berlbalaguleh האט געשריבן:קורקלנעד: דו דארפט געדענקען אז מ'קען אייביג האבן לכאורה'דיגע טענות אז אן ארגאניזאציע איז דא לשם פניות פון כבוד אדער געלט. אדער סתם שוויצעריי. אבער כפי הנראה (לעיניים) איז די עזרת נשים ארגאניזאציע דא לשם המטרה. פון העלפן פרויען אין אזעלכע מצבים. וואס מאכט זיי אפשר פיהלן אומבאקוועם ווען א מאן (אנשטאט א פרוי) קומט צו דעם קאלל...!
טרויבן88 האט געשריבן:זייער גוט ארויסגעברענגט וואס פרייער האלט, פאר אזאנע מענטשן ווי דיר איז זי דא צי קעמפן אנטקעגן, פאר אזאנע מענטשן ווי דיר וואס האלטן אז זי זאל זיצן אינדערהיים אין שטריקן סוועטערס, נאר פאר א מאן איז מותר צי זיין א לעלו... א לעלו-מאן איז מותר און א לעלו-לעדי איז אסור???. און בכלל זייט ווען ווייסטו צי שרה שנירער איז נישט געלאפן מאכן מאוויס און אז זי האט געמיינט דעם איייייייייבערשטען, און אז זי האט נישט געהאט דעם אייבערשטער דארט ווי די האלסט אז רוחי פרייער האט די אייבערשטער, ביי-די-וועי רביצין פרייער וועט מסתם זיין אין די ביכער ציזאמען מיט שרה שנירער אין הונדערט יאר ארום
איך פארשטיי נישט פונקטליך די קשיא, ווי פארשטענדליך האב איך דאך נישט אזא גמרא קאפּ ווי דיר... וואס דרוקט דיר, די סתירה פון מיר מיט בערל, אדער בערלס סתירה מיט מיר??? רוחי פרייער איז נישט עובר אויף קיין שום הלכה, נאר אויף חרדיזם וואס ווי פארשטייט זיך אז מען ברויכט זיך מוסר נפש זיין דערויף, יהרג ועל יעבור... ברוך השם אז @קאך לעפל האט ארויסגעוויזן זיין פרצוף איז די ארבייט געווען גרינגער.
טרויבן 88: דו האסט זייער גוט ארויסגעברענגט די נקודה. אפילו א ביסל סארקאסטיש...! איך פערזענליך ווער נישט געשטערט אז פרויען גייען צו הצלה קאללס פאר פרויען. כאטש עפ"י הלכה איז נישט דא קיין שום פארלאנג פאר דעם. ווילאנג זיי זענען פראפעשיאנאל. און דאס וואס קאך לעפל ווערט געשטערט אז מרס. פרייער מאכט נישט קיין אייער שפייז מיט געדינצסטע צוויבל (כלשונו) פאר איהר אויסגעהונגערטן מאן, איז נישט קיין ראיה אדער א טעם לסתור. איך בין זיכער אז איהר מאן איז נישט אזא בטלן אז ער קען זיך נישט מאכן אליינס אן אייער שפייז (מיט, אדער אן צוויבל) ווייל אפילו איך קען עס באווייזן. איך האב מיך עס נאך אויסגעלערנט אלס בחור. ווייל מיין מאמע איז געגאנגען ארבעטן...!
די מענטשן? וועלכע ווערן געשטערט אז פרויען פיהרן אן אן ארגאניזאציע און זענען מצליח מיט עפעס, זענען א ביסל פינסטערע, שווארץ-מאה'ניקעס. פון וואס ס'איז ב"ה דא בשפע אין די סאטמאר'ע קהילה. ס'דא נארמאלע, געסעטלטע מענטשן אויך...!
סתם בד' צחות. ס'איז דא אסאך מאל נעמען וואס איך וואונדער מיך אויב שמא גרים. ווי למשל כהן, איזרעאל, אשכנזי. יעצט טראכט איך אפשר אויך פרייער.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
ניין. זיי רעדן גארנישט קעגן הצלה, נאר אז זיי וואלטן אויך געדארפט אריין נעמען פרויען. איך האב עס שוין אסאך מאל געהערט פון זיי. פון די אנדערע זייט, האב איך שוין יא געהערט פון גרויסע הצלה מעמבערס ווי זיי בארעדן געפערליך עזרת נשים כאטש וואס ביי א פרויען פאציענט מאכן זיי קודם זיכער אז יענער האט נאכנישט אויספראבירט עזרת נשים.
איך האב זייער שטארק הנאה געהאט פונעם ווידעא און די אלע נושאים פון וואס מען רעדט ארום דארט, זייער אינטערעסאנט צי זען די פילע פארבן וואס כלל ישראל האט און יעדער מיט זייער מחשבות, טייל זענען אזוי ווייט אוועק פון חרדיזם אז זיי קענען נישט פארשטיין געוויסע מושגים, אינטערעסאנט צי וויסן אביסל מער די היסטאריע ווען פרויען זענען ארויסגעפלויגן פון הצלה אינגאנצן, פארוואס דיספעיטשארס פרויען זענען אויך געפלויגן וכו' ברוך השם פאר אזא קאמפיין ווי פרייער וואס האט נישט פארלאזט די קאמיוניטי און יעצט פאר אין די סיסטעם צי מאכן בעסער די פלאץ, זאל זי זיין א וועג ווייזערין פאר אנדערע צי זען אז טויש קען קומען פון אינסייד
אזוי ווי מחמת כמה סיבות שאינן מובנות קען איך נישט עפענן דעם לינק געברענגט דורך הרב הנכבד טרויבן88, דארום ווער עס קען א טובה טוהן און עס ארויפלייגן אויף גוגעל-דריוו, וועל איך זייער דאנקבאר זיין, און ער וועט גורם זיין אז א' מאנ"ש ואשתו זאלן האבן וואס צו קוקן מוצ"ש לכבוד מלוה מלכה.