לאמיר לערנען א שטיקל סמ"ק - וועקער 13

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

לאמיר לערנען א שטיקל סמ"ק - וועקער 13

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

די אשכול איז געווידמעט וועגען מיין ארטיקל אין די לעצטיגע וועקער.

איינער פון די גרעסטע סאטמארער רבי׳ס האט לעצטענס געהאלטען א גרויסע רעדע וועגען א נושא, און ער האט דערמאנט דער סמ"ק אין מצוה א׳.

טרעפענדיג דער סמ"ק אין בית המדרש, האב איך עס אדורכגעלערנט און אפגעלערנט א פשט דערין וואס איז יסודות׳דיג פאר אונזער פריוואטע לעבען און די כלליות׳דיגע בליק אויף כלל ישראל׳ס לעצטיגע אויפבליען און אויפלעבען נאך די ביטערע מלחמה.

ביטע ליינט׳ס און רעאגירט׳ס, וזה חלקי מכל עמלי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: לאמיר לערנען א שטיקל סמ"ק - וועקער 13

שליחה דורך נעגעל וואסער »

הרב אביגדור, א שאד איר האט נאר געהערט די ווערטער פון מהר"א רבי, ער האט דאכצעך אויך אנגעזאגט זיין סטאדע צו לערנען "עלעגליועלטמירא". דארט איז מבואר פון דעם רבי'ןס באי כח, אז עפעס א יד האט ווארשיינלעך יא די ס"מ אליינס אין די מרידה/גאולה.

מעלדונג פון התאחדות אברכים דקהל יטב לב דסאטמאר בודאפעסט: א חברותא געזוכט פאר א גאר חשובע יונגערמאן א בן תורה צו לערנען אין דעם נייעם סדר פון על הגאולה ועל התמורה. צייט: 5.30 פארטאגס. כל הקודם זכה!
באניצער אוואטאר
calculator
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 368
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך calculator »

ליטוואק? אם לדרשה אין משיבין על הדרוש, אבער אם להלכה וועל איך פרעגן אויב אזוי די Catholic Church איז דאך אויך רצון השם? אלא ע"כ מיז מען מען זאגן אז די הנהגה פין אינזער גאט וואס ער לאט צי אויף עולם הזה בזמן הזה איז נישט מוכרח אין נישט קיין ראיה אז דאס איז זיין רצון וואס ער פארלאנגט פין זיינע אנהעגער.
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

ר' ליטוואק
במחילת כבודכם לערנט איר פאלש אפ דעם סמק.
איר בויט זיך אויף דעם וואס דער סמק ווארפט אריין אז איןי אדם נוקף אצבעו וכו' אז פון דעם איז מוכרח אז די גאנצע המשך ווי ער רעדט פון יציאת מצרים און ביאת המשיח איז אויך נאר א חלק פון דעם השגחה פרטית און פון דעם איז עפעס מוכרח אז מדינת ישראל איז אתחלתא דגאולה או משהו כזה.
לשיטתכם וואס איז ער מאריך אין ביאת המשיח? ער קען דאך ווייטער רעדן פון יעדן נקיפת אצבעו און יעדן טריט און ריר, ווי דער רמבן אין פרשת בא וואס איר ברענגט טאקע. וואס איז ער מאריך דווקא וועגן ביאת המשיח?
אז מ'קוקט טאקע אריין אין די לשון זעט מען אז די גאנצע שטיקל פון אין אדם נוקף אצבעו איז נישט מער ווי איין שורה, און ס'איז פשוט א חלק פון אנכי ה' אלקיך, אז גאט איז אונזער באשעפער. זאגט דער סמק ווייטער, אז וואס זאגט דער באשעפער דווקא אשר הוצאתיך מארץ מצרים? ער וויל צולייגן אז אויסער די אלגעמיינע מצוה פון גלייבן אז אלעס קומט פון גאט איז דא א באזונדערע חיוב צו גלייבן אז 'אנכי ה' אלקיך' וועט אייך אויסלייזן. קלאר אז דאס מיינט ער און יעדע אנדערע פשט איז הבל ורעות רוח.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גדליה: איך האב דעם סמ"ק נישט אדורכגעלערנט. אויך האביך (ליידער) נאכנישט אדורכגעליינט דעם הייליגן, וואוילן און זיסן וועקער #13. און ליטוואק'ס מאמר. נאר אז מ'פילאזאפירט שוין. מייניך. לפענ"ד אז דער אנוכי הוי"ה אלוקיך פון די עשרת הדיברות איז א נתינת טעם אויף די אנדערע דיברות...! ווייל איך בין דער גאט וואס האט דיך ארויסגעצויגן פון ארץ מצרים. דעריבער זאלסטו פאלגן אלע מיינע געבאטן. ספעציעל די געבאטן פון לא יהי' לך אלוהים אחרים על פני...! און לא תעשה פסל כל תמונה...! אויך זכירת און שמירת שבת איז א טייל פון אט דעם פארלאנג. אזוי ווי ס'שטייט דאך ..."זכר ליציאת מצרים"...!

און אויב אידן מאמינים בני מאמינים, וועלכע לעכצן נאך די גאולה זעהען אין די וועלטליכע אנטוויקלונגען א סימן פון אתחלתא דגאולה, איז עס בכלל נישט קיין פעהלער. נאר א שבח. למשל. אין די 1930'גער יארן האבן די פוילישע גויים , ימ"ש געשריגן פאר די אידן די פאלגנדע לאזונג..."זשידזשי דא פאלעסטינע"...אידן. גייטץ קיין פאלעסטינע. זיי האבן עס טאקע געשריגן מכח שנאה און פאראכטונג צו די אידישע קינדער. אבער אונז האמיר עס אנגענומען אלס א רמז אז אפילו די אומוויסנדע, בייזוויליגע בהמות (יא. לידיעת שבת אחים. איך בין א ראסיסט. איך האב זייער שטארק פיינט די פוילישע גויים (און גוי'טעס) ימח שמם וזכרם.)שיקן אונז קיין ארץ ישראל...!
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

נעה, דער סמ"ק מיינט גארנישט ספעציעל. מען איז זיך דא מפלפל גג על גג אין לופט סברות. ער איז זיך פשוט מסביר א פשוטער ווארט ווי דער ענין פון צפית לישועה איז אזוי וויכטיג וויבאלד עס קומט ארויס פון דער אנכי ה' אלקיך אשר הוצאתיך. וויאזוי דער סאטמערער רבי און דער ליטוואק זעהן דא יעדער איינער זיינע יסודות האב איך נישט קיין אנונג.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: לאמיר לערנען א שטיקל סמ"ק - וועקער 13

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מיין כוונה איז נישט געווען צו ברענגען א ראיה ווי איידער צו ווייזען אז מ׳קען פונקט אזוי ברענגען א ראיה פארקערט ווי דער ר"א מסאטמאר ווי זיין ראיה בעד. עס מיינט טאקע גארנישט, וכדברי לעיקוואד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט