די גרינדונג פון טאון אוו סעווען ספרינגס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

berlbalaguleh האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:נאר אין ארץ ישראל טאר מען נישט האבן א מדינה, און חוץ לארץ מעג מען יא. דאס איז די הלכה, הלכה איז נישט א זאך וואס מען פארשטייט מיט שכל, עס איז דא צענדליגע הלכות וואס מען פארשטייט נישט, אזוי איז אסור, און אזוי, מיט א קלייניקייט אנדערש איז מותר. וכן כאן, אין ארץ ישראל איז אסור אלץ התגרות באומות, און חוץ לארץ איז מותר.

ובפרט אז עס איז נישט א מדינה, נאר א ווילעדזש, וואס איז סתם נישט בכלל מדינה, און עס איז נישט קיין התגרות, ווייל אדרבה, מען פרעגט דאך די גוים אױב זיי זענען מסכים, און ווער עס וויל נישט קען קומען זאגען זיין התנגדות.

אישתישבי: אדרבה. אפשר ברענגסט דו קלארע ראיות פון די גמ' און פון רמב"ם אז התגרות באומות איז אסור אין ארץ ישראל (מדינת ישראל). און מותר אין ארענדזש קאונטי...!

אויך. וואס וועט מען טון מיט די גמרא (אין מס' סנהדרין) וואס זאגט ..."אין בן דוד בא, עד שתכלה מלכות הזלה מישראל"...זאגט דער רשב"ם... "שלא תהא להם (לישראל) אפילו שולטנות קלה ודלה"...!

איז די שאלה. ווער ס'איז מעכב די גאולה. די ציונים. אדער אפשר גאר די הנהלה פון קרית יואל. וואו ס'איז דא א מעיאר און אנדערע רעגירונגס מענטשן...!


דאס וואס די פרעגסט פין דער גמרא אין בן דוד בא, איז נישט א קשיא, ווייל עס איז אגדתא גמרות, און פין אגדתא גמרות איז נישטא קיין חיוב להלכה.

איי וועט איר פרעגן א באמבע קשיא, איז דאך די שלש שבועות אויך אגדתא?

אבער די חילוק איז פשוט, הלכות שבועות ווערט געפסקנט אין שולחן ערוך אז מען ברויך האלטען א שבועה, און די אגדתא גמרא איז נאר מגלה אז מען האט אונז באשוואוירן. ודוק.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אישתישבי: איך טענה אויכעט די זעלבע. נאר מ'קען נישט טאנצן אויף צוויי חתונות. אויב די ציונים אין ארץ ישראל זענען מעכב די גאולה. דאמאלס איז ר' אהרן וסייעתו אין מאנרא אויכעט מעכב די גאולה. ווידער אויב גלייב איך נישט אין די אגדתא. (ווייל ס'איז נאר אן אגדתא). דאמאלס קענען די אידן אין ארץ ישראל אויכעט טון וויאזוי זיי פארשטייען. און וויאזויי זייערע אינטרעסן דיקטירן. און זייער כנסת הייסט נישט קיין כנסת המינים (אפשר דאס יא.)...1 און אום יום העצמאות דארף מען נישט זאגן קיין תחנון. און מ'מעג גיין מאכן א בארביקיו בעצם היום...! לכבוד החג...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

berlbalaguleh האט געשריבן:אויך. וואס וועט מען טון מיט די גמרא (אין מס' סנהדרין) וואס זאגט ..."אין בן דוד בא, עד שתכלה מלכות הזלה מישראל"...

אין גמרא שטייט אויך "אין בן דוד בא עד שתכלה פרוטה מן הכיס", אויך שטייט "דור שבן דוד בא... וחכמת הסופרים תסרח". פארדעם טאקע פלעגט די רבי זי"ע אסאך מעורר זיין דעם עולם אויסצוליידיגן די טאשן צו געבן צדקה, און פארדעם האט ער אנגעשריבן א גאנצן ספר מיט שטותים.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: די גרינדונג פון טאון אוו סעווען ספרינגס

שליחה דורך אונטער חכם »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עפעס ליגט מיר אין קאפ אז דער אבני נזר דערמאנט די סברא........

כ'האב נישט געמיינט דעם אבני נזר, כ'האב נאר געוואלט ארויסברענגען דולה ומשקה'ס דאבל סטענדערדס.

האלטסט טאקע אז עס איז א דאבל סטענדערד צו זאגן אז מען מעג מאכן א ווילעדזש אין קרית יואל אבער נישט קיין מלחמה מיט די אראבער?


אזויפיל יא, אז ווען יעדער ווארט פון ביבי איז התגרות באומות , און דא רייסט מען זיך ביי די קעפ מיט די גוים, איז עס היפאקראטיע.

"דער איד " איז נאך א גרעסערער גאון אין היפאקראטיע, ביי אים איז עס איין טאג יא התגרות, און איין טאג נישט התגרות, כיד הפאליטיקע הטובה עליו.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אונטער חכם: איך ליין ב"ה נישט דעם איד. ס'איז גענוג ביטער, בעוונותינו הרבים אז איך ליין דעם בלאט. אבער איין זאך קען איך דיר זאגן. אויב ס'האנדלט זיך פון די פאר גבירים וועלכע שלאגן זיך איבער די שטחים אין די מאנרא געגנט וואס באלאנגען צו די זאלוני פארטיי, דאמאלס איז עס נישט התגרות באומות. אבער טאמער האנדלט זיך פן די גבירים פן די ארונים פארטיי, איז עס זיכער התגרות באומות. נאך ערגער. ס'איז ציוניזם ממש...און אויף דעם האט די רבי זיכרוינע ליבראכעה געבלוטיגט...!

נ.ב.: מיין רבי פלעגט צו זאגן..." איך ליין דעם שטירמער. צו דעם איד האביך נישט קיין כח"...!
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

דוד בן ישי עבדך משיחך
פארשפארט