סליחות מיט ר' יואלי לעבאוויטש

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

סליחות מיט ר' יואלי לעבאוויטש

שליחה דורך מיימון »

איך האב ב"ה געהאט די הנאה צו זיין ביי דעם הערליכן פארברענג מיט הונדערטער אנדערע לעכטיגע אידישע נשמות וואס האבן זיך אינאיינעם שופך נפש געווען מיט שירת הנשמה אין דעם הייליגן זמן. ווי שיין איז געווען דאס בילד ווי אידישע טייערע בחורים און יונגעלייט האבן צום ערשטן מאל אין א לאנגע צייט הנאה פון א דאווענען און א סליחות. בחורי חמד האבן געווישט די סמארטפאונס און מיט א ערנסטקייט מיטגעזאגט די סליחות און מיטגעזינגען די הארציגע ניגונים.

גם אני בתוכם האב צום ערשטן מאל אין מיין לעבן געשפירט א הנאה פון "גיין צו סליחות", אסאך פרעשור האט זיך צולאזט און עוועיפארייזט אין חלל אריין.

מיינע געדאנקען זענען פארשידנארטיג. איך האב שטארק הנאה צו זען ווי דאס לעבן גייט אן. פראיעקט למעשה אין ריעל לייף. אנשטאט קלאגן טוט מען צו דער זאך, מען מאכט אייגענע מנינים, מוסדות, צוביסלעך בויט זיך אויף א נייער פאזיטיווער דור מיט אהבה און אור, מיט א אויטענטישער אמתדיגער קשר צום באשעפער און זיין בריאה.

עס איז געווען פארשידענע צומישטע געדאנקען אויך. ווען איך בין אינמיטן געווארן אביסל לאנגווייליג ווען מען האט צו לאנג געזינגען האב איך געקלערט אז איך האב נאר הנאה דערפון וויבאלד עס איז שטיקל צוריקשטויס קעגן דעם סיסטעם, אבער אונזערע קינדער ביי וועם דאס וועט זיין נארמאל וועלן דאך פונקט אזוי שטויסן אויף די לאנגווייליגע סליחות, ווי נישט ווי האט מיין טאטע אויך הנאה פון דעם בעל תפלה וואס זינגט דעם רבין זכרונו לברכהס נוסח?

עס איז געווען היפש צופארן, מעגליך דאס געט צו צום אריגינעלקייט? עס איז מיר געווען אינטערעסאנט ווי ר' יואלי פרובירט שעפעריש צו בלייבן מיטן אלטן אריגינעלן נוסח ביי קדיש און רוב טיילן פון סליחות, מען האט זיך בעיקר צולאזט ביי די לאנגע זאגעכצער פון עננו וכו'. איך האב דאס אויפגעפאסט אויך פאריאר הושענא רבא וואו ר' יואלי האט אפילו דערמאנט דעם משל מיטן מלך אין זיין דרשה!... פארוואס טוט ער דאס? מעגליך ער אליין שפירט זיך שלעכט צו פארקריכן מער ווי ער ערלויבט זיך. אדער צוליב קריטיק, ווייסן דאס די מוחים?

דער עיקר האב איך אבער גרויס הנאה געהאט ווען איך האב געהאט דעם גרויסן כבוד צו באגעגענען פערזענליך צום ערשטן מאל איינעם פון מיינע העלדן, איינער פון די אלטע ניקס דא אויף קאווע שטיבל וועמען איך האב אייביג ארויפגעקוקט און געשעצט פאר זיינע הערליכע און לאגישע ארטיקלען אין מחשבה און השקפה און פראקטיק. זיין אנוועזנהייט דא צוזאמען מיט זיינע חברים אמאליגע צייטן האבן מיר געגעבן גרויס אינספיראציע און האפענונג פאר א בעסער לעבן און א שענערע וועלט. עס איז נישט אויסגעקומען צו רעדן אסאך אבער עס איז מיר געווען א שטארקע הנאה.

איז נאך איינער דארט געווען? וואס זענען אייערע איבערבליקן איבער דעם ערשטן סליחות דארט, אדער וואו אימער איר האט געזאגט? טיילט מיט פארן ציבור
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

שיער פארגעסן וועגן הרב דזשעיקאבסאן... איז אזוי, איך בין אנגעקומען די לעצטע האלבע שעה, איך בין נישט משיג וויאזוי מענטשן קענען זיצן און הערן א דרשה עטליכע שעה... איך האב נישט ארויסגענומען עפעס מוראדיג, איך בין נישט אזוי באקאנט מיט זיינע דרשות נאר אפאר באקאנטע שטיקלעך. האט ער יעצט גערעדט מער סאטמאריש צו געפעלן דעם ציבור? לא יודע. איין וויץ האב איך אויפגעכאפט אז א מחותן האט געהאט א פראבלעם מיט שבע ברכות אז סאיז דא צו ווייניג כיבודים פאר אלע מכובדים, האט ער אים גע' עצהט צו אויסטיילן די על חטא'ס...

איך מיין אבער אז עס האט זיך דערקענט אז א היבשער עולם איז נישט געבליבן נאך די דרשה, ווי אייוועלטער האבן שוין סאדזשעסטעט.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

עז איז בכלל געווען א קלענערע עולם ווי די פריערדיגע יארן און צו דעם איז נאך א גרויסע עולם ארויסגעגאנגן זאגן סליחות אין דעם טראדיציאנאלע מנין. איך האלט אז זיי דארפן צוריק אנהייבן עס צו טון ביי 18 פארשעי אזויווי אמאל. דארט איז עס געווען אסאך געשמאקער און ווארימער.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

אויך האבן זיי געזאגט סעודת מלוה מלכה און געטראפן האב איך אביסל קעיק

Not impressed
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

מיימון האט געשריבן:
עס איז געווען פארשידענע צומישטע געדאנקען אויך. ווען איך בין אינמיטן געווארן אביסל לאנגווייליג ווען מען האט צו לאנג געזינגען האב איך געקלערט אז איך האב נאר הנאה דערפון וויבאלד עס איז שטיקל צוריקשטויס קעגן דעם סיסטעם, אבער אונזערע קינדער ביי וועם דאס וועט זיין נארמאל וועלן דאך פונקט אזוי שטויסן אויף די לאנגווייליגע סליחות, ווי נישט ווי האט מיין טאטע אויך הנאה פון דעם בעל תפלה וואס זינגט דעם רבין זכרונו לברכהס נוסח?

א גוטע און אמת'ע פאינט

איך מיין אז רוב מענטשן וואס גייען דארט ווייסן אליינס נישט פארוואס זיי טיען דאס. ס'איז לכאורה א קאמבינאציע פון א שלעכטע געפיל וואס מ'האט אויף די חינוך וואס מ'האט באקומען פון די טאטע, נישט קענען דערליידן די בעל תפילה אדער רב אין ביהמ"ד וואס פוילעצט אפ די יאר און ביי סליחות ציט ער אויס יעדע שטיקל יעדער זאל וויסן ווי גוט ער פארשטייט די פירוש המילות, און סתם א שנאה צו די "סיסטעם".
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: סליחות מיט ר' יואלי לעבאוויטש

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

הערליך אראפגעלייגט, פאראיאר איז געווען ס'ערשטע מאל וואס כ'בין געווען דארט, א נאענטע חבר מיינער האט מיר געשלעפט אהין, און היי יאר האב איך שוין אליין ארויסגעקוקט צו גיין מיטהאלטן.

כ'געדענק פאראיאר האב איך געהאט ממש נאסע אויגן צוקוקנדיג ווי אזא שיינע ציבור אידן זקנים ונערים, אידישע קינדער שטייען אזוי אלע צוזאמען אהנע מחיצות וואס טיילן אפ און דערווייטערן, אלע כאפן זיך די הענט און מ'בעט און מ'זינגט צוזאמען מיט אן אחדות מיט ליבליכקייט ממש א קידוש השם, ס'האט מיך דערמאנט פון דער פסוק אין יחזקאל "וקרב אתם אחד אל אחד לך לעץ אחד והיו לאחדים בידך" נישטא קיין קליידער מחיצות קיין הוטן שטריימלעך מחיצות, בערד מחיצות, אלע זעמער איינס, די שיינע ווארעמע ניגונים ס'ווארעמט און שיינט אויף ס'הארץ.

קום איך ארויס פון דארט פיין אנגעווארעמט, קומען מיר אקעגן אידן פראטעסטירן שרייענדיג געוואלד קעגן אזא פירצה זאגן סליחות מיט מוזיק, טראכט איך צו מיר אזוי אז די אידן זענען פינקט אזוי קינדער פונעם זעלבען גאט נאר מיט אנדערע תכונת הנפש, זיי זענען אויך א חלק פון גאטס בריאה, און אהן זיי וואלט די בריאה נישט געווען גאנץ, זיי זענען נכלל אין די נבואה פון יחזקאל.
נאר זייער תכונת הנפש איז צו שרייען צו גאט און אינזערס איז צו זינגען, זייערס צו אסר'ן און אינזערס צו מתיר זיין אא"וו. די מוחים האבן נישט אפגעקויפט גאט און זינגערס האבן נישט פארקויפט גאט, אינז אלע דינען דעם זעלבן גאט .

איינער וואס האט הנאה און ווערט נתעורר פון שטיין צוזאמען געשטופט פינעווע פארטאגס אין א בית המדרש וואו דער רבי'לע דארט איז א אכצענטע דור פון הייזעריקע בעלי תפילות וואס כאפן זיך אן פעסט ביים עמוד ווי יואב אינעם מזבח, נו זאל ער געזינטערהייט הנאה האבן. ס'קוקט נישט אויס ווי אלע האבן הנאה דערפון זאל יעדער טוהן וואס זיין תכונת הנפש פארלאנגט.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

נייס הייסט איך בין געווען אין איין רום מיט דער סמעטענע פון קאווע שטיבל
וואט עי האנער
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מיימון און דער גאלדענער אדלער: עטץ דארפטס פארשטיין אז די וועלכע האבן מוחה געווען אויף דעם צוזאמקום פארברענג פון מלוה מלכה און נאכפאלגנדיגע סליחות, זענען נישט אזעלכע מענטשן? וואס ווייסן און פארשטייען אז ס'זענען דא אין באשעפער'ס וועלט פאשידענע אידן מיט פארשידנארטיגע אינטערעסן און דרכים אין עבודת הבורא. זיי ווייסן און וויללן נאר וויסן פון זייער אייגענעם דרך. און א יעדער איינער וועלכער פיהרט זיך נישט אויף 100% לויט זייער אנווייזונג, טויג נישט. און מ'דארף מוחה זיין און פארפיהרן אקעגן איהם. ער איז שוין נישט מער קיין ערליכער איד. ס'איז מיר נאר א חידוש אז אן עלטערער איד וועלכער הייסט א תלמיד חכם און א נעים הליכות זאלל זיך נישט האבן געלערנט אין זיין לאנגן לעבן צו רעספעקטירן אנדערע אידן און אפשאצן זייער עבודת השי"ת. אפילו זיי פיהרן זיך אנדערש ווי זיינע השגות...!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

וואס איז טאקע מיט דער פראבלעם פין מוזיק ביים דאווענען?

קען מען נישט מאכן די זעלבע זאך מיט מנגנים, אהן כלי זמר?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

הרב ישראל דוד שלעזינגר לאזט זיך הערן..
בייגעלייגטע פיילס
רידשלעזינגרעלקומזיץסליחותcut.mp3
(1.8 MiB) אראפגעלאדנט 438 מאל
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

שליחה דורך נעגעל וואסער »

שארף :!:
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

יין שרף האט געשריבן:הרב ישראל דוד שלעזינגר לאזט זיך הערן..

#Iworshipnegativity
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

נעגעל וואסער האט געשריבן:שארף :!:


שארף?!

Stupidity at its best

אזא מין היפאקריט! ער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] ענווה מיט אהבת ישראל, גייט אהין און צירוק צווישען זיין נאר א סניגור מיט ברכות לרוב און קללות מיט קיטרוג אויף כלל ישראל. ער פארלאנגט די "היתר" כאילו מ'דארף זיין היתר, אדער ח"ו מ'האט עובר געווען אויף איסורים.

טאמער עפעס א מוסד וועט מאכן אן איווענט, אדער אן אדמו"ר וועט אויספעלען צו פאמפען כבוד אין געלט, אדער ווי ער אליינס האט באמערקט "די גרעסטע זאל" אין שטאט (? ) פרעסען זיך די שיינע אידען פון שטאט אן ווי געשטאפטע גענז מיט א יעדער מין תענוג עוה"ז וואס ערליכע עמך יודען טארן ניטאמאל טועם זיין, אין די זעלבע פלאץ ווי מ'מאכט חתונות (ר"ל... ) וועט ער אזוי "שמעדיגערהייט" אויך אויפמאכן זיין פי האתון?

איטס סימפל. ער איז אין ביזנעס ואומן שונא בני אומנתו, די גוט זעהר רבנים ציטירן פון פארלירן זייער קלייענטעל. א יעדער האט מורא פון קאמפעטישען, רעליגיע אינקלודעד.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

ער זארגט זוך פשוט "סזאל נישט קומען צי א קיטרוג מדשתקי רבנן שמה מינה דניחא ליה"
טט מיר א טובה דריי א קאפ פאר צווייטען.
נאך אן אויבער חכמישקייט, ער זאגט ער פארשטייט אז קיין שום ירא שמים וועט נישט דיין זאגן סליחות דארט, טא אויב אזוי וואס דארף מוערר זיין?פשוט מזאל נישט גיין קיקן פאר נייגעריגקייט.
נו אפשר קען מיר איינער מסביר פארוואס טאקע טאר מען נישט גיין זעען ?
אה אויב איך האלט נישט פון עפעס איז עס גלייך חזיר טריף, און מטאר אפי נישט זען ווי יענער טוט דאס.
#קראנקעמענטשן
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

נולד מאוחר האט געשריבן:#קראנקעמענטשן


און דאס איז שוין פון די "בעל ביתישע" נארמאלע מגידים...

גיי פארשטיי אין וואס פארא נסיונות מ'לייגט אריין אונזער דור.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

קומזיץ פאר'ן באשעפער אויף אייגנארטיגע וועג

שליחה דורך Buddy »

מעמד היסטורי: קונצרט בריאת העולם למרגלות הר הבית בהשתתפות הרב הראשי לירושלים
מאבן השתיה העולם הושתת • בכ"ד באלול החלה הבריאה • האירוע התקיים באותו תאריך וסמוך לאותו מקום • שתהיה שנה טובה לכל הבריאה
בילד
אמש התקיים קונצרט בריאת העולם למרגלות הר הבית. על פי המסורת היהודית, הלילה הוא ערב בריאת העולם שתחילת בריאתו הייתה בכ"ה אלול ונגמרה בראש השנה.

האירוע התקיים במרכז דוידסון, בצמוד לחומה הדרומית של הר הבית, קונצרט ייחודי בניצוחו ובניהולו המוסיקאלי של ד"ר מרדכי סובול. באירוע משתתפים החזנים שי אברמסון, צבי וייס, הפייטן יהודה סעדו, הזמר רועי ידיד, והכנר העולמי גבריאל שורקי, אותם מלווים התזמורת הסימפונית רעננה בהרכב מורחב של 43 נגנים ומקהלות זמרת-יה וזמירות ישראל בהרכב מורחב.

מאות נוכחים בקונצרט הבריאה, רבני קהילות ומדינות מהעולם כולו יחד עם שגרירי מדינות רבות ובראשם הרב הראשי לירושלים, הגאון הרב אריה שטרן שליט"א. בנוסף, האירוע משודר בתחנות טלווזיה רבות מסביב לעולם ולעשרות אלפי אנשים מסביב לעולם אשר קנו את הזכות לצפיה ישירה בקונצרט.

עמותות המקדש שהפיקו את האירוע, "המקדש בציון" ו"המדרשה לידע המקדש", הנפיקו מטבע מיוחד המסמלת את הקשר בין שירת הבריאה ושירת הלווים בבית המקדש. מצידה האחד של המטבע מוטבעת סוכת דוד ומצידה השני דוד המלך המשורר ברוח קדשו על מעלות בניין המקדש אשר פסוקיו מושרים הערב על במת הענק.

מנכ"ל המדרשה לידע המקדש, בני מזוז אמר כי: "ערב ראש השנה רואים את האור ומוסיפים אור. מפה אנחנו מודיעים לעולם שמכאן יצא האור והטוב. ירושלים טובה לעולם כולו והתאספנו כאן, יחד עם אנשים מהעולם כולו, כדי להכיר טובה לאלוקי ישראל ולהתפעל מיצירתו ולהכיר בגדלותו ובגדלות ירושלים, העיר אותה בחר".
בילד
בילד
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

שליחה דורך יהודי פשוט »

דאס האט עפעס שייכות מיט'ן סליחות פון יואלי לעבאוויטש?
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך Buddy »

שוין איינמאל!

שיינקייט מיט מאדערנקייט איז א טאל ארויסצוברענגען אידישקייט מיט אירע מעסעדשעס, און נישט נאר פאר פערזענליכע קאמפאניס ביי זייערע דינער'ס וכדו'
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:#קראנקעמענטשן


און דאס איז שוין פון די "בעל ביתישע" נארמאלע מגידים...

גיי פארשטיי אין וואס פארא נסיונות מ'לייגט אריין אונזער דור.

וואלווי: דער הרב ישראל דויד שלעזינגער שליט"א דערמאנט מיך פון די צדיקים אין די התאחדות הרע-בנים וואס קומען ארויס מיט א שרעקעדיגן און שרעקליכן קול קורא. וואו זיי אסר'ן אלץ און אלעמען. זיי שרייבן נאך צו ..."ותרגז בטננו"...ס'זעהט אויס זיי האבן א שטארק נערוועזן מאגן...! און צום סוף פיהרן זיי אויס..."ולהשומע יונעם ותבוא עליו ברכת טוב"...! וויאזוי קען איינעם זיס זיין און ער האט הנאה פון אלע גוטע זאכן, ווען אלעס איז אסור און טריפה...! אויסער ווען די הייליגע רבנים עסן סעווען לעיער קעיק איינער ביים אנדער'ן און טרינקען זיסע מים חיים סאדע...!
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

וועגן די מורא'דיגע מעשה וואס הרב יעקובזאהן האט פארציילט מיט'ן ליובאוויטשער רבי'ן רעדט קיינער נישט?
און די פאנטשליין מיט סאטמאר רב
אייזן שטארק
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

דמיונות אין בעסטן פאל.

די דברי יואל פלעגט שיקן די גאר שווערע קוויטלעך צום ליובאוויטש'ן רבי'ן... מיי פוט!
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

יין שרף האט געשריבן:דמיונות אין בעסטן פאל.

די דברי יואל פלעגט שיקן די גאר שווערע קוויטלעך צום ליובאוויטש'ן רבי'ן... מיי פוט!

איהר ווייסט אדער מיינט? אדער וויל מיינען?
ער זאגט ער האט געהערט פון א כלי ראשון אז איהר ווייסט אנדערש ברענג א ראי'
וואספארע אינטרעסע זאל ער האבן אויפצומאכען אזא מעשה?
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

ווייל ער זוכט כסדר צו בלאזן אותות ומופסים ודברי חכמה פונעם רבי'ן, אז כמותו לא היה וכמוהו לא יהיה. (האסט מיטגעהאלטן די אמונה סעריעס? צו די פארטאגס חסידות אין 20 פארשעי אונטן? ווען עס האט עפעס א שייכות נאק מיטן רבי'ן זז"ג, בלאזט ער דערפון אויף א האלבע שעה..)
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
פארשפארט