חרדים אנוסים - לעבן א דאפלטע לעבן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

הוגה האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:די שאלה איז אזוי:
ווילאנג וועט דאס לעבן-סטייל-טויש זיין א יחיד'שע שריט, וואס פארלאנגט גרויסע כוחות הנפש.
פארוואס זאל דאס נישט ווערן א ציבור'ישע אריבערגאנג, אז ווען די היץ ווערט גרויס וועט חצי נחמה זיין מטעם היותו צרת רבים.

פארוואס נישט גרינדען א שוהל מיט א פאסיגע ראביי; א תלמוד תורה וואס די חינוך פנימ'ט די מציאות וכו',


פארוואס גרינדען נישט די שמועסערס אן אייגענע שול פאר שמועסערס מיט א ראביי א שמועסער? ווייל א יעדער וויל שמועסען אין א שול וואו מען דאווענט ערליך און ווארים, מיט א פרומע רב.

וואס פארשטייסטי? ווען מען זאל מעגען שמיסען, און קיינער זאל זיך נישט גארלען אין די בעיקראונד און די סידורים זאלען זיין פארמאאכט, און דער בייזער זיידע וועט נישט שישקען
וואספאר טעם האט אזא געשמיסעכטץ?
וואס פארשטייט א גוי צו אידישע תאוות???
:lol: :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

חרדים סעללס.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

א פרישע ארטיקל אויף Ynet איבער חרדים וואס לעבן א דאפעלט לעבן
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4497757,00.html
באניצער אוואטאר
לא להנאת גופי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 6:10 pm
געפינט זיך: ווענד זיך ווען
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

שליחה דורך לא להנאת גופי »

איינער האט מיך דערמאנט וועגן א שטיקל אין דער 'אמי' וועגן אזויגערופענע 'ארטא-פראקס' , ווי די אמי האט אינטערוויוט א 'דיין' וואס גלייבט נישט, אפס, וואו קען איך עס זעען?
הרינו עושה זאת לא להנאת גופי כלל וכלל!! אין לי שום שמץ של הנאת עצמי כלל!!
כ'ווינדער מיך אלעמאל פארוואס מענטשען גייען אזוי פאר גשמיות. נאכדערצו 'לייקס', כאפ איך בכלל נישט די הנאה דערפון.
די אלע זאכען רעדן עפעס נישט צו מיר.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

לא להנאת גופי האט געשריבן:איינער האט מיך דערמאנט וועגן א שטיקל אין דער 'אמי' וועגן אזויגערופענע 'ארטא-פראקס' , ווי די אמי האט אינטערוויוט א 'דיין' וואס גלייבט נישט, אפס, וואו קען איך עס זעען?


סליפקין האט א לענגערע ארטיקל דערוועגן. ממש אנהייב האט ער א לינק צו קענען דאונלאודען די גאנצע ארטיקל.


[tag]לא להנאת גופי[/tag]


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

שוין אויס דאפעלטע, ווענט זיך לויט וועמען...
בייגעלייגטע פיילס
קסדה במקום שטריימל.jpg
קסדה במקום שטריימל.jpg (535.86 KiB) געזען געווארן 3920 מאל
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
שצם_חנכל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך שצם_חנכל »

המלוכה והממשלה האט געשריבן:פרישע ארטיקעל וועגן נוא יארקע אנוסים
http://aeon.co/magazine/culture/the-dou ... -atheists/

די ארטיקל איז אויסגעדראשענע סחורה אבער די רייכע דיסקוסיעס אין די קאמענטס איז ווערט צו ליינען, בעיקר איין אינטעליגענטער חסידישער קאמענטער BM.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אליבא דאמת האט געשריבן:א טימעל אין ארץ ישראל יעצט נאכדעם וואס א חשוב'ע ינוגערמאן מיט'ן נאמען ישראל גרינהויז - א געוועזענע מגי"ש, האט איבערגעלאזט אידישקייט צוזאמען מיט זיין ווייב און זעקס קינדער. אלע וואס קענען אים זענען מעיד אז מ'רעדט פון גאר אן ערענסטע מענטש, און ווען ער האט פארלוירן די אמונה איז ער געווען מורא'דיג צובראכן און דערביטערט.

דער עיקר איז אז ער האט נאך דעם דיקנא קדישא.

בילד

#ווערס'פארשטייטפארשטייט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

א בארד איז א אידישע זאך, נישט קיין 'שיינע זאך'.

איך וואלט אים געראטן זיך אפצוגאלן, פשוט צו פארשענערן זיין צורה, אז עולם הבא האט ער שוין פארפאסט, זאל כאטש זיין עוה"ז ווי ס'ברויך צו זיין.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אז ער האט פארלוירען די אמונה, איז דאך משמע אז אמאהל האט ער עס געהאט, איז ער שוין מער פין רוב. אפשר איז גלייכער אז מען האט עס נישט לכתחילה, איז נישטא וואס צו פארלירן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

רוב עולם האט נישט קיין אמונה??
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קורקלענד: ווייל זיי זענען תינוקות שנשבו. מ'לערנט אויס אז מ'דארף פיינט האבן די ציונים. און די מדינה הטמאה. אבער קיין אמונה לערנט מען נישט מיט אידישע קינדער. מ'לערנט נישט פארוואס אונז לייגן מיר תפילין. פארוואס מ'האלט שבת. פארוואס מ'עסט כשר און די ימים טובים. אויכעט נישט. מ'טוט עס נאר כמעשה קוף בעלמא. נו, איז נישט קיין ווינדער. ווילאנג קענמען טון זאכן וואס מ'פארשטייט נישט. און מ'שפירט (ליידער) נישט קיין טעם דערין. ווייל אין חדר האט מען נישט געלערנט...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

berlbalaguleh האט געשריבן:קורקלענד: ווייל זיי זענען תינוקות שנשבו. מ'לערנט אויס אז מ'דארף פיינט האבן די ציונים. און די מדינה הטמאה.


אלעס קוקסטו אן מיט די זעלבע נאאיווע אונגארישע ברילן! א איד מוז עפעס זיין א ציוני און אז נישט איז ער אפגעפרעגט? זייט ווען? יעדער איד מוז עפעס אלעס מסכים זיין וואס די רעכטע מדינה טוט? און אז נישט איז מען "אן אנטיסעמיט"?? ווייל אזוי האסטו מחליט געוועהן??? א נייע הלכה למשה מסיני??? א נייע מעשה!

זאג, ווער האט די לייסענס צו שרייען "התגרות באומות", נאר סאטמאר רב--דיין רבי רעבאהרן??? ווייל זיי האבן עפעס "א שיטה" וואס רוב גדולים האבן נישט אנגענומען??? נא, די לינקע האבן אויך א שיטה!! און זייער שיטה האט נישט איין קליינע עקסטרעמע פראקציע אנגענומען נאר דאס רופט זיך "די אינטערנאציאנאלער געזעצן" וואס די ישראלים רעדן זיך איין אז זיי זענען עקזעמפט פון איינהאלטן... דיין מדינה איז א בושה און א חרפה פאר אלע אידן...

לויט דיר איז ר' יואליש געוועהן א וויסטער אנטיסעמיט ח"ו... טראכט איין מינוט פאר דו שרייבסט און פאר דו רופסט מיך "נאאיוו" ביטע... איך בעט דיך ברחמים וברצון. טראכט מיט לאגיק, נישט מיט דיין בייעסט געפיהלן פאר דיין "אידישע מדינה"... ווען מיין נאנטע קרוב וואלט געוועהן א רוצח ח"ו וואלט איך אים אויך אנגעשריגן און פארדאמט, נישט קיין חילוק ווער ער איז און וואס ער איז פאר מיר...

לאמיר דיך פרעגן א צווייטע קשיא,

אקעי איך גיי בל"נ שרייבן א באזונדערע אשכול פאר דיר און אלע דיינע "אפענע סתירות" און דיין Cognitive dissonance- נישט נאר דיינע- נאר אלע "רעכטע-רעפובליקאנער-חסידים" און אומערצויגענע, אומציוויליזירטע "טראמפ שטיצער"...

זאג, לויט דיין שרייבן ביסטו א טראמפ שטיצער, ביסט א רעפובליקאנער אויך? אוודאי... איך גיי דיר ווייזן מיט וויפיל "אפענע סתירות" דו לעבסט... און וואספארא היפאקריט און כפוי טובה דו ביסט.... זאג, דו ביסט א אמעריקאנע געבוירענער? דיינע עלטערן זענען דא געבוירן? וויאזוי ביסטו אדער דיינע עלטערן אנגעקומען צו לעבן אין די פרייע אמעריקע? הא??? האסט אמאל געהערט פון א "ליבעראלע אידאלאגיע" וואס רופט זיך "מולטי-קולטוריזם"...?? גרויסע טראמפ שטיצער...! מורא'דיג! אוועקנעמען טויזנטער קינדער פון עלטערן אין די גרויסע "מלכות של חסד"...

פארוואס זענען רוב אידן עד היום הזה - אפילו די פרומע - רובא דרובא דעמאקראטן???
וועק דיך אויף פון דיין שלאף!!!

ביטע שרייב מיר נישט צוריק "מיין טייערע סאציאליסטישע/קאמוניסטישע ברודער" פאר דו ווייסט די פשוטע חילוקים פון קאמוניזם און היינטיגע סאציאליזם. מ'זאגט דיר הונדערט מאל, מ'רעדט דא פון קאנאדא, בעלגיע, עסטרייך, דייטשלאנד, שוועדן, פינלאנד, אוסטראליע און ער שרייעט "קאמוניזם", "סטאלין", "באלשעוויקן"... נעקסטע מאל דו גייסט מיך רופן א קאמוניסט גיי איך דיך רופן אדער א נטורי קרתא, אדער א נאצי-סימפאטייזער... שריי נישט אויף יענעם ווען ער מאכט א קליינע ספעלינג מיסטעיק... קשוט עצמך תחילה, דו ביסט טויזנט מאל מעהר אומ-קארעקט... גרויסע נאאיווע שפראך מייסטער. ביסט א רעפובליקאנער חסיד מיט א זאק פון סתירות... און איך בין נאך נאאיוו?!. :roll:

איך האב דיך ליב עני וועי. מיין רבי דער סב"ק האט געהאלטן מ’דארף ליעב האבן אפילו די שונאים אויך און צום סוף וועלן זיי ווערן דיינע פריינד...

אבער דער אמת בלייבט אמת, פאקטן בלייבן פאקטן. די לינקע זענען אייביג געוועהן גוט פאר אידן און די רעכטע זענען אייביג געוועהן זייער שלעכט פאר אידן און פאר מינאריטעטן עד היום הזה, און דו ביסט אויף זייער זייט ליידער אפילו ביסט אליינס א אימיגראנט... זייער אגענדע איז אז אמעריקע זאל זיין א "ווייסע-קריסטליכע-לאנד". זיי שטיצן מדינת ישראל וועגן זייער אייגענע קריסטליכע חשבונות, נישט ווייל זיי האבן ליב אידן. קיין שום יודישע געגנט וועסטו נישט טרעפן אין זייערע רויטע מדינות... זיי לאזן דיך מיט דיין שטריימל נישט אפילו אריין אין מיסיסיפי... איך וואונדער מיך נאר ווער איז א שונא ישראל אויף די לינקע זייט?

ליידער ליידער אין 2018 אין אמעריקע לויפן איבער פינף "אפענע נאציס/אנטיסעמיטן" וואס רופן אן די אידן מיט די ערגעסטע-לשונות און גרעיט A אנטיסעמיטישע סלאגאנס, ליידער גארנישט אנדערש ווי זיבעציג יאהר צוריק ווי די אמאליגע נאציס ימ"ש וואס האבן געשריגן די אידן זענען אין אלעס שולדיג און זיי נעמען צו אונזער ברויט און דרייען זיך ארויס צו באצאלן שטייערן. פארוואס איז נישטא קיין אפענע ראסיסט און אנטיסעמיט ביי די דעמאקראטן???? הא? אלע נאציס לויפן אויף די רעפובליקאנער זייט! אפשר ווייל זיי האבן זיך נישט געטראפן דאס פלאץ ביי די דעמאקראטן??? אפשר ווייל די לינקע זענען נארמאלע געלערנטע ציוויליזירטע מענטשן וואס פארנעמען נישט קיין טיפשות'דיגע, אלטמאדישע, קינדערישע, אומזיסטיגע האסע און ביגאטרי און זיי פירן זיך מענטשליך צו "אלע" מינאריטעטן??? גיי לערן דיך די פשוט'ע טרוקענע פאקטן פאר דו רופסט מיך נאאיוו... די היפאקריטיסווע דיינע שרייט עד לב השמים...

אנטשולדיגט פארן פארדרייען די אשכול.
צוריק צו די "חרדים-אנוסים"...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

שבת

מען מעג האלטען אנדערש ווי דיר, און מען קען נאך אלץ זיין דיין פריינד?

למשל אױב אין שטים פאר טראמפ, קען איך זיין דיין חבר?

אויב האלט איך אז דיין רבי דער אהבת ישראל, איז געווען אזוי גרויס ווי ר' זלמן לייב פין סאטמאר, קען איך זיין דיין פריינד?

איך מיין אז ר' בערל איז דיין פריינד, הער אויף צו נעמען פערזענליך די גאנצע שרייבעכץ דא, אױב נישט איז א שאד די צייט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

און צוריק צו די חרדים אנוסים,

לדעתי ווען איינער פארט אפ איז עס נישט ווייל ער איז געוועהן פין די אנוסים, און סיבות פין אמונה, נאר אנדערע סיבות. אנוסים בלייבן די זעלבע אויף אייביג.

נעם שבת אחים פאר א משל, ער האט געגלייבט, און גלייבט נאך אלץ. ער איז פין די פארקערטע אנוסים, ודוק.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אישתישבי האט געשריבן:שבת

מען מעג האלטען אנדערש ווי דיר, און מען קען נאך אלץ זיין דיין פריינד?

למשל אױב אין שטים פאר טראמפ, קען איך זיין דיין חבר?

אויב האלט איך אז דיין רבי דער אהבת ישראל, איז געווען אזוי גרויס ווי ר' זלמן לייב פין סאטמאר, קען איך זיין דיין פריינד?

איך מיין אז ר' בערל איז דיין פריינד, הער אויף צו נעמען פערזענליך די גאנצע שרייבעכץ דא, אױב נישט איז א שאד די צייט.


ער און דו מעג האלטן וואס ענק ווילן. ער איז ענטיילט צו זיינע “אייגענע opinions” אבער ער איז נישט ענטייטעלט צו זיינע ״אייגענע פאקטן״! ווען ער שרייעט אז די לינקע זענען אנטיסמיטן און די רעכטע זענען ״אוהבי ישראל״ איז עס פרעכע ליגענט! פארקערט פון די מציאות און א גראבע שקר...! און טאמער איז ער א חסידישע איד א קינד פון א אימיגראנט און ער שטיצט ריפובליקאנער איז ער א ״היפאקריט״...

די זעלבע איז געזאגט געווארן אז דו קענסט האלטן אז דער אהבת ישראל איז געוועהן אזוי גרויס ווי ר׳ זלמן לייב אבער מקען אויפווייזן מיט ״פאקטן״ אז ער איז געוועהן ממש פון די גרעסטע און געלונגענסטע רביס און אידישע-מנהיגים אויף די וועלט... סאיז אזויווי זאגן אז דער חפץ חיים צי דער רמב״ם איז געוועהן אזוי גרויס ווי הרב גבריאל צינער אדער ווייס איך ווער...


אקעי לאמיך נישט פארדרייען דא דעם אשכול... צופיל עבירות עובר געוועהן היינט אין ק״ש... אט אט טראסקעט מען מיך ארויס פון דא מיטן אהבת ישראל און ר׳ זלמן לייב אינאיינעם... :lol:
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אישתישבי האט געשריבן:און צוריק צו די חרדים אנוסים,

לדעתי ווען איינער פארט אפ איז עס נישט ווייל ער איז געוועהן פין די אנוסים, און סיבות פין אמונה, נאר אנדערע סיבות. אנוסים בלייבן די זעלבע אויף אייביג.

נעם שבת אחים פאר א משל, ער האט געגלייבט, און גלייבט נאך אלץ. ער איז פין די פארקערטע אנוסים, ודוק.


איך ווייס נאכנישט ווי איך קום דא אריין פונקטליך, און וויאזוי דו ווייסט וואס איך גלייב יא און נישט. איך גלייב נישט באמת. ווייל גלייבן איז נישט קיין ריעאלעטי. איך בין פשוט א פרומער איד ווייל איך בין אזוי אויפגעוואקסן און דאס איז מיין מסורה פון דורי דורות. איך בין אבער נישט איבערצייגט אין גארנישט. איך פארשטיי ביידע זייטן. און איך האב ״אויסגעוועלט״ און בוחר געוועהן צו האלטן אידישקייט לויט מיין פארשטאנד. למשל מיט א ״שייגעץ-בייק״ פאר איך יא ארום... ווייסט וואס כמיין??? און א סקווירא-בעיק איז נישט קיין תועבה אין מיינע אויגן... און חלב ישראל איז נאר געמאכט אז פארקאש מיט וויינבערגער פון מהדרין, און שטייצעך די מאגרובער רב זאל זיין געזונט און שטארק זאלן מאכן א לעבן... וכו׳ וכו׳ מיין אידישקייט מאך איך מיר אליינס אפ לויט די שו״ע שטייצעך. און אזוי איז יעדער צופרידן....
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אישתישבי האט געשריבן:שבת

מען מעג האלטען אנדערש ווי דיר, און מען קען נאך אלץ זיין דיין פריינד?

למשל אױב אין שטים פאר טראמפ, קען איך זיין דיין חבר?

אויב האלט איך אז דיין רבי דער אהבת ישראל, איז געווען אזוי גרויס ווי ר' זלמן לייב פין סאטמאר, קען איך זיין דיין פריינד?

איך מיין אז ר' בערל איז דיין פריינד, הער אויף צו נעמען פערזענליך די גאנצע שרייבעכץ דא, אױב נישט איז א שאד די צייט.

אישתישבי: ייש"כ. איך וועלל פרובירן צו ענטפערן פאר אונזער טייערן סאציאליסטישן פריינד און וויזשניצער חסיד דורך דיר...!
ערשטנס האביך מיך געקוילערט פאר געלעכטער ליינענדיג די אלע אינטרעסאנטע פאקטן וואס דו ווארפסט צוזאם אין איין תגובה. הקיצור. דו ביסט נישט אקעיגן די מדינה ווייל דו האלטסט בשיטה אז ס'איז אקעגן די תורה. נאר ווייל זיי זענען ..."רעכטע"... און נישט סאציאליסטן. איך האב נייעס פאר דיר. אין די..."בראשית"... יארן פון די מדינה זענען זיי געווען גאר גרויסע סאציאליסטן. און אפילו קאמוניסטן. נאר זיי האבן איינגעזעהן אז מיט סאציאליזם וועללן זיי ווייט נישט גיין...!

איך בעהט דיך שוין צום וויפלסטן מאל אז דו זאלסט דיר ארויסהאקן פון קאפ אז דאס וואס דו רעדסט דיר איין אז דו ביסט א סאציאליסט וועט דיר העלפן בעת צר. א מכה. דו דארפסט געדענקען אז צו אלעם ערשטן. און צו אלעם לעצטן ביסטו א איד. און אזוי קוקן דיך אן דיינע אזוי-גערופענע גוטע פריינט. ס'זעהט אויס אז דו האסט שוין פארגעסן דעם פסוק אין מגילת איכה...":כל רעיה בגדו בה"... די אלטע, היסטארישע ארץ ישראל האט אויך געהאט אליאנסן מיט מצרים און אנדערע לענדער. אבער ווען ס'איז געקומען אין אן עת צרה, האבן זיך אלע אויסגעדרייט דעם רוקן צו די אידן.

און צום מיליאנסטן מאל... גיי נישט ווייט צוריק אין די היסטאריע. נאר ביי די צווייטע וועלט מלחמה. זענען אין פוילן און אנדערע מזרח אייראפע'אישע מדינות געווען אלערליי סאציאליסטיש דעמאקראטישע גרופס. וואו די אידן זענען געווען אן אינטעגראלער טייל פון זיי. און זיי האבן צוזאמען געקעמפט ..."אויף די באריקאדן"... און בעת צר האבן זיי אלע ווי איינס זיך געמאכט ווי זיי קענען נישט די אידן. נאר האבן געהאלפן אויסהארגענען און פארניכטן און פארטרייבן זיי...!

אנא ממך. איך בעט מיך ביי דיר. איך ווילל נישט אז אונז זאללן מיר זיך ח"ו טרעפן אויף יענע ליין. און דו וועסט מיר דארפן זאגן אז איך בין גערעכט געווען. דו נאאיווער אונגערישער אדער פוילישער אדער מארמאראשער מענטש טראכטסט נישט אז נאך די סעלעקציע פון מענגעלע, ימ"ש אין אוישוויץ, אויף די ליין צו די גאז קאמערן זענען געווען אזעלכע קלוגע און אקטיווע מענטשן ווי דו וועלכע האבן געגלייבט בכל לבבם ובכל נפשם ובכל מאודם אין די סאציאליסטישע עבודה זרה. נו, האט עס זיי געהאלפן...? א מכה!. זיי זענען נעבעך געגאנגען אין כבשן האש... ועלו על המוקד השמימה...!

קלאפ דיר שוין ארויס פון דיין קאפ איינמאל פאר אלעמאל. דו ביסט נישט קיין סאציאליסט. דו ביסט א איד. עי דזשו. א זשיד. עדי זשידאו. יעוורעי. העוורעיאו. כודיאו. זשואיף...! דאס ביסטו געבוירן. און דאס וועסטו בלייבן...ערלעדיגט...! א גוטן טאג...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נאך א זאך פאר הרב שבת אחים: דו זאגסט אז איך וועיס נישט קיין חילוק פון סאציאליזם ביז קאמוניזם. איך בין גרייט זיך צו פארהערן מיט דיר אין פאבליק. וואס סאציאליזם איז. און די אלע ארומיגע מענטשן ארום דעים. און וואס קאמוניזם איז.
נאר לטעימה בעלמא. ווער איז געווען אלעקסאנדער קערענסקי?. און וואס איז געווען זיין שייכות מיט וולאדימיר לענין. וויפיהל גרויסע גרופס זענען געווען אין יאר 1917 וועלכע האבן ?געקעמפט ביי די ציווילע מלחמה אין רוסלאנד?...! ווער זענען געווען די באלשעוויקס. און ווער די מענשעוויקס. און וועלכע אנדערע גרופס פון ערנסטע שפילערס זענען געווען אויף די סצענע. און פון וועם האבן די באלשעוויקן די מערסטע מורא געהאט?...!

דו קענסט עס גוגל'ען און מיר געבן א נארמאלן ענטפער. או דאס איז נאר די התחלה. איך וועל דא זיין א שטיקל בעל גאוה. איך מיין אז ווען איך וואלט געגאנגען אין קאלידזש וואלט איך באקומען לכה"פ א מעסטער'ס דיגרי אויף דעם סאבדזשעקט...!!! ואתה...??? קדוש, יושב תהילות ישראל...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מיין טייערע נטורי קרתא ברודער.... :?


איך זאל מיך ארויסהאקן פון מיין קאפ אז איך בין א סאציאליסט? ווען דו וועסט זיך ארויסהאקן פון דיין קאפ אז דו ביסט א ציוני און א ראסיסט... האסטו געהערט א מעשה!?

וואס האט איינס מיטן צווייטן???

א מענטש קען נישט זיין סיי א איד און א סיי א סאציאליסט? סאיז עפעס א סתירה? :roll:

איינער פארשטייט וואס ער רעדט דא צאם פאר פייער און פאר וואסער????

איך בין הונדערט פראצענט א איד לויט מיין DNA און לויט מיין אפשטאם- איך האב עס אמאל געלייקענט???
חוץ ווען איך האב באזוכט ״דיינע חברים״ אין די סאוט די קריסטליכע-טראמפ שטיצער אין די סאוט.... און דארט האט מען געמעגט ע״פ הלכה באהאלטן מיין אפשטאם, פשוט אלץ ״פיקוח נפש״, אזויווי אסתר המלכה...

איז נאכמאל איך בין א אשכנזישער איד און מיין פאליטיקל-אפיליאציע איז דעמקראט-סאציאליסט...

ס׳וועט מיר העלפן? יא! די דעמקראטן האבן געהאלפן מיין מאמע ארויסגיין פון די קאמיוניסטישע גיהונים!!! פרעזידענט דזשאונסאן און זיין אדמינסטראציע פערזענליך האט געהאלפן טויזנטער אידן ארויסגיין פון רוסלאנד קיין ארץ ישראל אין די ענדע 1960 יאהרן- איך וועל דיר עס נאכאמאל פארציילן מיט אלע דיטאלען. נישט דיינע ישראלים האבן געהאלפן... איך קען דיר ארויסרעכענען נאך צענדליגער זאכן ווי דעמאקראטן האבן מיך און דיך געהאלפן...

וועגן דיין היסטאריע קאמפעטישאן. קען זיין דו קענסט אביסל אלטע היסטאריע. הייבסט נישט אבער אן צו פארשטיין די היינטיגע סאציאליסטישע פאליסיס און אידאלאגיעס... זעראו... פארשטייסט נישט די ״היינטיגע״ דעמקראטן און רעפובליקאנער...מ׳זעהט עס קלאר פון דיין שרייבן- קענסט נישט צאמשטעלן די גאנצע פאזל. ביסט שטעקן געבליבן ביי קערענסקי...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים: ערשטנס. נעמט נישט די גאנצע סומאטאכע פערזענליך. ס'קען די ח"ו שאטן צום געזונט. צווייטנס. דו זאגסט אז דו ביסט א סאציאליסט. אויב דו קענסט נישט די פונדאמענטאלע היסטאריע פון סאציאליזם. קענסטו נישט פארשטיין דעם בעקגראונד פון די היינטיגע סאציאל דעמאקראטישע פאליסיס. און דאס וואס דו זאגסט אז דו ביסט ב"ה א איד אויף פולע 100%. זיכער איך בין מסכים מיט דיר. אבער וואס איך האב געזאגט (און זאג נאכאלץ) אז דיינע סאציאליסטישע חברים קוקן דיך אויכעט אן אלס איד ערשט. און אלס סאציאליסטישער ..."חבר"... דריט...!

אדרבה. פרוביר צו מאכן א שפאציר אויף (כמעט) סיי וועלכן קעמפוס אין די יונייטעד סטעיטס, קענעדע, ענגלאנד אדער אויסטראליע. און שטעל דיך אויף עפעס צו זאגן. נישט לטובת מדינת ישראל. נאר סיי וועלכען סאבדזשעקט. און זעה אויב מ'וועט דיך לאזן קומען צום ווארט. אדער פארשרייען אלס איד און ציוניסט...! און דו קענסט נאך ח"ו אריינהייבן אפאר געזונטע קלעפ אויך...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ר׳ בערל וויפל דו ווייסט וועגן קאמיוניזים האב איך נאך געהערט פון מיין מאמע און מיין זיידע באבע, פעטערס, מומעס, וואס האבן עס אליינס אדורכגעלעבט, איך קען אנפילן הונדערטער בלעטער אין ק״ש וואס כהאב געהערט ״פירסט הענד״ און דאס איז דו גלייכסט צו היינטיגע סאציאליסטן צו די קאמיוניסטן איז ביאונד אבסורד- דו לייגסט זיך אליינס צו נער... נישט איך! דו... דו אליינס...

איך בין אויפגעוואקסן אין די שאטן פון קאמיוניזים.

זיי געזונט. שיק א הערצליכן גריס פאר דיין רבין ר׳ משה הירש און ר׳ משה בער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל].
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: ערשטנס. נעמט נישט די גאנצע סומאטאכע פערזענליך. ס'קען די ח"ו שאטן צום געזונט. צווייטנס. דו זאגסט אז דו ביסט א סאציאליסט. אויב דו קענסט נישט די פונדאמענטאלע היסטאריע פון סאציאליזם. קענסטו נישט פארשטיין דעם בעקגראונד פון די היינטיגע סאציאל דעמאקראטישע פאליסיס. און דאס וואס דו זאגסט אז דו ביסט ב"ה א איד אויף פולע 100%. זיכער איך בין מסכים מיט דיר. אבער וואס איך האב געזאגט (און זאג נאכאלץ) אז דיינע סאציאליסטישע חברים קוקן דיך אויכעט אן אלס איד ערשט. און אלס סאציאליסטישער ..."חבר"... דריט...!

אדרבה. פרוביר צו מאכן א שפאציר אויף (כמעט) סיי וועלכן קעמפוס אין די יונייטעד סטעיטס, קענעדע, ענגלאנד אדער אויסטראליע. און שטעל דיך אויף עפעס צו זאגן. נישט לטובת מדינת ישראל. נאר סיי וועלכען סאבדזשעקט. און זעה אויב מ'וועט דיך לאזן קומען צום ווארט. אדער פארשרייען אלס איד און ציוניסט...! און דו קענסט נאך ח"ו אריינהייבן אפאר געזונטע קלעפ אויך...!


זייער טענה איז אז מדנ״י פאלגט נישט די געזעצן... פרוביר צוזאגן א גיט ווארט אויף די מדינה אין הופער אויף די בימה

צווייטענס מיינסט אלע לינקע זענען עפעס אקעגן מדנ״י? ניין! די ווארטזאגער פון מדנ״י עלען דערשאוויץ איז א אטעיסט/לינקער... ביל מאהר האט געלויבט און געשטיצט טראמפס שריט צורוקן די עמבעסי קיין ירושלים... ביל מאהר איז ממש די גרעסטע ליבעראלער אויף טעלעוויזשאן היינטיגע צייטן... איך בין מחולק מיט אים אויף די פרט. איך האלט סאיז געוועהן א נערישע אומפארזיכטיגע, אומשכלדיגע שריט. איך קען דיר אויסרעכענען גענוג און נאך לינקע וואס זענען פון די גרעסטע ציונים און שטיצטער פאר דיין מדינה.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פארשפארט