ווי ווייט איז מענטש אומשטאנד צו גיין? און וואס פאר א אויסערארדענטליכע שריט איז א מענטש אלס אומשטאנד צו טאן, צו צייגן א פונקט,(prove a point) איבער עפעס וואס וועט פאסירן אינעם צוקנופט?
כ'האב היינט געלערענט די פאלגענדע פרשה אין תנ''ך, ווי ווייט די נביאי השם זענען ווירקליך געגאנגן צו צייגן א פונקט:
בִּשְׁנַת בֹּא תַרְתָּן אַשְׁדּוֹדָה, בִּשְׁלֹחַ אֹתוֹ סַרְגוֹן מֶלֶךְ אַשּׁוּר; וַיִּלָּחֶם בְּאַשְׁדּוֹד וַיִּלְכְּדָהּ. בָּעֵת הַהִיא דִּבֶּר השם בְּיַד יְשַׁעְיָהוּ בֶן-אָמוֹץ לֵאמֹר, לֵךְ וּפִתַּחְתָּ הַשַּׂק מֵעַל מָתְנֶיךָ וְנַעַלְךָ תַחֲלֹץ מֵעַל רַגְלֶךָ. וַיַּעַשׂ כֵּן, הָלֹךְ עָרוֹם וְיָחֵף.
וַיֹּאמֶר השם כַּאֲשֶׁר הָלַךְ עַבְדִּי יְשַׁעְיָהוּ עָרוֹם וְיָחֵף--שָׁלֹשׁ שָׁנִים אוֹת וּמוֹפֵת, עַל-מִצְרַיִם וְעַל-כּוּשׁ. כֵּן יִנְהַג מֶלֶךְ-אַשּׁוּר אֶת-שְׁבִי מִצְרַיִם וְאֶת-גָּלוּת כּוּשׁ, נְעָרִים וּזְקֵנִים--עָרוֹם וְיָחֵף; וַחֲשׂוּפַי שֵׁת, עֶרְוַת מִצְרָיִם. וְחַתּוּ, וָבֹשׁוּ--מִכּוּשׁ, מַבָּטָם, וּמִן-מִצְרַיִם, תִּפְאַרְתָּם. וְאָמַר יֹשֵׁב הָאִי הַזֶּה, בַּיּוֹם הַהוּא, הִנֵּה-כֹה מַבָּטֵנוּ אֲשֶׁר-נַסְנוּ שָׁם לְעֶזְרָה, לְהִנָּצֵל מִפְּנֵי מֶלֶךְ אַשּׁוּר; וְאֵיךְ, נִמָּלֵט אֲנָחְנוּ.
אט איז ווי אזוי כ'האב עס פארשטאנען די פרשה:
דאס אידיש פאלק אין ארץ ישראל האט געדינט פרעמדע געצען, און ג-ט שיקט זיין געטליכער נביא ישעיהו צו שטראפן די אידן, און זיי באיינצופלוסן זיך אומצוקערן פון זייער שלעכטע וועגן און אויפהערן צו דינען פרעמדע געצען.
אויב וועט איר נישט אויפהערן מיט אייער פאסקיצווע שטיקעס, וועט דער גרויזאמער פיינט פון אשור ארויפקומן קיין יהודה, און ער וועט אייך פארטרייבן צו א ווילד-פרעמד לאנד - גענוי ווי ער האט ווירקליך געטאן מיט אייער ברודער פון שומרון, האט דער נביא געדינערט מיט זיין באסאווע שטימע.
די איינוואוינער פון יהודה האבן זיך אבער אויסגעלאכט פונעם אלטן צוריקגעשטאנענער נביא. מיר האבן נישט קיין שום אנגסט פארן קעניג פון אשור, אויב אשור וועט ווירקליך זיך וואגן ארויפצוקומן קיין יהודה, וועלן די דערנעבנדיגע מאכטפולע גרויסמאכטן, מצרים און כוש, ספאנטאן קומען צו אונזער רעטונג. דער אויסערן מיניסטעריום פון אונזער מייעסטעט דער קעניג אחז דער לייבן הארץ, האבן גאר נאנטע באציאונגען מיט די עגיפטער און די אפריקאנער.מיר זענען פולקאם פארזיכערט האבן די יהודה לייט אריינגעזאגט פארן הייליגן נביא.
די פרעכע ווידערשפעניגע רייד פון די יהודה לייט, האט ממש געשטאכן דאס הארץ פונעם געטליכען נביא ווי מיט פייערדיגע שפיזן. נעמליך, ער האט נישט געקענט פארשטיין, ווי אזוי די אידן פארלאזן זיך אזוי בלינדערהייט אויף פרעמדע פעלקער, און די צייט וואס ג-ט זעלבסט פארזיכערט אז שום גרויסמאכט אין דער וועלט, וועט נישט האבן די מאכט אפצושטעלן די מעכטיגע ארמייען פון אשור פון צו פארוויסטן די יהודה בערג און צו פארטרייבן אירע איינוואוינער מיט שאנדע צו שקלאפעריי.
מיטאמאל באקומט ישעיהו א זענדונג פון ג-ט זעלבסט, וואס לויטעט ווי פאלגענד: מאך דיר אויף דאס זאק פון דיינע לענדן, און טוה דיר אויס דיינע שיך! ישעיהו האט מיט הייליגער פורכט באלד ערפילט דאס ווילן פונעם אלמעכטיגן ג-ט, אבער נישט בלויז פאר א שטונדע אדער א טאג. זאגאר גאנצע דריי יאר צייט האט ישעיהו ארום רומפאזשירט אין די גאסן פון יהודה אן קיין הויזן, און מיט בארפעסע פוס! א אלטער איד לויפט ארום אזוי אין די ר''ת, בארפעס ווי פון די מקוה ארויס פאר גאנצע דריי יאר! דאס הערט זיך שרעקליך!
זאגט ג-ט פארן אידענטום:
אזוי ווי מיין קנעכט ישעיהו איז געגאנגן אנטבלויזט און בארפעסיג פאר דריי יאר צייט. איז דאס א צייכן אויף מצרים און אויף כוש. אזוי וועט דער קעניג פון אשור פירן די געפאנגענע פון מצרים, און דאס פארטריבן פאלק כוש, יונגע און אלטע, אנטבלויזט און בארפעסיג, מיט אויפגעדעקטע אונטערשטעס, אזש די אלע וואס האבן ארויסגעקוקט א הילף פון די אפריקאנער וועלן זיך שעמען צו קוקן, אזוי אויך די אלע וואס האבן זיך גערומט מיט די אנגעבליכע הילף פון די עגיפטער. און די איינוואוינער פון דעם דאזיגען האפן שטאט (יהודה) וועלן זאגן: אזוי האט אויסגעקוקט אונזער בליק, ווען מיר האבן פון דארט געוואלט הילף, צו ווערן גערעטעט פונעם קעניג פון אשור, ווי אזוי וועלן מיר ווירקליך געראטעוועט ווערן.
ביז דא איז דער ווארט פון ג-ט:
און אנדערע ווערטער ישעיהו האט געוואלט ארויס ברענגן א פונקט, ער האט געוואלט איבערצייגן פאר די איינוואוינער פון יהודה אז זיי האבן זיך נישט וואס צו פארלאזן אויף די עגיפטער און די אפריקאנער, פאר סיי וועלכע סארט הילף. ווייל זיי זעלבסט וועלן אויך אריינכאפן פון אשור ביטערע קלעפ, און מארשירן אין שקאלעפעריי אריין נאקעט און בארפעס מיט שאנדע. און ארויסצוברענגען זיין פונקט: איז ער זעלבסט ארום געלאפן נאקעט און בארפעס פאר דריי יאר צייט!
ס'איז ממש וואונדער איבער וואונדער ווי ווייט די נביאי השם זענען געווען גרייט צו גיין, און וואס זיי זענען אלס געווען אומשטאנד צו טאן, ארויסצוברענגן א פונקט...
געבויעט אויף א קאפיטל אין ישעיהו (קאפיטל כ')
ווי ווייט זענען די נביאי השם געגאנגן ארויסצוברענגן א פונקט?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קאך לעפל: ס'איז זייער א שיינער געדאנק. און זייער א שיינער פירוש. נאר איך האב איין בקשה צו דיר. אז דו זאלסט נישט אריינלערנען דעם פשט פון תנ"ך אין דיינע היינטיגע אפטייטשונגען וואס גייען פאר אין קרית יואל. אדער אין וויליאמסבורג. דו דארפסט נישט זאגן אז ר' אהרן אדער ר' זלמן לייב זענען אזוי ווי ישעיה הנביא. אדער דאס ווידערשפעניגע פאלק...! לאז איבער די פשטים פון יענע תקופה פאר די היסטאריע...!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 408
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל
דער רמב"ם (מורה נבוכים ח"ב פמ"ו) זאגט אז די גאנצע מעשה איז א סימבאלישער משל.
ס'איז נישט פארגעקומען אין רעליטעט. השי"ת מאכט זיך נישט נביאים פאר משוגעים און חסירי דעה.
גראדע דערמאנסטו נישט אז גאט האט געהייסן דעם נביא ישעיה חתונה האבן מיט א זונה גומר בת דבליים און האבן מיר קינדער. (קח לך אשת זנונים וילדי זנונים)
לויטן רמב"ם איז דאך אויך נישט קיין ריכטיגע געשעעניש, און ער האט נישט חתונה געהאט מיט קיין זונה.
ס'איז נישט פארגעקומען אין רעליטעט. השי"ת מאכט זיך נישט נביאים פאר משוגעים און חסירי דעה.
גראדע דערמאנסטו נישט אז גאט האט געהייסן דעם נביא ישעיה חתונה האבן מיט א זונה גומר בת דבליים און האבן מיר קינדער. (קח לך אשת זנונים וילדי זנונים)
לויטן רמב"ם איז דאך אויך נישט קיין ריכטיגע געשעעניש, און ער האט נישט חתונה געהאט מיט קיין זונה.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
זוכער האט געשריבן:דער רמב"ם (מורה נבוכים ח"ב פמ"ו) זאגט אז די גאנצע מעשה איז א סימבאלישער משל.
ס'איז נישט פארגעקומען אין רעליטעט. השי"ת מאכט זיך נישט נביאים פאר משוגעים און חסירי דעה.
גראדע דערמאנסטו נישט אז גאט האט געהייסן דעם נביא ישעיה חתונה האבן מיט א זונה גומר בת דבליים און האבן מיר קינדער. (קח לך אשת זנונים וילדי זנונים)
לויטן רמב"ם איז דאך אויך נישט קיין ריכטיגע געשעעניש, און ער האט נישט חתונה געהאט מיט קיין זונה.
ערשט יישר כוח פאר דיין רעאקציע. ס'איז זייער ביי מיר שטארק געשעצט.
ערשטנס: די מישט פילייכט אויס צוויי נביאים: די געשיכטע פון נעמען די זונה גמר בת דבלים פאר א פרוי, האט פאסירט מיט א צווייטע נביא וועלכע האט געהייסן הושע בן בארי, וואס האט געשטאמט פון שבט ראובן. און איך רעדט פון א נביא וואס האט געהייסן ישעיהו בן אמוץ וועלכע האט געשטאמט פון שבט יהודה:
2 די רמב''ם באציט זיך אויסשליסליך צו די די דאזיגע נבואה? אדער ער רעדט בכללות?
אין תנ''ך געפונען מיר אן א שיעור מאל, וואס ג-ט האט באפוילן פאר א נביא צו טאן ווירקליכע זאכן, וואס זאל צייגן אויף די נבואה. א שטייגער ווי ירמיהו זאל ארום גיין מיט א יאך און נאך. לויט די פסוקים זעט מען קלאר אז דאס איז ווירקליך פראקטעצירט געווארן.
און נאך מער: א נבואה אויף שלעכטס ווערט נישט אלעמאל פארווירקליכט. אזוי ווי ירמיהו האט געזאגט פאר חנני בן עזור. דאקעגן א נבואה אויף גוטס ווערט אלע מאל פארווירקליכט. אויב נישט היינט, דאן ווען משיח וועט קימען.
אבער אויב דער נביא טיט א ווירקליכע צייכן צו צייגן א פונקט, דאן ווערט דאס אלעמאל פארווירקליכט, אפילו ביי נישט קיין גוטע נבואה אויך.
אזוי זאגט די מלבי''ם פילע מאל אין זיינע עקלערונגן אין תנ''ך.
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
אן אינטרעסאנטע אבזערוואציע, אבער די פאונט וואס דו ברענגסט ארויס (און אזוי אויך די נאמען פון די אשכול) איז אביסל מיסלידינג.
די נביא אליינס איז נישט געגאנגן ווייט דא ארויסצוברענגן זיין פאונט. בָּעֵת הַהִיא דִּבֶּר השם בְּיַד יְשַׁעְיָהוּ בֶן-אָמוֹץ וגו', די רבש"ע האט עם פונקליך באפוילן וואס צו טוהן, ארויסצוברענגן די רבש"ע'ס פאונט.
(נישט אזוי ווי די נביאי שקר, וואס זענען ארומגעלאפן די שטאט מיט הערנער פון אייזן, לרמז בזה אז זיי גייען צושטויסן די פיינט וכדו' שעשו כן מדעת עצמם).
די נביא אליינס איז נישט געגאנגן ווייט דא ארויסצוברענגן זיין פאונט. בָּעֵת הַהִיא דִּבֶּר השם בְּיַד יְשַׁעְיָהוּ בֶן-אָמוֹץ וגו', די רבש"ע האט עם פונקליך באפוילן וואס צו טוהן, ארויסצוברענגן די רבש"ע'ס פאונט.
(נישט אזוי ווי די נביאי שקר, וואס זענען ארומגעלאפן די שטאט מיט הערנער פון אייזן, לרמז בזה אז זיי גייען צושטויסן די פיינט וכדו' שעשו כן מדעת עצמם).
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
יין שרף האט געשריבן:אן אינטרעסאנטע אבזערוואציע, אבער די פאונט וואס דו ברענגסט ארויס (און אזוי אויך די נאמען פון די אשכול) איז אביסל מיסלידינג.
די נביא אליינס איז נישט געגאנגן ווייט דא ארויסצוברענגן זיין פאונט. בָּעֵת הַהִיא דִּבֶּר השם בְּיַד יְשַׁעְיָהוּ בֶן-אָמוֹץ וגו', די רבש"ע האט עם פונקליך באפוילן וואס צו טוהן, ארויסצוברענגן די רבש"ע'ס פאונט.
(נישט אזוי ווי די נביאי שקר, וואס זענען ארומגעלאפן די שטאט מיט הערנער פון אייזן, לרמז בזה אז זיי גייען צושטויסן די פיינט וכדו' שעשו כן מדעת עצמם).
קוק ביטע גוט איבער די פסוקים:
ג-ט האט אים געהייסן זיך אויפצובינדן די זאק פון זיינע לענדען (דער זאק האט ישעיהו געטראגן זינט דאס פארטרייבונג פון שומרון דורך די ארמייען פון סנחריב דער קעניג אשור) און זיך אויסטאן די שיך. נעמליך, ג-ט האט אים נישט געזאגט ווי לאנג.
אויף יוצא צו זיין דעם דבר השם האט ישעיהו, געקענט שטיין אנבלויזט און בארוועס פאר שטונדע אדער ווייניגער. ווארום ער איז געגאנגען אזוי פאר גאנצע דריי יאר צייט!
און ג-ט פארציילט דאס מיט א מערקווערדיגער שטאלץ, און רופט אן ישעיהו "עבדי" א טיטול מיט וועלכע ג'ט באנוצט זיך גאר זעלטען. בלויז משה, כלב, יושע, דוד, און להבדיל בן אלף אלפי הבדלות דער בלוט-דארשטיגער טיראן נבוכדראצר דער קעניג פון בבל. (ווי דער נביא זאגט אין ירמיהו (מ''ג) כה אמר השם צבאות הנני שולח ולקחתי את נבוכדראצר מלך בבל עבדי ושמתי כסאו ממעל לאבנים האלה אשר טמנתי...) האבן זוכה געווען באטיטעלט צו ווערן דורך ג-ט זעלבסט מיטן טיטול "עבדי".
באשיינפערליך האט ישעיהו הנביא נישט אומזיסט זיך דערארבן דעם טיטול עבד השם. ארום לויפן אין די גאסן אן די הויזן, בארפעס, פאר דריי יאר אין א ציה, בלויז ארויסצוברענגן א זייטיגער פונקט פון א אלגעמיינע נבואה פארדינט זיך מיט רעכט דעם אויסנאמליכער טיטול.