סטרייקס אין ראיאטן אין די עולם הישיבות

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

סטרייקס אין ראיאטן אין די עולם הישיבות

שליחה דורך טרויבן88 »

אין ישיבות חברון קומט שוין א לאנגע צייט פאר רידערנישן א חלק פון זיי זענען אז די "בחורים" זענען נישט צופרידן פון די מנהלים, און לדעתם ברויכט עס זיין אנדערש אדער באקוועמער, איינע פון טענות זענען איבער הייס וואסער, אז מען לאזט עס אויס צי פרי וכו' און נאך אזאנע קליינע פראבלעמען, אבער די אלע זאכן לייגן א גרויסן געוויכט און פרעשור אויף די בחורים, און די סיבה איז פשוט דער בחור ווערט נישט רעפרעזענטירט דורך קיינעם און קיינעם אינטערעסירט וואס ער האט צי זאגן, יעצט האט מען שוין אנגעדרייט די שר התורה אז עס זאל זאגן אז "סילקו השכינה" שר התורה על המרד בחברון: "סילקו השכינה"

אבער אנדערש ווי אין די מדינה איז אין אמעריקא נישט דא קיין חרידישע צייטונגען וואטסאעווער דאס מיינט נישט אז די מצב פון סטרייקס און אפילו ראיאטן איז בעסער, נאר עס ווערט נישט באריכטעט וויל איך מוסד זיין אן אשכול וואס זאל זיין א צענטראלע אשכול איבער ישיבה סטרייקס אין ראיאטן אין אמעריקא, אין סאטמאר איז דאס שוין אן אלטע טראדיציע איבער טראבל און ראיאטן נאך אין סאנז סטריט... אבער אפילו אין קלענערע ישיבות איז אויך דא רודערייען אין סטרייקס וכו' דאס איז א תופעה וואס איז פארשפרייט סיי ביי די ארונים און סיי ביי די זאלונים, אין מאנרא איז דא פייערן, אין לעקטער קראכט פון צייט צי צייט... דאס זענען אלע פי רוב נישט קיין אומשולדיגע אינצידענטן, ממילא איז כדי צי האבן אן אשכול ווי איינער וואס האט אינפארמאציע איבער עפעס א רודעריי זאל עס דא באריכטן, אבער פון די אנדערע זייט וויל איך אז מען זאל נאר שרייבן נייעס נישט קיין מיינונגען, און שרייבן א גאנצע מעשה נישט קליינע נאטיצן, און נישט באריכטן איבער שחרית אדער ווען די ראש ישיבה קומט אריין, נאר שרייבן א פולע השתלשלות הדברים קלאר און פארשטענדליך וזה הא, נישט קיין פעפער און זאלץ, בחורים אינגעלייט נישט קיין חילוק ווער, ברענגטס ווידעא'ס, מעשיות פארן ציבור צי הערן וואס עס טוט זיך אין אונזער בעיקיארד...

אין חברון רעדו מען פון א בחור וואס האט גערעדט צי אמנון לוי איבער די דאקומענטרי איבער וויפיל מען דארף באצאלן פאר א בחור פון חברון צי האבן פאר אן איידעם לינק צי די דאקומענטרי דאס איז געווען זיין ערשטע עבירה, און דערנאך האט מען עם געזען אויף א כתבה פון "כאן" פון בחורים וואס מאכן עקסערסייז צופרי, מען עם נישט אינטערוויואט, נאר מען האט עם געזען כאן דאקומענטרי אבער ווי עס זעט אויס האבן די בחורים דיסיידעד צי נעמען געזעץ און די הענט נאכדעם וואס מען האט דעם בחור פארשיקט...

דא לייג צי אלע לינקס איבער חברון
הקרב שהשבית את ישיבת הדגל: מה בדיוק קרה ב'חברון'? האזינו
הפסקת אש ב'חברון': ההנהלה התקפלה והבחורים יחזרו לישיבה
בצעד חריג: ראש הישיבה לא הגיע לשחרית
ראש הישיבה נגד תלמידיו ב'חברון': "איבדו את החלק לעולם הבא"
מחאת ענק בישיבת הדגל הליטאית: בית המדרש התרוקן; מגעים לפשרה
לעב אין לאז לעבן.
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

און איינער פון די לינקס שטטיט אז דער ר"י זאגט אז די אנפירערס פון די פראטעסט האבן פארלוירען זייער עולם הבא.
געפעלט מיר ווי מענטשן טיילן און נעמען צו עולם הבא ווי ס'געפעלט זיי, כאילו זיי שטייען ביים שיסל
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

נו אלע בחורים זענען געלאדענט זיך צו קומען אויסגעבען אביסל...
דוד בן ישי עבדך משיחך
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

איך געדענק אלץ בחור אין טשעבין, איז געוועהן א רעוואלט, און א בחור האט פארשטאפט די שליסל לאך ווי דער טלית און תפילין פין רב"ש איז געוועהן. אינדערפרי האט ער נישט געקענט דאווענען, ער האט געסטראשעט מיטן ערגסטען, און דער בחור האט מודה געווען, און ער האט געמוזט גיין איבערבעטן זיין שווער אין בית החיים.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

Re: סטרייקס אין ראיאטן אין די עולם הישיבות

שליחה דורך טרויבן88 »

גייט נישט אריבער א קורצע צייט אין ווידער אין פוניביץ פליען שטענדערס

http://www.bhol.co.il/news/937157
לעב אין לאז לעבן.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

כפתור האט געשריבן:און איינער פון די לינקס שטטיט אז דער ר"י זאגט אז די אנפירערס פון די פראטעסט האבן פארלוירען זייער עולם הבא.
געפעלט מיר ווי מענטשן טיילן און נעמען צו עולם הבא ווי ס'געפעלט זיי, כאילו זיי שטייען ביים שיסל


אויף דעם איז דא א טרעפליך ווארט וואס א בחור האט אמאל געזאגט פארן לעגענדארן רבי נתן יוסף ז''ל אין צאנץ סטריט...ער האט געזאגט פאר א בחור: כ'בין דיר נישט מוחל בזה ובבא! זאגט אים דער בחור בבא האב איך געוויסט אז איר פארמאגסט א כוח, זאגאר, בזה דאס האב איך נישט געוויסט...דער מנהל האט עטוואס הנאה געהאט פונעם טרעפליך ווארט. אפגעזען פונעם חוצפה וואס ס'האט געשטעקט דעראינען....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

טרויבן88 האט געשריבן:גייט נישט אריבער א קורצע צייט אין ווידער אין פוניביץ פליען שטענדערס

http://www.bhol.co.il/news/937157

יעדע יאר חודש אלול.

די צענטראלע פאנעוויזש האט די קרקע און אלע בנינים, ווידער מארקאוויטש האט האלב ישיבה אבער אן קיין פלאץ. יעדע אנהייב זמן פרובירן זיי צו כאפן א דארמיטארי, עס זאל אדער שיעור צימערן און עס פליען סטענדערס מיט טישן...
פארשפארט