שמועס מיט הג"ר מנשה פילאף - וועקער 13

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מדי דברי: אז מ'רעדט שוין פון דעם וואנזיניגן פארשוין. און היפאקריט און דעמאגאג בדורנו. איז כדאי אראפצוברענגען עטליכע פון זיינע פנינים יקרים...!

ווען מ'האט איהם אמאל געפרעגט וואס ער זאגט איבער דעם פאקט אז דער מוסד הרב קוק געט ארויס אזעלכע שיינע ספרים. אויך אז זיי האבן איבערגעדרוקט א סאך ספרי הראשונים. האט ער געענטפערט במתק לשונו... אז מ'דארף וויסן אז בעיקבתא דמשיחא (היינטיגע צייטן) וועט אן ערליכער איד נישט קענען לערנען קיין תורה. ווער וועט קענען לערנען...?! דער פאר וועם די סיטרא אחרא העלפט צו...! איך האף אז קיינער דא איז נישט נעכטן ארויסגעגאנגען פון אונגארן. און מ'דארף איהם נישט מסביר זיין די שטותים והבלים און וואנזיניגקייט וואס ליגט אין אזא מימרא. שוין אפגערעדט פון דעם שלעכטקייט און רישעות...!

נאך האט ער געזאגט. ווען מ'האט איהם איבערגעזאגט אז ס'איז דא בילדער ווי די סאלדאטן די ערליכע אידן זיצן און לערנען און דאווענען. האט ער געזאגט אז מ'טאר נישט קוקן אויף די פיקטשערס. ווייל מ'קען קומען מהרהר צו זיין בשבח הציונים...!

די לצים זאגן אפילו אז ער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז דער גאנצער מנהג פון עסן דיפס אום שב"ק האבן די ציונים אריינגעברענגט. ביים רבי'ן זיכרוינעה ליבראכע האט מען דאס קיינמאל נישט געזעהן...!
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

פון דעם שמועס לערנט מען אויך ארויס ווי אזוי כלל ישראל איז איינגעטיילט אין די וועלט פון ר' מנשה פיליף.
ס'איז דא אונזערע קרייזן און יענע קרייזן.
יענע קרייזן באשטייט פון ליטווישע און ספרדישע. (אלע וואס גייען נישט א שטריימל זענען ליטוויש און אלע וואס האבן טונקעלע הויט זענען ספרדיש)
ביי די ליטווישע איז קיינער נישט ערליך אויסער ביי די אויערבאך וואס זענען אביסל ערליך אביסל נישט
ביי אונזערע קרייזן איז דא ערליכע און נישט ערליכע
ערליכע: פילאף-קלאר-צימערמאן און אלע אנדערע וואס גייען באקוועם ווערן געטייטלט אויף די רעכטע זייט ביי משיח'ס סעלעקציע
נישט ערליכע: אהרונים בעלז וויזניץ וויזניץ וויזניץ, מסתמא ספינקא אויך ווייל ס'איז א פארטיי
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

איסר האטלקי האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אנדערע תשובות פון מר פיליפ דער באקאנטער צייטונג שרייבער, זענען אויך צו לאכען\וויינען.

זיין קענטעניס און עקספיריענס וויאזוי א בירור ארבעט האט געברענגט לידי גיחוך ממש. די תשובה צו די סתירה אין זיין גלויבונג איז אז אזוי ארבעט א בירור. איז אפשר ארבעט דער בירור ווען טריפה׳נע געלט ווערט נתברר אין ערליכע מוסדות? ניין, ווייל אין אלע פריערדיגע בירורים האט עס נישט אזוי געארבעט.

סתם אזוי, דער גאנצע מושג פון א בירור פאר ביאת המשיח איז, דוכט זיך, א קריסטליכע מושג. ביי אונז אידען ווייסט מען אז דער אויבישטער וועט ברענגען אדער א מלך קשה כהמן אז מ׳גייען אונז אלע תשובה טוהן, אדער א שטייגער ווי די בני תשע מדות וואס יסורי הגלות בוררן און זיי וועלען אויסשטארבען, אדער דארף מען בכלל נישט קיין תשובה, יעדער שיטה לויט זיינס. אבער א בירור ווער איז אריין און ווער איז ארויס, מיט׳ן טייטעלען פינגערס וכדו׳, קומט פון די rapture צו וואס די קריסטען שטרעבען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אודאי גייט זיין א בירור, די שאלה איז וויאזוי עס וועט צוגיין, דורך מלחמת גוג ומגוג וואס נאר די ערליכע וועלן איבערלעבן. דאס שטייט שוין אין חז''ל.

ר' איד, דער בירור איז געווען שנת תש"ח. אלע ערליכע אידן וואס האבן א געפיל צום עם ישראל האבן אויסדערוועלט צו אנטיילנעמען אין די אויפבוי פון ארץ ישראל, אויסער אפאר יחידים וואס האבן באשלאסן אז זיי גייען בויען זייערע אייגענע מדינה אין אוגאנדא, כ'מיין אין אראנזש קאונטי.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

וועלכע ערליכע אידן מיינט איר? דער בעלזער רב? הגר''א קאטלער? אדער דער קלויזנבורגער רב? אפשר צייכנט איר מראי מקומות וואו זיי אדער אנדערע גדולים האבן געזאגט ענליכע דיבורים?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

בעלזע רב, קלויזענבורגע רב, דארפסט נאך?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בעלזע רב, קלויזענבורגע רב, דארפסט נאך?

צייכן מיר אן מקורות וואו זיי האבן געזאגט אזעלכעס וואס גדליה האט געברענגט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דו האסט געפרעגט וועלכע ערליכע אידן האבן אנטיילגענומען אין אויפבויען ארץ ישראל, האסטו דיין ענטפער.

מיט וואס נאך קען איך אייך העלפן?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: שמועס מיט הג"ר מנשה פילאף - וועקער 13

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

בנוגע וועלעכע עהרליכע אידן האבן געהאלפן בויען ארץ ישראל איז דא אסאך, אבער ס'האט זיך אנגעהויבן אסאך פאר תש"ח, נאך ביי די באלפור דעקלעראציע, פארדעם און נאכדעם. ווי צום ביישפיל, די באקאנטע תלמידים פונעם כתב סופר וואס ביי דע וועי זענען געווען גרויסע קנאים וואס האבן געקעמפט קעגן די רעפארמערס ווי ר' צבי הירש קאלישער זצ"ל, ר' יהושע'לע קוטנר ר' עקיבע יוסף שלעזינגר אן איידעם פון דעם באקאנטן צדיק און קנאי ר' הלל קלאמייער, וואס אלע קנאים ווי ר' מנשה פילאפף גלייכן צו צוברענגן זיינע מאמרים און ר' עקיבא יוסף איז געווען דער וואס האט אויפגעבויעט דעם ערשטן ישוב אין ארץ ישראל, פתח תקוה. דער גריידיצער צדיק, און נאך, פון יענע צייט וואס האבן געהאלטן אז די איינציגסטע וועג צו קענען ראטעווען אידישקייט איז דורך אויפבויען ארץ ישראל און זיך ציען אהין, אויך ר' אברהם יעלין מח"ס ארך אפיים אויף כעס. און שפעטער ביי די באלפור דעקלעראציע איז דא נאך אסאך בריוון געדריקט, עיין בספר שיבת ציון, צווישען זיי דער אור שמח, דער מלבי"ם, דער נצי"ב און נאך. און אפילו שפעטער צווישען די באלפור און תש"ז. איז דא נאך אסאך, ועוד חזון למועד
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. אבער דו פארשטייסט נישט ווער מנשה'לע פיליפ איז (יא. הרב שמעקעדיג. אזוי רוף איך איהם.). ער ברענגט נאר אראפ די קנאים ווען ס'טויג פאר איהם. ווען ער וויל ברענגען א ראיה צו זיין פארדרייטע, פארקרומטע און וואנזיניגע אגענדא. ווען נישט וועט ער פארלייקענען אפילו אז זיי עקזיסטירן. אדער אז זיי זענען שקצים און זייער גאנצע תורה און אידישקייט איז פון די סיטרא אחרא...!איך קען נישט נאך איינעם וואס איז אזא היפאקריט און דעמאגאג ווי ער...!

נ.ב.: אויפצו ווייזן וואספארא דעמאגאג ער איז. ער בארימט זיך אייביג (ביודעין) מיט דעם מזוייפ'דיגן ספר ..,דובב שפתי ישנים"...וואס אפילו ר' סענדער דייטש האט מעיד געווען אז דער ספר איז איין שטיק פעלשונג. געשריבן און מלוקט (און אויפגעמאכט) דורך דעם אלעמען באקאנטן זייפן און שווינדלער .."הרב"...חיים אפרים בלאך...!

מדי דברי. דער זייפן און שווינדלער איז אמאל געקומען צו הרה"ק מ'סזאטמאר זי"ע און ארויפגעברענגט א כת"י פון זיין פעלשונג. און ער האט פארלאנגט אז דער סאטמאר'ע רב זאלל איהם געבן אן הסכמה. די רבי האט געזאגט אז ער זאלל איבערלאזן דעם כת"י און ר'וועט מעיין זיין דערין. יש אומרים אז הרב ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל. דער פיקח עצום. ווען ער האט געהערט פון די מעשה האט אויפגעהויבן א טעלעפאן צו סאטמאר'ע רב און איהם פארציילט אז דער בלאך איז א שקרן און א שווינדלער. און דער גאנצער קונטרס איז איין שטיק פעלשונג. און איהם געבעטן אז ער זאלל למען השם איהם נישט געבן קיין הסכמה. און דורכדעים געראטעוועט פון א סאך עגמת נפש און חילול השם...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: שמועס מיט הג"ר מנשה פילאף - וועקער 13

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

בערעל, דארפסט ליינען דער אינטערוויו. לכאורה באדערט עס דיר אז ער הייסט כלומרש׳ט א רב און א בעל דעה. וועסטס ליינען דער אינטערוויו, וואס איז א בחינה פון סאשא באראן כהן, וועסטו זען וואס פארא חוזק ער איז. אזוי קען ער דיר שוין נישט שטערען אזויפיהל.

לגבי בויען ארץ ישראל, האט יעדער מער ווייניגער געטוהן אויף זיין וועג. איינער האט געשטיצט עליה, איינער האט געשיקט געלט צו מענטשען דארט ועוד. דער וואס זאגט אז עס איז נאר איין וועג צו בויען ארץ ישראל, און דאס מיינט דורך ארבעטען אין געוויסע פאליטישע אנשטאלטען און שטימען מיט א געוויסע גלויבונג, ארבעט פאר א פארטיי נישט א"י. די גאליציאנער האבען פארדאמט די קאלאניסטען, אבער זיי האבען געשנארערט געלט פאר כולל חבת ירושלים, וואס מסתמא א פערצענט דערפון איז געגאנגען צו בויען שטחים און שטיצען דער לעבען אין א"י. אזוי אויך כולל שומרי החומות און נאך. דער בעלזער רב וואס מ׳דערמאנט האט טאקע גאנץ ווייניג געטוהן צו בויען א"י, אבער ער איז דאך געווען שוואך און צובראכען. דער קלויזענבורגער רבי האט געבויט צוויי געגענטער, הרב אהרן קוטלר האט געשטיצט דאס בוי פוי די נעץ פון מוסדות חינוך עצמאי, וואס ממנו פנה ממנו יתד פאר די גאנצע אויפבוי פון א ציבור פון ערליכער לומדי תורה אין א"י. דער סאטמארער רב האט געשיקט געלט צו מוסדות דארט, אראפ נעמענדיג די לאסט פון די שטייער צאלערס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

די אלע ענטפערס שטומען נישט מיט וואס גדליה האט געשריבן, ווייל סאטמאר רב האט זיך אויך באזעצט און ארץ ישראל און געפלאנט צו בלייבן וואוינען דארט, נאר שפעטער, נאכן וויילן א יאר אין אמעריקע האט ער געזען אז פון הימל וויל מען ער זאל בלייבן אויפטון דאהי.

נו, אויב אזוי מ''ש סאטמאר פון אלע אנדערע ערליכע אידן אין ארץ ישראל?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

זייער גוט ארויסגעברענגט, סאטמארע רב איז טאקע גארנישט אנדער פון אלע אנדערע גדולים, די מדובר דא איז מנשה פילאפ וחבריו.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

זיך באזעצען אין א"י אז א קיום פון ישוב ארץ ישראל. בויען א ישוב דארט איז א גרעסערע קיום, בויען ביזנעס דארט וואס ברענגט פרנסה און שטעלט אוועק א גאנצען ישוב איז נאך א גרעסערע קיום. דער סאטמארער רב איז דאך אוועק געפארען פון דארט, הייסט'ס זיין ישוב האט זיך נישט אנגעהאלטען. בויען ישובים האט ער אויך נישט, און זיכער נישט ביזנעסער (אחוץ אפשר געוויסע וואס בעסער ווען זיי עגזיסטירען נישט). דעריבער קומט זיך מער קרעדיט, אין דער געביט פון ישוב ארץ ישראל, פאר דער סערעט וויזניצער רבי און דער קלויזענבורגער רבי ווי פאר דער סאטמארער רב און דער ליובאוויטשער רבי און ר' משה פיינשטיין.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

It so happens that Satmar Rebbe actually built several businesses im Israel during his brief time there after the war.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: שמועס מיט הג"ר מנשה פילאף - וועקער 13

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

למעשה האט סאטמערער רב זצ"ל געהאט א שטארקע האנט אינעם אויפבויען א"י אומדירעקטלי, כאטשיג ער האט נישט געוואוינט דארט און אפילו זיך אוועק געצויגן פון דארט. מיטן שרייבן דעם ספר ויואל משה און על הגאולה ועל התמורה האט ער אויפגעוויזן אויף וואס די טענות פון די קנאים זענען געווען באזירט, ווייל ביז דאמאלטס איז די גאנצע שמועס געווען שרייענדע שלש סעודות תורות מיט קול קורא'ס און פראטעסטן, איינמאל די ספרים זענען ארויס געקומען לאור עולם, האט מען געזען באשיינפערליך דעם גרויסן מצוה פון ישוב ארץ ישראל, און אלעס ארום.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איסר האטלקי האט געשריבן:די אלע ענטפערס שטומען נישט מיט וואס גדליה האט געשריבן, ווייל סאטמאר רב האט זיך אויך באזעצט און ארץ ישראל און געפלאנט צו בלייבן וואוינען דארט, נאר שפעטער, נאכן וויילן א יאר אין אמעריקע האט ער געזען אז פון הימל וויל מען ער זאל בלייבן אויפטון דאהי.

נו, אויב אזוי מ''ש סאטמאר פון אלע אנדערע ערליכע אידן אין ארץ ישראל?

איסר האיטלקי: נו, ווער זאגט דען אז נישט. מיין טענה אויפצו ווייזן די פאלשקייט פון די אלע אזויגערופענע קנאים אז דער סאטמאר'ע רבי האט נישט געוואלט מ'זאלל וואוינען אין ארץ ישראל איז פאלש. ווייל ער האט דאך אויפגעשטעלט מוסדות אין ארץ ישראל. און אפילו פון דאהי האט ער געשטיצט די מוסדות. אזוי ווי דו זאגסט. זיין גאנצע קומען קיין אמעריקע איז געווען דעתו לחזור. ער האט געוואלט קומען קיין אמעריקע צו פארשאפן געלט אפצו צאללן זיינע חובות וואס ער האט געהאט איבער זיינע מוסדות...!
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: שמועס מיט הג"ר מנשה פילאף - וועקער 13

שליחה דורך אונטער חכם »

גדליה האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אנדערע תשובות פון מר פיליפ דער באקאנטער צייטונג שרייבער, זענען אויך צו לאכען\וויינען.

זיין קענטעניס און עקספיריענס וויאזוי א בירור ארבעט האט געברענגט לידי גיחוך ממש. די תשובה צו די סתירה אין זיין גלויבונג איז אז אזוי ארבעט א בירור. איז אפשר ארבעט דער בירור ווען טריפה׳נע געלט ווערט נתברר אין ערליכע מוסדות? ניין, ווייל אין אלע פריערדיגע בירורים האט עס נישט אזוי געארבעט.

סתם אזוי, דער גאנצע מושג פון א בירור פאר ביאת המשיח איז, דוכט זיך, א קריסטליכע מושג. ביי אונז אידען ווייסט מען אז דער אויבישטער וועט ברענגען אדער א מלך קשה כהמן אז מ׳גייען אונז אלע תשובה טוהן, אדער א שטייגער ווי די בני תשע מדות וואס יסורי הגלות בוררן און זיי וועלען אויסשטארבען, אדער דארף מען בכלל נישט קיין תשובה, יעדער שיטה לויט זיינס. אבער א בירור ווער איז אריין און ווער איז ארויס, מיט׳ן טייטעלען פינגערס וכדו׳, קומט פון די rapture צו וואס די קריסטען שטרעבען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אודאי גייט זיין א בירור, די שאלה איז וויאזוי עס וועט צוגיין, דורך מלחמת גוג ומגוג וואס נאר די ערליכע וועלן איבערלעבן. דאס שטייט שוין אין חז''ל.

ר' איד, דער בירור איז געווען שנת תש"ח. אלע ערליכע אידן וואס האבן א געפיל צום עם ישראל האבן אויסדערוועלט צו אנטיילנעמען אין די אויפבוי פון ארץ ישראל, אויסער אפאר יחידים וואס האבן באשלאסן אז זיי גייען בויען זייערע אייגענע מדינה אין אוגאנדא, כ'מיין אין אראנזש קאונטי.

ב"ה אז איך בין אויף די אנדערע זייט פונעם בירור, אזוי האב איך מיר נישט געדארפט פלאגן פאר די מדינהלע , און איך קען מיר רואיג וואוינען אין אמעריקע.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:למעשה האט סאטמערער רב זצ"ל געהאט א שטארקע האנט אינעם אויפבויען א"י אומדירעקטלי, כאטשיג ער האט נישט געוואוינט דארט און אפילו זיך אוועק געצויגן פון דארט. מיטן שרייבן דעם ספר ויואל משה און על הגאולה ועל התמורה האט ער אויפגעוויזן אויף וואס די טענות פון די קנאים זענען געווען באזירט, ווייל ביז דאמאלטס איז די גאנצע שמועס געווען שרייענדע שלש סעודות תורות מיט קול קורא'ס און פראטעסטן, איינמאל די ספרים זענען ארויס געקומען לאור עולם, האט מען געזען באשיינפערליך דעם גרויסן מצוה פון ישוב ארץ ישראל, און אלעס ארום.

דער גאלדענער אדלער: אין מאמר ישוב ארץ ישראל זאגט דער סאטמאר'ע רב זצ"ל אויך אז ס'גייט אן היינט אויך מצות ישוב ארץ ישראל. נאר ער טענה'ט אז נישט אין מאסן. ווייל דאס גייט אריין אין די שלוש שבועות...אינס פון זיי איז..."שלא יעלו בחומה"... אז מ'זאלל נישט ארויפגיין קיין ארץ ישראל אין מאסן. נאר אלס יחידים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בערעל, דארפסט ליינען דער אינטערוויו. לכאורה באדערט עס דיר אז ער הייסט כלומרש׳ט א רב און א בעל דעה. וועסטס ליינען דער אינטערוויו, וואס איז א בחינה פון סאשא באראן כהן, וועסטו זען וואס פארא חוזק ער איז. אזוי קען ער דיר שוין נישט שטערען אזויפיהל.

לגבי בויען ארץ ישראל, האט יעדער מער ווייניגער געטוהן אויף זיין וועג. איינער האט געשטיצט עליה, איינער האט געשיקט געלט צו מענטשען דארט ועוד. דער וואס זאגט אז עס איז נאר איין וועג צו בויען ארץ ישראל, און דאס מיינט דורך ארבעטען אין געוויסע פאליטישע אנשטאלטען און שטימען מיט א געוויסע גלויבונג, ארבעט פאר א פארטיי נישט א"י. די גאליציאנער האבען פארדאמט די קאלאניסטען, אבער זיי האבען געשנארערט געלט פאר כולל חבת ירושלים, וואס מסתמא א פערצענט דערפון איז געגאנגען צו בויען שטחים און שטיצען דער לעבען אין א"י. אזוי אויך כולל שומרי החומות און נאך. דער בעלזער רב וואס מ׳דערמאנט האט טאקע גאנץ ווייניג געטוהן צו בויען א"י, אבער ער איז דאך געווען שוואך און צובראכען. דער קלויזענבורגער רבי האט געבויט צוויי געגענטער, הרב אהרן קוטלר האט געשטיצט דאס בוי פוי די נעץ פון מוסדות חינוך עצמאי, וואס ממנו פנה ממנו יתד פאר די גאנצע אויפבוי פון א ציבור פון ערליכער לומדי תורה אין א"י. דער סאטמארער רב האט געשיקט געלט צו מוסדות דארט, אראפ נעמענדיג די לאסט פון די שטייער צאלערס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט: אמת איך האב נאכנישט געליינט דעם אינטערוויו מיט דעם צודרייטן היפאקריט און דעמאגאג. אבער איך פאלג איהם שוין נאך פאר א לאנגע צייט. איך האב געליינט א סאך פון זיינע ארטיקלען אין ..."די צייטונג"...ער איז לכאורה אן אינטעליגענטער מענטש. ער ווייסט א סאך פון מילי דעלמא. אבער ער האט אזעלכע פארקרומטע דיעות. און ער קומט אייביג צו אזעלכע וואנזיניגע און אבסורדאלע מסקנות אין א יעדן מצב אן אויסנאם. איך ווייס זיכער אז ער איז א חוזק. ווייל איך האלט אז ער אליינס האלט נישט פון א סאך וואס ער זאגט און פרעדיגט. ווייל אויב יא וואלט ער געווען א טאטאלער חסר דיעה. ס'גנב'עט זיך מיר ארין א מחשבה אז ער קעיטערט צו א געוויסן עקסטרעימען (און פארדרייטן) עלעמענט אין סאטמאר. וואס זיי האבן זיכער א סאך גילט פיעלינגס. איבער די פרייע און געמיינע אויפפיהרונג וואס זיי האבן פראקטיצירט תיכף נאך די מלחמה. איך פערזענליך האב געקענט לכה"פ 2 פארשוין אין אלט וויליאמסבורג וואס מיינע עלטערן האבן מיר געזאגט איבער זיי אז זיי זענען געווען אפענע מחללי שבתות ואוכלי נבילות וטריפות. און זיי האבן געטון אנדערע גראבע עבירות. אבער דא (אין וויליאמסבורג) האבן זיי זיך געלאזט וואקסן לאנגע בערד. און אנגעטון פלאטשיגע ביבער הוטן. און זיי זענען געווארן פון די גרעסטע קנאים. און א יעדער איז געווען א שייגעץ ביי זיי. אויך א ציוני...! ווייל ער זאגט א סאך מאל אזעלכע וואנזיניגע און אבסורדאלע מיינונגען וואס איך בין זיכער אז ער אליין גלייבט נישט אין דעם...! אט פאר דעים האב איך איהם פיינט. און איך גלייב נישט קיין איין ווארט וואס ער זאגט.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

עטס האט געמאכט א נאריש עסק מיטן זיך אריינלאזן אין דעם
קיפ אפ דיס וועי, ס'וועט שיין אויסזעהן.

[עטליכע פאון קאול'ס האב'ך שוין ערהאלטן צו הערן חוו"ד אויף פארשידענע נושאים, איך טראסט שוין נישט קיינעם אויפן פאון, מעגליך דער איז גאר א שליח פינעם ליטוואק צו ראובן מיר צו אויסליפטערן מארגן פאר א נאריש חשבון.....]
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איש את רעהו (חיים בלעו): דו דארפסט טאקע נישט פיהרן קיין וויכוחים אויפ'ן טמא'נעם סמארטפאון. דו קענסט אויסלופטערן אלע דיינע בויכווייטאג דא אין קאווע שטיבל. דער עולם האט שטארק הנאה פון דיינע זיסע מאמרים. באמת..! ביטע זיי ממשיך דא אויסצופאקן אלעס. לאורך ימים ונשים...!
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

איש שפרינגט עפעס צו סאך דערפון, איך האב מורא ער קען צוקומען צו גילוי.. (עריות)
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 593 מאל

שליחה דורך עדיאל »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:אויב ס'מיינט נישט רשעים אדער צדיקים, זיי מסביר דעם המשך הפסוקים:

אַךְ דְּעִי עֲו‍ֹנֵךְ כִּי בַּיהוָה אֱלֹהַיִךְ פָּשָׁעַתְּ וַתְּפַזְּרִי אֶת דְּרָכַיִךְ לַזָּרִים תַּחַת כָּל עֵץ רַעֲנָן וּבְקוֹלִי לֹא שְׁמַעְתֶּם נְאֻם יְהֹוָה

שׁוּבוּ בָנִים שׁוֹבָבִים נְאֻם יְהוָה כִּי אָנֹכִי בָּעַלְתִּי בָכֶם וְלָקַחְתִּי אֶתְכֶם אֶחָד מֵעִיר וּשְׁנַיִם מִמִּשְׁפָּחָה וְהֵבֵאתִי אֶתְכֶם צִיּוֹן

מ'דארף תשובה טון, פארוואס? ווייל ס'גייט זיין א בירור...
האסט צוגעזאגט א חז"ל. דאס איז נישט קיין חז"ל.

אז דו ווילסט ברענגען פון די פסוק, ביסטו נאכאמאל געבעטען צו ווייזען ווי עס שטייט אז עס וועט זיין א בירור. עס שטייט אז מ׳זאל תשובה טוהן ווייל דער אויבישטער קומט ברענגען אידען קיין ציון. אפילו עס וועט זיין איין איד אין א פארשטופטע דערפעל, וועט דער אויבישטער איהם ברענגען פון דארט קיין ציון. קוק דארט אין רד"ק.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk



טז אָז נִדְבְּרוּ יִרְאֵי יְהוָה, אִישׁ אֶל-רֵעֵהוּ; וַיַּקְשֵׁב יְהוָה, וַיִּשְׁמָע, וַיִּכָּתֵב סֵפֶר זִכָּרוֹן לְפָנָיו לְיִרְאֵי יְהוָה, וּלְחֹשְׁבֵי שְׁמוֹ. יז וְהָיוּ לִי, אָמַר יְהוָה צְבָאוֹת, לַיּוֹם, אֲשֶׁר אֲנִי עֹשֶׂה סְגֻלָּה; וְחָמַלְתִּי עֲלֵיהֶם--כַּאֲשֶׁר יַחְמֹל אִישׁ, עַל-בְּנוֹ הָעֹבֵד אֹתוֹ. יח וְשַׁבְתֶּם, וּרְאִיתֶם, בֵּין צַדִּיק, לְרָשָׁע--בֵּין עֹבֵד אֱלֹהִים, לַאֲשֶׁר לֹא עֲבָדוֹ. {פ}
יט כִּי-הִנֵּה הַיּוֹם בָּא, בֹּעֵר כַּתַּנּוּר; וְהָיוּ כָל-זֵדִים וְכָל-עֹשֵׂה רִשְׁעָה, קַשׁ, וְלִהַט אֹתָם הַיּוֹם הַבָּא אָמַר יְהוָה צְבָאוֹת, אֲשֶׁר לֹא-יַעֲזֹב לָהֶם שֹׁרֶשׁ וְעָנָף. כ וְזָרְחָה לָכֶם יִרְאֵי שְׁמִי, שֶׁמֶשׁ צְדָקָה, וּמַרְפֵּא, בִּכְנָפֶיהָ; וִיצָאתֶם וּפִשְׁתֶּם, כְּעֶגְלֵי מַרְבֵּק. כא וְעַסּוֹתֶם רְשָׁעִים--כִּי-יִהְיוּ אֵפֶר, תַּחַת כַּפּוֹת רַגְלֵיכֶם: בַּיּוֹם אֲשֶׁר אֲנִי עֹשֶׂה, אָמַר יְהוָה צְבָאוֹת.
פארשפארט