הגאון מטשיבין (רבי דוב בעריש וויידענפעלד) זצ"ל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

הגאון מטשיבין (רבי דוב בעריש וויידענפעלד) זצ"ל

שליחה דורך נקודת-אמת »

הגאון הקדוש רבי דוב בעריש וויידענפעלד זצ"ל טשיבינער רב, ומייסד הישיבה המפוארה 'כוכב מיעקב' בטשעבין, ואח"כ בעיה"ק ירושלים תובב"א
געבוירן געווארן אום ה' שבט ה' תרמ"א אין שטעטל הארימילעוו אין מדינת מחוז טארנאפאל-גאליציע (צווישן לעמבערג און טשערנאוויץ), ביי זיין גרויסן פאטער רבי יעקב זצ"ל,
וואס האט געדינט אלט'ס רב פונעם שטעטל, און איז געוועזן אן האסיאטינער חסיד.
א קארצע צייט נאך זיין בר מצוה האט ער פארלוירן זיין גרויסן טאטן, און ער האט זיך געהאלטן א תלמיד ביי זיין ברייט באקאנטן ברודער דער דאמבראווער רב הגאון רבי נחום זצ"ל
(ער איז געוועהן סה"כ 6 יאהר עלטער ווי עם, אבער ר'איז געוועהן א גרויסן עילוי וואס דער וועלט האט געציטערט פאר זיין ווארט, ווער רעדט נאך א געשריבענע תשובה - ועוד חזון למועד אי"ה.)
בהגיעו לפרק האיש מקדש האט ער געהייראט רעבעצין יאכט וואס איז געוועזן א טאכטער פונעם גאליצייאנער נגיד ר' ישראל יוסף קלוגר וואס האט געוואוינט אין טשיבין (קשאנוב, מחוז קראקא)
ער איז געזעצן און געלערנט נאך זיין חתונה, און געהאט א שייכות מיט די גדולי-הדור פון יענע תקופה, אזוי-ווי ער האט געוואלט זיין א 'נהנה מיגיע כפיו'
האט ער נישט געוואלט אנ-נעמען קיין רבנות-שטעלע און ער האט געהאלפן פיהרן דעם שווער'ס ביזנעס און אויך אליין געטוהן אין מסחר.
אין יאהר תרע"ח האט זיין ביזנעס באנקראטירט, האט ער געמוזט אונטער נעמען א פאסטן, און ער איז באקרוינט געווארן אלט'ס רב אין טשעבין,
דארט האט ער שפעטער גע'עפנט זיין ישיבה "כוכב מיעקב" (ע"ש אביו הנ"ל)
ווען די דייטש ימ"ש איז אריין קיין פולין האבן זיי מפרסם געוועהן זיין בילד אינעם 'דער-שטירמער' מיט'ן טיטל: "דער גרעסטער תלמוד'יסט אין וועלט" (כאמור כאן אז זיי האבן געזוכט די גרויסע רבנים ואדמו"רים)
האט ער געמוזט אנטלויפן,און דא האט שוין ידידינו ר' [tag]אדנירם[/tag] געשריבן אז הרש"ש מאמשינאוו סמך על דעתו בדבר הנסיעה ביום הכיפורים מאימת הצוררים,
ער איז אנטלאפן קיין לעמבערג (מזרח-גאליצייע) וואס איז געוועזן אונטערן סאווייעטישן רעזשים, און דארט האט ער געוואוינט אינעם הייליגן-האשיאטינער'ס-הויז,
זומער ת"ש איז ער געשיקט געווארן קיין סיביר, תש"ב איז ער אריבער-געפיהרט-געווארן קיין סמארקאנד באכארא וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן ביז תש"ו,
דאן איז ער ארויף געקומען קיין ארץ ישראל מיט זיין רעבעצין און זיינע 2 טעכטער, זיין ערשטע רעבעצין איז אוועק איין יאהר נאכ'ן ארויף-קומען,
און ער האט חתונה געהאט בזיווג שני מרת רייזל למשפחת ליבערמאן ומתה על פניו בקוצר הזמן
דאן האט ער געהייראט מרת שרל נכדת החת"ס, אלמנת הרב יוסף בערנפעלד.
(אירע אייניקל איז געוועהן די רעבעצין פון רבי אברהם געניכאווסקי זצ"ל)

ס'איז דא א געוואלד וואס צו שרייבן וועגן עם, און זיינע שיטות און מימרות, אבער זה החלי,
בראותי אז ער האט ניט אמאהל געהאט קיין פערסאנאט אינעם וועלט בארומט'ן 'אנשי שם' אפטיילונג.
ואי"ה בקרוב אוסיף לזה כהנה וכהנה.

(קרעדיט אויף א טייל פון די מראי-מקומות: wikipedia וויקיפעדיע ויקיפדיה)

דא האט איהר א קונטרס אין קובץ ישורון לזכרו מיט זיינע תולדות ,און א מאמר לזכרו פון זיין איידעם הרב"ש זצ"ל אין 'בית-יעקב', פון יד-ושם'ס וועבסייד, פון "תולדות ושורשים בעם ישראל".
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

ער האט געדינט אלט'ס טשיבינער רב, טשיבינער ראש ישיבה, חיי עולם ראש ישיבה, חבר מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל.
נסתלק געווארן אום: י' חשון ה'תשכ"ו.
ומנו"כ בהר המנוחות הארט נעבן רבו הק' מבעלזא זיע"א.
איבערגעלאזט א ספר שו"ת דובב מישרים (די געסל ארונטער טשיבינער ישיבה אין ירושלים {צווישן פנינה און אבן האזל} הייסט נאכ'ן ספר)
געהאט 3 טעכטער:
1. חתנו הג"ר ברוך שמעון שניאורסאהן זצ"ל, ראש ישיבת טשיבין.
2. חתנו ר' שלמה גולדשטוף ז"ל, געוועהן א סוחר, אוועק קינדערלאז, אויפגעשטעלט לשמו ולזכרו "בית לגלמוד, בית שלמה" {היינטיגע צייטן דינגען קהילת פעשווארסק ירושלים א חלק פונעם בניין}
3. א דריטער איידעם ר' ברוך הלברשטאם הי"ד פון זקיקלוב, א זוהן פון ר' סיני זשימיגראדער, געהארגעט געווארן בשנות הזעם.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

סיפר הרה"ח המפו' בנש"ק ר' לייבל סטעמפל שליט"א מלאנדאן (נכד הקדושת ציון מבאבוב אחיהם של הנגידים הרבניים לבית פרישוואסער)
אז ווען ער האט געלערנט ביים טשיבין'ער רב זצ"ל, (דאכט זיך אז די ישיבה האט זיך נאך נישט געעפנט אפיציעל בלויז א שיעור אינדערהיים געזאגט פאר תלמידים)
און דער טשיבינער רב האט פארגעלערנט מסכת כתובות, ווען ער איז אנגעקומען אום דף נז:, זלגו עיניו דמעות,
און ער האט זיך אנגערופן: "אה, דער הייליגער באבובער רב איז געוועזן א גאון בתורה ובמידות"
דער אייניקל זיצענדיג ביים שיעור האט געפרעגט טשיבינער רב מאי האי, וואס האט אייך פונקט די תוס' דערמאנט פונעם זיידען ז"ל?
האט דער טשיבינער רב דערציילט אט די מעשה:
יאהרן צוריק, נאך פאר וואס מ'האט גע'חלומ'ט אז דער רשע ימ"ש וועט האבן עפעס א שליטה אויף יידישע קינדער, בין איך געפאהרן אויף אפרוה אין די דאטשע שטעטל 'קרעניץ'
(אדער גאר איז די מעשה פארגעקומען אין מארינבאד) דארט האט זיך אויך אויפגעהאלטן דער באקאנטער גאון וצדיק בעל ה'קדושת ציון' מבאבוב זצ"ל הי"ד,
דער באבובער רב איז ארויף-געקומען אויף א באזוך ביים טשיבינער רב בבית האכסניה דארט אינעם דאטשע שטעטל,
וככר בידו, דער באבובער רב האט זיך מיט געברענגט א פלאש וויין.
דערציילט דער טשיבינער רב, איך האט נישט פארשטאנען פארוואס דער באבובער רב ברענגט זיך מיט א פלעשל,
און איך בין אפי' געווארן א ביסל געטשעפעט, הלמאי פארלאזט זיך ניט דעם באבובער רב אויף מיינע וויין.
און איך האב געפרעגט: 'באבובער רב, מאי האי?, פארוואס ברענגט איהר זיך מיט א פלאש וויין?'.
האט דער באבובער רב געענטפערט:"ס'איז דאך דא א תוספות, אז דער גאסט דארף ברענגען א וויין פאר'ן בעלי הבית"
און יעך האב פארגעסן דעם תוס', און איך האב געזאגט מיט א שארפקייט: "ס'איז נישטא אזא תוספות!"
און דער באבובער רב האט זיך פארשעמט אז מ'האט עם געפאקט אויס-צו-טראכטן א מראה-מקום שלא היה ולא נברא.
האט דער טשיבינער רב אויסגעפיהרט: יאהרן לאנג האב איך געטראכט אפשר האב איך נישט געדארפט אזוי אפ-פסק'נען דעם באבובער רב,
ער איז דאך פארט געוועזן א גרויסן רבי'ן און ער איז דארט געוועהן מיט זיינע גבאים.
אבער יעצט ווען מיר קומען אן צום תוס' (דף נז: בתוד"ה השתא), ווער איך נאך מעהר ערשטוינט, פון די געוואלדיגע גאונות פון באבובער רב אין מידות,
אז ער האט געהאט א גוטע געלעגנהייט צו באווייזן זיין מראה מקום אויף מיר (וואס טשיבינער רב האט געהייסן פון גאוני הגאונים)
און ער האט ענדערשער געוואלט אויסזעהן ווי איינער וואס האט אויסגעטראכט א מראה מקום ווי איידער מיר צו פארשעמען אויפ'ן קלאהר'ן פסק אז אזא תוס' איז ניט פארהאן.
אזוי האט אויסגעפיהרט דער טשעבינער רב און טרערן האבן געגאסן פון זיינע אויגן בשעת ער האט דערציילט די מעשה.

עד כאן ממה שסיפר הרה"ח המפו' בנש"ק ר' לייבל סטעמפל שליט"א פון לאנדאן.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

די מעשה הנ"ל איז נתפרסם געווארן נאך בחייו פונעם טשיבינער רב זצ"ל.
און הרה"ח ר' יואל רייצער הי"ו וואס האט געדינט אלט'ס א שטיקל גבאי זיינע אין די לעצטע יאהרן
האט איבער געפרעגט טשיבינער רב פרטי המעשה אם אמת נכון הדבר.
דער טשיבינער רב האט אויסגעהערט די גאנצע גירסא וואס ר' יואל האט עם דערציילט, און ער האט זיך אנגערופן:
"איך געדענק אז ווען מ'איז געוועהן אויף אפרוה, איז דער באבובער רב ארויף געקומען א באזוך, אבער איך געדענק נישט ער זאל האבן מיט-געברענגט א פלאש וויין,
און איך געדענק נישט ער זאל האבן גערעדט פון א תוס', אויף וואס איך זאל מיך דינגען אויף",
און דא האט ער צו-געלייגט מיט א שמייכל:
"אבער, ס'איז אינגאנצן קיין חידוש נישט, אז איך וואלט געקענט פארגעסן א תוס' אין כתובות,
קל וחומר אז איך זאל קענען האבן פארגעסן די גאנצע מעשה"...
:lol: :like
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

וועגן די סיבה פאר'ן זיך אויסוועהלן בעלזער רב ז"ל פאר זיין רבי האב איך געהערט כדלהלן:
נקודת-אמת האט געשריבן:דער טשיבינער רב ז"ל וואס זיין משפחה האט געשטאמט פון ריזשינע חסידים (הושיאטין)
האט נאכ'ן קריג אין ארץ-ישראל זיך מכניע געוועזן אונטער'ן בעלזער-רב-ז"ל'ס-הנהגה
ווען איינער האט עם געפרעגט מפני מה האט ער זיך אויסגעוועהלט דייקא דעם בעלזער רב זכרונו לברכה פאר זיין רבי.
האט ער געענטפערט:
"א יעדער חסיד האלט דאך אז זיין רבי איז דער גרעסטער און די הייליגסטער רבי'ן אויפ'ן וועלט,
און במילא זיין מיינונג איבער ווער איז דער גרעסטער איז מיט א נגיעה,
אז דו ווילסט האבן א מעסטער פון דעת הרוב, דארפסטו פרעגן וועמען האלט ער פאר דער צווייטער גרעסטער צדיק נאך זיין רבי
און דא וועסטו הערן פון אלע-מען אז נאך זייער רבי'ן קומט דער בעלזער רב
וועגן דעם האב איך עם אויסגעוועהלט פאר מיין רבי".
ודפח"ח.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: הגאון מטשיבין (רבי דוב בעריש וויידענפעלד) זצ"ל

שליחה דורך קל וחומר »

ער איז געווען אויך פון די ועד אין יח"ל.
ער האט ממליץ געווען הג"ר שמעון זעליכאווער פאר משגיח (אויך א גאון עולם געווען, ער פלעג צוגיין צום עמוד יו"ט און געזאגט אלע יוצרות פון אויסענווענדיג!).
שפעטער נאכן פטירה פון לובלינער רב איז ער געווען פון די ראשי ישיבה.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: הגאון מטשיבין (רבי דוב בעריש וויידענפעלד) זצ"ל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אין דער בוך וועגען דער טשעבינער רב ׳שר התורה׳, דארף מען קוקען די מקור פון יעדער מעשה. איינער וואס קומט פון ר׳ יודל ראבינאוויטש איז זיכער א גוטס. א סאך גאר שארפער מעשה׳ס און חכמות.

מ׳איז אמאל געגאנגען צום טשעבינער רב מיט א הצעה צו מאכען א כרוז מיט א תקנה אז מ׳זאל נישט קויפען פאר חתנים וכלות דירות גרעסער ווי צוויי צימערן. דער טשעבינער רב האט געזאגט "דאס איז א תקנה צו באקריוועדען די יתומים".

"וואס עפעס? דאס איז א תקנה פאר יעדעם?"

"יא, אבער קיינער גייט נישט פאלגען. נאר וועןעס וועט קומען די צייט צו שנאררען געלט פאר א יתום, וועט מען זיך דערמאנען פון די תקנה"

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט