ב״ה האמיר באקומען פון די בריטישע ביבליאטעק אן אפיציעלע ISSN נומער (כמו ISBN פאר ביכער) פאר ׳קנקן׳. פאר אט די פראצעדור בעטן זיי אז מען זאל זיי געבן אמווייניגסטנס 30 טעג, ת״ל וואס זיי האבן עס אונז געגעבן אין געציילטע טעג ממש.
הרב קוואַדראַט איז אַ מייסטער-האַפטיגער גראַפיקער, און דעריבער האָט ער אילוסטרירט אזא שיינער דעקיִל. די פראבלעם איז נאָר אז די רוב פון די עולם פארשטייט נישט צו קיין מעלעריי, און דעריבער זעהט עס אויס פאר די אלע פשוט'ע מענטשן ווי א שוואכע ארבעט.......
גוט וואך, בע״ה זונטאג וועלן די קנקנים פארטיילט ווערן אין די געשעפטן אין ניו יארק. די קנקנים פון אייראפע זענען שוין ב״ה אויך אונטערוועגנס. מיר ווילן זיך נאכאמאל אנטשולדיגן פאר׳ן פארשפעטיגונג. בברכת כתיבה וחתימה טובה וקריאה נעימה יונ״ה בעל ה׳קנקן׳
ביסט נישט די איינציגסטע...אפאר האבן מיר געפרעגט אין אישי די זעלבע. איז וויל איך דא קלארשטעלן פאר די וואס האבן נישט פארשטאנען אז איך ברענגען נאך פון הרב קוואדראטס טשעננעל.