וואס גייט פאר מיט ליפא?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
בית יוסף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2018 6:37 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך בית יוסף »

עס איז ארימגעפאן א קליפ ווי אברהם מרדכי שווארץ זינגט פאר ליפא אין גראמען אז ער זאל צריק קימען און וואטער מהנה זאן אינזער אולם
מרדכי ישראל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:00 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך מרדכי ישראל »

לבי ובשרי האט געשריבן:איך בין צעמישט, געממינט האב איך אז ער האט זיך גע'גט (אויב עס איז אמת) וויבאלד זיין ווייב האט געצויגן מער צו פרימקייט, נו אז ער איז וויל דעם עול התורה והמצוות, טא, וואס איז שלעכט מיט ליפא'נען אז זי זאל וועלן אוועקגיין?...

און איך האב געהערט אז עס איז פונקט פארקערט
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

דער אויבערשטער זאל העלפען ער זאל זיך סעטטלען אויך א וועג אז ער זאל זיין צופרידן.

א הערה כללית, ווייל ער זינגט שיין, און האט טאלאנט, מיינט נישט אז יעדער דארף מיטהאלטן מיט זיינע פריוואטע לעבען מיטמאעכענישען, טאמער איז חלילה דא א חולה בתוך ביתו ווייל איך טאקע מתפלל זיין פאר אים, אבער עס מוז נישט יעדער מיטגיין מיט זיינע אפס און דיינס.

אבער אז עס איז שוין יא ברבים, זעהט אויס אז די מעשה איז, אז ער האט געצויגן זיין ווייב צו זיין מער אויפגעקלערט און אפען, און דערנאך האט זי שוין פארשטאנען בעסער פין אים וואס צו טוהן, און דאס קען ער שוין נישט. האט ער איינגעזעהן אז ווערען מאדערען און משנה זיין פין ווי מען קומט איז נישט קיין חכמה. קומט ער יעצט צוריק, און האפט אז זיין ווייב וועט צוריקקומען. זאל טאקע דער אויבערשטער העלפען אז ושבו בנים לגבולם.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אישתישבי האט געשריבן:אבער אז עס איז שוין יא ברבים, זעהט אויס אז די מעשה איז, אז ער האט געצויגן זיין ווייב צו זיין מער אויפגעקלערט און אפען, און דערנאך האט זי שוין פארשטאנען בעסער פין אים וואס צו טוהן, און דאס קען ער שוין נישט. האט ער איינגעזעהן אז ווערען מאדערען און משנה זיין פין ווי מען קומט איז נישט קיין חכמה. קומט ער יעצט צוריק, און האפט אז זיין ווייב וועט צוריקקומען. זאל טאקע דער אויבערשטער העלפען אז ושבו בנים לגבולם.

אז איינער ברענגט פאקטן פון יענעם'ס פריוואטע אנגעלעגנהייטן איז טאקע נישט ריכטיק, אבער סתם קאנספירירן און שפעקולירן איז שוין נעקסט לעוועל רשעות.
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

אדונינו האט געשריבן:מיר קוקט עס אויס פון אלעס צוזאמען מער ווי א פינאנציאלע החלטה, ער וויל צוריק זיינע Jobs זיין געלט, און זיין לעבן.

ווען דו ביזט ווען גערעכט, ביזטו ווען אויך נישט גערעכט
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך חסיד »

איך וויל מקדים זיין אז איך קען נישט פערזענליך ר' ליפא און איך וויאונטש אלעס גיטס מיט צוריקקומען צו אידישקייט, און אויב ער איז ערנסט דערביי יה"ר שיצליח בכל דרכיו מעלה מעלה אמן
אבער!
'ליפא' מיט אלעס וואס ער האט רעפרעזענטירט איז קלאר געוועהן א לאנגע קייט פון ירידה אראפ אראפ מיט פריקת עול פון אלעס וואס מ'האט עהם און רוב פון אונז מחנך געוועהן אלע יארן, צו אידישקייט אדער רעספעקט פאר הלכה, מסורה, רבנים, מנהגים וכו' און כסדר געטראפן חכמות להרע צו קאלט מאכן אלעס הייליג (לדוגמא בערד ואכמ"ל, וויאזוי א מימרא אויף א פארצייטישע ליטווישן עסקן מפורסם ונמרץ עושה חסד לרבים עד אין שיעור ר' משה שערער מאכט מען דערפין כאילו מיר חסידישע אידן דארפן עס אויך נישט וכדו' וכדו' וכו' וכו')
על כן יעצט אז ער וויל אויסדרייען דעם דאשיק זאל ער אזוי גדוט זיין און אויפהערן זינגן בכלל און זיך טרעפן א נארמאלע ארבעט נישט אין די ראמען פון בלייבן מיטן מיעסן טמע'נעם עקלהאפדיגן גוי'עשן סעלעברעטי סטאטוס נאר זיך זעצן לערנען ספרי מוסר ויראה און דאווענען אז השי"ת זאל אים מוחל זיין על חטאיו אן א טראסק און מצב, וועט מען זען אז כי לטובה כוונתו און נישט אז ס'איז ליפא ווערסיע ח' פרק כ''ה מיטן ציל צוריקצובאקומען לעגיטימאציע במקצת ביי שלומי אמוני ישראל וועלכע האבן ב"ה במשך הזמן איינגעזעהן וואספארע פארפוילטע ליידיגע זאק דאס איז (געוועהן?) ובזה נבחון צו דאס איז נאך אן עקט אדער ערנסט. בקיצור דאס אז ער איז געוועהן ווי ער איז געוועהן מאכט אים נישט יעצט קיין ארויפגעקוקטער בעל דרשן וועלכער וועט אויפקלערן זינגען און דרש'נען אידישקייט, ער ווערט נישט קיין מגיד מישרים. יא במקום שבעלי תשובה עומדים אבער נישט צו זיין ווייטער א מיינונג זאגער.
ידעתי גם ידעתי אז מיינע ווערטער וועלן אנקלאפן גאר אומפאפולער ביי רוב חברים דא אין שטיבל, און כ'וועל שטארק אטאקירט ווערן אבער מה שנראה בעיני רשמתי.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

יש''כּ פארן זיך לאזן הערן אייער מיינונג טראץ וואס איר פילט אז איר וועט אטאקירט ווערן, ס'איז זייער וויכטיק אז יעדער זאל זיך קענען אויסדרוקען זייערע אמת'ע אינערליכע געפיהלן. ער האט גראדע פארשפראכן אויפצוהערן צו פראקלאמירן השקפה וכדו', און אז ער האט טאלאנט און ער וויל עס ניצן ערלעכערהייט צו ברענגען אידן נאענטער צום באשעפער אדרבה.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

חסיד האט געשריבן:און איך וויאונטש אלעס גיטס מיט צוריקקומען צו אידישקייט...

די שאלה איז נאר, ווען וועסטו צוריקקומען צו אידישקייט...?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך חסיד »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
חסיד האט געשריבן:און איך וויאונטש אלעס גיטס מיט צוריקקומען צו אידישקייט...

די שאלה איז נאר, ווען וועסטו צוריקקומען צו אידישקייט...?

רבי לא שנאה רבי חייא מנין, אז רביה"ק וועט תשובה טוען וועט חסיד אויך משתדל זיין! ;)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

כ'האב נישט געוואוסט אז איך האב אזעלכע שטארקע חסידים... אפילו אחר'ס תלמיד האט נישט אפגעלאזט אידישקייט...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

ליפא האט למעשה געלאנדעט א פראסק צו די א וואס טענהן אז אפגעזען ווי אומצופרידן מען איז מיט די סביבה אדער מיט די אראנזשירטע מערידזש, גט'ן זיך איז נישט קיין אפציע. איך מיין אז אלס פובליק פיגור וועלן אצינד אסאך נאכמאכן אים.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: וואס גייט פאר מיט ליפא?

שליחה דורך קל וחומר »

חסיד האט געשריבן:איך וויל מקדים זיין אז איך קען נישט פערזענליך ר' ליפא און איך וויאונטש אלעס גיטס מיט צוריקקומען צו אידישקייט, און אויב ער איז ערנסט דערביי יה"ר שיצליח בכל דרכיו מעלה מעלה אמן
אבער!
'ליפא' מיט אלעס וואס ער האט רעפרעזענטירט איז קלאר געוועהן א לאנגע קייט פון ירידה אראפ אראפ מיט פריקת עול פון אלעס וואס מ'האט עהם און רוב פון אונז מחנך געוועהן אלע יארן, צו אידישקייט אדער רעספעקט פאר הלכה, מסורה, רבנים, מנהגים וכו' און כסדר געטראפן חכמות להרע צו קאלט מאכן אלעס הייליג (לדוגמא בערד ואכמ"ל, וויאזוי א מימרא אויף א פארצייטישע ליטווישן עסקן מפורסם ונמרץ עושה חסד לרבים עד אין שיעור ר' משה שערער מאכט מען דערפין כאילו מיר חסידישע אידן דארפן עס אויך נישט וכדו' וכדו' וכו' וכו')
על כן יעצט אז ער וויל אויסדרייען דעם דאשיק זאל ער אזוי גדוט זיין און אויפהערן זינגן בכלל און זיך טרעפן א נארמאלע ארבעט נישט אין די ראמען פון בלייבן מיטן מיעסן טמע'נעם עקלהאפדיגן גוי'עשן סעלעברעטי סטאטוס נאר זיך זעצן לערנען ספרי מוסר ויראה און דאווענען אז השי"ת זאל אים מוחל זיין על חטאיו אן א טראסק און מצב, וועט מען זען אז כי לטובה כוונתו און נישט אז ס'איז ליפא ווערסיע ח' פרק כ''ה מיטן ציל צוריקצובאקומען לעגיטימאציע במקצת ביי שלומי אמוני ישראל וועלכע האבן ב"ה במשך הזמן איינגעזעהן וואספארע פארפוילטע ליידיגע זאק דאס איז (געוועהן?) ובזה נבחון צו דאס איז נאך אן עקט אדער ערנסט. בקיצור דאס אז ער איז געוועהן ווי ער איז געוועהן מאכט אים נישט יעצט קיין ארויפגעקוקטער בעל דרשן וועלכער וועט אויפקלערן זינגען און דרש'נען אידישקייט, ער ווערט נישט קיין מגיד מישרים. יא במקום שבעלי תשובה עומדים אבער נישט צו זיין ווייטער א מיינונג זאגער.
ידעתי גם ידעתי אז מיינע ווערטער וועלן אנקלאפן גאר אומפאפולער ביי רוב חברים דא אין שטיבל, און כ'וועל שטארק אטאקירט ווערן אבער מה שנראה בעיני רשמתי.
אפשר קענט איר מיר אויך געבן א דרך אין תשובה, איך בין שטארק געשלאגן אין זעהן שלעכטס ביי א צווייטן און זיך האלטן פאר יענעמ'ס מוסר זאגער, איך בין שטארק נכשל אין והוי דן את כל האדם לכף זכות און אין נישט פארשטיין איינער וואס טראכט אנדערש ווי מיך.

ביטע מיך געבן א דעטאלירטע דרך תשובה מיט די פונקטליכע פעלדער אין וועלכע איך מעג עוסק זיין און אין וועלכע איך טאר נישט לפי דעתך הרמה.
דאכצעכמער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך דאכצעכמער »

בית יוסף האט געשריבן:עס איז ארימגעפאן א קליפ ווי אברהם מרדכי שווארץ זינגט פאר ליפא אין גראמען אז ער זאל צריק קימען און וואטער מהנה זאן אינזער אולם


די קליפ ביטע?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

חסיד האט געשריבן:איך וויל מקדים זיין אז איך קען נישט פערזענליך ר' ליפא און איך וויאונטש אלעס גיטס מיט צוריקקומען צו אידישקייט, און אויב ער איז ערנסט דערביי יה"ר שיצליח בכל דרכיו מעלה מעלה אמן
אבער!
'ליפא' מיט אלעס וואס ער האט רעפרעזענטירט איז קלאר געוועהן א לאנגע קייט פון ירידה אראפ אראפ מיט פריקת עול פון אלעס וואס מ'האט עהם און רוב פון אונז מחנך געוועהן אלע יארן, צו אידישקייט אדער רעספעקט פאר הלכה, מסורה, רבנים, מנהגים וכו' און כסדר געטראפן חכמות להרע צו קאלט מאכן אלעס הייליג (לדוגמא בערד ואכמ"ל, וויאזוי א מימרא אויף א פארצייטישע ליטווישן עסקן מפורסם ונמרץ עושה חסד לרבים עד אין שיעור ר' משה שערער מאכט מען דערפין כאילו מיר חסידישע אידן דארפן עס אויך נישט וכדו' וכדו' וכו' וכו')
על כן יעצט אז ער וויל אויסדרייען דעם דאשיק זאל ער אזוי גדוט זיין און אויפהערן זינגן בכלל און זיך טרעפן א נארמאלע ארבעט נישט אין די ראמען פון בלייבן מיטן מיעסן טמע'נעם עקלהאפדיגן גוי'עשן סעלעברעטי סטאטוס נאר זיך זעצן לערנען ספרי מוסר ויראה און דאווענען אז השי"ת זאל אים מוחל זיין על חטאיו אן א טראסק און מצב, וועט מען זען אז כי לטובה כוונתו און נישט אז ס'איז ליפא ווערסיע ח' פרק כ''ה מיטן ציל צוריקצובאקומען לעגיטימאציע במקצת ביי שלומי אמוני ישראל וועלכע האבן ב"ה במשך הזמן איינגעזעהן וואספארע פארפוילטע ליידיגע זאק דאס איז (געוועהן?) ובזה נבחון צו דאס איז נאך אן עקט אדער ערנסט. בקיצור דאס אז ער איז געוועהן ווי ער איז געוועהן מאכט אים נישט יעצט קיין ארויפגעקוקטער בעל דרשן וועלכער וועט אויפקלערן זינגען און דרש'נען אידישקייט, ער ווערט נישט קיין מגיד מישרים. יא במקום שבעלי תשובה עומדים אבער נישט צו זיין ווייטער א מיינונג זאגער.
ידעתי גם ידעתי אז מיינע ווערטער וועלן אנקלאפן גאר אומפאפולער ביי רוב חברים דא אין שטיבל, און כ'וועל שטארק אטאקירט ווערן אבער מה שנראה בעיני רשמתי.

חסיד: איך בין מער ווייניגער מסכים מיט דיין אפשאצונג אויף ליפא. נאר נישט מיט די מעדיצין וואס דו שרייבסט איהם פאר.

איך אליינס בין נישט קיין פרומאק. און איך פארלאנג נישט פון קיינעם אז מ'זאלל זיין..."פרום"...נאר מיין עיקר טענה צו ליפא איז אז ס'האט איהם געפעהלט (לויט זיין התנהגות) א פינטעלע יראת שמים. ער האט נישט געפיהלט קיין יראת הכבוד צו אלע קדשי בני ישראל. אויך האט ער (מכח קטנות המוחין) נישט אפגעשאצט די היסטארישע ווערד פון אונזער קולטור. ואטו כי רוכלא ליחשיב וליזל...!

נאר אויב ער האלט אינמיטן זיך פארשטערקערן אין אידישקייט, קען ער ווייטער זינגען. נאר ער זאלל נישט זינגען און עקטן אויף דעם צווייטן, נישט אויסגעהאלטענעם טרעק. וואס ער פלעגט צומאל טון ביז יעצט...!
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

שליחה דורך נעגעל וואסער »

ליפא רעדט צום לעצטן מאל אויף ענגליש און דעקלערט "די חסידים האבן מיר צוריק געשלעפט!"
לינק דא.
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

דאכצעכמער האט געשריבן:
בית יוסף האט געשריבן:עס איז ארימגעפאן א קליפ ווי אברהם מרדכי שווארץ זינגט פאר ליפא אין גראמען אז ער זאל צריק קימען און וואטער מהנה זאן אינזער אולם


די קליפ ביטע?

https://drive.google.com/file/d/1JO9JbN ... YQVf2/view
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

ליפא אין א ווידעא ביי א קומזיץ נעכטן מוצאי שבת ווילענדיג מסביר זיין פאר זיינע טויזענטער מאדערענע אנהענגער וואס עס גייט פאר: ״ס׳איז נישט איך קום צוריק, די חסידים שליפן מיר צוריק.״
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שוין: ליפא איז צוריק. און אזוי ווי ליפא. וועט עס גיין מיט'ן גאנצן קנאק. די בארד וועט אנהייבן צוריקוואקסן ווילד. אומגעצוימט. און די פיאות וועללן זיין לאנג און צולאטשעט. כדי צו געפעללן פאר סאטמאר. און דזשי ענד דזשי., קרויס שטריימלעך און גרילל אן ליע וועללן איהם נעמען פאר א מאדעל. אה . פארגעסן. איינס פון די זאכן וואס ער וועט דארפן טון כדי צו געפעללן פאר סאטמאר. אז ער זאלל נושא חן זיין ביי הר' שמואל שלמה טעללער פון בלאט. אז ער וועט דארפן אנהייבן שעלטן די ציונים. און די טמא'נע נח"ל חרדי. און מ'וועט איהם איינלאדענען אין אלע סאטמאר'ע (ארונישע ווי זאלונישע) קעמפס אנצופיהרן די זומער אקטיוויטעטן...!

איך זעה פאר א גרויסן און לעכטיגן צוקונפט פאר ליפא אין זיין נייעם גילגול...! אויך ביי אלע מחאות און פראטעסטן וואס ק"ק סאטמאר לכל ענפיה פיהרט אן . למשל ווען דער עוכר ישראל און טיפש און רשע ביבי נתן יהוא שר"י קומט קיין אמעריקע. סיי צו די יו.ען. און סיי צו זיין פריינט טראמפ אין ווייסן הויז. ווען מ'וועט אראפפאהרן מיט באסעס כדי צו שרייען פוי. וועט ליפא זיין דער הויפט שרייער...ויען כל העם ויאמרו...פוי...!
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

berlbalaguleh האט געשריבן:שוין: ליפא איז צוריק. און אזוי ווי ליפא. וועט עס גיין מיט'ן גאנצן קנאק. די בארד וועט אנהייבן צוריקוואקסן ווילד. אומגעצוימט. און די פיאות וועללן זיין לאנג און צולאטשעט. כדי צו געפעללן פאר סאטמאר. און דזשי ענד דזשי., קרויס שטריימלעך און גרילל אן ליע וועללן איהם נעמען פאר א מאדעל. אה . פארגעסן. איינס פון די זאכן וואס ער וועט דארפן טון כדי צו געפעללן פאר סאטמאר. אז ער זאלל נושא חן זיין ביי הר' שמואל שלמה טעללער פון בלאט. אז ער וועט דארפן אנהייבן שעלטן די ציונים. און די טמא'נע נח"ל חרדי. און מ'וועט איהם איינלאדענען אין אלע סאטמאר'ע (ארונישע ווי זאלונישע) קעמפס אנצופיהרן די זומער אקטיוויטעטן...!

איך זעה פאר א גרויסן און לעכטיגן צוקונפט פאר ליפא אין זיין נייעם גילגול...! אויך ביי אלע מחאות און פראטעסטן וואס ק"ק סאטמאר לכל ענפיה פיהרט אן . למשל ווען דער עוכר ישראל און טיפש און רשע ביבי נתן יהוא שר"י קומט קיין אמעריקע. סיי צו די יו.ען. און סיי צו זיין פריינט טראמפ אין ווייסן הויז. ווען מ'וועט אראפפאהרן מיט באסעס כדי צו שרייען פוי. וועט ליפא זיין דער הויפט שרייער...ויען כל העם ויאמרו...פוי...!

:like
אוי ר' בערל, ביסט דאך זיסער ווי צוקער!
אבער ביז ר' ליפא קומט שוין תשובה טוהן, טראגסטו עם אהן אזוינע גראבע עבירות...
אתמהה.
:roll: :P
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

41879066-6E69-4FE9-9D5C-970F5B4720F6.jpeg
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

ליפא האט זיך נארוואס געלאזט הערן, אז ער האפט ראש השנה צו זיין אין אומאן מיט פרישע לאנגע פיאות..

די פראגע איז נאר צי ביז ראש השנה איז מעגליך ער זאל שוין פארמאגן די פרישע לאנגע פיאות...

צי וואס ברויך ער דאס האבן, רבי נחמן האט דאך געזאגט אז די לאנגע פיאות איז ארויסצוציען פון גיהנם, נו, אויב איז ער דאך א פולקאמער בעל תשובה, טא, וואס ברויך ער די פרישע לאנגע פיאות? ;)
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: וואס גייט פאר מיט ליפא?

שליחה דורך גר ותושב »

לבי ובשרי האט געשריבן: רבי נחמן האט דאך געזאגט אז די לאנגע פיאות איז ארויסצוציען פון גיהנם, [/size]


אל תתלה ביה בוקי וסריקא ברבי נחמן ער האט דאס קיינמאל נישט געזאגט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

יואל ראטה אין א ניגון אויף זיין טעיפּ זאגט יא אז ער האט עס געזאגט.......
פארשפארט