פלאגיאריזם אין ספרים איז א פאפולערע נושא און אסאך מחברים ווערן באשולדיגט דערין. ביז היינט האבן מיר דא אויף קאווע שטיבל נאר דיסקוסירט פלאגיאריזם אין ביכער און אין אויסגאבעס, און מיר האבן נאכנישט איבער פלאגיאריזם אין ספרים, און די אשכול קומט אנפילן די לאך.
הרב יחיאל מיכל שטערן איז א מחבר ספרים און א מלקט וואס געט ארויס ספרים כמעט יערליך. לויט מארק שפירא איז ער מסתמא די מערסט-פראליפיק מחבר פון ספרי קודש בימינו. שפירא אין זיין לעצטע פאוסט אויף ספרים בלאג דאקומענטירט א גע'גנב'טע שטיקל פון שטערן און וואונדערט זיך וואס איז פשט פון אזא גראבע גניבה.
אט איז די אריגינעלע און דא איז הרב שטערן'ס גניבה (הערה ג):
אינטערעסאנט אז ער האט ניטאמאל געשפירט פאר וויכטיג ארום צו דרייען די לשון אביסל.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
כאפ א שמועס מיט הרב אברהם מייזעלס פון מאנטריאל וואס רעדט זיך אפ אז הרב שטערן אין זיינע בענדער 'אוצר הידיעות' קאפירט גאנצע שטיקער פון זיין מאנומענטאלער ספר 'מטבע שטבעו חכמים' און ניטאמאל האט ער געטוישט דעם לשון.
עס איז טאקע נישט ממש פלאגיאריזם אבער אין זיינע ספרים טוט הרב מייזעלס אפט טוישן דעם לשון פון די מחברים און הרב שטערן קאפירט דעם לשון פון מייזעלס און נישט פונעם אריגינעלן מקור.
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
יידל האט געשריבן:פלאגיאריזם אין ספרים איז א פאפולערע נושא און אסאך מחברים ווערן באשולדיגט דערין. ביז היינט האבן מיר דא אויף קאווע שטיבל נאר דיסקוסירט פלאגיאריזם אין ביכער און אין אויסגאבעס, און מיר האבן נאכנישט איבער פלאגיאריזם אין ספרים, און די אשכול קומט אנפילן די לאך.
הרב יחיאל מיכל שטערן איז א מחבר ספרים און א מלקט וואס געט ארויס ספרים כמעט יערליך. לויט מארק שפירא איז ער מסתמא די מערסט-פראליפיק מחבר פון ספרי קודש בימינו. שפירא אין זיין לעצטע פאוסט אויף ספרים בלאג דאקומענטירט א גע'גנב'טע שטיקל פון שטערן און וואונדערט זיך וואס איז פשט פון אזא גראבע גניבה.
אט איז די אריגינעלע און דא איז הרב שטערן'ס גניבה (הערה ג):
'ך מיין אז זיין א פלאגיאט איז גאר א הארבע זאך אין די אקאדעמישע וועלט, מ'קען כמעט זאגן אז ס'ענדלט אין די שלש חמורות אבער ביי אידן איז דאס קיינמאל געווען אזוי געפערליך. יא, טאקע א מתעטר בנזר שאינו שלו, אבער נישט געפערליך. למשל, פון מיין זיידן האביך געהערט אז א קינד וואס זיין רבי'ן האט געכאפט גנב'ענען א קושיה האט ערעם געהייסן צאלן כפל!...
אךשמח האט געשריבן:עס איז טאקע נישט ממש פלאגיאריזם אבער אין זיינע ספרים טוט הרב מייזעלס אפט טוישן דעם לשון פון די מחברים און הרב שטערן קאפירט דעם לשון פון מייזעלס און נישט פונעם אריגינעלן מקור.
אויב קען מען טרעפן אזעלכע פעלער איז דאס אודאי יא פלאגיאריזם (איך האב נישט געוויסט אז הרב מייזעלס טוישט לשונות). אינטערעסאנט איז אז אין אמעריקאנע געזעץ פעלט נישט אויס מער ווי צוצייכענען א מקור פון ווי מ'האט גע'גנב'ט און דערמיט יוצא זיין ידי חובת קאפירייט רעכטן. (פארשטייט זיך אז עס העלפט נישט אויב רוב חיבור קומט נאר פון איין מקור.) אבער ווי דבילה שרייבט איז פלאגיאריזם ביי אונז ווארשיינליך קיינמאל נישט געווען קיין ערנסטע חטא.
ייש"כ יידל. כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט דעם חשד אויף הרב שטערן. איך וואלט אבער געוואלט צולייגן (כ'גיי טאקע טוהן אזוי למעשה) 1) אסאך מאהל זעהט מען אין קובצים און אפילו און ספרים פשוט'ע זאכן, למשל דעם ענין פון בבלי ירושלמי, און ער פילט נישט פאר וויכטיג צו לייגן א מקור, ווייל ס'ליינט זיך בעסער אן קיין מראי מקומות. 2) אזא גרויסע בעל מלקט, איז שווער צו געדענקען מקורות, מ'מאכט קאפיס, אמאל פארגעסט מען פון וועלכע ספר ס'קומט, און אפילו ס'שטייט דער נאמען פון ספר אויפן קאפי, נישט אייביג ווייסט מען פון וועלכע חלק ס'קומט. 3) אסאך ליקוטים ספרים זענען "נעשית על ידי אחרים" (ו"שדה צופים יוכיח, ואין כאן המקום להאריך) 4) והוא העיקר, הרב שטערן האט ארויסגעגעבן אסאך אייגענע ספרים, וואס זענען געווען חידושים בשעתו, למשל על ארבעה מינים. 5) הרב שטערן האט ארויסגעגעבן א ספר "פניני קדם" - חידושים על התורה וואס ער האט מלקט געווען איינס ביי איינס פון כתבי ידות און אלטע ספרים וואס ער האט געטראפען אין לייברעריס אין ארץ ישראל. - ס'איז גראדע דא אן אינטערסאנטע מעשה וויאזוי דער ספר איז נתפרסם געווארן.
וואס כ'מיין צו זאגן, אז הרב שטערן צו "אינדערזייט" אויך א ליקוט ארבעט, בכלל נישט להתגדל בה, נאר סתם צו מחבר זיין לויט ווי ער פילט מענטשען וועלען הנאה האבן. איך בין זיכער אז די וועסט פרעגן הרב שטערן פארוואס ער האט גענומען פון מטבע שטבעו חכמים, וועט ער ענטפערען, אז מייזליש ברענגט אויך אסאך מאדנע זאכן, ע"כ האב איך געוואלט מזכה זיין אידן מיט אן ענדליכע ליקוט.
קאווע טרינקער האט געשריבן:3) אסאך ליקוטים ספרים זענען "נעשית על ידי אחרים" (ו"שדה צופים יוכיח, ואין כאן המקום להאריך)
וואו דען איז מקום להאריך?
קאווע טרינקער האט געשריבן:4) והוא העיקר, הרב שטערן האט ארויסגעגעבן אסאך אייגענע ספרים, וואס זענען געווען חידושים בשעתו, למשל על ארבעה מינים.
נו, איז וואס? ס'פעלן פראליפיק מחברים וואס האבן פלאגיאריזירט?
קאווע טרינקער האט געשריבן:5) הרב שטערן האט ארויסגעגעבן א ספר "פניני קדם" - חידושים על התורה וואס ער האט מלקט געווען איינס ביי איינס פון כתבי ידות און אלטע ספרים וואס ער האט געטראפען אין לייברעריס אין ארץ ישראל. - ס'איז גראדע דא אן אינטערסאנטע מעשה וויאזוי דער ספר איז נתפרסם געווארן.
נו, אדרבא! פארצייל!
קאווע טרינקער האט געשריבן:וואס כ'מיין צו זאגן, אז הרב שטערן צו "אינדערזייט" אויך א ליקוט ארבעט, בכלל נישט להתגדל בה, נאר סתם צו מחבר זיין לויט ווי ער פילט מענטשען וועלען הנאה האבן. איך בין זיכער אז די וועסט פרעגן הרב שטערן פארוואס ער האט גענומען פון מטבע שטבעו חכמים, וועט ער ענטפערען, אז מייזליש ברענגט אויך אסאך מאדנע זאכן, ע"כ האב איך געוואלט מזכה זיין אידן מיט אן ענדליכע ליקוט.
נישט קיין תירוץ, חוץ אויב דו מיינסט דאס וואס דבילה האט שוין אויבן געשריבן אז ביי היימישע אידן איז פלאגיאריזם נישט קיין עוולה.
כ'האב געמיינט צו זאגן אז זיין חצי-גניבה ווייזט נישט אויף דעם גאנצען מענטש ס'איז אינו דומה צו אן ארטיקל אין איינע פון די פעמונים איבער איינער יעב"ץ וואס האט קאפירט ספרים אין גרויסען
די מעשה מיט פניני קדם, איז געשטאנען כמדומה אין "משפחה", ס'איז עפעס נישט געגאנגען, די מוכרי ספרים האבן אים גערופען אויפצופיקן די סחורה... בצר לו, - איז ער געגאנגען צום כותל, מיט'ן טענה אז ער האט שווער געארבייט מפרסם זיין דברי תורה וואס זענען געווען ביז יעצט פארהוילן פונעם ציבור. אויף וועג ארויס טרעפט אים אן אמריקאנער איד (הרב שטערן טוט אסאך אין מייסד זיין מוסדות, ע"כ קען ער געלט מענטשען אויך), דער איד פרעגט אים: כ'מאך בר מצוה, כ'וויל פארטיילן 5000 ספרים (עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ). 5000 איז געווען פונקט די מספר פון ספרים וואס ער האט געהאט ביי זיך. נאכדעם וואס די ספרים פניני קדם איז נתפרסם געווארן אין אמעריקא, האט עס אנגעהויבן צו גייט הייס אין ישראל
בנוגע שדה צופים, דער מחבר האט לעצטנעס געפראוועט א סיום מיט אסאך גדולים. אבער דער גאנצער ספר האט א צווייטער געמאכט.
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
יידל האט געשריבן: א הוכחה פורתא אז דער חפץ חיים'ס זון איז אויך געווען א שרייבער פון דעם משנה ברורה.
איינער האט מיר צוגעשיקט וואס דער חפץ חיים'ס זוהן שרייבט אין קיצור תולדות החפץ חיים:
בא מר אבי לבקרני ואחרי משא ומתן בינינו הציע לי אבי להשתתף במלאכתו בחיבור השו"ע כו' לישב בביתי ולעסוק בהלכות שבת בעיון גדול והוא יסמן לי סימני השו"ע שצריך אני ללמוד ולעיין ולברר ולהעלות בכתב את אשר הגה רוחי הן בפירוש השו"ע והן בביאור הלכה וכמעשהו הוא ולשלוח אליו הקונטרסים והוא יחזור עליהם ביחד עם חתנו הר' צבי והטוב בעיניהם יבחרו ויעלה אותם בכתביו כו'.
וקבלתי עלי אז את העבודה הכבדה אשר אכלה כל עתותי מבלי להתעניין בשום לימוד אחר ושלחתי אליו פרי מחשבותי בכמה וכמה סימנים אמנם בכמה סימנים אחרתי לשלוח אליו והוא בזריזותו הגדולה קדמני וגמר בעצמו הסימן ונשארו מעשי ידי אצלי אמנם חלק היותר גדול בהלכות שבת חיבר מר אבא בעצמו או למד עם חתנו הר' צבי.
אם כי אין מאמרי מיועד לחידושי תורה רק לתאר ולספר לדור דברי ימי אבי אף על פי כן אעיר בכאן את הקורא התורני כי בשביל שהכתבים לא יצאו תמיד מעט אחת נמצא לפעמים סתירות שהרב המחבר לא עמד עליהם יעיין התורני במ"ב סימן שי"ח סקי"ד שכתב אבל במוצאי שבת מותר מיד וכו' ובסימן שכ"ח ***"ג כתב ומה שנשאר למוצאי שבת אסור אפילו לחולה בעצמו עיין שם וסיבת הדבר הוא שבסימן שי"ח הוא מיסודו של מר אבא והוא אחז בשיטת הרא"ה וכמו שהעתיק הרמ"א ביו"ד סוף סימן קי"ג להלכה ובסימן שכ"ח הוא כתב ידי ואנכי העתקתי להלכה שיטת הרשב"א שחולק על הרא"ה עיין שם בסוף סימן קי"ג בט"ז ובנקודות הכסף והפרי חדש שם הכריע כהרשב"א וכן העתיק בחיי אדם.