ס'מיר שווער געווען, מ'טוט די טעג אזוי פיל זאכן צו פארמישן דעם שטן, ווי אזוי קען זיין אז יאר איין יאר אויס ווערט ער צומישט ווען מ'בלאזט נישט קיין שופר ערב ראש השנה? שוין באלד ווי יוסף הצדיק וואס גייט אין פעלד צו די ברודער יעדע יאר, נאר פארקויפט צו ווערן צו די ישמעאלים נאכאמאל.
נאר זעענדיג היינט די צעטלעך פון התאחדות הרבנים וועגן די שעדליכקייט פון טו פיס דאסטערס, אז דאס איז א נייע יצר הרע, פארשטיי איך שוין אלעס, יעדע פאר חדשים איז דא א נייע יצר הרע, אשר לא ידע את יוסף, ממילא קען מען איבערנוצן די טריקס יעדע יאר.
איך קום יעצט פון סליחות, איז מיר שווער געווען די שטיקל וואס מ'זאגט נאך שמע קולנו
יהי רצון מלפניך יהוה אלהינו ואלהי אבותינו שתהא השנה הזאת הבאה עלינו ועל כל־עמך בית־ישראל קץ ותכלית לשבי עמך בית־ישראל. ועת סוף לגלותנו ולאבלנו. ואחרית טוב לימי ענינו ומרדנו. כי משך עלינו השעבוד. וארך עלינו על גלויות. והננו בכל־יום הולכים ודלים. ברבות השנים אנו נמעטים. ובסגות הזמנים אנו נצערים. ואין לנו לא מנהל ולא מחזק בידינו. כאשר אמרת, כי מי־יחמל עליך ירושלים ומי ינוד לך. ומי יסור לשאל לשלום לך. או מי יגדיר גדר או מי יעמיד בפרץ. ואין עוד נביא וחוזה. ואין קורא בשמך באמת מתעורר להחזיק בך. כי כלנו כצאן תעינו. איש איש לדרכו הרעה פנינו. כל גבר אחרי בצעו. וכל איש אחרי שרירות לבו הרע. ולא די לנו בעונות הראשונים. כי אם הוספנו עליהם חדשים. וכו'.
די שטיקל הייבט זיך אן ווי יעדער איד רעדט זיך אפ אויף די שלעכטע מצב אין גלות, מ'בעט ס'זאלן זיך ענדיגן די שלערע צייטן, די קישוי השעבוד, דאס דלות, די צרות וואס מיר מאכן מיט, דאס אז מיר האבן נישט קיין מנהל, ולא מחזק, נישט קיין נביא, נישט קיין חוזה, נאר מיר זענען ווי פארבלאנדזשעטע שעפעלעך אן קיין פאסטוך וכו', וכו'. פלוצלינג! טוישט זיך די טעמע און מ'הייבט זיך אן מתודה זיין אויף אונזערע עבירות, לא די לנו בעונות הראשונים, נאר מיר לייגן צו אייגענע. איז מיר שווער געווען, ווי קומט עס דא אריין? דאס איז דאך נישט קיין וידוי, נאר א תחינה ווי מ'בעט דער באשעפער זאל אונז אויסלייזן פונעם ביטערען גלות, טא פארוואס דערמאנסטו דיינע זינד? דאס איז דאך קאונטער פראדאקטיוו!
נאר וואס דען? איך מיין א פשט איז אז דאס גייט נישט ארויף אויף אונזערע זינד, נאר דאס גייט ווייטער מיטן זעלבן טענה ווי שווער די גלות איז, און מ'רעדט זיך אפ אז וואס א יאר מען מיר זענען אין גלות, האלט אין איין צוקומען נאך עבירות, יעדע שטיק צייט ווערט נאך א זאך אפגעסטעמפעלט אלס עבירה, מי ב'טו פיס דאסטערס, מי בדינע שטרימפ, מי בחניקה-שמאלע געפאסטע קליידער, מי בפרעס טראק ומי בביוטי סאלאן, מי בעירוב ומי בפול באדי סליפס.
דעריבער בעטן מיר דעם קל רחום וחנון, זאל אונז אויסלייזן פונעם ביטערען גלות, און תשבי יתרץ קושיות ואיבעיות, צוריק שטעלן אידישקייט צו איר אמאליגן פראכט, את שאסר אסר, ואת שהתיר התיר, ונזכה כולנו לביאת גואל צדק בהאי שתא, להשיב קרן הדת על תילה בב"א.
געפילטע פיש האט געשריבן:אן ירשולימער איד האט מיר אמאל געזאגט אז ער איז שטארק מקפיד נישט צו דארפן צוקומען צו יענעם, נאר ער גייט אליין שנארן...
דערמאנסט מיר פון דעם ירושלימע׳ר איד וואס האט געברענגט זיין אכצן יעריגן בחור׳ל אויף אמעריקא אים אויסצולערנען די פאך אזוי ארום זאל ער נישט דארפן צו קומען צו אנדערע...
א ירושלימער איז געגאנגן נאך געלט אין זכרון משה שטיבלאך. גייט איינער צו צו אים און האלט אים פאר היתכן די ווארפסט דיך ארויף אן עול אויף די ציבור. פרעגט אים די געלט גייער, און וואס טיסטו? וואס הייסט, ענטפערט ער, איך פאר אויף אמעריקא...