך בהחלט א זכות צו ערציען זייערע קינדער מיט א געזונטע חינוך וואס פאסט פאר די היינטיגע דור! אבער פארט נאך אלס זיין שטארק מיט זייערע סארט השקפות החיים און ערנסטע תכלית.
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
איך בין שטאַרק מסופק צי איך זאָל דאָ שרייבן לגופו של ענין אָדער נישט. מצד אחד האָב איך אָפּגעזאָגט מיינס און לאָז אַ צווייטער אויך רעדן. איך וויל אויך זיך אַליין נישט פאַרטיידיגן ווייל איך בין זיכער מען קען קריטיקירן און ביושר און זאָל דער קונטרס רעדן פאַר זיך אַליין. נאָר אויפן דקדוק חבירים בין איך נישט ערגער ווי אַ צווייטן. און אויך באַנעמט דער נושא אַ ריזיגן ציבור און דער מדובר איז דאָ נישט איבער וואָס איך צי אַ צווייטער האַלט. עס איז איבער טויזנטער און טויזנטער קינדער און אונזער עתיד.
מיין אָדיענץ איז געווען אַ מדובר ביים כבוד הרעדאַקטאָר [tag]אבטולמוס[/tag] און אויך [tag]פלאוויוס[/tag]. איך האָב אויסגעקליבן די ווייל ביי זיי האָבן זיך אָנגעהויבן מיינע מחשבות, זיי קען איך דער בעסטער, זיי זענען מער תוכו כברו, אויף זיי איז די קשיא דער האַרבסטער, זיי באַהאַנדלט מען דער ערגסטער כאילו מיר אַליין האָבן זיי נישט אויפגעצויגן און זיי זענען גאָר וואַקסנדיג. איך קען פיל מער כאַניאָקעס מיט אַזוינע קינדער ווי איך קען אַזוינע סאָרטן נאָר מיט פאַרכאַניאָקטע קינדער. כאָטש די זענען געשילדערט עטוואָס עקסטרעם זענען דאָ גאַנצע שיכטן וואָס זענען אַזוי למחצה לשליש ולרביע. גייען נישט אין טעאַטער אָבער האַלטן אַלעס מיט אינדערהיים, און אַז נישט ער איז זי. און אַז נישט זי איז ער אין דער ביוראָו. ער האַלט מיט אַ שיעור דף היומי טאָג טעגלעך און זיין פרויס שייטל קאָסט אָפּ אַ הון תועפות. איך קריטיקיר קיינעם נישט און איך בין אויך נישט מלמד זכות. איך פרעג נאָר וואו איז דער אחריות צו דער עתיד פון די קינדער. דער בר־מצווה בחור און זיינע עלטערן וועם איך שילדער זענען אויך איבערהויפּט נישט די סאָרט און דער יונגערמאַן וואָס נאַשט פון חקירה ספרים נאָר זיינע קינדער לאָזט ער וואַלגערן זיך אין אַ גלות הדעת איז אויך נישט געקנעטן פון אַזאַ טייג.
ווייטער איבער אויפטון, זאָגט שוין דער גמרא היזהרו בבני עניים שמהם תצא תורה. רעוואָלוציעס הייבן זיך נישט אָן ביי די מיטלע קלאַסן ווייל זיי האָבן צופיל פאַרשטעקט אינעם סיסטעם. דער שוכן־עד איד האָט נישט קיין אינטערעס אונטערצוברענגן דער סיסטעם אָדער אפילו נישט אויפצושטעלן אַ פּאַראַלעל סיסטעם, סיי ווייל אים איז די יעצעטיגע סיסטעם גאַנץ גוט און סיי ווייל ער האָט דער מערסטער צו דערלייגן.
אויף איין זאַך מוז איך מיך דינגען און דאָס איז איבער די אַנדערע קינדער אין אַ מוסד. עס קען און דאַרף זיין אַן ערליכער מוסד וואָס איז געטריי צו תורה און הלכה נאָר מיט אַן אָפענעם קאָפּ און וואָס קען פאַרטראָגן אַלע קינדער. אַ קינד וואָס קומט פון אַ שטאַרקער היים ווערט נישט באַלד נתפעל פון וואָס ער זעט אַז אַ צווייטער האָט אָדער ווי אַ צווייטער פירט זיך. עס איז אַ שאָד זיך צו דינגען איבער אונזער איינטריט פּראָבלעמען כל זמן די עלטערן האָבן אַזאַ צוגאַנג. אַזויווי עס איז, לערנען אייערע קינדער אויך אין מוסדות מיט קינדער פון די וואָס ווערן געשילדערט אינעם קונטרס. נאָר היינט איז עס אונטער אַ מאַסקע און אַזוי וועט עס זיין נאַטירליך, זיינע עלטערן זענען אַזוי און מיר זענען אַנדערש. איך קלער אויך אַז אַזאַ תלמוד תורה וועט צוציען ערנסטערע מענטשן נאָר מיט פּרינציפּן (כדוגמת "יעקב יוסף" אין [tag]דער וועקער[/tag]) - נישט אַז די אַנדערע האָבן נישט זייערע פּרינציפּן - און זיי ווי אויך די מיסדים און שטאַב וועלן אַוועקשטעלן דער רוח און גייסט פון אַזאַ מוסד מיט דרך ארץ צו תורה און צו וויסנשאַפט.

- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 262 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל
ר' קטלא קניא (איך ווייס נישט וויאזוי איך זאל דיך/אייך אדרעסירן, דו וואלטסט געקענט זיין מיין טאטע, דו האסט שוין געבלאגט נאך איידער מיין בר-מצווה...),
כה לחי! ריזיג! איך האב געליינט דעם קונטרס אין איין אטעם ליטערעלי. איך האב געשלונגען מיט דארשט און אייפער. עס איז באמת מוראדיג גוט געשריבן. איך האב געוויינט אין הארצן ווען שוין לאנג פארגעסענע זכרונות זענען מיר אויפגעשווימען פון די אומאנגענעמע קינדער יארן און די זינלאזע ענדלאזע ציללאזע שעות און שעות פון זיצן אויף די האלצערנע בענק מיט גארנישט עפעס צו טאן בלויז קוקן אויפן זייגער און ציילן די סקונדעס (יא באמת!), און איך האב דוקא א גוטן קאפ, איך האב פארשטאנען די גמרא גיך און דערנאך געקלאצט און געחלומט און געקאטשקעט און געמאכט שיפעלעך ועדיין לא בא ערב...
איך האב געליינט און געשטורעמט און געווען זיכער אז ווען איך קום ארויס איז די וועלט אנדערש, ווי א דונער וואס הילכט אפ וועט דאס אויפשטורעמען די חרדישע וועלט, מענטשן וועלן זיך קופקען, אלע וואטס אפ גרופס, אלע מקוה שמועסערס, אלע ועד און קהל מיטינגס וועלן זיך אפשטעלן, "האסט עס געליינט??"
קטלא קניא איך מוז זאגן איך האב דיר אונטערגעשאצט, איך האב ערווארטעט עפעס א משכיליש ביכל מיט בייסיגע הומאר און הויכשטאפלערישע פרעמדע אויסדרוקן, וואס וועט ארינשפילן אין די הענט פון פילאפ אין זיין השקפה ארטיקל וואו ער וועט קלויבן ציטאטן פון דעם שרעקליכן ארטיקל וואס די משכילים פארשפרייטן. דערווייל איז דער קונטרס אויפריכטיג און אמתדיג ביז גאר, ריכטיגע דיבורים פון הארצן ארויס וואס זעצן זיך גלייך אויפן מוח ארויף, קאמאן סענס, פשוטע שכלדיגע ווערטער, נישט אראפגערעדט, נאר פשוט און קלאר אויף א אמתדיגער שפראך וואס יעדער איינציגער קען זיך אידענטיפיצירן דערמיט, ווערטער וואס שרייען און מאנען, ווערטער וואס פארלאנגען ענטפערס, וואס קוקן יעדן פון אונז אין פנים אריין און לאזן זיך נישט ארויסדרייען.
איך האף אז דער קונטרס וועט עושה רושם זיין, און אריבערגיין פון האנט צו האנט, יעדער פון אונז האט א פליכט ווייטער צו טראגן דעם מעסעדזש, אנהאלטן די דעבאטע, נישט לאזן דאס אראפגיין פון טיש, מיר מוזן אויסנוצן די געלעגנהייט איידער די אנדערע זייט כאפט דאס און נוצט דאס אויס לרעתינו.
קטלא קניא האט שוין געענטפערט אויף די טענה וועגן דעם טיפ חסידים לייט, איך האב אזוי פארשטאנען כאטש עס האט מיר אויך געשטערט פארוואס ער לייגט דאס אזוי אראפ בכלליות, קטלא וויל רעדן צו דעם עולם, מיט זיי איז דא וואס צו שמועסן, די מענטשן זענען גרייט פאר א טויש, מען דארף עס נאר אויפארבעטן, די עקסטרעמע עלעמענטן האבן מיר שוין ממילא פארלוירן, פאר זיי וועט נישט העלפן די אלע ווערטער. פאר זיי איז דאס א שטאלץ, זיי פארשטייען שוין נישט דעם מענטשליכן שפראך. פאר די קילערע סארט מענטשן קען מען נאך עפעס רעדן, כאטש נישט אלע פון זיי זענען אינטעלעקטואל אויסגעצייכנט איז דאס עפעס וואס מען דארף נישט זיין קיין בעל מוח צו פארשטיין אז די קינדער דארפן א טויש.
קטלא רעדט אבער פארט נישט אלעס. ער פארווישט דעם ענין פון שידוכים, קטלא וויל נישט זאגן וואס ער האלט באמת. קטלא האפט אז א טויש אין דעם חינוך סיסטעם וועט אויך ברענגען דעם אזוי געגארטן אזוי וויכטיגן טויש אין דעם וועג ווי מיר טוען שידוכים מיט אונזערע קינדער, אנשטאט ארויפצווינגען אויף זיי א "שידוך" וועלן מיר זיי העלפן טרעפן א זיווג לויט זייער רצון און מהות, קטלא ווייסט אז מען קען נישט רעדן דערפון, דאס איז דאך גילוי עריות כפשוטו, ער האפט אז מענטשן וועלן זיין גענוג קלוג און טון למעשה.
לענ"ד איז פיל מער אויספירבאר א רעוואלוציע אין די ישיבה וועלט, כאטש קטלא איז גערעכט, מען האלט שוין נאכן אפהרגנען די קינדערס יוגנט און לעבנסלוסט, און מען האלט שוין אט אט ביי שידוכים, מיין איך אז דאס איז נאך אלץ מער למעשהדיג. די תלמוד תורהס זענען אין די הענט פון די קהלות, צו מאכן א חדר דארף מען א כסדרדיגן פלוס פון קינדער אין אלע יארגאנגען, עלטערן ווילן פאר די קליינע קינדער א אהערגעשטעלטן פארזיכערטן מוסד ווי דער סיסטעם פארט רואיג אומגעשטערט. עלטערן האבן מורא פון א נייעם מוסד, פון די אומזיכערקייט, די כסדרדיגע וואנדערונגען און טוישונגען ביז מען סעטלט זיך, און דערנאך אויב ארבעט זיך עס נישט אויס, דערצו וועלן אונזערע עלטערן שוין נישט האבן קיין וועג צוריק. א ישיבה איז אסאך מאל קליין און אומסטאביל אין פריוואטע הענט, א בחור האבן די עלטערן נישט מורא אהינצושיקן, בחורים זענען ממילא הפקר, נאכדערצו איינעם וואס דער אפיציעלער ישיבה מאכט פראבלעמען, מען איז שוין געוואוינט דערצו און עס קען גיין גרינגער.
ווייטער מיט שידוכים איז אויך גרינגער, עלטערן זעען שוין איין דעם מצב פון זייער בחור, און זענען שוין גרייט צו מקבל זיין וואס עס וועט פאסירן, פונקט ווי די אלע עלטערן פון די יעצטיגע "שוואכע בחורים", עס זעט זיך שוין אן א היבשע טויש אין שידוכים. די ישיבה וועט אריינעמען יעדן אבער מתחלה וועלן נאר שיקן דארטן די "שוואכערע", מען וועט מיט זיי לערנען כדבעי תורה ומלאכה, און עס וועט שוין קונה שם זיין, די בחורים וועלן שלעפן חברים און סוועט זיך פארשפרייטן.
אודאי איז נישט די עצה צו בויען א שפיטאל אונטערן בריק, דאס איז פאר צייטווייליג, מיט די צייט וועט דער עולם ווערן וואך צו דער זאך, די מוסדות וועלן דאס אויךנישט פארשווייגן און וועלן ווארפן קינדער. דאן וועט מען קענען עפענען חדרים מיט דעם יסוד, מיט דעם ציבור און אינפראסטרוקטור פון די ישיבה.
איך לייג פאר מיינע געדאנקען אלס טייל פון דער דעבאטע, זאל זיך יעדער לאזן הערן, בסתר און דאן בגלוי אין שטיבל און שטוב, און דאן טון למעשה. רבותי די גאולה איז נאנט! מען וועט שוין נישט דארפן מורא האבן פון די רדיפות איינמאל דאס איז א פאקט. לאמיר דורכברעכן דעם לעצטן שטערונג, נאך איינמאל זיך צוקריגן מיט די ועד המשמרת, דאס מאל אויף אייביג.
התעוררי!

כבוד הרב קטלא, קודם א יישר כוח פארן זיין דא פארן דעבאטע, אונז דארפן אייך האבן דא מיט אונז.
בנוגע די איינטריט פאר יעדן גלייך, האלט איך שטארק אז דאס וועט טאקע ארבעטן נאר פאר אט די מענטשן וואס זענען חסידיש-לייט ולמטה, אבער קיינמאל נישט פאר עמך יודן.
ווי דערמאנט, האט יעדער זיין אייגענע רויטע ליניע מיט וועמען זיינע קינדער זאלן זיך חבר'ן. איך בין נישט צופרידן פון די יעצטיגע עקסטרעמע תקנות פון די מוסדות, הן בעניני לבוש פאר די עלטערן, די דרעס קאוד פאר די קינדער, און אוודאי אין די רשעות'דיגע תקנות פון "טעכנאלאגיע", וואס אויסער פאר עלטערן וואס זענען אליינס מלמדים איז דאס א שטארקע שטאך.
ווען איך עפען ווען מסודות, וואלט איך עס טאקע לייכטער געמאכט, און טאלערירט אסאך מער א ברייטערע עולם, און אפילו די וואס זענען 'שוואכע' ווי מיר דארף מען אויך טאלערעיטען, אבער ביז א גבול.
קינדער וואס ביי זיי איז מען מחלל שבת, וואלט איך זייער נישט געוואלט. קינדער וואס קומען אהיים און וואטשן טי. ווי. וואלט איך זייער נישט געוואלט. קינדער ווי מען זיצט ביי זיי פון צופרי ביז ביינאכט און מען שפילט געימס אויפן קאמפיוטער, אדער מען וואטשט ביי זיי יו. טוב. בכל עת מצוא, וואלט איך אויך נישט געוואלט. וכהנה וכהנה.
איי מיינע קינדער לערנען יעצט מיט קינדער פון אזעלכע עלטערן? די חילוק איז זייער פשוט, טאקע ווייל זיי שיקן אין א פאריקטע מוסד מיט סדומ'ישע תקנות מוזן די עלטערן בעל כורחך פירן א דאפלטע לעבן, און זיך אויסבאהאלטן פון די אייגענע קינדער ווי ווייט מעגליך, אזוי זענען די קינדער מער ווייניגער אפגעהיטן און נישט אזא געפאר פאר די אנדערע קינדער. די רגע וואס עס עפנט זיך מוסדות פאר אט די סטייל מענטשן, איז נישט דא קיין גדרים און סייגים, ואיש כל הישר בעיניו יעשה.
לדעתי, איז דא גענוג און נאך מענטשן וואס זענען נאך יא אינעם סיסטעם וואס זיכן נישט דייקא ארויס צו גיין אנטקעגן די סיסטעם, וואס ווילן אבער יא א געהעריגע חינוך סיסטעם פאר די קינדער, און דייקא זיי זאלן אוועק שטעלן א שטארקע מוסד אויף גוטע יסודות מיט מעסיגע תקנות. מען קען טרעפן עפעס אן ערנסטע אידל וואס זאל זיין די מנהיג רוחני פונעם חדר, און דאן וועט דאס מצליח זיין.

לכאורה האט עס נישט דוקא מיט וועלכע סארט עלטערען שיקען דארט, נאר מיט די ציל פון די מוסד.
ווען א מוסד דערקלערט זיך אלס דער בריק צווישען די רעאליטעט און די אידעאל, ווען די רעאליטעט איז טיווי שאוס און שוואוילטאג, וויאזוי קען א מענטש וואס זוכט העכערס שיקעמוצו אזא מוסד?
נישט צוליעב די עלטערען, נאר צוליעב די עטאס פון די מוסד.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור
כפול
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 262 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל
דו פארפאסט דעם עיקר, איינס פון די וויכטיגע צילן פון אזא מוסד איז טאקע אויפצוציען מער טאלערירבארע מענטשן וואס קענען פארנעמען עפעס מער ווי זייער שמאלער קוק ווינקל.
דו רעדסט כסדר פון וועם דו "ווילסט" און "ווילסט" נישט אין דיין מוסד, דו פארגעסט אז פילע עלטערן ווילן נישט שיקן אין איין מוסד מיט דיר וויל דו פארמאגסט א סמארטפאון (למשל) און אנדערע ווילן נישט ווייל דו ביזסט א ראדיקאלער און שונא מדינת ישראל.
וויאזוי וועסטו איפארסירן דיינע תקנות? מיט א אינקוויזיציע ווי יעצט? דאס גייט ארויס פון קאנטראל און ווערט איבערגעגעבן פאר משתלטים על הבריות און וועט עווענטועל אויסזען ווי קרית יואל.
אונזער מוסד וועט אויסלערנען די קינדער וואס מיר זענען און פארוואס, און מיר וועלן נישט דארפן מורא האבן זיי צו פארלירן פון א יעדן נארישן ווינטל. די קינדער וועלן אויפוואקסן רייף און ערוואקסן גענוג צו קענען מאכן זייערע באשלוסן אין לעבן, בנוגע זיווגים, קאריערע, און השקפה, די קינדער וועלן וויסן פארוואס זיי טוען עפעס און זיי וועלן דאס נישט אויפהערן צו טאן ווייל א צווייטער גייט מיט א אנדערן לבוש.
אויב דו ווילסט מאכן תקנות, צאי לך בעקבי הצאן, סאטמארער רבי האט געמאכט צוויי תקנות, ביי האר און א בארד, אפשר אויך טעלעוויזיע. דו קענסט מאכן שמירת שבת און טהרת המשפחה, אדער עפעס אנדערש. געדענק דער שטעקן קען נאך צוריקקומען אויף דיר, און מען זאל דיך ארויסווארפן פון דיין אייגענעם מוסד ווייל "די עלטערן" ווילן נישט. כבר היה לעולמים.
דו רעדסט כסדר פון וועם דו "ווילסט" און "ווילסט" נישט אין דיין מוסד, דו פארגעסט אז פילע עלטערן ווילן נישט שיקן אין איין מוסד מיט דיר וויל דו פארמאגסט א סמארטפאון (למשל) און אנדערע ווילן נישט ווייל דו ביזסט א ראדיקאלער און שונא מדינת ישראל.
וויאזוי וועסטו איפארסירן דיינע תקנות? מיט א אינקוויזיציע ווי יעצט? דאס גייט ארויס פון קאנטראל און ווערט איבערגעגעבן פאר משתלטים על הבריות און וועט עווענטועל אויסזען ווי קרית יואל.
אונזער מוסד וועט אויסלערנען די קינדער וואס מיר זענען און פארוואס, און מיר וועלן נישט דארפן מורא האבן זיי צו פארלירן פון א יעדן נארישן ווינטל. די קינדער וועלן אויפוואקסן רייף און ערוואקסן גענוג צו קענען מאכן זייערע באשלוסן אין לעבן, בנוגע זיווגים, קאריערע, און השקפה, די קינדער וועלן וויסן פארוואס זיי טוען עפעס און זיי וועלן דאס נישט אויפהערן צו טאן ווייל א צווייטער גייט מיט א אנדערן לבוש.
אויב דו ווילסט מאכן תקנות, צאי לך בעקבי הצאן, סאטמארער רבי האט געמאכט צוויי תקנות, ביי האר און א בארד, אפשר אויך טעלעוויזיע. דו קענסט מאכן שמירת שבת און טהרת המשפחה, אדער עפעס אנדערש. געדענק דער שטעקן קען נאך צוריקקומען אויף דיר, און מען זאל דיך ארויסווארפן פון דיין אייגענעם מוסד ווייל "די עלטערן" ווילן נישט. כבר היה לעולמים.
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
[justify]אויף די הצעה פון [tag]קטלא קניא[/tag] וויאזוי צו שליכטן די חינוך-קריזיס, האב איך געהערט פון איינעם א שטארקע הגדרה. מעגליך אז קטלא'ס הצעה שיינט אוממעגליך, אדער אבסורד, אבער עס פאלט נישט נידריגער פון די חלום פון מארטין לוטער קינג ווען ער האט פארגעשטעלט די באוויסטע I have a dream, פון אנפאנג האט עס געשיינט צודרייט, אבער ער האט געטוישט היסטאריע.
איך וואלט געוואלט קאמענטן אויף [tag]נעגעל וואסער[/tag]'ס הערות און פאלעמיק. לגבי דעם "בילד פון חסידים בזמן הזה", איך האלט אז קטלא האט דא שוין אנגערירט רוב פון דעם. די נקודה איז נישט אויב דאס איז די "רוב המוחלט" אדער נישט, ואבאר. קודם עס איז אוממעגליך צו וויסן מי ומי ההולכים, זאל מיר דא איינער זאגן וויפיל די כת פון וועמען קטלא רעדט באטרעפן. מיר האבן קיין סייענטיפישע באווייזן, קיין מעטאדעלאגיעס, קיין אנקעטעס, קיין גארנישט, סא אלעס פון וואס מען רעדט איז השערות און עסטימעשענס. וויפיל פרויען לאזן זיך וואקסן די האר? עמיצער האט געמאכט א סורוועי און 200 אידן האבן זיך אנגערופן. דו קענסט נישט וועריפייען די זאכן ביי חסידים, עס איז אוממעגליך. יעצט, קטלא האט הינטערגעשטרייכט די כת וויבאלד ווי געשמועסט קען מען זיי גרינג אידענטיפיצירן. פארשטייט זיך עס מוז נישט זיין אז יעדער מוז האבן אלע פונקטן פון וואס קטלא רעכענט אויס. אויב עמיצער האט פארשטאנען כמעט אלע סימנים פון וועמען קטלא רעכענט אויס, דעם מיינט קטלא. מוזט נישט אלעס וויסן, אדער אלעס טון, אדער אלעס וועלן טון, מ'רעדט פון די אויר החסידות, די גאנצע לופט האט זיך געטוישט. מיר וואלט געווען שאקירט צו וויסן די אמת'ע ציפערן. א סך מענטשן וועמען מיר וואלט נישט אריינגערעכענט אין די כת זענען באהאלטן אונטער ווייסע זאקן און א פנים פון ערנסקייט, אבער ביינאכט האלט זיי אלעס מיט פון א פליפ-פאון דורך פאלעווען טוויטס. און קטלא האט שוין דא אנגערירט פארוואס דאס איז זיין אָדיענץ אין דעם קונטרס.
שלישית, קטלא האט נישט מציע געווען צו מאדערניזירן די עולם כלל וכלל. די עלטערן וועמען דו רופסט אן אז זיי פירן א פראסטע לעבן, א ריזן חלק האלטן נישט אין הארץ אז זיי טוען עפעס נישט אויסגעהאלטן. ביי א חלק איז די גילטי קאנטשעס אן אפשיי און אילוזיע. ביי א חלק איז יא דא genuine גילטי קאנטשעס, און ביי א חלק איז דא אביסל פון ביידע. עס איז דא צענדליגער קאטעגאריעס, און עס איז שווער צו רעדן אין איין בוך פון הונדערעטע סוגים, מדריגות, און קאטעגאריעס. די הצעה איז צו טוויקן די חינוך סיסטעם אז דאס זאל ווערן קלאסיג, סיי ביי קודש און סיי ביי חול. קטלא איז נישט מציע אז מזאל אראפנעמען די בארד און פיאות, און אריינשלעפן די קינדער אין זייערע תהום. ער שרייבט די קונטרס צו שומתו"צ, ווען נישט שרייבט ער דאס נישט אין אידיש. איך האב פארשטאנען אז ער ברענגט די ביישפילן פון א אינגערמאן וואס וואטשט מאוויס און ווייקט זיך אין Spa, אויף ארויסצוברענגן אז דאס לעבן איז נישט genuine, און נישט לכתחילה, און נישט עפעס וויאזוי חסידות האט אויסגעזען פאר 30 יאר צוריק, און נישט פאר 150 יאר צוריק.
פאר די סעיק אוו ארגעמנט קען איך דיר ברענגן אפאר דוגמאות פון אינגעלייט וואס זענען נישט מגושמים, און נישט פראסט, און דאך פאלן זיי אריין אין די קאטעגאריע פון פירן א פאלשע דאפעלטע לעבן. פרומע אינגעלייט וואס דאווענען מיט מנין, האבן שיעורי תורה, גייען מיטן היט אויפן גאס, אבער זיי וואטשען מאוויס ביינאכט מיט די ווייב ווען די קינדער שלאפן. עלטערן מעגן טון זאכן וואס קינדער מעגן נישט, אבער איך רעד פון די קאנסעפט פון באהאלטן וועליוס פון קינדער, טון איין זאך און פארלאנגן א צווייטער זאך. זיי קענען אמאל גיין אין א רעסטעראנט מיט א שוואכע הכשר, אבער פאר די קינדער זאגט מען אז ביי אונז עסט מען נאר סאכדעס (ווייל זיידי קען זיך אויפרעגן). זיך מישן בשתיקה אום פסח (קיינער טאר נישט וויסן ווייל דער אינגערמאן איז אן ערנסטער) אבער פאר די קינדער זאגט מען, נאר עסן אוועקאדא. ואין קץ לדוגמאות.[/justify]