נחמו נחמו עמי

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

נחמו נחמו עמי

שליחה דורך ונבנתה העיר »

כ'האב אן ערנסטע חקירה. איז שבת נחמו א דין אינעם מנחם, אדער אין די מנוחמים? אז דער מנחם נחמ'ט, אבער די טארגעט-אוידיענץ נחמענען זיך נישט, קען מען נאכאלס עסן לאקס מוצאי שבת נחמו?

אז א בוים פאלט אליין אין וואלד, מאכט עס אויך א קול? אדער ווי די לצים פרעגן, אז א מאנספערזאן געפינט זיך אליין אין וואלד, איז ער אויך אומגערעכט?

---------

ר' מענדל פוטערפאס ז"ל פלעגט דערציילען איבער א וואנדעריגער מוזיקאנט אין רוסלאנד וועלכער האט געהאט מיט זיך א צען יעריגען יתום, ער פלעגט אים צאלן עטליכע גראשן, און יענער האט געדארפט קלאטשען צו די מוזיק און אויסשרייען: פרייליכער! פרייליכער!

איין טאג האט זיך דער יתומ'ל פארזינדיגט צום מוזיקאנט, עפעס האט ער אנגעווערטשאפט. דער ארבעטסגעבער האט אים דערלאנגט א מנה אפיים, און דער יונגל האט אנגעהויבען וויינען.

דערווייל האט דער מוזיקאנט אנגעהויבען שפילן. איז נישט דא קיינע מעשיות, און וויינענדיגערהייט האט ער אויסגערופען: פרייליכער! פרייליכער!

----------

פארשטייסטע מעך?

דאס לוח ווייזט שוין חמשה עשר באב, הגיע זמן גאולתכם. זיי מוחל וויש זיך אפ די נאז און זיי זיך מנחם.

אזוי האב איך געהייסען.

נַחֲמוּ נַחֲמוּ עַמִּי יֹאמַר אֱלֹהֵיכֶם.

וואס? וואו? ווען? ס'איז א דין אזא? נחמו נחמו? מיט וואס ביסטו דען מנחם?

דַּבְּרוּ עַל לֵב יְרוּשָׁלַ‍ִם וְקִרְאוּ אֵלֶיהָ כִּי מָלְאָה צְבָאָהּ כִּי נִרְצָה עֲו‍ֹנָהּ כִּי לָקְחָה מִיַּד ה' כִּפְלַיִם בְּכָל חַטֹּאתֶיהָ.

אוי האסטו אריינגעהויבען... הא? געדענקסט נאך דעם שמייסער, וואס? - יעצט שמייכל.

קוֹל קוֹרֵא בַּמִּדְבָּר פַּנּוּ דֶּרֶךְ ה' יַשְּׁרוּ בָּעֲרָבָה מְסִלָּה לֵאלֹהֵינוּ.

מאכטס פלאץ! מעיק וועי! דער רבי קומט.

די עסקנים, די סדרנים, אלע זענען אין אווער-דרייוו, ס'טוט זיך טישען און בענק:

כָּל גֶּיא יִנָּשֵׂא [כ'בין אן אלטער שטיצער פון געי מערידזש...] וְכָל הַר וְגִבְעָה יִשְׁפָּלוּ וְהָיָה הֶעָקֹב לְמִישׁוֹר וְהָרְכָסִים לְבִקְעָה.

וְנִגְלָה כְּבוֹד ה' וְרָאוּ כָל בָּשָׂר יַחְדָּו כִּי פִּי ה' דִּבֵּר.

אוי העט זיין א כבוד בית וויזניץ.

-----------

נו, געגאנגען.

קוֹל אֹמֵר קְרָא.

דער רבי קומט שוין אריין.

וְאָמַר מָה אֶקְרָא?

וואס דרייסטו מיר א קאפ?

כָּל הַבָּשָׂר חָצִיר וְכָל חַסְדּוֹ כְּצִיץ הַשָּׂדֶה.

מען האט זיך ערשט קוים אויסגעטון די געשטרייפטע לאגער-בגדים.

יָבֵשׁ חָצִיר נָבֵל צִיץ כִּי רוּחַ ה' נָשְׁבָה בּוֹ, אָכֵן חָצִיר הָעָם – דער עולם איז גוט אין דער ערד.

-------

נע... לא משנה.

יָבֵשׁ חָצִיר נָבֵל צִיץ, וּדְבַר אֱלֹהֵינוּ יָקוּם לְעוֹלָם.

בלוט זאל זיך גיסן, אבער געטרייסט זאל מען זיין.

----------

באט אן דע אדער הענד...

ער איז דאך אזא ראמאנטיק. ער דארף קיינע דברי שכל נישט רעדן. ער צינדט אן פיין-שמעקענדע לעכט, שפילט אויף פרענק סינאטרא'ס א פלאטע, און נעמט מיינע מידע באקן אין זיינע גרויסע האנט-פלאכן.

נַחֲמוּ נַחֲמוּ עַמִּי...

טרייסט זיך, שעפעלע...

דַּבְּרוּ עַל לֵב יְרוּשָׁלַ‍ִם וְקִרְאוּ אֵלֶיהָ, ער רעדט דירעקט צום הארץ מיינע. מיין טייערע ליבלינג, קום אהער, פארמאך די פארוויינטע אויגן.

כִּי מָלְאָה צְבָאָהּ כִּי נִרְצָה עֲו‍ֹנָהּ כִּי לָקְחָה מִיַּד ה' כִּפְלַיִם בְּכָל חַטֹּאתֶיהָ.

איך האב דיר וויי געטון... איך ווייס. אוי, האביך דיר וויי געטון...

און ער גלעט מיין בלאסע שטערן.

----------

איר זעט, יעדע מעשה האט אויך אן אנדערע צד.

פרעזידענט טרומאן האט אמאל פארלאנגט: ברענגטס מיר אן איין-האנטיגער עקענאמיסט.

יעדער אנדערער זאגט אלעמאל "וועל, אן דע אדער הענד"...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: נחמו נחמו עמי

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך מיין די פשט איז פשוט. מ׳מיינט אז עס וועט זיך האלטען אויף אייביג פונקט ווי עס איז. דאס איז א בארג, דאס איז א טאל, דאס איז אויסגעטרוקענט, דאס איז טויט.
זאגט דער נביא, ניין. דבר אלקינו יקום לעולם. דער אויבישטער איז נאך שטערקער ווי אלעם, און א גייסט פון אויפלעבען וועט אויפוועקען די עצמות היבשות און אנגיסען מיט א נייעם לעבען.

ווען מיר טראכטען א סעקונדע, דארף אונז כאפען א שרעק. די וועלט איז פול מיט מזיקים, וויאזוי קומט מען אדורך? פשוט, גשמיות׳דיגע מזיקים. מ׳גייט אין גאס, וואס האלט אפ א צודרייטע בריב פון אריין קראכען זיין קאר אין דיר צו דיין קינדער? גענוג און נאך צודרייטער בריות דרייען זיך אין גאס, אויף וואס פארלאזט מען זיך?

נאר אלע ווייסען און גלויבען און פארלאזען זיך אויף דעם, אז די וועלט קומט מיט א סדר. ווי צודרייט ער זאל נאר זיין, קיין שמוציגע קאר וויל קיינער נישט (היט זיך פון די ליטוואקעס, געוואגטע) און ער וויל אין דיר נישט אריין קראכען.

מיר פארלאזען זיך גענצליך אויף די סדר וואס איז איינגעפיהרט אין דער וועלט וואס איז יעדעם מחייב. יענער קען דיר שטעכען אז ער וויל, אבער אלס בשר ודם איז נישט מסתבר אז ער זאל וועלען.

דער בטחון דארף אריבערגייען צום בורא עולם, אז דער דבר אלקינו יקום לעולם מיינט אז די סדר וואס ער האט איינגעפיהרט איז אן אייביגע זאך, שטערקערווי סיי וועלכע גייסט. אמעריקא מיט איהר געווער, די כח התאווה מיט זיין רייץ, אלס גייט צוגרונד איבערנאכט, ודבר אלקינו יקום לעולם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

נאכנישט געליינט, קודם גע'לייק'ט.

חז"ל זאגן שמעתתא בעי צילותא. האט די רבי ז"ל מוסיף געוועזן, אז "ונבנתה העיר" האט זיך נאך מיטגעכאפט..
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יין שרף: נישט אינגאנצן. ווייל איך געדענק ווען ונבנתה העיר איז נאך געווען א פשוט'ער תלמיד. פון די שומעי לקחו פונ'ם רעבי'ן זעכיסע יאגן אליינע...נאר פלוצלינג איז ער נתרומם געווארן. למעלה מהשגתינו...! און אונז זעמיר פארבליבן פשוטי עם...!

רבותיי: איך ווילל דא מאכן א דיסקלעימער.

די פריער'דיגע סטעיטמענט איז פאר אינפארמאציע צוועקן אליין. ווייל ונבנתה העיר איז מיום היוולדו (קדוש מרחם) געווען א חב"ד'סקער...! א ראיה די בילד אויף זיין ניק. די רבי (נ"ע) שיחיה עמו"ש האט קיינמאל נישט געטוישט די הוט...!
פארשפארט