א נייע מטבע אזויווי ביטקוין, VITAE דורך היימישע יונגעלייט

אלעס איבער האנדל וואנדל
יבדש כחרס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 25, 2018 8:03 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

א נייע מטבע אזויווי ביטקוין, VITAE דורך היימישע יונגעלייט

שליחה דורך יבדש כחרס »

בערך צוויי חדשים צוריק האבן עטליכע קריעטיוו יונגעלייט - צוזאמען מיט א שותף א גוי א Genius פון איינע פון די סטעיטס און אמעריקע - אויפגעקומען מיט א דריי פאכיג פלאן פון א נייע Social סייט (אזויווי פעיסבוק טוויטער...) צוזאמען מיט א קריפטו קורענסי (Crypto Currency) אויף א מ׳חידוש׳דיגע פארנעם וואס די וועלט האט נאך נישט געזעהן!
די ערשטע חלק וואס דאס איז די קוין איז שוין מער ווייניגער גע׳ענדיגט די קוין הייסט VITAE וויטעי (לעבן - Life אויף לאטין) מען קען עס שוין קויפן אויף די באקאנטע קריפטאפיא עקסטשיענש
https://www.cryptopia.co.nz/Exchange/?market=VITAE_BTC
די צווייטע חלק פונעם פלאן וואס ווי דערמאנט נעמט אריין אין זיך א נייע סאשעל פלאטפארם דארף ארויסקומען און דעצעמבער 18׳ עס גייט ווערן אנאונסעד ביי די גרויסע בלאקטשעין עקספא אין סיליקאון וואלעי - קאליפארניע
https://blockchain-expo.com/northamerica/partners/vitae-token/
אסאך דיטעילס קען מען זעהן אויף זייער וועבסייט
http://vitaetoken.io
עס קוקט אויס זייער א געלונגענע זאך און טויזנטער מענטשן ווייזן שוין זייער אינטערעסע דורכן זיך איינשרייבן אויף די אפעציעלע דיסקאורד טשאנעל פון די קאמפעני
https://discord.gg/YqrpnZB
איינע פון די גרעסטע חילוקים פון דעי סאושעל פלאטפארם און די אנדערע איז אז דא וועלן די יוזערס Users פארדינען די געלט פון די אדווערטייזמעטס און נישט די קאמפעני, שטעלט אייך פאר וואס דאס מיינט, פעיסבוק איז ווערט היינט בערך 70 ביליאן דאלער - וואס קומט כמעט נאר פון אדווערטייזמענטס - ווען א קאמפעני געט דאס צו די יוזערס Users וועט דאס ממש זיין א רעוועלוציע! אדרבה טוט עס דורך לייענט די ווייט פעיפער (White Paper) און די ראוד מעפ (Road Map) אפשר לוינט זיך יעצט צו קויפן די קוין ווילאנג עס איז נאך ביליג! גראדע קען מען אויך מאכן נאך פון די קוין (אזויווי רוב קוינס דורך מיינען אדער מינטען Mining or Minting) דורך מאכן א מאסטערנאוד MasterNode וואס וועט אייך מינטען נייע קוינס יעדע פאר מינוט, בחינם! ס׳איז דא נאך אזעלעכע קוינס ווי למשל דאש קוין Dash Coin וואס איז היינט ווערט $156 און ס׳האט זיך אנגעהויבן ביי 0.4$ די מעלה פון א מאסטערנאוד איז אז נישט א נפקא מינא די ווערט פון די קוין - אפילו די קוין גייט אראפ און וועליא Value - קען מען נאך אלץ פארדינען שיין, אדרבה קוקט דא
https://masternodes.pro/stats/vitae/statistics

איך האב זייער אסאך אינפארמעישן און די נושא פון קוינס איך טוה שוין אין דעם בערך 4-5 יאהר אדרבה ווער ס׳איז אינטרעסירט צו האבן א דיסקאשען דא איז די פלאץ!


Sent from my iPhone using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יבדש כחרס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א נייע מטבע אזויווי ביטקוין, VITAE דורך היימישע יונגעליי

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עפעס קלאפט נישט. ווען עס איז אזוי לייכט, דארף עס יעדער טון. ווען יעדער טוט עס, האט עס נישט קיין ווערט. עפעס מער אינפארמאציע פעלט דא אויס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
יבדש כחרס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 25, 2018 8:03 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

Re: א נייע מטבע אזויווי ביטקוין, VITAE דורך היימישע יונגעליי

שליחה דורך יבדש כחרס »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עפעס קלאפט נישט. ווען עס איז אזוי לייכט, דארף עס יעדער טון. ווען יעדער טוט עס, האט עס נישט קיין ווערט. עפעס מער אינפארמאציע פעלט דא אויס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

די לייגסט א הנחה אז עס איז זייער לייכט נאכדעם פרעגסטו קשיות...


Sent from my iPhone using Tapatalk
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

Re: א נייע מטבע אזויווי ביטקוין, VITAE דורך היימישע יונגעליי

שליחה דורך טרויבן88 »

פינקט איצט ווען די קריפטא קורענסי איז אין די ערד און גוסס אזוי ווי א קראנקער אין שפיטאל און קיינער ווייסט נישט אויב דאס וועט איבערלעבן די איצטיגע פראבלעמען האבן צוויי אינגעלייט זיך זיך אנגעלייגט מיט חובות... לאמיר האפן זיי זאלן מצליח זיין, אדער זעען זיי אז עס וועט נאך אמאל זיין אזאך אחוץ 15 minutes of Fame
לעב אין לאז לעבן.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

פארוואס איז די מטבע אנגעהאנגען אין די סאציאלע נעטווארק? וואס איז די קשר? איז עס נישט צוויי באזונדערע פראיעקטן? ציוואס דארף מען עס צוזאמען שמעלצן?
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: א נייע מטבע אזויווי ביטקוין, VITAE דורך היימישע יונגעליי

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

טרויבן88 האט געשריבן:פינקט איצט ווען די קריפטא קורענסי איז אין די ערד און גוסס אזוי ווי א קראנקער אין שפיטאל און קיינער ווייסט נישט אויב דאס וועט איבערלעבן די איצטיגע פראבלעמען האבן צוויי אינגעלייט זיך זיך אנגעלייגט מיט חובות... לאמיר האפן זיי זאלן מצליח זיין, אדער זעען זיי אז עס וועט נאך אמאל זיין אזאך אחוץ 15 minutes of Fame
נעם נאכנישט אראפ קריפטא פון דיין ליסטע פון עסעטס, קראס עס נישט אויס, אפילו ס'קוקט אויס ווי ס'גוסס'ט, דערמאן זיך נאר ווי אזוי די סטאק מארקעט האט אויסגעזעהן נאך די לעצטע דריי קראכן, ספעציעל נאך די צוויי טויזענט און אכט, ווען אלעס האט צוזאמען געקראכט אויף א ביטערן אויפן. געדענק די ווארט וואס די געניטע ביזנעסלייט זאגן, "ווען ס'דא בלוט אין די גאסן דאן קויף ריעל עסטעיט", די כלל גייט אן ביי אלעמען, סטאקס, קריפטא, ריעל עסטעיט ועוד
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אדורך געבלעטערט די ווייסע צעטל. שוואכע מעשיות. מ'דארף זיי גלייבן אויפן ווארט. אזעלכע סטעיטמענטס ווי

details of the Social Rewards
Website are proprietary and are secret until release


ווען זיי געבן ארויס די פרטים וועט מען קענען דן זיין.

איך זעה נישט דארט קיין סטראטעגיע אדער חידושים וואס זאל זיין עטוואס מער קאנווינסינג ווי די טויזנטער אנדערע קריפטאו וואלוטעס אוועילעבל. מען דארף נישט זיין א ריזיגע געניאס (נאך) צו מאכן א קריפטאו וואלוטע, ספעציעל היינטיגע צייטן ווען די קאוד איז אוועילעבל פאר יעדן.
Yummi
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 06, 2018 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל

שליחה דורך Yummi »

קורקלענד האט געשריבן:פארוואס איז די מטבע אנגעהאנגען אין די סאציאלע נעטווארק? וואס איז די קשר? איז עס נישט צוויי באזונדערע פראיעקטן? ציוואס דארף מען עס צוזאמען שמעלצן?

פונקט אזוי ווי וועיז waze האט צאמגעשטעלט נעוויגעישן navigation מיט סאושעל די זעלבע זאך איז דא, זיי ווילן זיין uniqe, ממילה וועט זיין אויך value, עס איז שוין גראדע דא בערך אזא געדאנק וואס הייסט סטים steem, זיי זענען א קוין מיט א סאציאלע נעטווארק, Steem Token Steem Social Site - Steemit
אייער מיינונג איז וועלקאם
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אין הנידון דומה להראיה. וועיז האט געמאכט א מאפע סיסטעם מיט א חידוש אז ס'האט אינפּאָט פון די באניצער. אזוי האבן זיי ערמעגליכט א פראדוקט וואס איז שנעלער און מער אהערגעשטעלט ווי סיי וועלכע אנדערע מאפע וויבאלד די אינפּאָט פון די באניצער זענען געזעהן געווארן אינסטענטלי. וועיז איז נישט קיין כלליות'דיגע סאציאלע נעטווארק, ס'איז סך הכל פארופן סאציאל ווייל ס'פונקציאנירט אויף די לעבעדיקע צוזאמענארבייט פון די באניצער.

דא אבער פארשטיי איך נישט וואס די מטבע טוהט אויף פאר די סאציאלע נעטווארק אדער פארקערט. ווער דארף וועלכע? אין די ווייסע צעטל שרייבן זיי אז די נעטווארק וועט עווענטועל ארויפברענגען די ווערד פון די וואלוטע וויבאלד ס'וועט זיין די איינציגסטע אקצעפטירטע וואלוטע אויף די סאציאלע נעטווארק זייערע, מיין שאלה איז פארוואס זאל זיך איינער בכלל וועלן באניצן מיט יענע סאציאלע נעטווארק?
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

וואס א חילוק וויאזוי דאס ארבעט, געב שוין ארויס די נעמען פון די היימישע אינגעלייט...
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ס'שטייט אויף די וועבזייטל זייערע.
יבדש כחרס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 25, 2018 8:03 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

Re: א נייע מטבע אזויווי ביטקוין, VITAE דורך היימישע יונגעליי

שליחה דורך יבדש כחרס »

קורקלענד האט געשריבן:דא אבער פארשטיי איך נישט וואס די מטבע טוהט אויף פאר די סאציאלע נעטווארק אדער פארקערט. ווער דארף וועלכע? אין די ווייסע צעטל שרייבן זיי אז די נעטווארק וועט עווענטועל ארויפברענגען די ווערד פון די וואלוטע וויבאלד ס'וועט זיין די איינציגסטע אקצעפטירטע וואלוטע אויף די סאציאלע נעטווארק זייערע, מיין שאלה איז פארוואס זאל זיך איינער בכלל וועלן באניצן מיט יענע סאציאלע נעטווארק?


אויב זיי שערן די revenue מיט די users און מען פארדינט געלט פון פשוט נוצן די נעטווארק פארשטייט זיך אז מענטשן וועלן זיך באנוצן מיט דעם


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ווען איינער באניצט זיך מיט א סאציאלע נעטווארק קומט ער מיט איין מטרה, ער וויל סך הכל סאציאליזירן מיט זיינע חברים. ווען ער וויל זיך רעגיסטרירן וועט ער זיך רעכענען מיט אפאר פאקטארן ווי למשל, אויב זיינע חברים זענען אויך דארט, און צו ס'איז גרינג צו נוצן וכו'. ער גייט אבער נישט אהין מאכן געלט. ווען איינער וויל פארדינען געלט נעמט ער א דזשאב ערגעץ. לדעתי קען מען נישט בויען אזא נעטווארק דורך קויפן די קליענטן.

אויך די קאנצעפט פון שעירן רעוועניו ליגט עפעס נישט גוט מיט מיר. רעוועניו מיינט געלט וואס קומט אריין פאר מ'צאלט פאר די קאסטן. אויב אזוי ווער גייט באצאלן די קאסטן?
יבדש כחרס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 25, 2018 8:03 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך יבדש כחרס »

קורקלענד האט געשריבן:אויך די קאנצעפט פון שעירן רעוועניו ליגט עפעס נישט גוט מיט מיר. רעוועניו מיינט געלט וואס קומט אריין פאר מ'צאלט פאר די קאסטן. אויב אזוי ווער גייט באצאלן די קאסטן?


לאמיר נאכמאל מסביר זיין,
וואס איז דאס א סאושעל פלאטפאורם?
א סאושעל פלאטפאורם אזוי ווי פעיסבוק טוויטער אינסטעגראם אא״וו, איז א פלאץ וואו יעדער קען שרייבן וואס מען וויל, טראכט, גלייבט, חלומ׳ט, דמיונ׳ט, און פארשטייט זיך אז אויב צוויי [אדער מער] מענטשן טראכטן די זעלבע קען מען ווערן חברים [friends, followers] און צומאהל וועט זיך שאפן גרויסע גרופעס פון מענטשן מיט די זעלבע מיינונגען. יעדער איינער קען אויך צושרייבן א קאמענט צו יענעמס געשריבעכץ, מיט איין קליק קען מען דאס אויך לייקן אדער דיס-לייקן שער׳ן [share] מיט אנדערע, בקיצור א סעפיסטיקעטע ״קאווע שטיבל״
וואו אזוי מאכן זיי געלט?
דורך דעם וואס הינדערטע מענטשן שרייבן זייערע זאכן אויף די פלאטפאורמס, ווייסן די קאמפעני׳ס פינקטלעך יעדער איינער פון זייערע יוזערס וואס ס׳אינטערסירט זיי, זיי האבן ריזיגע דעיטאבעיס׳עס [database] פון אלע נושאים מיט די ״טארגעט״ - די מענטשן וואס זיי אינטרעסירט די ספעסיפישע זאך, יעצט קענען זיי פארקויפן פאר אנדערע קאמפעניס צו אדווערטייזן ספעסיפישע אדוועטייזמעמטס פאר יעדע יוזער באזונדער, און יעדער וועט באקומען עד׳ס פון זאכן וואס ער האט נארוואס געשריבן אדער געלייקט אא״ו, פארשטייט זיך אז אזעלעכע עד׳ס זענען פול מער עפעקטיוו ממילא לאזן זיך די אדווערטייזערס קאסטן, פאר יעדע קליק וואס איינער קליקט אויף א עד צאלן זיי צומאהל עטליכע דאללער!!, און פארוועם גייט די געלט? פארשטייט זיך פאר די סאציאלע קאמפעני, וואו אזוי מיינט איר איז פעיסבוק ווערט 70 ביליאן דאללער?
וואס איז ״וויטעי״ [VITAE] און ״סאשעל ריווארדס״ [Social Rewards] אנדערש?
זייער פלאן איז צו מאכן א נייע קריפטא קוין, {דאס איז שוין געמאכט} פארשפרייטן אויף פארשידענע עקסטשעינדזעס [Exchanges] באקומען פאפולעריטי דורך פארשידענע וועגן, נאכדעם וועלן זיי ארויסגעבן זייער סאציאלע סייט מיטן נאמען ״סאשעל ריווארדס״ [Social Rewards], וואס וועט זיין אזוי ווי יעדע אנדערע סאציאלע סייט מיט טארגעט עד׳ס אבער די אדווערטייזערס דארפן באצאהלן מיט VITAE און די געלט (90%) גייט פאר די יוזערס פון די סייט נישט צו די קאמפעני, אויך אלע פונקציעס [Functions] וואס זענען דא אויף אלע אנדערע סייטס וועט זיין עוועילעבל דא, אבער מען וועט פארדינען געלט.
סא אז מען לייקט שערט קאמענט אויף פעיסבוק טוויטער אינסטעגראם, פארדינט מען גארנישט, אבער אז מען לייקט שערט קאמענט אויף ״סאשעל ריווארדס״ פארדינט מען VITAE וואס מען קען עס פארקויפן אויף עטליכע עקסטשעינדעס (ס׳איז נישט פינקטליך אזוי, אבער אחרי ככלות הכל קען מען פארדינען דורך פשוט טוהן דאס וואס מען טוט ממילה אויף די אנדערע סייטס פאר בחינם)
בקיצור: זיי שטעלן צוזאמען קריפטאו מיט סאשעל סייט צו אטראקטן יוזערס פארשטייט זיך אז יעדע נייע זאך נעמט צייט ביז ס׳שלאגט ווארצלען אבער עס קען זיך ארויסשטעלן צו זיין זייער סוקסעספול
Yummi
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 06, 2018 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל

שליחה דורך Yummi »

עס איז היינט ארויף אויף קוין-מארקעט-קאפ CoinMarketCap עמער זעהן וואס וועט זיין

https://coinmarketcap.com/currencies/vitae/
אייער מיינונג איז וועלקאם
Yummi
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 06, 2018 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל

פרייז

שליחה דורך Yummi »

אקעי! די קריפטא קוין וויטעי VITAE האלט יעצט ביי $0.42!!! ווען איך האב געשריבן דא די ערשטע מאל איז עס געווען בערך $0.05, דאס מיינט אז סאיז מער ווי 500% ארויף! די דיסקורד (Discord) גרופ האט שוין יעצט איבער 12,000 מענטשן, עס באקומט פובליסיטי
אייער מיינונג איז וועלקאם
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

פּאָמפּ ענד דאָמפּ? מ'דארף זיין זייער פארזיכטיג!
Yummi
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 06, 2018 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל

פרייז

שליחה דורך Yummi »

אקעי! וויטעי VITAE האלט יעצט ביי 0.69$ !!! מארקעט קאפ
אייער מיינונג איז וועלקאם
Yummi
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 06, 2018 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל

פרייז

שליחה דורך Yummi »

וויטעי [VITAE] איז שוין אריבער $1 ! coinmarketcap.com
אייער מיינונג איז וועלקאם
יבדש כחרס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 25, 2018 8:03 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

א נייע מטבע אזויווי ביטקוין, VITAE דורך היימישע יונגעלייט

שליחה דורך יבדש כחרס »

וואס זאל מען טוהן, VITAE איז שוין אריבער $1.50 קוקט אויס אז עס הייבט אן צו שלאגן ווארצלען, ווייל מען דערנענטערט זיך שוין צו 28 נובעמבער ווען VITAE וועט ווערן באקאנט ביי די Blockchain Expo אין סיליקאן
וואלעי - קאליפארניע

https://coinmarketcap.com/currencies/vitae/

https://t.me/joinchat/HGlwexDROijrX3vWfGyvDw

Sent from my iPhone using Tapatalk
מרדכי ישראל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:00 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך מרדכי ישראל »

איך האב געקויפט עטליכע אויף קרייפטופיע וואס טוה איך ווייטער?
יבדש כחרס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 25, 2018 8:03 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך יבדש כחרס »

מרדכי ישראל האט געשריבן:איך האב געקויפט עטליכע אויף קרייפטופיע וואס טוה איך ווייטער?

דערווייל קען מען קיין סאך נישט טוהן מיט דעם, חוץ פון סטעיקן אדער טרעידן, נאך אפאר וואכן קומט ארויס די סאציאלע וועב זייטל וועט מען קענען זען מער
חוץ פון דעם קענסטו שוין הנאה האבן ווייל עס איז שוין היינט ווערט איבער 3 דאללער !
מרדכי ישראל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:00 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך מרדכי ישראל »

יבדש כחרס האט געשריבן:
מרדכי ישראל האט געשריבן:איך האב געקויפט עטליכע אויף קרייפטופיע וואס טוה איך ווייטער?

דערווייל קען מען קיין סאך נישט טוהן מיט דעם, חוץ פון סטעיקן אדער טרעידן, נאך אפאר וואכן קומט ארויס די סאציאלע וועב זייטל וועט מען קענען זען מער
חוץ פון דעם קענסטו שוין הנאה האבן ווייל עס איז שוין היינט ווערט איבער 3 דאללער !

און ווי לוינט זיך עס צי האלטן?
איך האב עס געקויפט אויף קרייפטאפיע
פארשפארט