בעלזא, בריסק און סאטמאר
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
שוואנצאנות ופארטיישקייט בתפארתה!
האסט געזאגט אז מאטערסדארפער רב האט געפרעגט בעלזער רב פאר זיין מיינונג אויף א"י, און אזוי האט ער געטון. ווען מ׳פרעגט דיר אפ, האסטו א ראיה פון די נאנטקייט ל׳בית בעלזא׳ פון חתם סופר׳ס אייניקלעך, ביז די הערכה פון דער שר שלום צום חתם סופר. ווי וואס ווען? מה ענין שמיטה אצל הר סיני? ווער רעדט פון בית בעלזא? וואס ווייזט עס?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 36
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2018 4:11 am
- האט שוין געלייקט: 206 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל
תורה ומדע האט געשריבן:להוי ידוע לך, אז די חת״ס אייניקלעך, דער מאטערסדארפער רב, און אזוי אויך דער פרעשבארגער רב ר׳ עקיבא סופר, און דער ערלויער רב, האבן געהאט גאר א נאהנטער שייכות קיין בעלז אפילו ביים היינטיגן בעלזער רב שליט״א. עס האט זיך אנגעהויבן מיט דעם אז אין בעלז נאך אין די צייטען
פונעם שר שלום איז דער נאמען פון חת״ס געווען שטארק פארהייליגט.
להוי ידוע לך, אז איך האב זייער גוט געקענט דעם מאטעסדארפער וואס איז אוועק היי יאר און איך בין נאנט ביז היינט מיט די משפחה. די איינציגע מעשה וואס איך האב געהערט פון זיי וועגען בעלז אז די רב (רש"ב) איז געווען באזוכען אמאל דעם היינטיגען בעלזע רב און רש"ב האט פארגעשטעלט א ספר-ביך (שמואל בדורו) וועגען זיין טאטע. די בעלזע האט עס גענומען אין האנט און זיך צולאכט "א שיינע מעשה ביכל" (עס האט א בילד אויף די דעקעל). מער פון דעם האב איך פון זיי גארנישט געהערט וועגען בעלז גארנישט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
כף הקלע: איך האב וואס צו קאמענטירן איבער די מעשה. אבער איך גיי גארנישט זאגן. נאר איך האב מיך דערמאנט אן אנדערע, אינטרעסאנטע מעשה'לע. איך בין געווען זייער שטארק נאנט מיט ר' שמחה בונם און זיין טאטע הר"ר שמואל זצ"ל. איך בין אמאל געפארן אין קאר מיט רש"ב ווען מ'איז אדורכגעפארן א ..."פאלאפל געשעפט" דא אין בארא פארק. ווען ער האט געזעהן דעם סיין אויפ'ן סטאר ווי ס'שטייט..."פלפל ירושלמי"...( יערישאלאיימיער פאלאפעל, אויף אונגעריש/אידיש.) רופט ער זיך אן... ס'זעהט אויס אז זיי זענען זיך מפלפל אין א ירושלמי...!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 36
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2018 4:11 am
- האט שוין געלייקט: 206 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
אדרבה, בערל, לאמיך הערן וואס דו האסט צו זאגן!
אז די האסט נאך געקענט זיין טאטע האסטו שוין א ווייסע בארד ...
Sent from my SM-G920P using Tapatalk

- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
כף הקלע האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:להוי ידוע לך, אז די חת״ס אייניקלעך, דער מאטערסדארפער רב, און אזוי אויך דער פרעשבארגער רב ר׳ עקיבא סופר, און דער ערלויער רב, האבן געהאט גאר א נאהנטער שייכות קיין בעלז אפילו ביים היינטיגן בעלזער רב שליט״א. עס האט זיך אנגעהויבן מיט דעם אז אין בעלז נאך אין די צייטען
פונעם שר שלום איז דער נאמען פון חת״ס געווען שטארק פארהייליגט.
להוי ידוע לך, אז איך האב זייער גוט געקענט דעם מאטעסדארפער וואס איז אוועק היי יאר און איך בין נאנט ביז היינט מיט די משפחה. די איינציגע מעשה וואס איך האב געהערט פון זיי וועגען בעלז אז די רב (רש"ב) איז געווען באזוכען אמאל דעם היינטיגען בעלזע רב און רש"ב האט פארגעשטעלט א ספר-ביך (שמואל בדורו) וועגען זיין טאטע. די בעלזע האט עס גענומען אין האנט און זיך צולאכט "א שיינע מעשה ביכל" (עס האט א בילד אויף די דעקעל). מער פון דעם האב איך פון זיי גארנישט געהערט וועגען בעלז גארנישט.
סאיז דאך ביאגראפיע, ניין? אז ער האט זיך צולאכט בין איך נאך נישט משוכנע. סתם גרעדט.
צום עניין. דער מאטערסדארפער רב איז געווען גאר נאהנט קיין בעלז. ביידע סיי ר שמואל און אויך די זיהן ר עקיבא און רש״ב. ווי געשמועסט, אנהייבנדיק פונעם שר שלום, דורך דעם מהר״י מיט דער קראקאווער רב ר שמעון סופר ביים גרינדען מחזיקי הדת, אזוי אויך ביי אללע בעלזער רביס איז די משפחה פונעם חת״ס געווען נאהנט. ווען נישט פאר בעלז מיט דעם פרעשבארגער און ערלויער רב און פסק פון טשעבינער רב, וואלטן זיי אויך נאכגעשלעפט געווארען מיטן וויליאמסבורגער, מאה שערים׳דיקער אגענדע. אדרבה פרעגט אייך נאך ביי די משפחה.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 36
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2018 4:11 am
- האט שוין געלייקט: 206 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
תורה ומדע האט געשריבן: ווען נישט פאר בעלז מיט דעם פרעשבארגער און ערלויער רב און פסק פון טשעבינער רב, וואלטן זיי אויך נאכגעשלעפט געווארען מיטן וויליאמסבורגער, מאה שערים׳דיקער אגענדע. אדרבה פרעגט אייך נאך ביי די משפחה.
ממש שטותים. קוק אויף די מאטעסדארפער רב'ס מחותנים, כמעט אלע זענען געווען ליטוויקעס, חוץ זיין זון רש"ב וואס איז געווען אן איידעם ביים טשאקעווע. רש"ב אליינס איז געווען מער נוטה צו די ליטווישע און ער אליין האט נישט געהאט קיין בארד ביי די חתונה.
איך בין ניי דא. כ'האב פונקט באמערקט ווי מען שרייבט עפעס דא וואס איך ווייס פערזענליך אז ס'איז שקר מוחלט האב איך מיך אנגערופען. און יענער דאזענט בעק דאון און איז מוסף מער באבא מעשיות. איך האף אז דאס איז נישט א דוגמא פאר קאווע שטיבל בכלל.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
כפול בטעות
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
ככלב שב אל קיאו קומט דער שר שלום׳ס הערכה פאר בעלז אלס א ראיה צו דער מאטערסדארפער׳ס הכנעה צום בעלזער רב׳ס מיינונג.
איך מיין דער אמת איז אז דער עולם פארשטייט נישט די היסטאריא פון בחירות און דער ׳איסור התחברות לרשעים׳. מ׳מיינט אז א נייעם שאלה איז אפיר געקומען אין ארץ ישראל, און א צעטל מיט חתימות האט עס געפסקנ׳ט. דאס איז גראדע א סאטמארער אדזשענדע, ווייל דערמיט קענען זיי זאגען אז שטוב מענטשען האבען פארפירט. דאס איז אבער סימפליסטיש און שקר. מ׳האט זיך שוין געספראוועט צענדליגע יארען מיט פרייע און קנאים, און מ׳האט שוין געהאט אן אויסגעטראטענעם וועג, עס איז גארנישט געווען קיין נייעם ספק. וואס הייסט התחברות און וואס נישט, וויאזוי מ׳גיבט זיך אפ מיט פרייע, וועלכע פרייז איז צופיל, די אלע זאכען האט מען געהאט אין קהלות אין פולין\רוסלאנד, אין סעים און סתם אזוי ביי עסקנות. ווען א בריוו קומט פון אמעריקא אז לאקאלע מענטשען מעגען פלוצלונג נישט פסקנ׳ן זייער אייגענע שאלות, אנדערש ווי אלע שטעט אין יוראפ, האט מען זיך שיינעהייט נישט וויסענדיג געמאכט, כל המשנה ידו על התחתונה. און פונקט ווי דער בעלזער רב האט זיך גאנץ ווייניג געקימערט אין ענייני הכלל כל ימיו, נישט זייענדיג געמאכט פאר די סארט ארבעט, האט ער דא זיך אויך פארלאזט אויף די גדולי מנהיגי הדור, און צוגעחתמ׳ט מפני כבודם, ווייל זיי האבען געבעטען א פאראייניגטען שטעלונג. געדענק אז די נישט אזוי היימישע פארטייען האבען דעמאלס געהאט א כח, און ווען די חרדים פאראייניגען זיך נישט, וואלטען אסאך געגאנגען קיין פא"י, מפד"ל וכדו׳. נישט זיין מיינונג איז דא געווען וויכטיג און נישט צו אים האט מען זיך געוואנדען מיט סיי וועלכע שאלה בנוגע וויאזוי זיך צו פירען מיט די רעגירונג. די חברי כנסת האבען געטון אזוי ווי די גדולי ישראל האבען פארשטאנען מ׳דארף זיך שטעלען, און היינט עסן מיר ב"ה די פירות פון חינוך עצמאי וכדו׳.
דער סאטמארער און בעלזער שקר אפאראט איז זייער אינטרעסירט אז מ׳זאל מיינען אז עס האט זיך דא עפעס געטון מיט זיין מיינטנג, כדי להצדיק עמדתם, אבער מיט אמת האט עס ווייניג צוטון.

כף הקלע האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן: ווען נישט פאר בעלז מיט דעם פרעשבארגער און ערלויער רב און פסק פון טשעבינער רב, וואלטן זיי אויך נאכגעשלעפט געווארען מיטן וויליאמסבורגער, מאה שערים׳דיקער אגענדע. אדרבה פרעגט אייך נאך ביי די משפחה.
ממש שטותים. קוק אויף די מאטעסדארפער רב'ס מחותנים, כמעט אלע זענען געווען ליטוויקעס, חוץ זיין זון רש"ב וואס איז געווען אן איידעם ביים טשאקעווע. רש"ב אליינס איז געווען מער נוטה צו די ליטווישע און ער אליין האט נישט געהאט קיין בארד ביי די חתונה.
איך בין ניי דא. כ'האב פונקט באמערקט ווי מען שרייבט עפעס דא וואס איך ווייס פערזענליך אז ס'איז שקר מוחלט האב איך מיך אנגערופען. און יענער דאזענט בעק דאון און איז מוסף מער באבא מעשיות. איך האף אז דאס איז נישט א דוגמא פאר קאווע שטיבל בכלל.
די אשנזישע אידען האבען יונק געווען סיי פון חסידים און סיי אין די ליטא, ובפרט נאכן מלחמה. דער מאטערסדארפער רב האט געונמען ליטווישע איידימער ווייל גדלות בתורה איז ביי עם געווען איבער אללעם, ווער רעדט נאך אזאן גאון און למדן ווי ר״ב פאליער דער בעל ברכת יצחק זצ״ל. דאס נעמט נישט אוועק פון איהם זיין שטארקע הערצה און קשר צו חסידות און בפרט קיין בעלז.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 90
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל
תורה ומדע האט געשריבן:צום עניין. דער מאטערסדארפער רב איז געווען גאר נאהנט קיין בעלז. ביידע סיי ר שמואל און אויך די זיהן ר עקיבא און רש״ב. ווי געשמועסט, אנהייבנדיק פונעם שר שלום, דורך דעם מהר״י מיט דער קראקאווער רב ר שמעון סופר ביים גרינדען מחזיקי הדת, אזוי אויך ביי אללע בעלזער רביס איז די משפחה פונעם חת״ס געווען נאהנט. ווען נישט פאר בעלז מיט דעם פרעשבארגער און ערלויער רב און פסק פון טשעבינער רב, וואלטן זיי אויך נאכגעשלעפט געווארען מיטן וויליאמסבורגער, מאה שערים׳דיקער אגענדע. אדרבה פרעגט אייך נאך ביי די משפחה.
אין כאן לא תורה ולא חכמה, לא דעת ולא תבונה. אין עטליכע פון דיינע תגובות זעהט מען די איינגעבאקענע שנאת ישראל וואס איז מושרש אין דיך. דיין ערמומות און געמאכטע תמימות פארדעקט נישט דיינע מומים.
איך פארשטיי אז בעלזא האט היינט א אידענטיטעט קריזיס ווייל אויסער אפאר מעשה'לעך איז גארנישט דא אין זייער חינוך, ממילא דארפן זיי ווערן פראפעציענאלן. און מיט אנ'איבערגעטריבענע אהבת המן ושנאת מרדכי טוען זיי פארקערט ווי יראי שמיים ביי יעדע געלעגנהייט.
בעלזא היינט און בעלזא אמאל איז נישט די זעלבע זאך. נאך די קריג איז בעלזא געווארן פאר'סם'ט. די הייליגע גזע פון די די חתם סופר שעמט זיך בעלמא הדין ובעלמא דאתי צו האבן א שייכות מיט 'בית בעלזא'.
יבא בעל הכרם ויסלק את קוציו.
(מימרת ר' יהושע הן קרחה לר''א בר''ש בנוגע לשיתוף פעולה עם הרומיים וד''ל)
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
ליטוואק out.
מיט אזא שמועס האב איך שוין נישט קיין שייכות
Au revoir
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיט אזא שמועס האב איך שוין נישט קיין שייכות
Au revoir
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
חכם-לב האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:צום עניין. דער מאטערסדארפער רב איז געווען גאר נאהנט קיין בעלז. ביידע סיי ר שמואל און אויך די זיהן ר עקיבא און רש״ב. ווי געשמועסט, אנהייבנדיק פונעם שר שלום, דורך דעם מהר״י מיט דער קראקאווער רב ר שמעון סופר ביים גרינדען מחזיקי הדת, אזוי אויך ביי אללע בעלזער רביס איז די משפחה פונעם חת״ס געווען נאהנט. ווען נישט פאר בעלז מיט דעם פרעשבארגער און ערלויער רב און פסק פון טשעבינער רב, וואלטן זיי אויך נאכגעשלעפט געווארען מיטן וויליאמסבורגער, מאה שערים׳דיקער אגענדע. אדרבה פרעגט אייך נאך ביי די משפחה.
אין כאן לא תורה ולא חכמה, לא דעת ולא תבונה. אין עטליכע פון דיינע תגובות זעהט מען די איינגעבאקענע שנאת ישראל וואס איז מושרש אין דיך. דיין ערמומות און געמאכטע תמימות פארדעקט נישט דיינע מומים.
איך פארשטיי אז בעלזא האט היינט א אידענטיטעט קריזיס ווייל אויסער אפאר מעשה'לעך איז גארנישט דא אין זייער חינוך, ממילא דארפן זיי ווערן פראפעציענאלן. און מיט אנ'איבערגעטריבענע אהבת המן ושנאת מרדכי טוען זיי פארקערט ווי יראי שמיים ביי יעדע געלעגנהייט.
בעלזא היינט און בעלזא אמאל איז נישט די זעלבע זאך. נאך די קריג איז בעלזא געווארן פאר'סם'ט. די הייליגע גזע פון די די חתם סופר שעמט זיך בעלמא הדין ובעלמא דאתי צו האבן א שייכות מיט 'בית בעלזא'.
יבא בעל הכרם ויסלק את קוציו.
(מימרת ר' יהושע הן קרחה לר''א בר''ש בנוגע לשיתוף פעולה עם הרומיים וד''ל)
זייטס נאר מוחל און זאגטס קלארער ארויס גענוי ווער ס׳האט פאר׳סם׳ט בעלז נאכן קריג.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 90
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל
תורה ומדע האט געשריבן:חכם-לב האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:צום עניין. דער מאטערסדארפער רב איז געווען גאר נאהנט קיין בעלז. ביידע סיי ר שמואל און אויך די זיהן ר עקיבא און רש״ב. ווי געשמועסט, אנהייבנדיק פונעם שר שלום, דורך דעם מהר״י מיט דער קראקאווער רב ר שמעון סופר ביים גרינדען מחזיקי הדת, אזוי אויך ביי אללע בעלזער רביס איז די משפחה פונעם חת״ס געווען נאהנט. ווען נישט פאר בעלז מיט דעם פרעשבארגער און ערלויער רב און פסק פון טשעבינער רב, וואלטן זיי אויך נאכגעשלעפט געווארען מיטן וויליאמסבורגער, מאה שערים׳דיקער אגענדע. אדרבה פרעגט אייך נאך ביי די משפחה.
אין כאן לא תורה ולא חכמה, לא דעת ולא תבונה. אין עטליכע פון דיינע תגובות זעהט מען די איינגעבאקענע שנאת ישראל וואס איז מושרש אין דיך. דיין ערמומות און געמאכטע תמימות פארדעקט נישט דיינע מומים.
איך פארשטיי אז בעלזא האט היינט א אידענטיטעט קריזיס ווייל אויסער אפאר מעשה'לעך איז גארנישט דא אין זייער חינוך, ממילא דארפן זיי ווערן פראפעציענאלן. און מיט אנ'איבערגעטריבענע אהבת המן ושנאת מרדכי טוען זיי פארקערט ווי יראי שמיים ביי יעדע געלעגנהייט.
בעלזא היינט און בעלזא אמאל איז נישט די זעלבע זאך. נאך די קריג איז בעלזא געווארן פאר'סם'ט. די הייליגע גזע פון די די חתם סופר שעמט זיך בעלמא הדין ובעלמא דאתי צו האבן א שייכות מיט 'בית בעלזא'.
יבא בעל הכרם ויסלק את קוציו.
(מימרת ר' יהושע הן קרחה לר''א בר''ש בנוגע לשיתוף פעולה עם הרומיים וד''ל)
זייטס נאר מוחל און זאגטס קלארער ארויס גענוי ווער ס׳האט פאר׳סם׳ט בעלז נאכן קריג.
שבקת העיקר וברכת על הטפל.
אבער אז דו ווילסט דייקא וויסן, האט זיך עס אנגעהויבן ווען א פראמינענטע בעלזער חסיד האט געשיקט אידן צום מלאך המוות אין געטא.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
כאילו איהר זענט געווען דערביי.
עובדה, די אלע אויבענדערמאנטע גדולים וועלכע האבען זיך געוואנדען קיין בעלז פאר הדרכה בענייני השעה, האבן חולק געווען מיט אייער הנחה, און געהאלטען אז דעת תורה וחסידות געפונט זיך אין בעלז ביים מהר״א זצ״ל ביזן לעצטן מינוט.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תורה ומדע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 90
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל
תורה ומדע האט געשריבן:כאילו איהר זענט געווען דערביי.
עובדה, די אלע אויבענדערמאנטע גדולים וועלכע האבען זיך געוואנדען קיין בעלז פאר הדרכה בענייני השעה, האבן חולק געווען מיט אייער הנחה, און געהאלטען אז דעת תורה וחסידות געפונט זיך אין בעלז ביים מהר״א זצ״ל ביזן לעצטן מינוט.
עס איז געווען א פראצעס מיט עדים אין מדינת ישראל. נאכאמאל, מ'האט אייך נישט דערציילט די עכטע בעלזא היסטוריה, נאר מ'האט אייך דערציילט איבער א קינד ווי א מלאך האט פארגעסן (!) מסנתר זיין על פיו פון א קינד.
ס'דערמאנט די מעשה פון מלאכים קטנים שלא ידעו לפרוח.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
וועסט זיך נישט אויסדרייען. ככלב שב אל קיאו, זאגסטו נאכאמאל שקרים וכזבים. דער מאטערסדארפער רב, ווי אויך דער פרעשבורגער רב ועוד האבען זיך נישט צוגעשטעלט צום אגודה צוליעב דער בעלזער רב. זיי וואלטען ווייטער געטון ווי מ׳האט געטון אינדערהיים, ובפרט אז דער חזו"א ודעימיה האבען שוין געפסקנ׳ט. ווען דער בעלזער רב בלייבט שטיל, וואלטען זיי אויך אזוי געטון. עס איז קלאר אז דער בעלזער רב איז דא נישט געווען דער מ"ד, ער האט אליינס זיך פארלאזט אויף די אנדערע גדו"י. הנהגת הכלל איז קיינמאל נישט געווען זיין פאך, אוו עס האט זיך גארנישט געטוישט נאכ׳ן קריג. און זיין גדלות איז אז וויבאלד הנהגת הכלל איז נישט געווען זיין פאך, דעריבער האט ער זיך נישט געמישט דערין.תורה ומדע האט געשריבן:כאילו איהר זענט געווען דערביי.
עובדה, די אלע אויבענדערמאנטע גדולים וועלכע האבען זיך געוואנדען קיין בעלז פאר הדרכה בענייני השעה, האבן חולק געווען מיט אייער הנחה, און געהאלטען אז דעת תורה וחסידות געפונט זיך אין בעלז ביים מהר״א זצ״ל ביזן לעצטן מינוט.
וממנו ילמדו וכן יעשו
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: בעלזא, בריסק און סאטמאר
וואס זיבעציג יאר? איך בין א לאנדאנער, און איך קען די משפחה און עס איז בכלל נישט קיין סוד. נאר דער בעלזער רב איז גארנישט פאראנטווארטליך אין זיין מעשים.