די רעדע איז איבער א סאטמערע פרוי וואס האט מיט עטליכע יאר צוריק זיך געשיידעט פון איר סאטמער-א"י'דיגע מאן און חתונה געהאט מיט א ענגלישע גר. מען האט איר צוגענומען אלע זעקס קינדער אינקלודינג א קליינטשיק מיידל. איר נייע מאן האט פארדעם - יארן לאנג געארבעט פאר היימישע ארגענאזאציעס אין סטעמפארד היל ווי צבש ביקור חולים און נאך.
די קינדער אחוץ די אינגסטע האט מען תיכף אן פארסמט געגן איר אבער די אינגסטע האט זי מתחילה פאר א לאנגע צייט געהאט צוטריט צו. שפעטער, האט איר גרוש חתונה געהאט נאכאמאל און מיט די הילף פון אויפווייזן אז זי איז צושטארק פארביטערט אויף די קהילה און אויף אידישקייט האט ער מצליח געווען צו באקומען די מעידזשאריטי אף די טיים ליווינג רייטס, בשעת ווען די מיידל זעט די מאמע פאר וויקענדס וכו'. נאכוואס דאס אבער האט זיך ארויסגעוויזן פאר גאר א גרויסע לחץ, די אומדערטרעגליכע תנאים, די כסדר'דיגע צוריקגיין אין קאורט, די פסיכילאגישע טוירמאויל אויף זי און אויף דאס קינד און די אומגעהויערע געלטער דאס אלץ האט אפגעקאסט האט זי אויפגעגעבן זען דאס קינד אינגאנצן.
למעשה, זענען זיי (מיט די הילף פון איר נייע מאן) געגאנגען פאר די פינאנצן, וואס ווי ס'זעט אויס האט זי דארט שטארק מצליח געווען. מסתמא ווייל די רעגירונג וועט צוריקבאקומען א גרויסע פארציע.
זעט בייגעלייגטע בילד פון העקני גאזעט.
זעט אויך לינק פאר אנטווארט פון כדתיא אדער אזויגערופענע Union of Orthodox Hebrew Congregations, באריכטעט אין די Jewish Chronicles.
https://www.thejc.com/news/uk-news/stam ... s-1.467985
הייקאורט ריכטער פארדאמט לונדון חסידישע קהילה -רייף מיט פראוד
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 64
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 24, 2014 4:54 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רבותיי: דער מצב דאהי אין אמעריקע איז נאך בחסדי השי"ת א סאך בעסער ווי אין מלכות בריטאניע. תחת חסותה של המלכה אליזבטה. יר"ה...!
אין די בריטישע מלוכה איז דער פאקט אז א דזשאדזש אין אן אפענעם קאורט טרויעט זיך צו מאכן אט אזא גענעראללן סטעיטמענט . און אפסטעמפלען א גאנצע קאמיוניטי אלס שווינדלערס. זיי און זייערע רבנים ואדמורי"ם. אויפ'ן סמך פון איין איינציגן קעיס אין וואס ער איז איצטער דן. נניח אז ס'איז יש דברים בגו. (אדער, ווי יענער עם הארץ האט געזאגט. יש גוי בדבר). ער האט דאך געהאנדלט סטריקטלי מיט דעם איינציגן קעיס. וויאזוי . און מיט וואספארא רעכט קומט ער צוזאגן אז, על הכלל כולו יצא.
דער פאקט אז דער דזשאדזש איז א יוד מיינט זייער ווייניג. ער רעדט דאך יעצט אין נאמען פון די בריטישע מלוכה. ס'איז פשוט צו לאכן. דער דזשאדזש. מר. ראוזען. שטעלטציך נאך אהער אלס אן עניוו. ער זאגט..."אז ער איז נישט קיין עקספערט אין הלכה"...אבער. בטובו הגדול זאגט ער אז ער איז זיכער אז די רבנים האבן דאס נישט סאנקציאנירט. (תרתי דסתרי)...!
משא"כ דא אין די יונייטעד סטעיטס אוו אמעריקע. אפילו מ'כאפט ליידער אידן וועלכע באגייען פון מאל צו מאל שווינדלערייען אקעיגן די רעגירונג. און נוצן אויס די פראגראמען צו באקומען געלט שלא ביושר. דאך. קומט נישט ארויס (בחסדי ה') קיין איין אפיציעלער ארגאן. זאלל דאס זיין א דזשאדזש. אדער מעמבערס פון די מידיא. און מאכן אזא ברייטע באשולדיגונג אויף א גאנצע עדה פון אידן...!
אבער. ביננו לבין עצמנו. די זעלבע רבנים (ספעציעל אין לאנדאן) וועלכע קומען ארויס מיט שרעקליכע קול קורא'ס אקעיגן די אינטערנעט, סמארטפאונס, און ציונות. וואלטן געמעגט זאגן א ביסל מוסר פאר'ן עולם אז מ'זאלל זיין מער געווארנט ווען מ'האנדלט מיט די רעגירונג. סיי יחידים. און סיי מוסדות. כדי צו פארמיידן א חילול ה'...!

אישתישבי: ס'זעהט אויס אז דו האסט נישט מדייק געווען. דער דזשאדזש האט דווקא געמאכט א דזשענעראל סטעיטמענט. און אפגעסטעמפלט די גאנצע אידישע קהילה אלס שווינדלערס. משא"כ אין דעם ספעציפישן פאלל האט ער געגעבן גערעכט פאר די מאמע. אז נאכדעים וואס זי וועט צוריקצאללן די געלט וואס זי האט באקומען פן די רעגירונג שלא ביושר, האט זי א רעכט אויף א טייל פון דעם הויז...!