שמעון וואלף האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: דער חידוש איז אז דער מנח"א האט שוין דאמאלס געהאט ספיקות איבער דעם שידוך. ווייל דער מנחת אלעזר איז דאך געווען באוואוסט אלס דער גרעסטער קנאי און לוחם אקעגן ציונות אין אלע פארמען. אפילו אקעיגן די אגודה האט ער געקעמפט. און ער זאלל אריינפאללן מיט אן איידעם א מזרחי'סט. דער רבי ר' ברוכ'ל ראבינאוויטש איז געווען זייער א וואוילער איד און א גרויסער גאון. אבער ער איז געווען נתפס לציונות...!
וואס איז דיר א חידוש, אז די מנח"א האט געהאט ספיקות אדער דאס אז ער איז אריינגעפאלן מיט א מזחיסט, אדער ביידע?
באמת איז אבער גארנישט קיין חידוש. די שידוך איז געווארן ווען ר' ברוכ'ל איז נאך געווען א יונגל. וויאזוי האט די מנח"א געקענט קאנטראלירן מיט וועם ער דרייט זיך און וואס ער ליינט אלץ בחור. בפרט אז ער איז געווען א יתום און נאכדערצו דארט אין פוילן ווי ציונים און מזרחסטים האבן אריינגעכאפט גאר אסאך פון די יונגווארג
כבין נייגעריג צי ער האט טאקע געהאט ספיקות אין אפלאזן די שידוך.
כהאב אזא אינטערסאנטע פראגע: לאך נישט
אויב וואלט די מנח״א אפגעלאזט די שידוך און גענומען א געלונגע איידעם וואס וואלט דורכגעלעבט די קריג וואלט סאטמאר געוועהן אזא גרויסע אימפעריע ווי סאיז היינטיגע צייטן?
סאיז ידוע אז א ריזיגע טייל פון סאטמאר זענען באמת אפשטאמיגע פון מונקאטשע חסידים ווי למשל משפחת גאלדבערגער, ראזענבערג, פערלשטיין, האראוויץ, גרינפעלד, ווייס, שפיצער, עסטרייכער, רייזמאן, שווארץ, כהנא, גראס, קאליש, גלאנץ, וכו׳ נאר היות מונקאטש האט נישט איבערגעלאזט קיין געהעריגע יורש איז זייער רביסטיווע צאמגעפאלן. דער עלטסטער זוהן ר׳ הערשלע איז נעבעך נישט געזונט געוועהן. ר׳ משה לייב דער היינטיגער מונקאטשער איז געוועהן נאך זייער יונג און ער איז בכלל נישט די גרויסע רבי מאטיריאל אנטעקן זיין זיידע דער מנחת אלעזר וואס איז געוועהן א חכם, גאון און צדיק. פון דער אנדערע זייט איז נאר געוועהן נאך איין קנאי דער סאטמארער רב ר׳ יואליש זצ״ל וואס איז אויך געוועהן א גאון און ער האט יא געהאט די קוואליפיקאציעס פון דעם מנחת אלעזר. ממילא איז סאטמאר געווארן די גרויסע אימפעריע.
ווען די באבע וואלט געהאט רעדער...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius