א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 34
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 08, 2018 1:27 am
- האט שוין געלייקט: 25 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל
@לבי ובשרי,
איך גיי צוריק צו דיין ערשטע פראגע,
איך מיין מ'האט דיר נישט געענטפערט די פשוט'סטע תשובה.
ערשטנ'ס, מיין איך זאלסטו זיך קלאר שטעלן ביי דיר אויב דו גלייבסט אין איין גאט.
אין 'גאט' מיין איך נישט דווקא די יידישע גאט. נאר עצם דעס אז דו גלייבסט אז עס איז דא איינער וואס האט באשאפן דו וועלט אין ער פירט די וועלט.
טאמער גלייבסטו נישט-
דיין אלטסטו נאך א שטאפל פריער, און גיי לערן אפ די נושא פון גלייבן אין איין גאט.
טאמער גלייבסטו יא-
האסטו שוין אראפ גענומען פון די רשימה פון די רעליגיעס אסאך פון זיי וואס גלייבן אין אסאך געטטער, אין האלץ/שטיין/ זוהן, אדער גלייבן בכלל נישט אין א גאט,
ביסטו געבליבן מיט די דריי רעליגעיס: יידישקייט, איסלאם, און קריסטנטום.
יעצט, איינע פון גרעסטע אינטערשיידן צווישן די יידישקייט אין להבדיל די איסלאם און קריסטנטום איז,
אז די יידישקייט איז געבויט אויף א מעמד וואס מן הסתם קרוב צו צוויי מיליאן מענטשן האבן געזעהן מיט זייער אייגענע אויגן,
לעומת די איסלאם און די קריסטנטום וואס איז געבויט אויף א נבואה / חיזיון וואס איין מענטש האט געזעהן, און ער איז ארויס געקומען און געפאדערט, לרוב מיט געוואלד אז די מענטשהייט ארום אים זאל אים גלייבן.
(אגב, די טענה איז שייך אויך אביסל כלפי די בודהיזם, וואס איז געבויט אויף א תורה פון איין מענטש)
אז א מענטש קומט ארויס פון א מערה אין טענה'ט אז גאט האט זיך באווזן פאר אים,
איז אסאך שווערער צו אים גלייבן,
ווי ווען 2 מיליאן מענטשן פירן אריבער פון א טאטע צו א קינד אז זיי האבן געווען ווען גאט האט זיך באווזן פאר זיי.

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
לבי ובשרי האט געשריבן:כֹּל הַנִּקְרָא בִשְׁמִי וְלִכְבוֹדִי בְּרָאתִיו יְצַרְתִּיו אַף עֲשִׂיתִיו (ישעי מג ז).
צו וואס ברויך דער אויבערשטער כבוד??
קען זיין אז דאס פארענטפערט דיין שאלה:
The Supreme Lord is the supreme enjoyer, and we living entities are His servitors. We are created for His enjoyment, and if we participate in that eternal enjoyment with the Supreme Personality of Godhead, we become happy. We cannot become happy otherwise. It is not possible to be happy independantly, just as no one part of the body can be happy without cooperating with the stomach. It is not possible for the living entity to be happy without rendering transcendental loving service unto the Supreme Lord.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
מצפה לישועה האט געשריבן:האסטו שוין אראפ גענומען פון די רשימה פון די רעליגיעס אסאך פון זיי וואס גלייבן אין אסאך געטטער, אין האלץ/שטיין/ זוהן, אדער גלייבן בכלל נישט אין א גאט,
ביסטו געבליבן מיט די דריי רעליגעיס: יידישקייט, איסלאם, און קריסטנטום.
גראדע זענען דא נאך רעליגיעס וואס גלייבן אין איין גאט. און ס'אויך דא רעליגיעס וואס גלייבן נישט יא און אויך נישט נישט, זיי זענען בכלל נישט עוסק אין דעם, ס'רופט זיך agnostic.
גראדע קען מען ביידע שיטות אריינטייטשן אין אידישקייט, אבער דאס איז א באזונדערע שמועס.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 702
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
- האט שוין געלייקט: 394 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
אין ליכט פון מיין פראגע איבער די ריכטיגע אמונה, האט מיר איינער צוגעשיקט דעם סרט, דער שואל ליינט ממש אפ מיינע שורות... (מערקט די דראמאטישע געשעעניש סוף פונעם קליפ)
https://youtu.be/ZB8Fuxb6BIo
https://youtu.be/ZB8Fuxb6BIo
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לבי ובשרי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
אזוי קוקט עס אויס ווען נארמאלע מענטשן 'טענה'ן זיך מיט דיין געטשקע.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 702
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
- האט שוין געלייקט: 394 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אזוי קוקט עס אויס ווען נארמאלע מענטשן 'טענה'ן זיך מיט דיין געטשקע.
אמנון יצחק איז נישט מיין געטשקע און איז קיינמאל געווען, לויט ווי איך האב געהאט געשריבן, האט מיר איינער פשוט צוגעשקיט דעם קליפ, וזה הא. איך האב מיט אים נישט קיין שייכות און איך ווייס נישט פון אים צופיל צו זאגן. שטימט?
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 702
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
- האט שוין געלייקט: 394 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
אט איז א פראגע איבער א באקאנט טעמע וועלכע איז שוין זיכער ברייט אויסגעשמועסט געווארן דא אינעם שטיבל צווישן די עליטע קאווע טרינקער.
מיר ווייסן אז יעדער איד פארמאגט א בחירה.
אדער קענען מיר בוחר זיין אינעם 'טוב' און מיר וועלן באקומען רשות און כניסה אין גן עדן אריין, אדער קענען מיר בוחר זיין אינעם 'רע', בארדענען, און טוהן ככל העולה על רוחינו, אבער מיר ווועלן דערפאר צאלן א פרייז; זיך בראטן אין גיהנם.
איז מיין פראגע ווי פאלגענד: לויט ווי אנגענומען איז א בחירה אן אויסוואל, א choice.
צום ביישפיל, ווען מיר זיצן ביי אן עלגאנטע מסיבת שבע ברכות און דער סארווער דרייט זיך ארום געקליידעט מיט די זיידענע הענטשוך, ווען אין זיינע הענט האלט ער צוויי טעלערלעך און ער וועונד זיך צו די מסובין מיט א פראגע: טשיקן אר ביעף?...
דאס א מיינט א בחירה, איך פארמאג אן אויסוואל, שוה בשוה, ביידע האבן די זעלבע קאנסקווענצן און איך דארף נאר באשליסן וועלכע איך ברויך.
נו, אויב אזוי, איז דען די אויבנדערמאנטע א בחירה מיט וואס מען האט אונז געשאנקען, א בחירה? טא, פארוואס וועלן מיר פלאקען אויב מיר זענען בוחר אינעם רע, האבן מיר דען נישט די ברירה אויסצוקלויבן אין וואס עס גלוסט זיך אונז? נישט דאס מיינט א בחירה?
און אויב וועט איינער קומען און זאגן אז אזא בחירה איז יא ריכטיג, טראצדעם וואס איינס פון אירע צדדים האבן שלעכטע קאנסקווענצן, און דערביי געבן א משל, אז אויב איינער קומט צו צו א מענטש און אין איין האנט האלט ער א שאכטל ציגארעטן און אין די צווייטע עטליכע פירות, וועלן זיכער זיין אסאך וואס וועלן בוחר זיין אינעם ציגארעטל, טראצדעם וואס אירע רעזולטאטן זענען עפ"י רוב שלעכטע, ווי שאטן פאר'ן געזונט און נאך. זעען מיר אז מענטשן זענען יא בוחר אינעם רע? אויפדעם איז דער תירוץ א פשוט'ע, ווען איך בין מחליט אינעם ציגארעטל בין איך (עפ"י רוב) מסכים צו עסן אירע קאנסקווענצן. אבער דאס אז איך זאל האבן א בחירה ווען אויב בין איך בוחר אין צד ב' וועל איך ליידן, צי איז דאס דען א בחירה?
אלזא, איז דער קושיא צוריק? איז דאס דען א בחירה? זענען דען די קאנסקוועמן פון ביידע צדדין שוה בשוה? וכי לזאת בחירה ייקרא?!

- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
דו בויסט אויף איין דעפעניציע פין די ווארט "בחירה און דערנאך פרעגסטו קשית
ווען מעגעלע האט בוחר געווען ווער ס'גייט רעכטס און ווער לינקס, האט ער נישט בוחר געווען?
און א יעדען פאל, דער וואס איז בוחר אינעם ציגערעטל איז נישט גרייט אויף קענסער, נאר וואס, ער איז בוחר אויף אינסטענט גרעטיפיקעשן, באלדיגע הנאה איבער וואס גייט (אפשר) נאכקימען
און אסך פעלער זענען די קאנסעקווענסען זיכער אבער דאך.
די בחירה איז און די איי אף די ביהאלדער, נישט ווייל באמת זענען זיי שוה בשוה

I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
פארוואס וואלט סיי וועלכע בחירה געדארפט זיין שוה בשוה? אז ס'נישט שוה בשוה ווערט עס עס בחירה?
איך קען אויסוועהלן צו גיין ארבייטן און מאכן אפאר דאלער אדער צו גיין און קרעטשמע און שיכור'ן אויף אפאר פלעשער. צד ב' שטייט אויס שווערע קאנסעקווענצן, און פון צד א' שטייט אויס בענעפיטן. ס'נאך אלס א בחירה. איך קען וועהלן אזוי צו אזוי.
איך קען אויסוועהלן צו גיין ארבייטן און מאכן אפאר דאלער אדער צו גיין און קרעטשמע און שיכור'ן אויף אפאר פלעשער. צד ב' שטייט אויס שווערע קאנסעקווענצן, און פון צד א' שטייט אויס בענעפיטן. ס'נאך אלס א בחירה. איך קען וועהלן אזוי צו אזוי.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 702
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
- האט שוין געלייקט: 394 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
קורקלענד האט געשריבן:פארוואס וואלט סיי וועלכע בחירה געדארפט זיין שוה בשוה? אז ס'נישט שוה בשוה ווערט עס עס בחירה?
איך קען אויסוועהלן צו גיין ארבייטן און מאכן אפאר דאלער אדער צו גיין און קרעטשמע און שיכור'ן אויף אפאר פלעשער. צד ב' שטייט אויס שווערע קאנסעקווענצן, און פון צד א' שטייט אויס בענעפיטן. ס'נאך אלס א בחירה. איך קען וועהלן אזוי צו אזוי.
ריכטיג, אבער דאס איז וויבאלד דו זעלבסט ביסט גרייט זיך ארויפתושארצן די ארבל און שוויצן פאר אפאר טאללער.
אבער לו יצוייר, ווען איינער וועט קומען צו דיר און זאגן אדער קומסטו ארבעטן פאר מיר אדער עסן קוגל; וואס וואלטסטו דעמאלט געטוהן? זיכער קוגל! פארוואס? ווייל גיין ארבעטן בחינם, שוויצן פאר יענעם האסטו גארנישט דערפון.
דעריבער, אוודאי גיין ארבעטן איז שווערער ווי זיצן און זויפן, אבער דו ביסט דאך בוחר צו ארבעטן ווייל דאס גייט דיר ברענגען גוטס, געלט אויפן לעבן! איה"נ ביידע ברענגען גוטס, נאר דו מיט דיין שכל ביסט בוחר און אמת'ע גוטס אויפן עתיד, דעריבער ביסטו בוחר אין ארבען וואס אירע תוצאות זענען גוטע. שטומט?
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 702
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
- האט שוין געלייקט: 394 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
הקטן האט געשריבן:דו בויסט אויף איין דעפעניציע פין די ווארט "בחירה און דערנאך פרעגסטו קשית
ווען מעגעלע האט בוחר געווען ווער ס'גייט רעכטס און ווער לינקס, האט ער נישט בוחר געווען?
ניין, אויסדריקליך נישט, ער האט געמאכט א סעלעקציע.
וואס האט דאס מיט בחירה איינגעשטויסן? (מעגליך גהעט בחירות פאר זיך און ער האט געמאכט החלטות, אבער ווי קומט אריין בחירה ביים שיקן רעכטס און לינק'ס? דאס איז א פשוט'ע סעלעקציע. והדברים פשוטים.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 702
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
- האט שוין געלייקט: 394 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
לבי ובשרי האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:פארוואס וואלט סיי וועלכע בחירה געדארפט זיין שוה בשוה? אז ס'נישט שוה בשוה ווערט עס עס בחירה?
איך קען אויסוועהלן צו גיין ארבייטן און מאכן אפאר דאלער אדער צו גיין און קרעטשמע און שיכור'ן אויף אפאר פלעשער. צד ב' שטייט אויס שווערע קאנסעקווענצן, און פון צד א' שטייט אויס בענעפיטן. ס'נאך אלס א בחירה. איך קען וועהלן אזוי צו אזוי.
ריכטיג, אבער דאס איז וויבאלד דו זעלבסט ביסט גרייט זיך ארויפתושארצן די ארבל און שוויצן פאר אפאר טאללער.
אבער לו יצוייר, ווען איינער וועט קומען צו דיר און זאגן אדער קומסטו ארבעטן פאר מיר אדער עסן קוגל; וואס וואלטסטו דעמאלט געטוהן? זיכער קוגל! פארוואס? ווייל גיין ארבעטן בחינם, שוויצן פאר יענעם האסטו גארנישט דערפון.
דעריבער, אוודאי גיין ארבעטן איז שווערער ווי זיצן און זויפן, אבער דו ביסט דאך בוחר צו ארבעטן ווייל דאס גייט דיר ברענגען גוטס, געלט אויפן לעבן! איה"נ ביידע ברענגען גוטס, נאר דו מיט דיין שכל ביסט בוחר און אמת'ע גוטס אויפן עתיד, דעריבער ביסטו בוחר אין ארבען וואס אירע תוצאות זענען גוטע. שטומט?
אין אנדערע ווערטער, אין די רגע וואס דו ביסט מחליט צו גיין ארבעטן, מיינט אז דאס לוי נט דיר פונקט ווי שיכור'ן און אפשר נאכמער, ודו"ק. (קומט אויס אז די בחירה איז ווייטער שוה בשוה).
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
לבי ובשרי האט געשריבן:ניין, אויסדריקליך נישט, ער האט געמאכט א סעלעקציע.
וואס האט דאס מיט בחירה איינגעשטויסן?
https://translate.google.com/#yi/iw/%D7 ... 7%99%D7%A2
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 702
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
- האט שוין געלייקט: 394 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לבי ובשרי האט געשריבן:ניין, אויסדריקליך נישט, ער האט געמאכט א סעלעקציע.
וואס האט דאס מיט בחירה איינגעשטויסן?
https://translate.google.com/#yi/iw/%D7 ... 7%99%D7%A2
ס'האט אבער צוויי באזונדערע באדייטן, ווען מען קלערט אריין.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות
לבי ובשרי האט געשריבן:נעגעל וואסער האט געשריבן:הוא מפרק לה והוא מותיב לה.
סתם געלופטערט א תגובה
דוק כי קצרתי.
הוא מפרק לה מיטן אפטייטשן א ווארט, והוא מותיב לה "הלזאת בחירה ייקרא".
טייטש נישט און פרעג נישט. (בערך ווי די אנדערע זאגן דא)
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
קמשמע לן אז נישט.לבי ובשרי האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:https://translate.google.com/#yi/iw/%D7 ... 7%99%D7%A2
ס'האט אבער צוויי באזונדערע באדייטן, ווען מען קלערט אריין.
לחיים לחיים!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
פארוואס טאקע איז איינער מחליט בוחר צי זיין ברע, אויב טוב איז די זיכערע געווינער אין די אויגן פין אלע בוחרים?
דער אמת איז וואו אלע זאגן דא, דו האסט אפגעמאכט וואס דער ווארט בוחר זיין מיינט און אויף דעם פרעגסטו
איך האב דעם טעות שוין געהערט פין אנדערע אויך.
דער אמת איז וואו אלע זאגן דא, דו האסט אפגעמאכט וואס דער ווארט בוחר זיין מיינט און אויף דעם פרעגסטו
איך האב דעם טעות שוין געהערט פין אנדערע אויך.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 702
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
- האט שוין געלייקט: 394 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
אכשר דרא אז היינט איז א וועלט פון טעכנאלאגיע.
קיין ספק אז דער טעכנאלאגישער באניץ העלפט אידן אין אלע הינזיכטן, ברו"ג.
איז מיר נולד געווארן א פראגע'לע. דער עצם פראגע איז ווארשיינליך נישט אזא הארבע, אבער דאס וועט זיכער געבן עפעס חומר למחשבה.
עס איז באוואוסט אז אמאל, נישט צו לאנג צוריק, פלעגן אידן נישט צולאנג מאריך ימים זיין, נישט קיין גרויסער נפק"מ וואס דער הויפט סיבה דערצו איז געווען, אבער דאס איז זיכער, אז ווען עס וואלטן ווען געווען נארמאלע שפיטעלער, מעדיצינען, מאשינען וכדומה וכדומה, וואלט מען געקענט ראטעווען אסאך אידן אין צייט און זיי וואלטן אסאך לענגער געלעבט.
לאמיר אנכאפן א ביישפיל וועלכע האט יזך יעצט געמאכט ביי אונז אין פאמילע, ווען אונזער באביטשקע פון שטייפע צוויי-און-ניינציג יאר האט זיך אפגערעדט אז זי שפירט נישט גוט, זי איז א פרישער און מונטערער פרוי בליעה"ר.
ווען מען האט איר אריינגעפירט אין שפיטאל פאר מילדע אונטערזוכונגען, האט מען מיט הילף פון אן עקסרעי צוויי אנטדעקט אז זי פארמאגט 'עטליכע' לעכער אין די קושקעס. היפש אן אפטער ערשיינונג ביי מענטשן.
כדי דאס צו היילן האט מען געמאכט דריי אפעראציעס, צווישן יעדע אפעראציע האט מען איר ארויפגעלייגט אויפן רעספערעיטער פאר א שטיק צייט צו זען ווי אזוי איר גוף נעמט אויף די שינויים און צי מען קען ממשיך זיין ביז זי וועט בס"ד גענצליך געהיילט ווערן, אוון ב"ה זי גייט שוין אט ארויס פון שפיטאל (אפגעזן פון די ריהעב עטלכיע מאנאטן וואס זי וועט דארפן אריבערגיין).
אלזא איז מיין פראגע, פארוואס האט דער בורא עולם נישט באשאפן כאטש עפעס פון די טעכאנלאגישע מיטלען פאר פיר הונדערט יאר צוריק אדער גאר בזמן בריאת העולם? וואלט מען ווען נישט געקענט דורכדעם מיליאנען און אויב נישט צענדליגער מיליאנען פון זיכערע טויט?
זיכער אז ווען עס אויף איינעם אנגעשריבן צו שטארבן וועט קיין מעדיצין און אנדערע מיטלען נישט העלפן. אבער קיין ספק אז ווען עס איז ווען דא א עקסרעי מאשין, רעספערעיטאר וכדומה וכדומה וואלט מען געקענט ראטעווען אזויפיל.
(און בכלל, אפילו אין די צייטן ווען עס זענען יא געווען עפעס מאשינען אדער שפיטעלער, ווער ווייסט דען נישט וויפיל אידן עס זענען אויסגעגאנגען אויפן וועג צום שפיטאל?... און ווען עס וואלט ווען געועון דער סאפיסטיקירטער הצלה טרעקל וואלטן ווען אסאך מענטשן יא אנגעקומען צום שפיאטל אין צייט און מען וואלט זיי געקענט באהאנדלען כיאות).
איינער מיט א שטראל אין דעם ענין?