סמארטפאן איז יא א שיעבוד - וועקער 13

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

סמארטפאן איז יא א שיעבוד - וועקער 13

שליחה דורך פלאוויוס »

איך עפן דעם אשכול אלס א פלאטפארמע צו קענען רעאגירן אויפ'ן ארטיקל וואס איך האב געשריבן אינעם וועקער, ווי א רעקאציע צו א פאריגן ארטיקל פון מיין טייערן ידיד החכם והחוקר הרב יוסף אלבוים. מיין ארטיקל איז נישט בלויז א רעאקציע צו יענעם ארטיקל נאר אויך אינספירירט פון דעם. די געדאנקען זענען געווען שיין צעשריבן און זיי האבן מיך געברענגט צו טראכטן ווייטער.

ובכן עפן איך דא א ווינקל צו דעבאטירן, מפלפל זיין, סיי אויפ'ן ארטיקל און סיי אויף דער טעמע בכלל. איז סמארטפאן א חירות אדער א שיעבוד?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פלאוויוס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

למשל, ס'לאזט זיך דעבאטירן אז דער סמארטפאן איז בסך הכל א ווירטועלע וועלט מיט א סך חירות'ן און שיעבודים, פונקט ווי אין אמת'ן לעבן. די מלחמה אונזערע דארף זיין נישט קעגן סמארטפאן נאר קעגן אלע פרטים אינעם סמארטפאן וואס נעמען אוועק דעם חירות. ביי איינעם קען זיין פעיסבוק א הויפט שטער אין לעבן, ביי א צווייטן איז עס וואטסעפ, אדער סאציאלע מידיע בכלל. ובכן אנשטאט צו דעבאטירן צי דער סמארטפאן איז א שעבוד אדער נישט, דארף מען אפשר זיך קאנצענטרירן אויף יענע פרטים אינעם סמארטפאן וואס מאכן שווער דאס לעבן און מ'זאל פארלייגן אלע כוחות קעגן דעם. (איך מיין נישט אז עסקנים זאלן קעמפן קעגן דעם, דאס איז לעכערליך, נאר איך מיין יעדער מענטש פאר זיך.)

די פראגע איז צי סמארטפאן קען ווערן אפגעטיילט פון זיינע רייכע פונקציעס. צי מ'קען בכלל זאגן אז ס'איז נישט דער סמארטפאן נאר געוויסע פרטים אין אים. בקיצור, דאס אלעס איז אפן פאר דעבאטע.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: סמארטפאן איז יא א שיעבוד - וועקער 13

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך ווייס נישט אז ׳דעבאטע׳ איז די געזוכטע ווארט דא. עס איז אפן פאר מחשבה, יעדער אין זיין לעבן. פאר אים איז עס אזא סארט שיעבוד און א צווייטען אזא סארט שיעבוד, ביי געוויסע איז די שיעבוד א נעגאטיווע ערשיינונג און ביי אנדערע א פאזיטיווע. עכ"פ חומר למחשבה פאר יעדער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

הוגה האט נישט געשריבן אז א סמארט-פאון קען נישט זיין קיין שיעבוד, און פלאוויוס האט נישט געשריבן אז אויסשליסליך ווער ס'האט נישט קיין סמארט-פאון איז פריי. לדעתי זאגן ביידע שיינע געדאנקען, און זענען ביידע קרוב זה לזה אסאך מער ווי איך האב זיך גערעכנט.

ביידע ארטיקלען זענען שיינע ארבייט, אינטערעסאנט און גוט געשריבן.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

העניך האט געשריבן:הרב פלאוויוס, א גרויסן דאנק פאר דיין ארטיקל. זייער הנאה געהאט.

איך האב אין דער פארגאנגענהייט געשריבן א געדאנק וואס קען ווארפן א שטיקל ליכט אויף דער טעמע, זע מיין ארטיקל "אדיקטעד צום טעלעפאן און די ברילן?".


איך זע וואס דו האסט דארט געשריבן אבער איך בין נישט איינשטימיג מיט דעם. יעדע זאך וואס א מענטש קען נישט לעבן אן דעם (אדער ער ניצט עס איבער דער מאס) איז א שיעבוד. א גוטע זאך קען אויך זיין א שעבוד. דו ברענגסט א ביישפיל פון ברילן, אבער דער מענטש וואס ניצט ברילן קען פשוט נישט זען גוט אן דעם. אויב וואלט ער יא געקענט זען אן דעם נאר אן עמאציאנעלע/גייסטישע סיבה לאזט אים נישט קוקן צו דער וועלט אן קיין ברילן וואלט עס געהייסן א געהעריגער שיעבוד. דאס אז דער מענטש ניצט די ברילן בסך הכל אויף צו זען די וועלט מאכט עס נישט אויס שיעבוד.

דאס זעלבע איז מיטן סמארטפאן. ס'איז אמת אז דארט זענען דא אן א שיעור פונקציעס אבער דער שיעבוד איז צו דער מאשינקע. די פראגע איז נאר צי מ'קען טעארעטיש זיך באפרייען פון דער מאשינקע אפילו ווען מ'פארמאגט עס אין טאש, דורכ'ן באקעמפן יענע פרטים וואס פארוואנדלען דעם סמארטפאן אין א שעבוד (ווי למשל סאציאלע מידיע). כדי צו קענען אויף דער פראגע וואלט מען מסתמא געדארפט דורכפירן אן ערנסטע סאציאלאגישע פארשונג אויף אן אקאדעמישן פארנעם, וויבאלד אונזערע מיינונגען קענען דא נישט מכריע זיין.

איך וועל געבן נאר איין ביישפיל ווי שווער ס'איז צו טרעפן א קלארן ענטפער אויף דער פראגע. לאמיר זאגן אז צו פירן באנק חשבונות אויפ'ן סמארטפאן איז פאר זיך נישט קיין שום שיעבוד, אבער סטאטיסטיש קומט אויס אז ווען א מענטש דארף ניצן דעם סמארטפאן צו פירן זיין באנק אקאונט וועט ער ממילא שוין אויך קוקן די נייעס מער מאל אין טאג. דא האסטו אן אומדירעקטע תוצאה פון שיעבוד וואס קומט ארויס דורכ'ן אומשולדיגן באנק עפפ. מיר קענען דא פילאזאפירן פון היינט ביז איבערמארגן, אבער ס'וואלט געדארפט ערגעץ זיין א געהעריגע שטודיע וואס זאל קענען דערקענען די גענויע פרטים פונעם פראבלעם. דער פאקט איז אז אין אלע שיכטן פון דער געזעלשאפט זענען דא מענטשן וואס ווערן אריינגעצויגן אויף א ריזיגן פארנעם קעגן זייער ווילן, און זיי פארשטייען נישט געהעריג וואו דער הונט ליגט באגראבן...
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

גוט. איך פארשטיי וואס דו זאגסט. ס'קען אבער זיין אז דער פארגלייך צו ברילן איז נישט אקוראט, וויבאלד ברילן איז סוף כל סוף א מיטל וואס ערמעגליכט דאס זען און ס'איז נישט בלויז אן עמאציאנעלע/פסיכישע אילוזיע אז מ'דארף עס האבן.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

שוין עטליכע יאר וואס איך פיהר מיך צו לאזן מיין סמארטפאון אינדערהיים צופרי און ביינאכט ווען איך גיי אין ביהמ"ד, לאנג פאר די 'עסקנים' האבן אפגעמאכט צו נוצן קדושת ביהמ"ד פאר זייער אגענדע מיטן סמארטפאון.

איך פלעג פשוט פיהלן א נערוועזיקייט מיטן קוקן כסדר צו זעהן אויב איינער האט מיך גערופן וכו', און איך בין נישט קיין מענטש וואס איז hooked צו וואצעפפ גרופעס וכו' (דאס יא איך פיהר א גרויס חלק פון מיין ביזנעס פון מיין טעלעפאון), שבת פלעגט זיין ביי מיר די רואיגסטע טאג (לאו דוקא צוליב דעם, שבת קען מען נישט מאכן קיין געלט, בין איך נישט נערוועז אז איך מאך נישט... אבער דאס האט אויך צוגעגעבן). האב איך מחליט געווען צו עקסטענדן דעם שבת ביז זונטאג צופרי, און א גאנצע וואך צופרי און ביינאכט.

איך ווייס נישט צו דאס קען אויסקלארן די ספיקות אין דעם 'דעבאטע', אבער איך מיין אז מיין עקספיריענס איז עפעס וואס כמעט יעדע אינגערמאן קען רילעיטן.
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

באמת האט מיין פעדער לעצטנס ארויסגעשריבן דעם לעצטן מאמר פון פלאוויוס, נישט ממש... נאר דעם געדאנק, עס איז מים שאין להם סוף, און דעריבער איז דאס נישט געקומען קיינמאל צו קיין ענדע. עוד חזון
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

Re: סמארטפאן איז יא א שיעבוד - וועקער 13

שליחה דורך טרויבן88 »

פלאוויוס האט געשריבן:איך עפן דעם אשכול אלס א פלאטפארמע צו קענען רעאגירן אויפ'ן ארטיקל וואס איך האב געשריבן אינעם וועקער, ווי א רעקאציע צו א פאריגן ארטיקל פון מיין טייערן ידיד החכם והחוקר הרב יוסף אלבוים. מיין ארטיקל איז נישט בלויז א רעאקציע צו יענעם ארטיקל נאר אויך אינספירירט פון דעם. די געדאנקען זענען געווען שיין צעשריבן און זיי האבן מיך געברענגט צו טראכטן ווייטער.

ובכן עפן איך דא א ווינקל צו דעבאטירן, מפלפל זיין, סיי אויפ'ן ארטיקל און סיי אויף דער טעמע בכלל. איז סמארטפאן א חירות אדער א שיעבוד?
נאכנישט געליינט די ארטיקל, אבער איך האב שוין ערווענט די נושא אין די ארטיקל http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=384467#p384467
לעב אין לאז לעבן.
רבינו לוי בר גרשום
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 10:45 am
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך רבינו לוי בר גרשום »

די גאנצע נושא פין סמארטפאון, אין וויאזוי עס אפעקטירט די מענטשע'ס לעבן איז אן אור אלטע טעמע וואס גדולי ראשונים אזוי ווי די רמב"ם האבך שוין דיסקוטירט, אין עס רופט זיך בלשון הקודש "מידות" אזוי ווי דער רמב"ם איז מסביר אין יד החזקה ( הל' מדע) אז יעדע מידה אין די וועלט איז גוט צי האבן דערפין די ריכטיגע באלאנסת אדער ווי ער רופע עס בל' הק' "שביל הזהב" די סמארטפאון איז נאר נאך א וועג וויאזוי אונז מענטשען קענען פראקטאצירן אין ארויסברענגען אונזערע מידות אין פערזענליכקייטן מכח אל הפועל, אין טאקע יא עס וועט זיין מענטשען וואס פאר זיי איז עס א שיעבוד פונקט ווי עס איז דא מענטשען וואס ליינען "דער שטערן" קען זיי ח"ו מאכן גוים (איך וויצל נישט עס איז אמת"דיג דא מענטשען וואס האלטן אזוי) די נושא איז רחוק מני אלף אין מען קען דעבאטירן לאנגע שעות אבער איך האב פשוט געוואלט ארויסברענגען דעת קדשי אויף א קורצן אויפ'ן.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: סמארטפאן איז יא א שיעבוד - וועקער 13

שליחה דורך קל וחומר »

ווער מאכט אפ וואס הייסט שיעבוד און וואס הייסט חירות?
בפשטות ווי ברייטער א מענטשנס אפציעס אלס מער חירות.
ווער זאגט אז לעבן אין נאטור און נישט קענען רעדן צו מענטשן נאר פנים אל פנים איז מער חרות? די פאקט אז אזוי איז געווען ביז לעצטענס זאגט נישט גארנישט וויבאלד ס'נישט געווען שייך אנדערש. אדרבה, לדבריך זענען מענטשן אין תפיסה די גרעסטע בעלי חרות וויבאלד זיי האבן מינימאלע קאמיוניקאציע מיט אנדערע מענטשן. א קעניג וואס קען טוהן ככל העולה על רוחו האט די ווינציגסטע חירות ווייל ער קען פארשלעפט ווערן דורך זיינע פילע אפציעס.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

דו קענסט אוועק לייגן די סעל פאר דריי שעה?
אסך קענען נישט

איך קען מערערע עדיקטס וואס זאגן זיי קענען סטאפען ווען זיי ווילן
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: סמארטפאן איז יא א שיעבוד - וועקער 13

שליחה דורך קל וחומר »

הקטן האט געשריבן:דו קענסט אוועק לייגן די סעל פאר דריי שעה?
אסך קענען נישט

איך קען מערערע עדיקטס וואס זאגן זיי קענען סטאפען ווען זיי ווילן
קודם כל שרייבט ער אין ארטיקל אז ער רעדט נישט פון עדיקטס, אבער איך וועל דיר ענטפערן אפילו לשיטתם, קען א קעניג אויפגעבן זיין מלוכה פאר דריי שעה? פרעג קים יאנג און.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: סמארטפאן איז יא א שיעבוד - וועקער 13

שליחה דורך קל וחומר »

אגב, איך פערזענליך לייג מיין פאון אויף עראפלאן מאוד פאר בערך צעהן שעה יעדן טאג (כולל 5-6 שעה שלאף שטייצעך).
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

איז פאר דיר קלאר אז לעבען וואו קים יאנג און, אן די אפציע פין זיי אן איינפאכע בירגער, הייסט פריי?
אויב דער בירגער קען נישט זיין קיין קעניג און דער קעניג קען נישט זיין קיין בירגער בלייבט איבער פשוט צי מעסטען ווער האט מער אפציעס, אדער א יעדער אפציע האט א געוויכט און דאס רעכענט מען ציזאם ?

יצעט בלייבט איבער צי רעכענען וואס דער סמארפאן געט צי און וואס עס נעמט אוועק פין דעם געווענדליכען אינגערמאן
למשל wase איז א +5 זיך אפגעבען מיט די קינדער -28
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

וויאזוי קען מען אביעקטיוו אויפקומען וויפיל פוינטס ס'גייט פאר יעדע מעלה/חסרון?
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

מיז נישט זיין אביעקטיוו, זאל זיין סויבעקיוו, וויפיל איז דיר ווערט waze, online banking, chat
פין די אנדערע זייט וויפיל איז דיר ווערט מנחת הנפש, קוואלעטי צייט מיט ווייב אין קינדער און נאך
נישט פאר א יעדעם איז דאס די זעלבע ווערט און נישט א יעדער ווערט געשטערט אויף די זעלבע לעוועל

א גרויס חלק פין מנחת הנפש וואס די כלי בארויבט רוב פין אינז, איז זייער שווער צי מעסטען -
וואו אנגעצויגן ביסטו אויף האסטו נישט דיין פאן בטעות פאר א האלבע שעה?
ווען די שטייסט ליידיג איין מעניט, ווארטענדיג אויף די עלעוועטער, גייט דיין האנט אויטעמאטיש צי דיין פאן?
וויפיל מאל זיצענדיק מיט דיין ווייב אויפן קאטש האסטו די urge ארויסצינעמען די פאן?
ביסטו שוין געבליבן לענגער אין קאר מיט א האלבע שעה ווייל ביסט געווען ביזי מיט דיין פאן בשעת זי האט געווארט אויף דיר, האסט געזאגט קימסט שוין?
האסטו איר פארציילט א מעשה מיט בוידעם פארוואס דו ביסט אהיימגעקימען שפעט?
...
...
ווער וויל ממשיך זיין
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אויב ס'איז סוביעקטיוו קען מען אבער דאדאך נישט זעהן צו מ'איז באמת אדיקטירט. וויאזוי קען א מענטש פאר זיך מעסטן? וואס איז די בענטשמארק? וואס איז די פאָרמולע?
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

ווילסט וויסן סייענטיפיש אדער דיר איז נוגע צי דו גייסט ארויס מיט ריווח
איך רעד נישט פין עדיקשען אינעם פולען זין פין ווארט

אין יעדנספאל מיין איך אז דו האסט היינט פאברענגט דא פיל מער וויפיל דו וואלסט געוואלט, דו האסט זיך שוין אזויפיל מאל נאך אזא טאג מקבל געווען אויף זיך אז מער נישט, אבער...
בין איך גערעכט?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

איך פארברענג דא ווען איך האלט זיך צוריק פון טוהן עפעס וויכטיקער, אבער ווען איך פארשליס קאווע שטיבל אדער די סמארט-פאון, אדער סיי וועלכע אנדערע צייט פארשווענדער העלפט עס נישט, ווייל ס'נישט אזויפיהל אז איך גליסט די פלאץ דא ווי אז איך וויל אנטלויפן פון געוויסע טעסקס וואס איך האלט נישט ביים טוהן. אז ס'פעלט אויס צייל איך די טיילס אויפן דאך, איך וועל טראכטן און טראכטן און שפעקולירן אזוי אז שעות וועלן פארביי גיין אן ארלעידיגן וואס ס'דארף ווערן ארלעידיגט.

קען זיין אז איך פאָפּ זיך אבער באופן כללי ארבעט איך אזוי.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

איז לאמיך דיך געבן וואס צי טון, נעקסט טיים
Procrastination Priorty
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

הקטן האט געשריבן:איז לאמיך דיך געבן וואס צי טון, נעקסט טיים
Procrastination Priorty

וויי איז מיר אויף וויפיל צייט איך האב שוין פראקראסטאנירט און פארברענט אויף יו-טוּבּ ווידעא'ס וואס העלפן פארמינערן פראקראסטינאציע. אבער א איד געט נישט אויף, אפשר דאך וועט די ווידעא יא ארבייטן.....
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

קים ציריק מיט די ריזאלטס פליז - זיכער נאר אין די צייט פין פראקארסטענעשן
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
פארשפארט